ר' משולם פייש סג"ל לעווי זצ"ל (הראשון) אב"ד טאהש - כ"ח סיון

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 9:43 pm

יעקעלע פוקס האט געשריבן:
אבער היות ר' לייזער'ל איז געוועהן דארט אין טאהש געדינט אלץ דומ"ץ און בכלל געוועהן טעטיג בכל הענינים, געוועהן דעם פאטער ר' אלימלך'ס רעכטע האנט, איז געוועהן א שטילע אפמאך צווישן זעך אז מ'וועט זיל משדך זיין! דהיינו דער עלסטער זוהן פון ר' מרדכי (דהיינו ר' משולם פייש השני זצ"ל) מיט די טאכטער פון ר' לייזער'ל (און לויט פארשידענע קוועלער איז די שידוך שוין צושטאנד געקומען, אבער היות דער רבי האט געדארפט אפיציעל איינרוקען (אבער ער האט דאס אויסגעמיטען ביים אנטלויפען) איז דאס געבליבען נישט אפיציעל) און דערנאך וועט דאס רבנות גיין פאר'ן רבי'ן אלץ קינד און איידעם פון די ביידע ברודער.

אבער ליידער האט היטלער ימ"ש געמאכו א סוף צו דיזען פלאן! אבער די רבי הרה״ק ר' משולם פייש השני זי"ע איז אריבער נאכ'ן קריג (נאך אלץ בחור) קיין טאהש ווי עס איז ליידער נאר איבערגעבליבען די פאר אבל'טע ליידיגע חרוב'דיגע ביהמד"ר ביה"ח וכדו' די בארויבטע הייזער און די וויסטע דארף, איז נישט געוועהן וואס צו טוהן דארט, אבער ער האט פארט געבעטען פון זיינע באגלייטער אז מ'זאל אים דארט אויפנעמען אלץ רב אין טאהש מקום מגורי אבותיו.

שכח פאר די תגובה. פשוט להערה מיין איך אז האדמו״ר מטאש-קאנאדא זצ״ל איז נישט געווען דער עלטסטע זון פון ר׳ מרדכי הי״ד. זעה דא.

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 2:11 am

יואב בן צרויה האט געשריבן:שכח פאר די תגובה. פשוט להערה מיין איך אז האדמו״ר מטאש-קאנאדא זצ״ל איז נישט געווען דער עלטסטע זון פון ר׳ מרדכי הי״ד. זעה דא.

געקיקט דארט - נישט געזעהן אז ער איז נישט געוועהן דער עלטסטער!

נ.ב. דער שרייבער פון יענער תגובה האט גענאשט זיינע מקורות דארט פון ווי איך האב... יבלחט"א
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21826
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 8:44 am

הרב ר' יעקעלע, כמדומני אז יואב האט נישט ריכטיג אפגעלערנט אויף וועמען די נומערן אין יענע תגובה באציען זיך.

---

אגב, אין עבודת עבודה איז פארהאן זייער שטארקע הגדרות אויפן עלטער זיידן זצוק"ל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מאנטאג ינואר 07, 2019 11:33 pm

איך גארנישט נישט ריכטיג אפגעלערענט. איך האב געמיינט די ווערטער:

ואלו צאצאיו הק' של רבי מרדכי מדעמעטשער זצ"ל אבי יבלחט"א כ"ק אדמו"ר הרה"ק מטאהש שליט"א

1. הרה"צ רבי ישראל יצחק אייזיק זצ"ל הי"ד
נעקד"ה עם ב"ב מרת הענטשא ו' ז' סיון תש"ד

2. הרבנית הצ' חי' ברכה אשת הרה"צ רבי שבח האלפערין מ'אנטווערפין נעקד"ה ו' ז' סיון תש"ד

3. הצ' שרה רחל אשת הרה"צ אשר סג"ל לאווי הי"ד נעקד"ה ו' ז' סיון תש"ד

4. בתו הצ' חנה אשת הרה"צ רבי משה יוסף פריעדלענדער מביקאני נעקד"ה ו' ז' סיון תש"ד

איבערגעלעבט די קריעג האבן נאר

הרה"ח מגזע היחס רבי חיים יוסף (לאווי) אורענשטיין ז"ל
א זוהן פון רבי מרדכי מדעמעטשער – און ברודער מיט יבלח"ט טאהשער רבי שליט"א פון איין טאטן, ער האט זיך גערופען אורענשטיין אויף זיין מאמע'ס משפחה נאמען.
ווען ער איז נפטר געווארן פאר עטליכע יאהר צוריק דאהי. איז טאהשער רבי געקומען צו פארן צו זיין לוי' נישט מער געדאכט, געדענק איך.

און יבלחט"א

הרבנית לייפער תחי' אשת הרה"ח מגזע היחס ר' שמואל מאיר לייפער ז"ל
שוועסטער מיט'ן טאהשער רבי'ן שליט"א

כ"ק מרן הרה"ק טאהשער רבי שליט"א ה' יאריך ימיו ושנותיו עביגו"צ

דער טאהשער רבי שליט"א וואס טראגט דעם הייליגן נאמען פון זיין עלטער זיידן השרף רבי משולם פייש, איז א תלמיד מובהק פון זיין גרויסן זיידן רבי אלימלך מטאהש, און פון זיין פעטער דער באר מנחם פון קאלוב.

דער טאהשער רבי איז געבוירן אין שנת תרפ"א-תרפ"ב לאויט"א עמו"ש, ער האט זיך אסאך געווייקט ביים זיידן רבי אלימלך, און זיך דארט קונה געווען שלימות אין תורה ועבודה, און אין גרויס צדקות, מיט'ן קירוב לבבות לעבודת ה', און אויסטערלישע אהבת ישראל.

און אויב איז דעיס נישט נאכאלץ נישט גענוג זאג איך עס פאר א פאקט: רבינו הקדוש איז נישט געווען דער עלטסטער זון פון זיין טאטע ר׳ מרדכי. ער איז געבוירן געווארן צו ר׳ מרדכי - וואס האט שוין געהאט אנדערע קינדער אריינגערעכענט דריי זון, דער יונגסטער פון זיי, ר׳ חיים יוסף, געבוירן אין תרע״ב - בזיווג שני ערשט אין תרפ״א.

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג יולי 01, 2019 12:38 pm

היינט די יארצייט
עמער ברענגען אפאר בילדער ווי אזוי די הייליגע רבי האט געפראוועט די יארצייט פון זיין עלטער זיידע
old-tosh-sign.jpg
old-tosh-sign.jpg (140.99 KiB) געזעהן 817 מאל

bais hacheim tosh hungary.JPG
bais hacheim tosh hungary.JPG (123.76 KiB) געזעהן 817 מאל
CIMG1293.JPG
CIMG1293.JPG (584.04 KiB) געזעהן 817 מאל

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג יולי 01, 2019 12:43 pm

CIMG1290.JPG
CIMG1290.JPG (572.19 KiB) געזעהן 813 מאל
IMG_1326.JPG
IMG_1326.JPG (255.84 KiB) געזעהן 813 מאל
IMG_3611.JPG
IMG_3611.JPG (379.36 KiB) געזעהן 813 מאל

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג יולי 01, 2019 12:44 pm

IMG_2924.JPG
IMG_2924.JPG (393.3 KiB) געזעהן 810 מאל
rabbe shlita.jpg
rabbe shlita.jpg (39.71 KiB) געזעהן 810 מאל
Rebbe-resit-ein.jpg
Rebbe-resit-ein.jpg (582.52 KiB) געזעהן 810 מאל

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג יולי 01, 2019 12:44 pm

IMG_3993.JPG
IMG_3993.JPG (575.82 KiB) געזעהן 810 מאל

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » מאנטאג יולי 01, 2019 1:03 pm

אה! קדוש קדוש! א הייליגע צורה!
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג יולי 01, 2019 2:04 pm

קענדי'ס האט געשריבן:[at
IMG_1326.JPG

א מילתא דלא שכיחא היינט צוטאגס, 'א איד מיט א קוטשמע זיצט אויבנאן'!
דערמאנט מיר כ'בין אמאל געווען ביי עפעס א חשוב'ע רב אין ביהמ"ד און ער האט געהאלטן אינמיטן א טיש (כ'מיין ט"ו בשבט) און זיין זיידע איז אריינגעקומען, א חשוב'ער בעל הבית און ער איז געגאנגען מיט א קוטשמע, דער רב האט זיך אויפגעשטעלט פונעם בענקל און עס איבערגעגעבן פאר זיין זיידן און זיך געזעצט אויף א פשוט'ע בענקל אויף זיין זייט, כ'האב עס באמת באוואונדערט (לאמיתת הדבר פארשטייט זיך ברויך אזוי זיין, נאר פארן היינטיגן דור איזעס א חידוש).

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מאנטאג יולי 01, 2019 2:58 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:

ער האט אויך גבאים מיט קוטשמעס :lol:

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21826
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 01, 2019 3:03 pm

אלע קינדער פון רבי'ן ז"ל פלעגן צו גיין קןטשמעס, סיי די זון און סיי די איידעמער.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג יולי 01, 2019 3:06 pm

farshlufen האט געשריבן:אלע קינדער פון רבי'ן ז"ל פלעגן צו גיין קןטשמעס, סיי די זון און סיי די איידעמער.

מיינסט עס אמת'דיג?!
נו, אהער מיט א בילד פון ר' מרדכי זצ"ל מיט א קוטשמע.....

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג יולי 01, 2019 3:11 pm

אין טאהש איז קיין קוטשמע נישט אזא גרויסע חידוש מגיד שיעורם קענען גיין מיט קוטשמעס
איך קען א אינגעמאן וואס האט האט זיך אויסגעטון די שטריימל א טאג נאך די שבע ברכות און זיך אנגעטון א קוטשמע

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5680
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג יולי 02, 2019 8:57 pm

"בית בארה של מרים" לע"נ הרבנית הצדיקת מרת מרים בת הרה"ק רבי משולם פייש מטאהש זי"ע ואשת בעל באר מנחם מקאלוב זי"ע - במחנה רב טוב, אלסטער הייטס נ.י.
(נדבת הרה"ח ר' ארי' לייבוש גראס ז"ל - תלמיד ומשב"ק של הבאר מנחם מקאלוב)

20190630_073641.jpg
20190630_073641.jpg (509.56 KiB) געזעהן 678 מאל
20190630_073649.jpg
20190630_073649.jpg (260.28 KiB) געזעהן 678 מאל

veltsman
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

תגובהדורך veltsman » מיטוואך יולי 03, 2019 10:45 am

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אלע קינדער פון רבי'ן ז"ל פלעגן צו גיין קןטשמעס, סיי די זון און סיי די איידעמער.

מיינסט עס אמת'דיג?!
נו, אהער מיט א בילד פון ר' מרדכי זצ"ל מיט א קוטשמע.....

יש באמתחתי תמונה מסעודת ברית של הרב נפתלי הירצקא נ״י בן ר׳ מרדכי סג״ל זצ"ל, אויבן אן זעט מען הרה״צ ר׳ יוסף ירחמיאל כהנא ראש הכוללים חדב״ן און כ״ק אדמו״ר שליט״א מיט קוטשמעס, ועדיין מסתפק אני אם להביאו לכאן

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5680
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך יולי 03, 2019 11:02 am

פארוואס נישט אהערברענגען, איך זעה נישט קיין פראבלעם דערמיט

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מיטוואך יולי 03, 2019 12:21 pm

veltsman האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אלע קינדער פון רבי'ן ז"ל פלעגן צו גיין קןטשמעס, סיי די זון און סיי די איידעמער.

מיינסט עס אמת'דיג?!
נו, אהער מיט א בילד פון ר' מרדכי זצ"ל מיט א קוטשמע.....

יש באמתחתי תמונה מסעודת ברית של הרב נפתלי הירצקא נ״י בן ר׳ מרדכי סג״ל זצ"ל, אויבן אן זעט מען הרה״צ ר׳ יוסף ירחמיאל כהנא ראש הכוללים חדב״ן און כ״ק אדמו״ר שליט״א מיט קוטשמעס, ועדיין מסתפק אני אם להביאו לכאן

אהער דערמיט

veltsman
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

תגובהדורך veltsman » מיטוואך יולי 03, 2019 12:27 pm

יציב פתגם האט געשריבן:פארוואס נישט אהערברענגען, איך זעה נישט קיין פראבלעם דערמיט

ווארט איך צו הערן פון די טאהשער חסידים אויב סאיז לפי כבוד רבם, אפשר איר זעט נישט קיין פראבלעם, וואלט איר געלייגט א בילד פון אייער רבי׳ן מיט א קוטשמע?

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מיטוואך יולי 03, 2019 12:29 pm

יעך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט
(איך בין א טאהשע חסיד ווער ווייסט??)

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך יולי 03, 2019 12:30 pm

veltsman האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:פארוואס נישט אהערברענגען, איך זעה נישט קיין פראבלעם דערמיט

ווארט איך צו הערן פון די טאהשער חסידים אויב סאיז לפי כבוד רבם, אפשר איר זעט נישט קיין פראבלעם, וואלט איר געלייגט א בילד פון אייער רבי׳ן מיט א קוטשמע?

סאיז דא א בילד פון באבוב׳ע רב זצ״ל מיט א קוטשמע..

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21826
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 03, 2019 12:31 pm

פון בר"מ איז דאאויך, ס'וואלט באמת געוועזן פון טאהשער רבי'ן זצ"ל אויך, נאר דאן זענען נאך בילדער אין טאהש געוועזן בבל יראה, דער רבי האט געהייסן אהערגעבן דער פילם.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

veltsman
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

תגובהדורך veltsman » מיטוואך יולי 03, 2019 12:50 pm

אוקעי אוקעי.. ס׳איז ניטאמאל אזוי קלאר, וואס מאכסטו אזא עסק

מרן רביה״ק זי״ע בברכת המזון על הכוס

Img561.jpg
Img561.jpg (180.68 KiB) געזעהן 579 מאל

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך יולי 03, 2019 1:27 pm

veltsman האט געשריבן:אוקעי אוקעי.. ס׳איז ניטאמאל אזוי קלאר, וואס מאכסטו אזא עסק

מרן רביה״ק זי״ע בברכת המזון על הכוס

Img561.jpg

אה נאסטאלאגיע!

איז דאס אויבן אין ביהמ"ד? אדער אונטען אינעם ערשטן שטאק? (אלטן עס זאל)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21826
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 03, 2019 1:29 pm

אויבן, ס'איז דאך די הויכע דאך.

זע אויך דעם עמוד ביים מזרח וואנט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider] און 8 געסט