ר' יונתן שטייף זצ"ל אב"ד קעד"י וויען - ט' אלול תשי"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג פאברואר 17, 2009 5:02 pm

רבי יונתן זצ"ל
צוגעלייגטע
Reb Yonesen Steif.jpg
לחיים ולברכה!

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » זונטאג אוגוסט 23, 2009 11:24 am

אט געפאלט שוין דער 51ציגסטע יארצייט פון הגה"צ רבי יונתן זצ"ל, ט' אלול.

ס'איז בלויז גענוג צו ליינען וואס הגה"צ רחמ"ד ווייסמאנדל זצ"ל שרייבט אויף רבי יונתן לגבי תיקון עירובין אין יענע יאהרן, צו זעהן אין קורצן ווער 'רבי יונתן' איז געווען. ואעתיק לשונו:
"ובענין זה יש לי עצה טובה, ידענא בי' בגברא רבא, זקן ויושב בישיבה, ובעל הוראה מפורסם ע"פ דרכי הוראה של מרן הח"ס ותלמידיו זי"ע, הגאון האמתי וצדיק תמים, מוהר"ר יונתן שטייף נ"י, שיש לו כח דהיתרא לשם שמים. טוב הדבר למעשה להכניסו בהוראה זו. גם אנכי אדבר עמו אי"ה, אמנם למעשה, טוב הדבר שגם מעכ"ת נ"י כה יעשה."

ובסוף המכתב חוזר עוה"פ על דבריו:
"והנני מסיים מעין הפתיחה, טוב הדבר אם מעכ"ת יכניס להוראה זו את הגאון ר' יונתן שליט"א שהוא רב בברוקלין, ועל הוראתו יסמכו ויסכימו רבים ...
...וידע כבוד הדרת גאונו נ"י, כי מלבד שהגאון הנזכר שליט"א הוא בקי גדול ומצויין בהוראה, גאון וצדיק וישיש, יש כאן טעם גדול אחר להטיל עליו את ההוראה, לפי שהוא ענותן שלא נמצא כמוהו בדור הזה לפע"ד, שפל ברך, שייף עייל נפק שלא יורה הוראה אלא בפלפול חברים ושאילת פה כל הגדולים וכל הקטנים בכל מיני כבוד והידור, וזה עיקר גדול להוציא את ההוראה הזאת לפועל."
לחיים ולברכה!

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 1:40 pm

אין יאהר תרפ"ב איז ר' יונתן געבעטן געווארן דורך די אקרו"ט דקהל עדת יראים אין בודא-פעסט זיך אריבערציען צו זיי, צו פארטרעטן מקומו פון הגה"צ רבי יעקב שלום סופר זצ"ל בעל תורת חיים (בן הגה"צ המפורסם רבי חיים סופר זצ"ל), צו דינען תחת דגלו פון הגה"צ רבי יעקב קאפל רייך זצ"ל אב"ד בודאפעסט.

רבי יונתן האט דאן אנגעפרעגט בדעת גדולים כדת מה לעשות, ווי הגה"ק מהרי"ד מבעלזא זצ"ל וועלכע האט דאן געוואוינט אין ראצפערט, ביי הגה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זצ"ל, און ביי הגה"ק בעל מעשי למלך מווייטצען זצ"ל, ועוד.

כ'טוה ציטירן א בריוו וואס דער מנחת אלעזר האט דאן געשריבן צו רבי יונתן נאכדעם וואס ס'איז באשטעטיגט געווארן אז ער נעמט אן דאס פאסטן, ברענגט דער מנחת אלעזר ארויס זיין געוואלדיגע אהבה און הערצה צו רבי יונתן, אז ס'טוט איהם וויי אז ער וועט זיך אוועקציען פון אונגוואר (וועלכע איז נישט ווייט בכלל פון מונקאטש) צו פעסט וואס איז בריחוק מקום.

ב"ה, ב' ראה תרפ"ב מונקאטש יע"א

כבוד ידי"נ חביבי הה"ג החריף ובקי בחדרי תורה, עוטה אורה, אוצר בלום, ירא ושלם, מעוז ומגדל, מו"ה יהונתן שטייף הי"ו דומ"ץ דק"ק אונגוואר, שוכט"ס.

הגיענו מכתבו, ברך לקחתי וברך לו אשיבנו מז"ט, כי נתקבל לדומ"ץ בק' פעסט, אולם צר לי מאוד כי יורחק ממדינתינו, אשר נצרך לנו, ונעים חברתינו, בגדולת תורתו, ותום יראתו, ולעומת זה בטח הראשי קהלה דשם יר"א יקרים בני תורה ומכבדי התורה, כיתרון האור מן החשך לעומת וכו'. אולם אבקשו, עוד יתיישב בדבר הרבה אם לשנות מקומו, וה' ינחנו במעגלי צדק בעצה טובה למען שמו ותורתו, ונזכה לישועת ישראל בביאגצבב"א.

נא להודיענו מה יתהלך עם "החיים", בחליפת דירתו, ולאשר הבטחתי לו לשלוח לו עוד ח"ת לעטר המכ"ע, אם צריך להם לכבודו.

ואחתום ברוב שוכט"ס וכוח"ט בכ"י, ידידוש"ת באהבה מוקירו ומכבדו
חיים אלעזר שפירא
לחיים ולברכה!

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 1:47 pm

ב''ה
תרפ''ב האט המהרי''ד מבעלז נישט געוואינט אין ראצפערט נאר ביז כ''א אדר א' אין מונקאטש אין
נאכדעם אין האלאשיץ

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:01 pm

ווען האט ער געוואוינט אין ראצפערט?
לחיים ולברכה!

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:03 pm

נחמן נתן האט געשריבן:ווען האט ער געוואוינט אין ראצפערט?

ביז תרע''ח פין תרע''ד

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:05 pm

אינעם בוך זכרונות פון ר' שמואל דוד גאנץ דערציילט ער אז ר' יונתן איז קיינמאל נישט געהעריג געזיצען אויף א בענקעל, ער פלעגט נאר זיצן ביים שפיץ בענקעל. ער שרייבט דארט אז ער האט אים אסאך משמש געווען און אים איינמאל אנגעגאסען מיט תשעה קבין ווייל די מקוה איז נישט געווען עווילעביל, עפעס דערציילט ער אז ר' יונתן האט געוויינט און זיך מתוודה געווען.

אויך ברענגט ער אז ר' יונתן האט געהאט א שוועסטער וואס פלעגט שטיין און קוקן אויף אים זאגענדיג: צו קוקן אויף מיין ברודער איז א סגולה אויף יראת שמים.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:15 pm

יא, ר' יונתן פלעגט זיך מתוודה זיין אין מקוה, היה מכה על החזה ומתוודה ואומר 'אשמנו'.
ר' נח ליכטער ז"ל (מאנשי שלומו פון ר' יונתן – פאטער פון יבלחט"א הגה"צ אב"ד כונת הלב שליט"א) האט פארציילט אז אמאל האט ער זיך געטראפן מיט רבי יונתן אין מקוה איידער זיך טובל'ן, האט ער געווארט ר' יונתן זאל גיין פון פאראויס. ר' יונתן האט איהם באמערקט און געבעטן: 'גייען זי פאראויס, מיר דויערט אביסל לענגער'...
ר' נח האט פארשטאנען אז דאס האט גאר א טיפערער באדייט...
לחיים ולברכה!

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6669
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 9:54 pm

קומענדיגען שבת פרשת תצא - ט' אלול
51ציגסטע יארצייט פון הגה"צ רבי יונתן זצ"ל.
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג נובעמבער 08, 2009 2:41 pm

מיללער האט געשריבן:באדיבות ידידינו הרה"ח מוה"ר נחמן נתן שליט"א, האבן מיר די זכי' געהאט צו קריגען אינפארמאציע איבער א הערליכע בילד פון הרה"ג ר' יהותן שטייף זצ"ל, דעם בייגעלייגטען בילד האט ר' חמן נתן באריכטעט ווי פאלגענד:
פון ר. צו ל.: רבי יונתן שטייף זצ"ל; רבי נתן שיק ז"ל; הגה"צ רבי זוסמאן סופר זצ"ל הי"ד ראב"ד בודאפעסט (חתנא דבי נשיאה הגה"צ רבי קאפל רייך זצ"ל – אב"ד בודאפעסט); רבי צבי יהודה שטייף (בן רבי יונתן) ז"ל הי"ד; (דער לעצטער:) אומבאקאנט.


דער ניק ניו נורקר פון בח"ח האט געשטעלט איין בילד פון דעם ר' משה נתן שיק פון בודאפעסט נאך די קריג.
צוגעלייגטע
Schick.jpg
Schick.jpg (116.91 KiB) געזעהן 4114 מאל

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג נובעמבער 08, 2009 7:38 pm

קורצע שטריכן לדמותה של הרבנית מרת יהודית ע"ה אחותו של מהר"י שטייף


יוסלמאן דערמאנט אגב'דיג דעם ר' יונתן'ס שוועסטער ע"ה, עס איז נישט אזוי באקאנט, אבער זי איז געווען גאר אן ערהאבענע פערזענליכקייט.

היות זי האט נישט זוכה געווען צו זש"ק וועל איך שרייבן איינצעלנע שטריכן איבער איר וואס איך האב געהערט ממקור מהימן.

זי האט געהייסן י-הודית, מען האט איר גערופען 'טאנטע יודיט', זי איז געווען א ריכטיגע צדקניות און איז געווען שטארק געאכטעט ביי די אויבערלענדישע אידן.

אויף דער עלטער, ווען זי איז שוין נעבעך געווען אן אלמנה פלעגט זי אויפן זומער ארויספאהרן קיין נייטרא מט. קיסקא, אינאיינעם מיט'ן ברודער וועלכער האט ווי באקאנט געוויילט עטליכע זומערס דארט.

אט איז וואס עס האט דערציילט די רעביצין מאיער ע"ה, א"ח פון הגאון ר' יצחק זאב מאיער ז"ל: איינמאל ווען די טאנטע יודיט איז געשטאנען אין א הויף און געשמועסט מיט מיט איר ברודער רבי יונתן, האט זיך רבי מיכאל בער ז"ל, וועלכער איז פונקט פארביי געגאנגען, אנגערופן: אט אזוי האבן אויסגעזען אדם וחוה פאר'ן חטא.

דערציילט א איד וועלעכער פלעג פון צייט צו צייט ארויף גיין צו איר,דאכט זיך, מיט די ב"ב, האט ער איינמאל באמערקט אויפ'ן טיש עטליכע אפענע ספרים, און נעבן יעדן ספר א ברענעדיגע לעכטל, האט ער איר געפרעגט דערויף, האט זי געענטפערט:
מיין ג-ט זעליגער מאן, ווען עס איז געפאלען א יארצייט פון א גדול בישראל האט געלערנט אין זייערע ספרים, אבער איש בין דאך א פשוט'ע אידענע קען איש דאך ניכט לערנען, עפען איש אוף די ספרים און צינד א לעכטל...

אט דאס איז געווען א פארצייטישע אידענע.

ותהא נשמתה צרורה בצרור החיים.
לעצט פאראכטן דורך שטארק זיך אום זונטאג נובעמבער 08, 2009 8:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג נובעמבער 08, 2009 7:41 pm

פייש קרויז האט געשריבן:איך האב יעצט נאכגעקוקט ביי מר רוטר, און געזען אז ר' יונתן איז טאקע נישט נפטר געווארן ערב שבת.

ווייסט עמיצער ווען דער טשימפער רב איז אוועק, וועלכע טאג אין חודש?


כנראה האט איר פארמישט מיט ר' אהרן קאטלער וואס די רבי זי"ע האט אויך מספיד געווען און געזאגט אויף אים להגיד שבחו של אהרן שלא שינה

נאך נישט דא קיין אשכול איבער אים???
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » זונטאג נובעמבער 08, 2009 8:49 pm

מיללער האט געשריבן:
נאך די קריג זייענדיג דער ראש בי"ד אין פעסט


ווי עס איז באקאנט איז ער ארויסגעפארן נאך אינמיטן דעם קריג מיט דעם ערשטן חלק פון דעם זאנדער טראנספארט אין אלול תש"ד אריבער קיין שווייץ
ממילא די ווערטער זייענדיג דער ראש בי"ד אין פעסט איז אביסל "צריך ביאור"

אדער אפשר האט דאס נישט קיין שייכות מיט פעסט, נאר עס וואלט געדארפט אזוי צו שטיין
"נאכן קריג איז ער געווען פון די פארבליבענע גדולים און ער האט עוסק געווען וכו'," אבער זייענדיג דער ראש בי"ד אין פעסט איז משמע אז ער איז נאך דעמאלטס דארט געווען

ואיני יודע פשר הדברים
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מאי 06, 2011 10:46 am

שני כתובים הבאים כאחד ממהר"י שטייף אל הר' בלוך הידוע:
צוגעלייגטע
chaimbloch00reel05_1111.jpg
chaimbloch00reel05_1113.jpg

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » פרייטאג מאי 06, 2011 2:04 pm

שטארק זיך האט דערמאנט 'טאנטא יודית', ר' יונתן פלעגט יעדן טאג ארויפגיין באזוכן זיין שוועסטער. ער האט איר זייער שטארק געשעצט.
לחיים ולברכה!

יחי אדוננו
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 12:47 am

תגובהדורך יחי אדוננו » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2011 12:11 am

רבי יונתן זצ"ל חיבור אויף מסכת ברכות "חדשים וגם ישנים" דארף נישט קיינעם'ס עדות ווען מען לערנט דערין רעדט זיך פון זיך אליין תורתו מגן לנו

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2011 1:37 pm

נאר אויף ברכות? אויף פסחים ועוד ועוד
לחיים ולברכה!

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2011 2:07 pm

אין איש חמידות ברענגן זיי אז ר' מיכאל בער האט געזאגט אמאל פאר א פאטער וואס איז געגאנגען מיט זיין בר מצוה בחור'ל זיך קוויטלען ביי רבי'ס, אז ער זאל גיין
נעמען אויך א ברכה פון רבי יונתן "ווייל 70 יאר תורה לשמה איז אויך נישט אוועקצומאכן"..

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2011 2:30 pm

זעה אויבן א לשון וואס מיר האבן מצטט געווען פון א בריוו פון הג"ר מיכאל בער זצ"ל
לחיים ולברכה!

גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

תגובהדורך גיוואלדיג » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 1:38 pm

היינט איז די יארצייט
לחיים לחיים

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3115
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 2:54 pm

לחיים... זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל

בייגעליייגט א מכתב געשריבן 60 יאר צוריק לטובת פאפא ישיבה, וואס איז דאן נתייסד געוארן דאהי אין אמעריקא.
צוגעלייגטע
Vien.jpg
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 3:47 pm

אז מען רעדט שוין איז כדאי ארויפצוברענגען אז רבי מיכאל בער זצ"ל האט געהאט א שטארקע יד אז מען זאל אויפנעמען רבי יונתן שטייף אלץ וויענער רב. דער אנדערע קאנדידאט איז געווען הרב בוימגארטען זצ"ל פון וויען, א זוהן פון רבי יוסף בוימגארטען זצ"ל רב פון די שיפשוהל און וויען, אבער רבי מיכאל בער האט געהאלטען אז דא און אמעריקע איז רבי יונתן שטייף מער פאסיג פאר דער אמט
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג סעפטעמבער 09, 2011 8:08 am

ספוזמן
איז דער הרב בוימגארטען געווען דער באקאנטער רב פון 69 אין לאנדאן?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג סעפטעמבער 09, 2011 11:03 am

איך מיין אז יא
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » פרייטאג סעפטעמבער 09, 2011 1:05 pm

msp האט געשריבן:ספוזמן
איז דער הרב בוימגארטען געווען דער באקאנטער רב פון 69 אין לאנדאן?

יא הרה"ג ר' שלמה בוימגארטן זצ"ל. זיין טאטע איז נישט געוועהן רב אין שיפשוהל, ער איז געוועהן ראש ב"ד.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט