רבי מרדכי אהרן שיינבערגער זצ"ל מנקיי הדעת שבירושלים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 10:32 am

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
אנא עבדא האט געשריבן:ער איז געוועהן בן הגה"ח רבי יוסף חיים שיינבערגער זצ"ל וחתן הגה"ח רבי שמואל דייטש זצ"ל.

אויב קענט איהר אביסל מרחיב זיין איבער זיי, וער זענען זיי געוועהן? און פון ווי שטאמען זיי?

ר' מנחם מאניש שיינברעגער ב"ר ברוך זצ"ל נולד שנת תר"ג בעיירה טרושגעד מחשובי תלמידי הכת"ס, און רבי הלל קאלאמייער, אנגעקומען אין ארץ ישראל פון פרעשבורג שנת תרכ"ו
נפטר ב' ניסן תרנ"ט
בנו ר' יוסף חיים שיינבערגער נולד בשנת תרל"ג נפטר י"ז אייר תש"ו
זוגתו מרת זלטא בת הגאון רבי ישעי' אורנשטיין זצ"ל ראש ישיבת אהל משה.
ובזיווג שני נישא למרת נחמה בת הגאון רבי מרדכי לידר זצ"ל מגדולי תלמידי בעל יסוד העבודה
בנו ר' מרדכי אהרן נולד ניסן תרפ"ו
נישא לבת אחותו שרה זיסל אשת גיסו הגה"צ ר' שמואל דייטש [נולד בחודש אדר תרנ"ו לביו מו"ה יהודא אריה ב"ר יוסף דייטש מחסידי צאנז ולאמו מרת רייצא בת רבי ברוך אברהם בינדיגער נו"נ לבעל בית שמואל ומצאצאי המהרש"א, בעיר סטראפקוב שבאונגרין, עלה לארץ ישראל עם אביו בחודש כסלו תרס"ו, נלב"ע בצעירותו בח' מרחשוון תש"ד)

גענוג?
אם לא, עוד חזון למועד אם יספיק הזמן....
לעצט פאראכטן דורך זענדל אום דינסטאג אוגוסט 20, 2019 11:02 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

וויי. יו. על. (YUL)
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 12:29 pm

תגובהדורך וויי. יו. על. (YUL) » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 10:58 am

זענדל האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
אנא עבדא האט געשריבן:ער איז געוועהן בן הגה"ח רבי יוסף חיים שיינבערגער זצ"ל וחתן הגה"ח רבי שמואל דייטש זצ"ל.

אויב קענט איהר אביסל מרחיב זיין איבער זיי, וער זענען זיי געוועהן? און פון ווי שטאמען זיי?

ר' מנחם מאניש שיינברעגער ב"ר ברוך זצ"ל נולד שנת תר"ג בעיירה טרושגעד מחשובי תלמידי הכת"ס, רבי הלל קאלאמייער, און רבי יוסף חיים זאננפעלד, אנגעקומען אין ארץ ישראל פון פרעשבורג שנת תרכ"ו
נפטר ב' ניסן תרנ"ט
בנו ר' יוסף חיים שיינבערגער נולד בשנת תרל"ג נפטר י"ז אייר תש"ו
זוגתו מרת זלטא בת הגאון רבי ישעי' אורנשטיין זצ"ל ראש ישיבת אהל משה.
ובזיווג שני נישא למרת נחמה בת הגאון רבי מרדכי לידר זצ"ל מגדולי תלמידי בעל יסוד העבודה
בנו ר' מרדכי אהרן נולד ניסן תרפ"ו
נישא לבת אחותו שרה זיסל אשת גיסו הגה"צ ר' שמואל דייטש [נולד בחודש אדר תרנ"ו לביו מו"ה יהודא אריה ב"ר יוסף דייטש מחסידי צאנז ולאמו מרת רייצא בת רבי ברוך אברהם בינדיגער נו"נ לבעל בית שמואל ומצאצאי המהרש"א, בעיר סטראפקוב שבאונגרין, עלה לארץ ישראל עם אביו בחודש כסלו תרס"ו, נלב"ע בצעירותו בח' מרחשוון תש"ד)

גענוג?
אם לא, עוד חזון למועד אם יספיק הזמן....

אין די "למשפחותם לבית אבותם" ח"א (תולדות משפחות מיוחסות בישראל) - איז דא א גאנצע מאמר איבער משפחת שיינבערגער (שאנבערגער)

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1996
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:13 am

איך פלעג מיר דרייען נעבן א ירושלימ'ער איד לאויוש"ט, אלעמאל פלעגט ער רעדן פון 'ר' מרדכי אהרן שעינבערגער' מיט אזא הערצה, ער האט מיר געזאגט אז ער פלעגט לערנען צומאל בחברותא מיט אים, חוץ די הייליגע תורה האט גארנישט עקזיסטירט.

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:15 am

ווי אלט איז ער געווען

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:24 am

דברים אלו האט געשריבן:ווי אלט איז ער געווען

זענדל האט געשריבן:בנו ר' מרדכי אהרן נולד ניסן תרפ"ו
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אביונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:33 am

אויב איינער קען מעלדן פאר קאל הוואסער, דער אזוי געקרוינטער ווארטזאגער פון כלל ישראל, איבער די פטירה פון דעם אדם גדול

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 12:24 pm

וויי. יו. על. (YUL) האט געשריבן:
זענדל האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
אנא עבדא האט געשריבן:ער איז געוועהן בן הגה"ח רבי יוסף חיים שיינבערגער זצ"ל וחתן הגה"ח רבי שמואל דייטש זצ"ל.

אויב קענט איהר אביסל מרחיב זיין איבער זיי, וער זענען זיי געוועהן? און פון ווי שטאמען זיי?

ר' מנחם מאניש שיינברעגער ב"ר ברוך זצ"ל נולד שנת תר"ג בעיירה טרושגעד מחשובי תלמידי הכת"ס, רבי הלל קאלאמייער, און רבי יוסף חיים זאננפעלד, אנגעקומען אין ארץ ישראל פון פרעשבורג שנת תרכ"ו
נפטר ב' ניסן תרנ"ט
בנו ר' יוסף חיים שיינבערגער נולד בשנת תרל"ג נפטר י"ז אייר תש"ו
זוגתו מרת זלטא בת הגאון רבי ישעי' אורנשטיין זצ"ל ראש ישיבת אהל משה.
ובזיווג שני נישא למרת נחמה בת הגאון רבי מרדכי לידר זצ"ל מגדולי תלמידי בעל יסוד העבודה
בנו ר' מרדכי אהרן נולד ניסן תרפ"ו
נישא לבת אחותו שרה זיסל אשת גיסו הגה"צ ר' שמואל דייטש [נולד בחודש אדר תרנ"ו לביו מו"ה יהודא אריה ב"ר יוסף דייטש מחסידי צאנז ולאמו מרת רייצא בת רבי ברוך אברהם בינדיגער נו"נ לבעל בית שמואל ומצאצאי המהרש"א, בעיר סטראפקוב שבאונגרין, עלה לארץ ישראל עם אביו בחודש כסלו תרס"ו, נלב"ע בצעירותו בח' מרחשוון תש"ד)

גענוג?
אם לא, עוד חזון למועד אם יספיק הזמן....

אין די "למשפחותם לבית אבותם" ח"א (תולדות משפחות מיוחסות בישראל) - איז דא א גאנצע מאמר איבער משפחת שיינבערגער (שאנבערגער)

ייש"כ, זייער שיין און אינטערסאנט.

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 12:34 pm

זענדל האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
אנא עבדא האט געשריבן:ער איז געוועהן בן הגה"ח רבי יוסף חיים שיינבערגער זצ"ל וחתן הגה"ח רבי שמואל דייטש זצ"ל.

אויב קענט איהר אביסל מרחיב זיין איבער זיי, וער זענען זיי געוועהן? און פון ווי שטאמען זיי?

ר' מנחם מאניש שיינברעגער ב"ר ברוך זצ"ל נולד שנת תר"ג בעיירה טרושגעד מחשובי תלמידי הכת"ס, רבי הלל קאלאמייער, און רבי יוסף חיים זאננפעלד, אנגעקומען אין ארץ ישראל פון פרעשבורג שנת תרכ"ו
נפטר ב' ניסן תרנ"ט
בנו ר' יוסף חיים שיינבערגער נולד בשנת תרל"ג נפטר י"ז אייר תש"ו
זוגתו מרת זלטא בת הגאון רבי ישעי' אורנשטיין זצ"ל ראש ישיבת אהל משה.
ובזיווג שני נישא למרת נחמה בת הגאון רבי מרדכי לידר זצ"ל מגדולי תלמידי בעל יסוד העבודה
בנו ר' מרדכי אהרן נולד ניסן תרפ"ו
נישא לבת אחותו שרה זיסל אשת גיסו הגה"צ ר' שמואל דייטש [נולד בחודש אדר תרנ"ו לביו מו"ה יהודא אריה ב"ר יוסף דייטש מחסידי צאנז ולאמו מרת רייצא בת רבי ברוך אברהם בינדיגער נו"נ לבעל בית שמואל ומצאצאי המהרש"א, בעיר סטראפקוב שבאונגרין, עלה לארץ ישראל עם אביו בחודש כסלו תרס"ו, נלב"ע בצעירותו בח' מרחשוון תש"ד)

גענוג?
אם לא, עוד חזון למועד אם יספיק הזמן....

א ייש"כ, אבער אז ר' מנחם מאניש שיינברעגער זאל זיין א תלמיד פון רבי יוסף חיים זאננפעלד צריך ביאור, ווייל ר' מנחם מאניש איז געבוירן תר"ג און געווען 6 יאר עלטער פאר אים.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 12:37 pm

זארג נישט האט געשריבן:
א ייש"כ, אבער אז ר' מנחם מאניש שיינברעגער זאל זיין א תלמיד פון רבי יוסף חיים זאננפעלד צריך ביאור, ווייל ר' מנחם מאניש איז געבוירן תר"ג און געווען 6 יאר עלטער פאר אים.

כ'גלויב אז מען מישט מיט אן אייניקל שנקרא ע"ש
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 958
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 1:01 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:הרה"ג מנקיי הדעת בירושלים ומפאריה רבי מרדכי אהרן שיינבערגער

איי איי הגה"צ ר' מרדכי אהרן איז שוין אויך נישטא , אויב איז נאך דא היינט אזא זאך אווי ירושלים של מעלה איז ר' מרדכי אהרן זיכער געווען פון די סאמע אויבערשסטע ביים שטייסל

א איד וואס מ'האט געקענט באמת מעיד זיין אויף אים "כל רז לא אניס ליה" צו איז עס געווען ש"ס בבלי ירושלמי ספרא ספרי תוספתא , ד' חלקי שו"ע ראשונים ואחרונים און אפילו היינטיגע לומדישע ספרים האט ער געקענט אויף אויסעווייניג

א איד וואס האט זיך נישט אוועקגערירט כקוצו של יו"ד פונעם שו"ע , חסידא ופרישא שייף על שייף זך ונקי פשוטו כמשמעו , און ווער רעדט נאך פון זיין איידלקייט זיין ענוות חן זיין מאיר פנים זיין פאר יעדעס קליין קינד , געבן א גוטע הרגשה פאר יעדן בר נש , מאכן יענעם פילן אווי יענער איז 10 מאל גרעסער פון עימען , גאר א געוואלדיגע פארלוסט פאר כלל ישראל און פאר ירושלים בפרט

געווען דער באקאנטער פארהערער בה"א הידועה אין ארצינו הקדושה , געקומען פארהערן אלעס און אלסדונג שטייטצעך אומצוגעגרייט בכלל ,מיט א געוואלדיגע הארת פנים , געמאכט יעדן פילן גוט און אז מ'האט גאר גוט געקענט , ס'איז א אמת'דיגע אבידה שאין לה תמורה

זעמיר געזיצן ביינעים א היפשע פאר מאל פארברענגט בדברי תורה און סתם ענינים פאר שעות לאנג ווען מ'האט פארברענגט איבער סתם ענינים האט ער אזוי אביסל מיטגערעדט אבער גאר קורץ און שארף , נישט קיין איבריגע דיבורים , אבער ווען מ'האט זיך גענומען רעדן אין לערנען איז אויפגעשטאנען א נייער מענטש פיל מיט חיות זיך גע'טענה'ט הויעך אויפן קול (אבער קיינמאל געשריגן אפילו בטעות נישט) געברענגט ראיות , צו ווארפן בנינים א.א.וו.
כ'געדענק זעמיר געווען ביינעים א 3-4 יאר צוריק איז ער שוין געווען היפש שוואך , שטייצעך בינעך געקומען היפש צוגעגרייט ( אזוי ווי אלע וואס פרובירן זיך אהערצושטעלן :) געדענק איך האבעך נאכגעזאגט עפעס א גמרא אין סוטה און אויף וועכע דף ס'שטייט , האט ער מיר אזוי שיין געזאגט, כאב שוין נישט געלערנט די גמרא 3 יאר אבער כ'מיין סיז א דף ארויפציהר און מיר אפילו געזאגט וועכע שורה ס'שטייט האבעך אים געזאגט אז כאב עס אקורשט געלערנט און ס'שטייט יא אויפן דף וואס כאב געזאגט איז ער אליינס צוגעגאנגן צום שאפע ארויסגענומען א מס' סוטה ( שטייטצעך ער האט מיר נישט געלאזט אליינס נעמען ווען כאמיר איינגעבעטן ווייל....ס'נישט קיין כבוד, אוי לי ) און וואס מיינט איר , אודאי איז ער געווען גערעכט כאב מיר געהאט פארמישט מיט א דף , ווען מ'וואלט געשטאכן ר' מרדכי אהרן וואלט זיך געגאסן דפים על גבי דפים גמרא.

אזוי אויך געדענק איך זעמיר געוען א היפשע פאר יאר צוריק אויף סוכות אין ירושלים זעמיר אים געווען באזוכן מיט מיין ב"ב , האט ער זיך אנטשולדיגט אז זיין ווייב פילט זיך נישט גוט סאו זי קען נישט ארויסקומען (מיר זענען געזיצן ביינעים אין די סוכה אין חצר ) האט ער אפגעשיילט א עפל פאר מיין ב"ב און געבעטן אז זי זאל מאכן הויעך א ברכה אז ער זאל קענען ענטפערן אמן (פארגעסטס ניש אז דא רעדט מען פון א איד וואס איז געעוען פון די גאר געהויבענע ירושלימע'ר קנאים , א עכטער אמאליגער פרומער מיט אלע פיטשיווקעס)
נאכער האט ער מיר פארציילט וויזוי ער האט געלערנט תורה מתוך הדחק בשנת תש"ח ווען די הארמאטן פון די ירדנ'ער זענען געפאלן העכער זיין קאפ , איז ער געזעצן אונטערן טיש פון זיין ד' על ד' דירה בינעזאם מיט זיין ווייב און געהאקט שטיקער ער האט מיר געזאגט אז ער האט יעמאלטס מסיים געווען אפאר מסכתות אזוי אונטערן טיש (ער האט מיר זיי אלע אויסגערעכנט צווישן זיי יבמות און קידושין אבער כ'געדענק נישט אלע ) נאכדעם האט ער צוגעלייגט אז ער דערציילט מיר עס ניש חלילה זיך גרויס צוהאלטן ער וויל נאר אריינגעבן א חשק פון תורה פאר אינגעלייט וואס קומען ארויף צו אים !

אויך האט ער מיר דערציילט אז ווען ער איז געקומען די ערשטע מאל קיין אמעריקע צום סאטמאר'ן רבי'ן ז"ל ( א עקסטערע שמועס פארלאנגט זיך אויף זיין געוואלדיגע התקשרות צום רבי'ן ממש אווי די אמאליגע געהויבענע חסידים וואס מ'ליינט אין די מעשה ביכלעך) איז ער געזיצן אין 500 בעדפארד און געלערנט איז צוגעקומען צונעים ר' אביגדור יאקאבאוויטש ע"ה און אים געפרעגט צו ער הייסט מרדכי אהרן שיינבערגער האט ער אים גע'ענטפערט , יא פארוואס , זאגט אים ר' אביגדור אז די רבי האט אים יעצט געלאזט רופן און האט אים געזאגט , ס'דרייט זיך דא ארום א איד ער הייסט ר' מרדכי אהרן שיינבערגער כ'קאן אים גוט און ער איז א איד וואס מ'קען אים נישט כאפן ביי א תוס' אין ש"ס מילא זאל ער אים ארויסהעלפן און ער האט אים טאקע געהאלפן צוזאםשטעלן א שיינער סכום פאר יענע צייט , האט ר' מרדכי אהרן אויסגעפירט, "אזוי האט סאמארער רב געזאגט אויף מיר , איך אליינס ווייסעך ניש צו סיז אזוי ווייט אמת" ........

אויך געדענק איך האמיר דעמאלטס דורכגעטוהן אויב סיז געווען א סוכה בעזרה פאר די כהנים (א באקאנטע מחלוקת הראשונים ) איז ער אריין אין זיין הויז און ארויסגעברענגט צו די סוכה א גאנצע פאק מיט ספרי אחרונים וואס טוען דורך די סוגיא ער האט נישט געדארפט מישן קיין איין ספר צו סאך ער האט גראד געוואוסט אווי ס'שטייט , כאב אים יעמאלטס נאכגעזאגט פון רבי ר' יונתן א שיינע ראי' פון רמב"ם אז סיז פשטות נישט געווען קיין סוכה בעזרה , ער האט נישט געהאט געוואוסט דערפון האט ער זיך באדאנקט אפאר מאל פארן עס נאכזאגן , געגעבן די הרגשה אזוי ווי כ'וואלט אים ממש מחי' נפש געווען , אה מי יתן לנו תמורתו

סיז נאך דא אסאך צושרייבן וועגן דעם אדם גדול בענקים וואס אונז האמיר נאך געהאט די זכי' צו האבן בדורינו, א צדיק אמת וואס האט גארנישט געמאכט פון זעך, זאל ער זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע אכיה"ר
לעצט פאראכטן דורך נו וואדע אום מאנטאג אוגוסט 19, 2019 1:24 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

אנא עבדא
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

תגובהדורך אנא עבדא » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 1:08 pm

farshlufen האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:
א ייש"כ, אבער אז ר' מנחם מאניש שיינברעגער זאל זיין א תלמיד פון רבי יוסף חיים זאננפעלד צריך ביאור, ווייל ר' מנחם מאניש איז געבוירן תר"ג און געווען 6 יאר עלטער פאר אים.

כ'גלויב אז מען מישט מיט אן אייניקל שנקרא ע"ש

לענ"ד איד דאס נישט קיין סתירה.
אלע יודען און די אלט'ן ישוב און ירושלים, יונג און אלט - זענען אלע געוועהן תלמידים פון הגרי"ח זאנענפעלד.

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 1:13 pm

מוז עס דענמאלט מיינען אז ער איז געזעצן ביי זיין שיעור, און נישט נאר מקבל מרות געווען. אבער פון ווי עס איז געשריבן זעט עפעס אויס ווי ער איז געווען זיינס א תלמיד גלייך ווי ער איז געווען א תלמיד פון כתב סופר און רבי הלל קאלאמייער.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 1:17 pm

נו וואדע האט געשריבן:סיז נאך דא אסאך צושרייבן וועגן דעם אדם גדול בענקים וואס אונז האמיר נאך געהאט די זכי' צו האבן בדורינו, א צדיק אמת וואס האט גארנישט געמאכט פון זעך, זאל ער זיין א מלץ יושר פאר אונז אלע אכיה"ר

יישר כח פאר אייער הערליכער, באלערנדער באשרייבונג.

ווי אלט איז ער געוועזן?
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 1:32 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:הרה"ג מנקיי הדעת בירושלים ומפאריה רבי מרדכי אהרן שיינבערגער

בד"ה
האמיר זוכה געווען צו עסן ביי אים שבת צופרי עטליכע מאל אין זיין קליינטשיגע דירה אין די אונגארישע הייזער. ס'לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל ווי אזא גאון האט זיך אראפגעלאזט צו אונז בחורים, זייענדיג א זקן מופלג און מ'האמיר געשמועסט ווי חברים על דא ועל הא.
כ'דערמאן מיך אמאל ביי די סעודה האט איינער נאכגעזאגט א מימרא אז ס'שטייט אין ירושלמי אזוי און אזוי, און ר' מרדכי אהרן האט זיך אנגעריפן "נישטא אזא ירושלמי". ס'האט מיר געגעבן א טרייסל טראכטענדיג מיט וועם מ'פארברענג מיר דא, א איד וואס קען ירושלמי אויסענווייניג!
אויך פלעג מיר צומאל גיין הערן זיין שלש סעודות תורה אין מונקאטשע בית מדרש.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 1:34 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 1:40 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:מו"ץ העדה החרדית.

ווער ס'האט אים נישט געקענט, וועט קיינמאל נישט וויסן וואס דער טיטל 'מנקיי הדעת שבירושלים' באדייט בכלל.

נישט די געווען קיין מו"ץ. און אגב, ס'פעלט נישט אויס אוועקצומאכן אנדערע. ס'זענען געווען (און נאכאלץ דא) מערערע נקיי הדעת, כל אחד מיט זיין גדלות.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 1:44 pm

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
אנא עבדא האט געשריבן:ער איז געוועהן בן הגה"ח רבי יוסף חיים שיינבערגער זצ"ל וחתן הגה"ח רבי שמואל דייטש זצ"ל.

אויב קענט איהר אביסל מרחיב זיין איבער זיי, וער זענען זיי געוועהן? און פון ווי שטאמען זיי?

איך געדענק אזויפיל אז מ'האט געשמועסט אז זיין טאטע איז אויך געווען א גרויסע גאון

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 1:55 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:הרה"ג מנקיי הדעת בירושלים ומפאריה רבי מרדכי אהרן שיינבערגער

בד"ה

כאגעהאט די זכיה אים צובאזוכן די יאר די וואך פון ל"ג בעומר ווען איך בין געווען אין ארה"ק.

בייגעלייגט א בילד פון דארט.
צוגעלייגטע
IMG-20190531-WA0261-0.jpg
IMG-20190531-WA0261-0.jpg (41.46 KiB) געזעהן 3808 מאל
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 2:01 pm

א בילד פון דאס יאר, זונטאג נאך ל"ג בעומר. (פריער געשטעלט אינעם בד"ה אשכול)
צוגעלייגטע
IMG-20190531-WA0261-0.jpg
IMG-20190531-WA0261-0.jpg (41.46 KiB) געזעהן 1027 מאל
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 2:40 pm

בד"ה
ליידער נאך א דמות פון א פארצייטישע ערליכע איד, וואס קיין שום טיטל איז נישט צופיל אויף אים, און דאך איז ער אלע יארן געווען נאר ר' מרדכי אהרן, איז שוין ליידער אויך נישטא מיט אונז.

ס'איז א זמן זיך צו כאפן אין די הענט, און פרובירן עטוואס ממלא זיין דעם ריזן חלל וואס איז געשאפן געווארן מיט זיין הסתלקות.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 2:48 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:הרה"ג מנקיי הדעת בירושלים ומפאריה רבי מרדכי אהרן שיינבערגער

ווי אלט איז ער געווען?

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 2:51 pm

מענטשאלע האט געשריבן:
סאברע האט געשריבן:
מענטשאלע האט געשריבן:ביים שיעור פון הראב"ד מקודש הגר"ד יונגרייז אויפן זעלבן באנק מיט ידי נפשו הגרי"י בלויא בעל פתחי חושן זצוק"ל אין די יונגע יאהרן

ווער פון די בילד איז רבי מרדכי אהרן ??

דער מיט די ירושלימע'ר יארמולקע אנטקעגן רבי דוד יונגרייז זצוק"ל, דער נעבן רבי דוד איז הגר"י בלויא, און נעבן אים אויפן זעלבן באנק איז רבי מרדכי הערש שיינברגר

קען איינער ארויפשרייבן ביטע אויפן בילד ווער ס'איז ווער?

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 2:52 pm

דריידל האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:הרה"ג מנקיי הדעת בירושלים ומפאריה רבי מרדכי אהרן שיינבערגער

אויך פלעג מיר צומאל גיין הערן זיין שלש סעודות תורה אין מונקאטשע בית מדרש.

ער איז געווען א מונקאטשער חסיד? אדער א ירושלמי'ער ליטווישער

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 4:13 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:הרה"ג מנקיי הדעת בירושלים ומפאריה רבי מרדכי אהרן שיינבערגער

אויך פלעג מיר צומאל גיין הערן זיין שלש סעודות תורה אין מונקאטשע בית מדרש.

ער איז געווען א מונקאטשער חסיד? אדער א ירושלמי'ער ליטווישער

קיין ליטווישער זיכער נישט, ער איז געווען אן אונגארישע אפשטאמיגער און כמעט זיכער אז ער איז געגאנגן ווייסע זאקן שבת.
איך ווייס נישט ווי ער איז אנגעקומען קיין מונקאטש אבער ער פלעגט דארט דאווענען און אויך ווען ער איז געווען אין אמעריקא איז ער געקומען צו די תפילות און טישן

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 4:15 pm

ס'איז דא עפעס מונקאטשע דארט אויף יואל?... נישט וואס איך ווייס.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט