ר' יונתן שטייף זצ"ל אב"ד קעד"י וויען - ט' אלול תשי"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג סעפטעמבער 09, 2011 2:43 pm

ריכטיג, רב איז געווען רבי ישעיה פירסט זצ"ל. רבי יוסף בוימגארטאן זצ"ל פלעגט מען פרעגען שאלות
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 4:07 am

האט דער הרב פירסט ז"ל נישט ארויסגעגעבען א קונטרס'ל וועגען דרך הלימוד?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4483
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

חסיד

תגובהדורך dovidal » מאנטאג אוקטובער 03, 2011 1:02 pm

רבי ראובן שמעלצער שליט"א איז א תלמוד פון רבי יונתן שטייף זצ"ל, און ער פארציילט שטענדיג אסאך מעשיות פון אים. ער איז געווען מיט אים אין בערגן בעלזן מיטן סאטמארער רב

זכרון
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2012 11:50 am

תגובהדורך זכרון » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2012 8:45 pm

זיידענוי, אויב עס איז שייך לייג ביטע נאכאמאל ארויף די בילד פון די מציבה פון ר' יונתן זצ"ל.

א דאנק

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג נובעמבער 16, 2012 9:23 am

זכרון האט געשריבן:זיידענוי, אויב עס איז שייך לייג ביטע נאכאמאל ארויף די בילד פון די מציבה פון ר' יונתן זצ"ל.

א דאנק


דער זיידע לעבט שוין נישט בתוכינו עטליכע יאר, יהא זכרו ברוך.

איר זענט געווען ביי דעם לינק?
http://kevarim.com/rabbi-yonoson-shteif/

זכרון
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2012 11:50 am

תגובהדורך זכרון » זונטאג נובעמבער 18, 2012 5:18 pm

איך קען ב"ה נישט עפענען דעם לינק. אויב דו קענסט דאס ארויפשטעלן אז מ'זאל דאס קענען זען אן דעם לינק וועל איך דיר שטארק דאנקבאר זיין.

בתודה מראש

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21723
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג נובעמבער 19, 2012 9:10 am

נאט אייך.
צוגעלייגטע
yonoson-shteif.jpg
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג נובעמבער 19, 2012 10:24 am

אינטערעסאנט הרב פארשלאפען
בימיו איז שוין אויך געווען די מאדע צו שרייבען כ"ק אויף א רב אין אנ'אשכנזישע קהילה?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג אפריל 08, 2013 11:54 pm

הגאון הק' רבי יונתן זצ"ל גיבט אן אפשפיגלונג וואו אזוי אלע רבנים פון די שטעטלעך און אנגארן האבן אויסגעקוט, א כל בו פון גאוני עולם בכל התורה כולו, קדושים ירא חטא עד אין לשער, (ווי באוויסט זיינע מקוואות מיט בכיות נוראות וואס מען האט געהערט אינעם גאנצען בית המרחץ) און גאר קיין קליינע ידענים אין קבלה, אבער אן א רעש, און חלילה קיינער זאל דאס נישט אינאכטנעמען, און צוגאב צו אלעם דעם אומבאגרעניצטען קוואנטום פון פשטות און עניוות, וואס זיי האבן באמת גארנישט געדארפט נאר דעם אויבערשטען מיט די תורה.

די אלע אנגארישע רבנים זענען דאך ליידער פארטיליגט געווארן זייערע גופים ביים חורבן, און רבי יונתן געבליבען דער כמעט איינציגסטער סעמפל פון די אשכנזישע רבנים וואס אונזערע עלטערן האבן געהאט אינדערהיים.

הרה"ק רבי יעקב יוסף מסקווירא זצ"ל האט זיך אנגערופען ווען די מטה פון רבי יונתן איז אדורך פאר זיין דירה אויף בעדפורד אז: רבי יונתן האט געהאט דאס בקיאות התורה פון רבינו החת"ס זי"ע און דאס אומגעהויערע עניוות-פשטות מדת הענווה פון רבינו רבי עקיבא אייגר זי"ע

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוקטובער 22, 2013 1:13 pm

קובץ "החיים"
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=1
דאס ערשטער יאר - שנת תרפ"ב האט דאס רבי יונתן שטייף ארויסגעגעבן זייענדיג דומ"ץ אין אונגוואר, דער קובץ האט הערליכע הסכמות גדולי הדור מלא שבחים אויף רבי יונתן.

דאס צווייטע יאר האט רבי דוד שליססעל זצ"ל דער מונקאטשער דיין, איבערגענומען דעם קובץ.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5670
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 4:14 pm

נחמן נתן האט געשריבן:אז איך ברענג שוין ארויף דעם עכט בא'חנ'טען בילד ווי רבי יונתן זצ"ל מיט הגה"ק מסאטמאר זצ"ל שטייען און שמועסן א פריינטליכען שמועס (דער רבי מיטן טלית אויפן פלייצע), איז כדאי מיטצוטיילן פארן ציבור דא, די גענויע איינצעלהייטן איבער דעם בילד (וואס רוב פון אונז לענ"ד ווייסן נישט דערפון).
געווען איז דאס אין לאגער "ביאטענבערג" - שווייץ, ווי דער סאטמארער רבי מיט רבי יונתן (און נאך) האבן זיך דארטן אויפגעהאלטן קומענדיג פון בערגן-בעלזן. איז געווען אמאל א טאג וואס כמעט דער גאנצער עולם אינעם לאגער האט שוין געהאלטן היבש נאך תפלת שחרית, און רבי יונתן בתוכם, און דער רבי האט נאך געהאלטן דאמאלסט אינמיטן זיך רישן צום דאווענען, אבער צום באדויערן האט מען שווער געקענט צוזאמען שלעפן א מנין אידן וואס האבן נאך נישט געהאט געדאווענט. אזוי ווארטענדיג אז ס'זאל זיך שאפן א מנין, האט זיך דער רבי אוועק געזעצט מיט רבי יונתן, (מ'זעהט אויפן בילד די צוויי בענקלעך), און צוזאמען האבן זיי זיך משתעשע געווען באהבה פאר א משך פון א שעה צייט. אינמיטן איז מען געקומען זאגן אז מ'האט אפיר געזוכט מענטשן וועלכע האבן נאך נישט געדאווענט, און מ'גייט שוין באלד דאווענען. דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און ארויף געלייגט דעם טלית אויפן פלייצע, און אזוי – מיטן טלית אויפן פלייצע – האט דער רבי ממשיך געווען שמועסענדיג שטייענדיגערהייט מיט רבי יונתן פאר נאך א דריי-פערטל שעה...

דעם מעשה האב איך געהערט פון אן עלטערן איד מיטן נאמען ר' יחיאל זיגעלמאן הי"ו, וואוינט אין וויליאמסבורג (ער דאווענט אינעם וויענער שול אין וומסב"ג) וואס איז געשטאנען דערביי און געדענקט דאס גענוי ווי היינט. ס'איז געשמאק אפיר צו זוכן דעם איד און עס הערן פון איהם אליין. (געהערט האב איך עס פון איהם דעם פארגאנגענעם ט' אלול תשס"ח – דער פופציגסטער יאהרצייט פון רבי יונתן).

עס איז פארהאן נאך א בילד פון די שמועס פונעם רבי'ן מיט רבי יונתן שטייף
צוגעלייגטע
aEger08G7.jpg

יהודי פשוט
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 1:41 pm

הגאון הגדול רבי יונתן שטייף זצ"ל

תגובהדורך יהודי פשוט » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 12:36 am

לכבוד דער יאצ"ט פון הג"ר יונתן שטייף זצ"ל וואס פאלט אויס היינט ט' אלול,
ווייסט איינער ווי האט ר' יונתן געלרענט פאר ער האט געלרענט אין פרעשבורג ביים שבט סופר?

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5670
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 3:20 pm

90936.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5670
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 3:23 pm

הגאון רבי יונתן שטייף אלס מגי"ש בחברת תפארת בחורים בעיר בודאפעסט

000000031166_0001.jpg
000000024794_0001.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5670
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 3:24 pm

135550.JPG

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 4:23 pm

יי"כ יציב פתגם
ווער איז "דער רב " אויף דיין ערשטען בילד
אויף דעם בילד פון באבובער רב זי"ע זעט מען ווייצנער רב זי"ע מיט דעם שטריימעל אלס שוואגער מזוו"ר
פארוואס איז דער קאזלאווער רבי געווען אין שטריימעל
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5670
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 4:39 pm

קיקיון האט געשריבן:יי"כ יציב פתגם
ווער איז "דער רב " אויף דיין ערשטען בילד

ריסקעווער רב הגה"צ רבי אברהם שלמה כ"ץ זצ"ל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 5:13 pm

געהערט בילדותי בשמו
אז ער האט מיגעהעלטען מרן מסאטמער זי"ע ביז צו די פיש
פון דארט האט ער שוין נישט פארשטאנען די תנועות
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 6:39 pm

קיקיון האט געשריבן:געהערט בילדותי בשמו
אז ער האט מיגעהעלטען מרן מסאטמער זי"ע ביז צו די פיש
פון דארט האט ער שוין נישט פארשטאנען די תנועות

א ידיד האט געשריבן: אין סקווירא איז ידוע אז ער האט דאס געזאגט אויף מרן הרה"ק מסקווירא זי"ע , אויב געדענק איך גוט איז עס געשטאנען נישט צו לאנג צוריק אין די אורות.
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4483
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 7:11 pm

הגיע לידי איזה תשובות שכתב רב יונתן זצ"ל בהגיעו לשויץ גם כותב אודות אחותו מרת פעלדמאר !!

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 4:18 pm

קיקיון האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:געהערט בילדותי בשמו
אז ער האט מיגעהעלטען מרן מסאטמער זי"ע ביז צו די פיש
פון דארט האט ער שוין נישט פארשטאנען די תנועות

א ידיד האט געשריבן: אין סקווירא איז ידוע אז ער האט דאס געזאגט אויף מרן הרה"ק מסקווירא זי"ע , אויב געדענק איך גוט איז עס געשטאנען נישט צו לאנג צוריק אין די אורות.

כך דרכם של חסידים.

רבי יונתן'ס א אייניקל האט מיר אמאל געזאגט אז ער האט נאכגעפארשט דעם ווארט, ביז ער איז קלאר געווארן אז נישט מער און נישט ווייניגער, רבי יונתן איז געווען א איד וואס האט זיך געלייגט שלאפן יעדע נאכט נאך צעהן אזייגער. ווען ער איז געווען אמאל ביים טיש (איצטער איז אייער ברירה מחליט צו זיין ביי וועם) האט ער דערנאך געזאגט זיין באגלייטער וואו אויסגעמוטשעט ער איז געווען און זיך קוים געקענט האלטן אויף, זאגענדיג אז ביז די פיש/פערפל האט ער נאך געקענט מיטהאלטן.. ותו לא מידי.

אני הקטן, אלס איינער וואס האט אסאך געפארשט איבער רבי יונתן, קבלתי מפי כמה אנשים וואס האבן גוט געקענט רבי יונתן, און דעתם ברור אז דאס איז נישט געווען זיין שפראך. ער איז געווען א רעכטער אשכנז'ישער רב בשיא הפשטות און נישט גערעדט די סארט העכערע שפראך, טראצדעם וואס ער איז געווען א בקי בכל מכמני תורה, בנסתר כמו בנגלה.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 4:37 pm

עס איז דא א מעשה אז פורים ביים סאטמאר רבי'נס טיש האט איינער געזאגט אז אויב וועט מען שטעלן כך וכך וויין וועט ער זאגן וואס דער רבי האט אינזין ביי די ... (לא דכירנא).
נישט מיט ר' יונתן שטייף ז"ל?

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 4:48 pm

אזא מעשה טאקע דא? אינטערעסאנט..
לחיים ולברכה!

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 4:55 pm

ער האט נישט געהאלטען בסוד אז ער קען
יש.gif
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 5:54 pm

יש.gif

ווער האט צוטריט צי "אוצר התורה" ?
עס וואלט געווען אינטערסאנט ווער נאך זענען
געווע די מסכינים און ווטס זיי שרייבען
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט