גדולי ישראל וואס זענען געזיצן א גאנצן טאג מיט די תפילין

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

גדולי ישראל וואס זענען געזיצן א גאנצן טאג מיט די תפילין

תגובהדורך סידיראם » זונטאג יולי 15, 2018 1:29 pm

עס איז נישט קיין געווענליכע ערשיינונג, אבער דאך זענען געווען גדולי ישראל וואס זענען געזיצן א גאנצן טאג מיט די תפילין, זיך פירנדיג בקדושה ובפרישות מיט מחשבות קדושות וטהורות, וחבוש פאר על ראשם צו האבן די יראת שמים א גאנצן טאג, וואס וועגן דעים האבן זיי נישט אפגעטאהן פון זיך די תפילין פון צופרי ביז ביינאכט.

איך הייב אן פון וואס איך ווייס פון די לעצטערע צייטן.

הצדיק הקדוש חסידא ופרישא אדמו"ר מסטראזשניץ קליוולאנד זצ"ל, וואס איז געזיצן מיט די טלית ותפילין פון צופרי ביז ביינאכט, ער פלעגט יעדן טאג אריינקומען געבן א שיעור פאר די בחורים אנגעטאהן מיט די טלית ותפילין.

לעצנטס איז נפטר געווארן הגאון המקובל ר' שרי' דבליצקי זצ"ל וואס איז אויך געזיצן א גאנצן טאג מיט די תפילין.

אין ארץ ישראל איז באקאנט די קהילת זילבערמאן מיסודו פון ר' יצחק שלמה זילבערמאן וואס האט זיך פאררופן אלס ממשיך דרכו פונעם גר"א זי"ע וואס ער האט איינגעפירט אין זיין קהילה אז יעדער זאל גיין א גאנצן טאג מיט די תפילין.

פון פריערדיגע דורות איז באקאנט נאך אסאך וואס מען דארף דאס צוזאמנעמען אויף איין פלאץ. דאכט זיך מיר אז דער אר"י הקדוש איז אויך געזיצן א גאנצן טאג מיט די טלית ותפילין.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אינטערשריפט
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 03, 2018 7:11 pm

תגובהדורך אינטערשריפט » זונטאג יולי 15, 2018 1:34 pm

געווען גדולי ישראל וואס האבן אויך געלייגט תפילין ביי מנחה ....דאס איז געווען די הייליגער חכם צבי זי"ע ער האט געלייגט די תפילין פון שימושה רבא ביי מנחה......אין ביי שחרית האט ער געלייגט רש"י און ר"ת תפילין אינאיינעם
לעצט פאראכטן דורך אינטערשריפט אום זונטאג יולי 15, 2018 1:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
איינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4932
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג יולי 15, 2018 1:38 pm

סידיראם האט געשריבן:אין ארץ ישראל איז באקאנט די קהילת זילבערמאן מיסודו פון ר' יצחק שלמה זילבערמאן וואס האט זיך פאררופן אלס ממשיך דרכו פונעם גר"א זי"ע וואס ער האט איינגעפירט אין זיין קהילה אז יעדער זאל גיין א גאנצן טאג מיט די תפילין.

די קהלה גיייט אן?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » זונטאג יולי 15, 2018 1:40 pm

יא עס האט בערך 150-200 משפחות, מפי השמועה. חוץ דעים האבן זיי א תלמוד תורה מיט א ישיבה קטנה ווי מען לערנט בשיטת זילבערמאן (קיין ווארט גמרא ביז מען ענדיגט נישט גאנץ תנ"ך, דאס איז א שמועס פאר זיך שאין כאן מקומו).
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » זונטאג יולי 15, 2018 1:41 pm

הגר"א מוילנא ז"ל האט עס געהאלטן ממש פאר א חיוב.

גם זה יעבור
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

תגובהדורך גם זה יעבור » זונטאג יולי 15, 2018 1:42 pm

כ''ק הגה''צ ר' שמואל זאב ליכטער מ''מ חותנו - ואבד''ק כונת הלב שליט''א זיצט רוב טאג מעוטף בטלית ותפילין אין זיין ספרים שטוב

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18030
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג יולי 15, 2018 1:49 pm

די ערשטע מאל געזען א בילד וואו מ'האט א בית'ל אויף תפילין

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » זונטאג יולי 15, 2018 1:51 pm

צד תמות האט געשריבן:הגר"א מוילנא ז"ל האט עס געהאלטן ממש פאר א חיוב.


ווי שטייט דאס?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אבן יקרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » זונטאג יולי 15, 2018 2:02 pm

הג"ר חיים שאול גריינמן זצ"ל רוב טאג געזעצן מיט טו"ת

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » זונטאג יולי 15, 2018 2:04 pm

סידיראם האט געשריבן:עס איז נישט קיין געווענליכע ערשיינונג, אבער דאך זענען געווען גדולי ישראל וואס זענען געזיצן א גאנצן טאג מיט די תפילין, זיך פירנדיג בקדושה ובפרישות מיט מחשבות קדושות וטהורות, וחבוש פאר על ראשם צו האבן די יראת שמים א גאנצן טאג, וואס וועגן דעים האבן זיי נישט אפגעטאהן פון זיך די תפילין פון צופרי ביז ביינאכט.

איך הייב אן פון וואס איך ווייס פון די לעצטערע צייטן. .......................


הרהגה"צ ר חיים פנחס שיינבערג זצ"ל מורה הוראה בקרית מאטערסדארף

-------------------------------
סידיראם האט געשריבן:יא עס האט בערך 150-200 משפחות, מפי השמועה. חוץ דעים האבן זיי א תלמוד תורה מיט א ישיבה קטנה ווי מען לערנט בשיטת זילבערמאן (קיין ווארט גמרא ביז מען ענדיגט נישט גאנץ תנ"ך, דאס איז א שמועס פאר זיך שאין כאן מקומו).

זיי האבען אויסגעשפילט די ממשלת הרשעה און זיך קובע מקום געווען לתורה ותפלה אין די חורבת ר' יודא החסיד וואס די ממשלה האט איבערגעבויט
אויף צי מאכען דערפין א מוזיואם

אוצרות ליסקא
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 10:49 am

תגובהדורך אוצרות ליסקא » זונטאג יולי 15, 2018 2:05 pm

אא"ז בעל טל חיים והברכה מליסקא זי"ע

צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » זונטאג יולי 15, 2018 2:20 pm

סידיראם האט געשריבן:
צד תמות האט געשריבן:הגר"א מוילנא ז"ל האט עס געהאלטן ממש פאר א חיוב.


ווי שטייט דאס?

מעשה רב .pdf
(162.18 KiB) דאונלאודעד 49 מאל

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » זונטאג יולי 15, 2018 2:45 pm

געשיקטער האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:עס איז נישט קיין געווענליכע ערשיינונג, אבער דאך זענען געווען גדולי ישראל וואס זענען געזיצן א גאנצן טאג מיט די תפילין, זיך פירנדיג בקדושה ובפרישות מיט מחשבות קדושות וטהורות, וחבוש פאר על ראשם צו האבן די יראת שמים א גאנצן טאג, וואס וועגן דעים האבן זיי נישט אפגעטאהן פון זיך די תפילין פון צופרי ביז ביינאכט.

איך הייב אן פון וואס איך ווייס פון די לעצטערע צייטן. .......................


הרהגה"צ ר חיים פנחס שיינבערג זצ"ל מורה הורא

געהערט פון א איד וואס געדענקט רב שיינבערג נאך פאר ער האט זיך געלאזט וואקסן א בארד פלעגט ער זיצן זומער אין קאנטרי אונטער א בוים די גאנצע טאג מעוטף בטו״ת און עוסק געווען בתורה

real estate
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2015 10:54 am

תגובהדורך real estate » זונטאג יולי 15, 2018 6:38 pm

סידיראם האט געשריבן:יא עס האט בערך 150-200 משפחות, מפי השמועה. חוץ דעים האבן זיי א תלמוד תורה מיט א ישיבה קטנה ווי מען לערנט בשיטת זילבערמאן (קיין ווארט גמרא ביז מען ענדיגט נישט גאנץ תנ"ך, דאס איז א שמועס פאר זיך שאין כאן מקומו).

אפשר איז יא כדי אויסצושמיסען וואס די שיטה איז בכלל. אין בפרט האב איך שוין לאנג געוואלט עפענען א אשכול פארוואס מהאט אופגעהערט לערנען נ"ך ביי די קינדער. א עיקר חלק פון די תורה וואס רוב עולם האט נישט קיין אנונג וואס עס טוט זיך דארט. אינטערסאנט אז מיין טאטע זאגט ווען ער איז געווען א אינגל אין סאטמאר חדר איז געווען א געהעריגע שיעור אויף נ"ך וואס מען פלעגט פארהערן סוף וואך.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פיצי קעפעלע, פישל און 5 געסט