רבי יהושע כ״ץ זצ״ל - מסאמבאטהעלי - ה׳ סיון תשמ״ה - ובניו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי יהושע כ״ץ זצ״ל - מסאמבאטהעלי - ה׳ סיון תשמ״ה - ובניו

תגובהדורך רבניש » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 10:45 pm

כ״ק הרב הגאון הצדיק מגזע היחס, החסיד שבכהונה
רבי יהושע כ״ץ זצ״ל
אב״ד ור״מ סאמבאטהעלי

איז געבוירן צן זיין טאטען הגה״ק המפורסם מגדולי מרביצי תורה לאלפי תלמידים רבי אשר אנשיל כ״ץ זצ״ל - אב״ד ור״מ סערדאהעלי, און צו זיין מאמען הרבנית הצ׳ מינדל בת הגה״ק המפורסם שר התורה רבי שלמה זלמן עהרענרייך זצ״ל ה״לחם שלמה״ משימלויא.

זיין טאטע איז געווען רב קודם אין שטעטל ניר - מעדיעש, און שפעטער בשנת תרפ״ב איז ער אויפגענומען געווארן אלס דיין אין די גרויסע אויבערלענדישער שטאט דונא-סערדאהעלי, דערנאך אפאר יאר שפעטער איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב דעיר סערדאהעלי (בקהל עדת ישראל שהיה שם שני קהילות נפרדות לאחר מחלוקה בין בעלי הבתים דשם) ווי ער האט געפירט סיי די עניני הקהלה והעיר און סיי זיין ישיבה רבתי מיט א קרוב צו דריי הונדערט בחורי חמד ביד רמה און מיט א הייליגן גייסט.

ער איז געווען בארמיט מיט זיין גרויסע כח השפעה און מעורר זיין לבבות ישראל מיט זיינע געוואלדיגע דרשות נלהבים, און זיינע תלמידים זענען געווען דבוק צו אים בלב ונפש, און ער צו זיי צוריק כאב לבן.

צדקת פזרונו איז געווען אן א גרענעצין ווי ער פלעגט צאמשטעלן גרויסע צדקות פאר אלמנות ויתומים און עניים תלמידי חכמים, און יעער עובר ושב אין שטאט האט ער אריינגענומען צו זיך לסעוד סעדותיו, אויב איז געקומען א תלמיד חכם א בנש״ק לקבץ מעות האט ער מיטגעשיקט צוויי בחורים פון זיין ישיבה אדער צוויי חשובע בעלי בתים זאלן אים באגלייטן אז עס זאל זיין בדרך כבוד און מאכן זיכער אז עס פעלט זיי גארנישט, אזוי האט ער מחנך געווען זיינע תלמידים למצות ולמעשים טובים.

דער סערדאהעלי רב האט געהאט א געוואלדיגע דביקות אין אלע צדיקים און בפרט און רבו הק׳ בעל ״ערוגות הבושם״ פון וועם ער איז געווען א תלמיד חביב און דורכדעם וואס זיין רבי דער ערוגת הבושם איז געווען דאך א בעלזער חסיד איז ער אויך געגאנגען בדרכיו און זיך מדבק געווען ברבו הגה״ק המהרי״ד מבעלזא זצ״ל. (דער זון דער רב ברענגט אז הגם כי היה דבוק ברבו המהרי״ד מבעלזא ״התנגד מאוד״ פון די אחדים בעלזער חסידים וואס זאגן אז אזוי ווי סיז דא אויבן נאר איין גאט אין הימל אזוי איז דא אונטן נאר איין רבי... שרייבט ער אז דער טאטע איז געווען זייער שארף דערקעגן ואמר: ״כי זה ענין מינות ועבודה זרה רח״ל.....)

אביו הק׳ וכל המשפחה (עם אחיו הגדול רב הצעיר דסערדאהעלי רבי משה יהודא כ״ץ - בעל ״ויגד משה״) זענען אומגעקומען אין אושוויץ הי״ד.

דער איינציגסטער צווייגל וואס איז איבערגעבליבן פון אלע זיין טאטענס קינדער נאכן קריג איז געווען נאר דער רב זצ״ל.

דער סאמבאטהעלי רב איז אויפגעוואקסן אין דעם הייליג הויז אונטער די השפעה פון זיין גרויסן טאטען מיט דעם רוח ואש התורה והעבודה, צדקה וחסד, און איז געגאנגען בדרכיו הק׳ פון זיין גרויסן טאטען.

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצ׳ חנה בת הגה״צ רבי חיים יהודא דייטש - דומ״ץ דקה״י מאקאווא.

נאכן קריג איז ער געקומען קיין אמעריקא ווי ער איז געווען איינע פון די גאר חשובע רבנים הבולטים בקרב הציבור, ער איז געווען אן איש מורם מעם מיט געוואלדיגע מעלות און מדות ישרות שמנו חכמים, זיין באנעמונג צו אנדערע מענטשען איז געווען לקבל כל אחד בסבר פנים יפות ער האט זיך באנומען גאר איידל און מיט הפלא׳דיגע מידות מיט יעדעם בר נש, ובפרט איז ער געווען אויסגעארבייט מיט די מידת הענווה אויף א געוואלדיגען שאטפל, ער איז געווען אן איש השלום נישט דערהויבן קיין שום סארטן מחלוקת און מיט א ליבשאפט צו יעדן בר מישראל.

דא אין אמעריקא האט ער געגרינדעט בית מדרשו וישיבתו לבחורי חמד ״בית אשר״ ווי האט האט אריינגעלייגט און די יונגע הערצער אהבת התורה ויראה טהורה.

דער רב איז געווען גאר גרויס אין תורה און שטארק אנגענומען בעולם ההוראה והפסק, און א בקי בכל מקצועות התורה ממש.

כל דרכיו ומעשיו היה בהצנע לכת אויסצובאהאלטן זיינע מדריגות אפי׳ פון די אייגענע שטוב מענטשען וכ״ש פון פרעמדע, כ״ק בנו הגה״צ מוויען שליט״א פארציילט ווי ער פלעגט זעהן זיין טאטען לערנען פארן דאווענען אין זיין שטארק אויסגעניצטן ספר ״ראשית חכמה״ ווי טרערן פלעגן רינען פון זיינע אויגן די גאנצע צייט בעת הלימוד אבער אראפגייענדיג אין ביהמ״ד צום דאווענען איז שוין געווען אן אדם אחר לגמרי... פושט צורה ולובש צורה.. ווי ער האט שוין געזאגט בטעמטע ווערטלעך מיט א צהלות פנים.

דער סאמבאטהעלי רב האט אריינגעלייגט זיין לייב און לעבן צו דריקן די כתבים חידושי תורה פון זיין גרויסן טאטען די ספרי ״ולאשר אמר״ און פון זיין עלטערן ברודער בעל ״ויגד משה״. זיינע אייגענע חידושי תורה האט ער במשך רוב חייו נישט אפגעשריבן נאר צומאל פארצייכענט ראשי פרקים וואס דערפון האט מען נישט געקענט דריקן קיין ספר, אבער שפעטער אויף די עלטערע יארן האט ער עפעס געטוישט זיין גאנג און האט אוועקגעגעבן שעות ארוכת צו פארשרייבן זיינע חידושי תורה, פארן דאווענען פלעגט ער אויפשטיין דריי פארטאגס און אזוי אפגעשריבן זיינע חידושים ביזן דאווענען און אזוי נאכן דאווענען מעוטף בטלית ותפילין ווייטער ממשיך געווען ביז חצות היום. ובכלל האט ער אויך אויף דער עלטער משנה געווען און געזאגט תורה באופן גימטריאות.

נסתלק ביום שבת קודש ה׳ סיון ערב חג השבועות שנת תשמ״ה, ונטמן באוהל בחלקת סאמבאטהעלי נוי דזערסי.

בניו הרבנים פני העדה:
הגה״צ רבי חיים לייב שליט״א - מסערדאהעלי
הגה״צ רבי אשר אנשיל שליט״א - מוויען
הגה״צ רבי שלמה זלמן שליט״א - מתו״א

חתנו:
הרב צבי הלוי פאללאק שליט״א, בן הגה״צ רבי משה זאב פאללאק מגרויסווארדיין.

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 1:47 am

הרב מסאמבאטהעלי נולד בשנת?
נשאר בחיים לאחר השואה עם זיוויגו הראשון?

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 1:48 am

חכמת אדם תאיר פניו..
צוגעלייגטע
IMG_0444.JPG
IMG_0444.JPG (731.67 KiB) געזעהן 3501 מאל

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

תגובהדורך טראבל מעיקער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:26 am

רבניש האט געשריבן:נשאר בחיים לאחר השואה עם זיוויגו הראשון?

יא.
געהאט אפאר קינדער פאר'ן קריג, רבי חיים לייב שליט''א איז געבוירן פאר'ן (ביים?) קריג.
געווען א איידעם ביים מאקאווער דיין ווי ער האט איבערגענומען די שווער.
איזי

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 7:34 am

טראבל מעיקער האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:נשאר בחיים לאחר השואה עם זיוויגו הראשון?

יא.
געהאט אפאר קינדער פאר'ן קריג, רבי חיים לייב שליט''א איז געבוירן פאר'ן (ביים?) קריג.
געווען א איידעם ביים מאקאווער דיין ווי ער האט איבערגענומען די שווער.

יא הגה״צ רבי חיים לייב שליט״א מסערדאהעלי איז נאך געבוירן פארן קריג, דער זיידע איז נאך געווען זיין סנדק.

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 7:51 am

ביי איינע פון די עצרתן (וועלכע?)
פון רעכטס; הגריח״מ פריעדמאן שליט״א, והגאון רבי געציל בערקאוויטש שליט״א, דער סאמבאטהעלי רב זצ״ל, אשוי רב, און דער סטאניסלאווער רבי זצ״ל
צוגעלייגטע
IMG_0448.JPG
IMG_0448.JPG (194.29 KiB) געזעהן 3465 מאל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13730
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:46 am

נאך צוויי מעלות פון דעם איש האשכולות
ער איז געווען א מוהל און נישט נור ביי זיך אין די ד אמות אויב איך געדענק גוט
אויך ארויס פון געגענט
ער איז געווען דער תוקע ביי מרן דער מהריט"ב זי"ע ביי די תקועות דמיושב

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:50 am

קיקיון האט געשריבן:נאך צוויי מעלות פון דעם איש האשכולות
ער איז געווען א מוהל און נישט נור ביי זיך אין די ד אמות אויב איך געדענק גוט
אויך ארויס פון געגענט
ער איז געווען דער תוקע ביי מרן דער מהריט"ב זי"ע ביי די תקועות דמיושב

דער בעל תוקע אדער בעל מקריא?

מיסודו איז ער געווען א הייסער בעלזער חסיד, אבער ליעב געהאט יונק צו זיין פון יעדן צדיק.

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:55 am

ביי איינע פון די טויזענטע בריתן ווי דער סאמבאטהעלי רב איז געווען מוהל

געזהן אויך רבי משה מרדכי מקופיטשניץ ז״ל, און ראביי גלאק הי״ו
צוגעלייגטע
IMG_0449.JPG
IMG_0449.JPG (422.26 KiB) געזעהן 3421 מאל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13730
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:21 am

רבניש האט געשריבן:דער בעל תוקע אדער בעל מקריא?
מיסודו איז ער געווען א הייסער בעלזער חסיד, אבער ליעב געהאט יונק צו זיין פון יעדן צדיק.

מיר ליגט אין זכרון תוקע אבער איך וועל זיך נישט דינגען מיט איינעם וואס ווייסט אנדערש

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:32 am

רבניש האט געשריבן:
ביי איינע פון די עצרתן (וועלכע?)
פון רעכטס; הגריח״מ פריעדמאן שליט״א, והגאון רבי געציל בערקאוויטש שליט״א, דער סאמבאטהעלי רב זצ״ל, אשוי רב, און דער סטאניסלאווער רבי זצ״ל

צווישן הגריח״מ און רבי געציל שליט״א ווערט געזען ר' משה מנחם טירנויער שליט"א אין די אינגע יארן.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18195
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:41 am

האב איך הנאה צו זעהן אז די דיינים האבן געהאט אן אנערקענטן פלאץ

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 11:32 am

דער רב האט מו"ל דער ספר היקר דרשות לחם שלמה מזקינו הגאון משאמלוי
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 11:53 am

רבניש האט געשריבן:ביי איינע פון די עצרתן (וועלכע?)

לויט די קאליר פונעם טיטשיך און די פירהענג איז דאס ביי די פראטעסט אין מעדיסאן סקווער גארדען אדר תשל"ט

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13730
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:00 pm


קעפל: בילדער פון גדולי ישראל ווער ווייסט?


י יב פתגם האט געשריבן:הגה"צ רבי אשר אנשיל כ"ץ זצ"ל הי"ד אב"ד סערדאהעלי עם בני ישיבתו

רימנובער איניקעל האט געשריבן:ווער איז נעבן אים?

מילער האט געשריבן:שוין געווען דא, דער אנדערער איז ר' יחיאל וויינבערגער מסעדרהעלי זצ"ל

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 12:33 pm

דאס קוקט אויס ביי די חתונה פון חתנו הרב פאלאק מסטעטן איילענד

ער איז א לופּעני אייניקל דאכצעמיר פון די מאמע, אינעם בילד זיצן די צוויי ברודער מלופעני וואלקאן הרבנים אויש.

נעבן סאמבאטהעלי רב איז הרה״ק מסקולען זצ״ל, אויך לינקס ווערט געזהן קאפישער רב בעל ״משנת יעקב״ זצ״ל און דער ליסקער רב זצ״ל

רעכטס איז אראדער רב, מיט וועמען שמועסט ער?

אונטן דער צווייטער פון רעכטס איז הרה״ח ר׳ יקותיאל ווייס ע״ה - משב״ק סקולען.
צוגעלייגטע
IMG_0440.JPG
IMG_0440.JPG (376 KiB) געזעהן 3333 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25848
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 2:35 pm

יישר כח גדול הרב רבניש - מחיל אל חיל! א ריכטיגער איש האשכולו"ת כאשכלות הגפן פריו, ברענגט ווייטער מהאוצר המנוצר

בילדער פונעם סאמבאטהעלי רב ז"ל פון איבער די וועלט:
סאמאטהעלי רב - ערשטער פון רעכטס:
בילד
עם בנו יבדלחט"א הגה"צ מסעדרעהעלי שליט"א
בילד

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:30 pm

מיללער האט געשריבן:עם בנו יבדלחט"א הגה"צ מסעדרעהעלי שליט"א
בילד

אויף ליע קארנער ווילסאן (מ'זעהט די וויענער שוהל)

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3618
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 4:35 pm

מצבה - געשריבן על פי צוואתו
צוגעלייגטע
Sombothel.JPG
Sombothel.JPG (405.32 KiB) געזעהן 3243 מאל
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 4:36 pm

עם הגה״ק מצעהלים זצ״ל
צוגעלייגטע
IMG_0446.JPG
IMG_0446.JPG (274.17 KiB) געזעהן 3243 מאל

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 4:37 pm

הלשון האט געשריבן:מצבה - געשריבן על פי צוואתו

פארוואס ליגט נישט די רעבעצין הרבנית אינעם אוהל, און בכלל נישט אינעם סאמבאטהעלי חלקה, נאר אין ארץ ישראל ?

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3618
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 4:38 pm

האב נישט קיין השגה
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 4:46 pm

משמאל הרבנים:
אראד, בערמעהט, ? החתן, הסאמבאטהעלי רב, הרב מיאקא, הרב טירנויער שומר שבת, ? גאנץ ביים עק ר׳ שמואל זאנוויל גאלד ז״ל.

דער מיטן דריי פערטל רעקל פארענט איז איינע פון די טירנויער ברודער אדער ר׳ אלי׳ דוד אדער ר׳ יעקב יושע ע״ה.
צוגעלייגטע
IMG_0442.JPG
IMG_0442.JPG (211.63 KiB) געזעהן 3226 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25848
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 4:46 pm

רבניש האט געשריבן:דאס קוקט אויס ביי די חתונה פון חתנו הרב פאלאק מסטעטן איילענד

ער איז א לופּעני אייניקל דאכצעמיר פון די מאמע, אינעם בילד זיצן די צוויי ברודער מלופעני וואלקאן הרבנים אויש.

נעבן סאמבאטהעלי רב איז הרה״ק מסקולען זצ״ל, אויך לינקס ווערט געזהן קאפישער רב בעל ״משנת יעקב״ זצ״ל און דער ליסקער רב זצ״ל
בילד
רעכטס איז אראדער רב, מיט וועמען שמועסט ער?

אונטן דער צווייטער פון רעכטס איז הרה״ח ר׳ יקותיאל ווייס ע״ה - משב״ק סקולען.

אפשר איז דער ערשטער רעכטס דער יארמאטאר רב

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13730
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 4:48 pm

יציב פתגם האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:עם בנו יבדלחט"א הגה"צ מסעדרעהעלי שליט"א
בילד

אויף ליע קארנער ווילסאן (מ'זעהט די וויענער שוהל)

טאקע?
נתפעל צו ווערען פון דיין טביעת עין פון וו"ב


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט