רבי אליהו לופיאן זצ״ל - בעל ״לב אליהו״ - תרל״ו -תש״ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי אליהו לופיאן זצ״ל - בעל ״לב אליהו״ - תרל״ו -תש״ל

תגובהדורך רבניש » זונטאג ינואר 07, 2018 6:24 am

הגאון הצדיק המפורסם מגדולי בעלי המוסר
רבי אליהו לופיאן זצ״ל
בעל ״לב אליהו״


נולד לאביו הרבני החסיד רבי יעקב ז״ל ולאמו פריידא ע״ה בשנת תרל״ו אין א דארף גרייבו וואס איז דאן געווען מדינת פוילין.

ווען ער איז אלט געווען צען יאר זענען זיינע עלטערן ארויס וואוינען קיין אמעריקא, אבער אזוי ווי אין אמעריקא איז געווען שוואך דער אידישקייט האט ער זיך פארעקשנט אז ער וויל נישט ארויספארן וואוינען אהין, איז ער איינער אליינס א קליין אינגל פארבליבן אין געלערנט תורה ביי זיינע גרויסע רביס, ער האט זיך אויסגעדריקט אז אין יענע צייט האט ער געהאט מסירת נפש פאר תורה ווייל זיין טאטע האט אים אין אנהייב נישט געשקיט קיין שום אויסגאבן אזוי זאל ער מוזן בהכרח נאכקומען די משפחה אבער ער האט אלעס דורכגעשוויצט און שפעטער ווען דער טאטע האט גזעהן ווי ערענסט ער איז דערביי האט ער אנגעהויבן שיקן געלט ער זאל האבן מיט וואס אנצוגיין.

ער איז געגאנגען לערנען קיין קעלם ווי ער האט נאך אריינגעכאפט צו לערנען איין יאר ביים אלטן פון קעלם הגה״ק רבי שמחה זיסל זצ״ל, ווי ער האט נאך זוכה געווען צו הערן זיינע הייליגע טיפע שיחות מוסר היוצאים מלב טהור וואס האבן געשניטן געמאנט און געפאדערט פונעם מענטש, און געשטעלט דעם מענטש על דרך הישר והטובה, און רבי שמחה זיסל איז פארבליבן זיין רבי און רבי אליהו איז פארבליבן א ״קעלעמר״ מיטן גאנצן אייפער און מח.

ער איז געווארן אן איידעם ביי הצדיק רבי יצחק דוד רוטמאן זצ״ל, (שפעטער אין ירושלים) לכתחילה האט ער נישט געוואלט נעמען א בחור וואס די עלטערן זענען געפארן אויף אמעריקא, איז ער אריין צו איינע פון די גדולים פון יענע צייט הגה״ק רבי חיים ארי לייב מישקובסקי זצ״ל דער רב פון סטאוויסק, (ער איז געווען בארימט פאר א צדיק ובעל מופת דער חפץ חיים זצ״ל פלעגט פארן צו אים מקבל זיין תורה מפיו הק׳) אנפרעגן חוות דעת קדשו, און נאך פאר ער האט געהאט צייט צו פרעגן האט ער אים שוין געוואונטשן מזל טוב פאר דעם שידוך.!

נאך זיין חתונה איז ער געגאנגען וואוינען קיין קעלם ווי ער האט מיט נאך אנדערע געגרינדעט א ישיבה ווי ער האט אנגעהויבן משפיע צו זיין מיט זיינע געוואלדיגע כוחת און פייערעדיגע דרשות של חכמה ומוסר פאר די בחורים.

אויך האט ער געהאט א גרויסע השפעה אין די שטאט בכלליות ווי די בייזע ווינטן פון אלע סארטן רוחות רעות האבן זיך אריינגעכאפט, ווי די מפלגת הציונים און אנדערע מפלגת פון שלעכטס און פארדארבענקייט און ער האט געקעמפט קעגן די יונגענט חברה מיט אלע כוחות און געגרינדעט זה לעומת זה חבורת וואס זאל ראטעווען דעם נוער פון די פינצטערע חברה, זיי זענען געווארן זיינע בלוט שונאים אזוי ווייט אז איינמאל פאר סיז געווען וואלן אין די שטאט האבן זיי אים געכאפט אין זייערע הענט און געוואלט ממש דעהארגענען ער געמוזט ארויסטאנצן פון א פענצטער זיך צו ראטעווען זיין לעבן.

פון די ישיבה וואס ער האט געפירט האט ער אבער געמוזט כסדר שאפן גרויסע סכומים כדי צו קענען אנגיין מיטן באצאלן די כלי קודש און אויפהאלטונג פון די קיך וואס זיין חשובע רעבעצין האט אנגעפירט מיטן צושטעלן אלע סעודת פאר די בחורי הישיבה, האט ער געמוזט אסאך ארומפארן צו קלייבן נדבות, ביי איינע פון די נסיעות קיין לאנדאן האט מען אים פארבעטן ער זאל בלייבן אין די ישיבה ״עץ חיים״ דאן האט ער געזהן א שעת הכושר דאס אנצונעמען, ווייל היות דאס ארומרייזן אזויפיל נאך געלט האט אים געשטערט זיין פריווייט לעבן פון עבודה ולימוד התורה האט ער אנגענומען דעם אנבאט.

אין לאנדאן איז זיין רעבעצין אוועק, אבער צוליב דעם האבן זיך זיינע קינדער ארויסגעראטעוועט פונעם ברענענדיגן גהינם ווייל זיי זענען אהיים גערופן געווארן פון טעלז ווי זיי האבן געלערנט צוליב די פטירה פון זייער מאמען וואס איז געווען גלייך ביים אויסברוך פון די צווייטע וועלט מלחמה.

בשנת תש״י איז ארויף קיין ארה״ק, און גלייך האט מען גערופן אויפטרעטן מיט זיינע דרשות נלהבות וואס איז ארויסגעקומען פון זיין ריין הארץ מיט א נייעם סגנון וואס מ׳האט נאכנישט געהאט געהערט אין עיה״ק ביז דאן, מיט זיין ספעציעלן שניט אינעם על דרך חכמה ומוסר מיט דעם ווארימען מוסר ניגון.

אזוי איז ער געווארן מפורסם אלס איינע פון די גרויסע בעלי מוסר והשקפה אין עיה״ק ווי מיט זיין גוטן כח פון שפראך אין רעיונת ומחשבה, און מיט זיין קול הארי האט ער צוגעצויגן אלעמען ווי צו א מאגנאט צו הערן זיינע געוואלדיגע ווארימע שניידענדיגע שיחות מוסר.

ער איז געלאדענט געווארן אין ישיבה דקמניץ איבערצוגעבן שיחות מוסר תמידן כסדרם, ער האט זיך באזעצט אינעם בנין הישיבה ווי ער האט געוואוינט פאר פיר יאר און געגעבן זיינע מוסר שמוסן פאר די קמנציער תלמידים.

שפעטער איז ער גערופן געווארן צו דינען אלס מנהל אין די ישיבה ״כנסת יחזקיהו״ ווי ער מחנך געווען און אויפגעשטעלט תלמידם לשם ולתפארת.

רבי אליהו איז געווען א דוגמא פון דעם קעלמער דרך דער קעלעמער מהות פון שליטה עצמיות, און איינגעהאלטנקייט.

א דוגמא; ער האט געקענט כל הש״ס ומפרשים אבער ווען סיז געקומען צו א כינוס לתלמידי חכמים ווי ער איז אויך געווענדליך גערופן געווארן איז ער געבליבן די גאנצע צייט שטיל אן אריינרעדן א ווארט כדי אזוי ארויפצוארבייטן נאך מער זיין מידת הענווה.

זיין גאנצן הלוך ילך אין די ישיבה איז געווען א תורה שלימה - מסכת אחת של הדרכה והנהגה, ובפרט די הייליגע שבתים וואס די בחורים האבן געפראוועט ארום זיין גרויסן אור וואס האט ספעציעל ארויסגעשיינט און אריינגעשיינט אין די לבבות הצעירים.

טייל פון זיינע שיחות נלהבות זענען געדריקט אין ספרי ״לב אליהו״ על סדר הפרשיות, דורך זיין תלמיד חביב הגה״צ רבי שלום שבדרון זצ״ל.

ער האט זוכה געווען צו א שיבה טובה ונסתלק כ׳ אלול שנת תש״ל.

ונטמן בהר הזיתים.
צוגעלייגטע
IMG_3076.JPG
IMG_3076.JPG (27.07 KiB) געזעהן 1101 מאל

Ybl
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 03, 2018 3:37 pm

תגובהדורך Ybl » מאנטאג ינואר 08, 2018 5:02 pm

איך האב געהערט פון די נאדווערנע רבי שליט"א (ב.פ.), אז רבי אהרן קוטלער זצ"ל האט אמאל גערופן רבי אלי' זאגן א שיעור אין ישיבה האט ער ארומגערעדט אז די בחורים זאל'ן גיין מקרב זיין די פארווארפענע נשמות (שליחות), און רבי אהרן קוטלר זצ"ל האט זיך נאכדעם אויפגעשטעלט זאגן אז מען זאל לערנען ווי מער אזוי וועט זיך עס איבערינען אויף אלע ארומ'עגע... וד"ל.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5645
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג ינואר 08, 2018 5:55 pm

רבי אליה זצ"ל
bb29705d-4f28-43b7-aa81-8f30707e9a40.jpg
bb29705d-4f28-43b7-aa81-8f30707e9a40.jpg (159.29 KiB) געזעהן 1020 מאל


מיט רבי חצקל סרנא ר"י חברון
ec7f6d90-f1b7-4636-a180-172cdc939ee5.jpg
ec7f6d90-f1b7-4636-a180-172cdc939ee5.jpg (147.81 KiB) געזעהן 1020 מאל


ביי די הנחת אבן הפינה פאר זיין ישיבה כנסת יחזקיהו
d16e6e77-cb2a-41e7-8aad-c59efba1e815.jpg
d16e6e77-cb2a-41e7-8aad-c59efba1e815.jpg (112.38 KiB) געזעהן 1020 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג ינואר 08, 2018 7:38 pm

חמרא טבא האט געשריבן:ביי די הנחת אבן הפינה פאר זיין ישיבה כנסת יחזקיהו
d16e6e77-cb2a-41e7-8aad-c59efba1e815.jpg

דאס איז דער הנחת אבן הפינה ווען די ישיבה האט זיך אריבער געצויגן קיין כפר חסידים.

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מאנטאג ינואר 08, 2018 7:50 pm

ווער איז רעכטס מיטן צילינדער?
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 958
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג ינואר 08, 2018 9:09 pm

כ'האב פונקט לעצטנס געליינט אז הרה"ג ר' אלי' האט ארויפגעברענגט ר' דוב יפה ז"ל אויף די משגיח'ישע ארענע
טאקע דארט אין כנסת יחזקיהו
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג ינואר 08, 2018 10:04 pm

נו וואדע האט געשריבן:כ'האב פונקט לעצטנס געליינט אז הרה"ג ר' אלי' האט ארויפגעברענגט ר' דוב יפה ז"ל אויף די משגיח'ישע ארענע
טאקע דארט אין כנסת יחזקיהו


רבי אליהו האט אויך געראטעוועט און געגעבן א מתנה פאר די תורה וועלט דעם בארימטן הגה״ק רבי מרדכי פוגרמנסקי זצ״ל.

געווען איז דאס ביי איינע פון די רייזעס ארום די שטעט ווי רבי אליהו האט געהאלטן זיינע פייערדיגע דרשות, איז נאך איינע פון די דרשות צוגעקומען צו אים א יונג בחורל מרדכי און געזאגט אז ער וויל גיין באזוכן זיין ישיבה אין קעלם.

אבער דער בחור איז שוין געווען פערצן יאר און האט נאך קיין גמרא נישט געהאט געלערנט ווייל ער האט געהאט שטודירט אין גימענאזיום און נישט געלערנט אין קיין ישיבה, דאך ווען רבי אליהו האט גערעד מיט אים און געזען זיינע גרויסע כשרונות, האט ער באוויליגט ער זאל מיט קומען.

אבער דער בחור האט געהאט נאך א פראבלעם אויסער נישט קענען קיין ווארט לערנען האט ער געזאגט פאר רבי אליהו אז סיז אים שוין געלונגען צו ווערן א מוצלח׳דיגער ביזנעס מאן און ער האט א גוט גייענדע געשעפט פון פּעינט ממילא קען ער קיין סך צייט נישט פארברענגן אין קעלם ווייל ער קען נישט לאזן זיין ביזנעס דערלייגן אזויפיל געלט.

רבי אליהו האט צו דעם אויך מסכים געווען.

אזוי איז ער אנגעקומען מיט אים קיין קעלם ער האט אים איבערגעגעבן פאר די אלטגעזעסענע תלמידים די גוטע בעלי כשרון יעדער זאל מיט אים לערנען אביסל, איינער האט אים אויסגעלערנט אפאר שורות צו ליינען גמרא, א צווייטער אביסל פשט, און ער מיט זיינע אויסערארענדליכע כשרונות און שנעלע תפיסה האט ער און אפאר טאג געכאפט דעם גאנצן מהלך אין לערנען, אבער דאך האט ער געהאלטן און איין דערמאנען אז ער זיצט דא ווי אויף ברענעדיגע קוילן ווייל ער איילט זיך צוריק צו זיינע געשעפטן, און טאקע נאך אפאר וואכן איז דער בחור מרדכי נעלם געווארן....

אבער רבי אליהו האט שוין גזעהן אז דא רעד מען פון א כלי איינס אינדערוועלט איז ער צוריק געפארן צו זיין שטאט, און דאס מאל איז אים געלונגען אים איבערצורעדן אינגאנצן זיך אפצולאזן פון זיינע געשעפטן און צוריק אין די ישיבה אין קעלם ווי ער איז מיט זיינע עילוי׳שע כוחות געשטיגן פון די גרעסטע לייבן און איז געווארן באוויסט נאך אלס בחור אלס איינע פון די גרויסע אדירי התורה, און אלס בעל מדריגה צדיק וקדוש.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג ינואר 08, 2018 10:08 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:ווער איז רעכטס מיטן צילינדער?

דאס איז לכאו׳ דער ראש ישיבה פון כנסת יחזקיהו
הגאון רבי נח שימנוביץ זצ״ל וואס איז אוועק פליצלונג אינמיטן זיין דרשה בעת דעם חנוכת הבית פון דעם בנין.

Haklal
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מאנטאג ינואר 08, 2018 10:09 pm

א גרויסן יישר כח רבניש זייער שיין באשריבן

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 09, 2018 12:14 am

רבניש האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:ווער איז רעכטס מיטן צילינדער?

דאס איז לכאו׳ דער ראש ישיבה פון כנסת יחזקיהו
הגאון רבי נח שימנוביץ זצ״ל וואס איז אוועק פליצלונג אינמיטן זיין דרשה בעת דעם חנוכת הבית פון דעם בנין.

איז דאס נישט רב אונטערמאן?

כרם
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » דינסטאג ינואר 09, 2018 12:36 am

Haklal האט געשריבן:א גרויסן יישר כח רבניש זייער שיין באשריבן

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג ינואר 09, 2018 1:08 am

מיללער האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:ווער איז רעכטס מיטן צילינדער?

דאס איז לכאו׳ דער ראש ישיבה פון כנסת יחזקיהו
הגאון רבי נח שימנוביץ זצ״ל וואס איז אוועק פליצלונג אינמיטן זיין דרשה בעת דעם חנוכת הבית פון דעם בנין.

איז דאס נישט רב אונטערמאן?

ערגעץ מוז דאך זיין דער ראש ישיבה אליינס.

וועל מיר מוזן צו ווארטן אויף ידידינו חמרא טבא

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » דינסטאג ינואר 09, 2018 9:57 am

ליגט עפעס אין זכרון אז ער איז געווען אמאל ביים הייליגן שפת אמת זי״ע.
ווער זענען די קינדער?
לעצט פאראכטן דורך shalsheles אום דינסטאג ינואר 09, 2018 10:11 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 09, 2018 10:03 am

דער ר' נח איז דאך נעבעך אינג נסתלק געווארן.



לבי אומר לי אז דאס איז דער נעבן מייקראפאון.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 09, 2018 10:06 am

רבניש האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:ווער איז רעכטס מיטן צילינדער?

דאס איז לכאו׳ דער ראש ישיבה פון כנסת יחזקיהו
הגאון רבי נח שימנוביץ זצ״ל וואס איז אוועק פליצלונג אינמיטן זיין דרשה בעת דעם חנוכת הבית פון דעם בנין.

אינמיטן די דרשה? פון וואנעט נעמסטו דאס?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5645
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג ינואר 09, 2018 10:32 am

מיללער האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:ווער איז רעכטס מיטן צילינדער?

דאס איז לכאו׳ דער ראש ישיבה פון כנסת יחזקיהו
הגאון רבי נח שימנוביץ זצ״ל וואס איז אוועק פליצלונג אינמיטן זיין דרשה בעת דעם חנוכת הבית פון דעם בנין.

איז דאס נישט רב אונטערמאן?

אודאי געוויס
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 09, 2018 10:39 am

אין אישי האט געשריבן:
דער בילד קומט נישט ארויף

נאט אייך צוגעטשעפעט.
15375946.jpg
15375946.jpg (203.69 KiB) געזעהן 871 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5645
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג ינואר 09, 2018 10:41 am

farshlufen האט געשריבן:דער ר' נח איז דאך נעבעך אינג נסתלק געווארן.



לבי אומר לי אז דאס איז דער נעבן מייקראפאון.

כנראה האט איר רעכט (בילד פון וויקי)
Shimnovits.jpg
Shimnovits.jpg (224.91 KiB) געזעהן 868 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג ינואר 09, 2018 10:47 am

farshlufen האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:ווער איז רעכטס מיטן צילינדער?

דאס איז לכאו׳ דער ראש ישיבה פון כנסת יחזקיהו
הגאון רבי נח שימנוביץ זצ״ל וואס איז אוועק פליצלונג אינמיטן זיין דרשה בעת דעם חנוכת הבית פון דעם בנין.

אינמיטן די דרשה? פון וואנעט נעמסטו דאס?

מען האט געפראוועט דעם חנוכת ביהמ״ד (נישט דעם מעמד - נאר דער פאקטישער חינוך מיטן דערעפנונג פון די ישיבה דארט) ער האט געזאגט דעם ערשטן שיעור בהיכל הביהמ״ד החדש, און איז צאמגעפאלן גלייך דערויף צו א טאג דערויף.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג ינואר 09, 2018 10:56 am

חמרא טבא האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:דער ר' נח איז דאך נעבעך אינג נסתלק געווארן.



לבי אומר לי אז דאס איז דער נעבן מייקראפאון.

כנראה האט איר רעכט (בילד פון וויקי)
Shimnovits.jpg

דערמאנט מיך פון די הייליגע צורה פון רבי אלחנן וואסערמאן זצוק״ל

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5645
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך ינואר 10, 2018 11:00 am

רבי אליה איז זיך משתתף ביי אן הכנס"ת צו ישיבת קול תורה בראשות בגאון רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל
09251d99-e575-4a92-bd66-69ae2978c446.jpg
09251d99-e575-4a92-bd66-69ae2978c446.jpg (71.89 KiB) געזעהן 767 מאל


e13f9736-d26c-47f7-a207-d14047591159.jpg
e13f9736-d26c-47f7-a207-d14047591159.jpg (60.38 KiB) געזעהן 767 מאל


ווערט אויך געזען הגאן רבי יחזקאל אברמסקי זצ"ל
3ac1172d-5b45-4d77-8f3b-793b4ecc1ffe.jpg
3ac1172d-5b45-4d77-8f3b-793b4ecc1ffe.jpg (41.22 KiB) געזעהן 767 מאל


מקור
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5645
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך ינואר 10, 2018 11:09 am

בסוד שיח מיט רבי חצקל לעווינשטיין משגיח פוניוויזש
large1_893a45044f8e46d4bf212df73cb51c80.jpg
large1_893a45044f8e46d4bf212df73cb51c80.jpg (16.11 KiB) געזעהן 764 מאל


ווערט אויך געזען רבי דוד פוברסקי ר"י
large1_27a22ad06c0c4585863fd54fc4d34cee.jpg
large1_27a22ad06c0c4585863fd54fc4d34cee.jpg (24.3 KiB) געזעהן 764 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך ינואר 10, 2018 1:34 pm

דעם באקאנטן בילד ווי רבי אליהו פיטערט אן דעם קעציל אין הויף פון די ישיבה האט איר נישט?

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5645
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך ינואר 10, 2018 1:35 pm

רבניש האט געשריבן:דעם באקאנטן בילד ווי רבי אליהו פיטערט אן דעם קעציל אין הויף פון די ישיבה האט איר נישט?

6b18f603-902f-45be-90a6-655596e02af4.jpg
6b18f603-902f-45be-90a6-655596e02af4.jpg (168.19 KiB) געזעהן 740 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך ינואר 10, 2018 7:58 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:דעם באקאנטן בילד ווי רבי אליהו פיטערט אן דעם קעציל אין הויף פון די ישיבה האט איר נישט?

6b18f603-902f-45be-90a6-655596e02af4.jpg

דארף איינער ברענגן די מעשה וואס איז באהאלטן אונטער דעם קעציל.....

אפשר באלד וועלן מיר עס אהערשטעלן (פון ר׳ לייביש ליש שבת פארציילונגען)


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 7 געסט