ר' יונתן שטייף זצ"ל אב"ד קעד"י וויען - ט' אלול תשי"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 6:18 pm

יש.gif
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

יהודי פשוט
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 1:41 pm

תגובהדורך יהודי פשוט » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 9:37 pm

שמעתי פעם שבאסיפה בטשאפ היה הגר' יונתן מראשי הלוחמים, והיה עבוד קשה לשכנע מרן הרה"ק מסאטמאר זצ"ל לחתום על הכרוז נגד האגודה
כמו"כ הי' מאוד נגד כל החברת של ישוב א"י, ובבודאפעסט הי' לו מחלוקת בזה עם הראב"ד הטשוז'ר רב.
האם מישהו יודע עוד מזה?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 11:19 pm

יהודי פשוט האט געשריבן:שמעתי פעם שבאסיפה בטשאפ היה הגר' יונתן מראשי הלוחמים, והיה עבוד קשה לשכנע מרן הרה"ק מסאטמאר זצ"ל לחתום על הכרוז נגד האגודה
כמו"כ הי' מאוד נגד כל החברת של ישוב א"י, ובבודאפעסט הי' לו מחלוקת בזה עם הראב"ד הטשוז'ר רב.
האם מישהו יודע עוד מזה?


די חתימות אויף דעם קול קורא
די מעשה קלינגט מיר מאדנע
דער מנחת אלעזר און דער לבושי מרדכי האבען געדארפט האבען אז אונגווארער דיין זאל משכנע זיין ארשיווער רב ?
-----
דברי הספד פון דעם ראה"ק דקע"י
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

יהודי פשוט
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 1:41 pm

תגובהדורך יהודי פשוט » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2015 12:31 am

קיקיון האט געשריבן:
יהודי פשוט האט געשריבן:שמעתי פעם שבאסיפה בטשאפ היה הגר' יונתן מראשי הלוחמים, והיה עבוד קשה לשכנע מרן הרה"ק מסאטמאר זצ"ל לחתום על הכרוז נגד האגודה
כמו"כ הי' מאוד נגד כל החברת של ישוב א"י, ובבודאפעסט הי' לו מחלוקת בזה עם הראב"ד הטשוז'ר רב.
האם מישהו יודע עוד מזה?


די חתימות אויף דעם קול קורא
די מעשה קלינגט מיר מאדנע
דער מנחת אלעזר און דער לבושי מרדכי האבען געדארפט האבען אז אונגווארער דיין זאל משכנע זיין ארשיווער רב ?
-----
דברי הספד פון דעם ראה"ק דקע"י

קודם כל דער אסיפה איז געווארען אנגעפירט דורכע'ן מנח"א נישט דורך דער לבושי מרדכי. אין תיקון עולם וואס ער ברענגט דער גאנצער אסיפה דערמאנט נישט קיין שום ווארט אז דער לבושי מרדכי האט בכלל גרעדט דארט. ולעומת זה ר' יונתן ווערט אסך דערמאנט.
אין בכלל וואס איז דער סתירה אז ר' יונתן וואס איז געווען דער גאון מפורסם שוין דעמאלס זאל משפיע זיין אויפן אורשווער רב?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג נובעמבער 13, 2015 12:05 pm

בשנת תש"ח צווישן פסח און שובועות איז אפגעהאלטן אין ניו יארק א צערעמאניע צו באהערן דעם לאנגיעריגען אידישען קאנגרעסמאן פון ניו יארק, סאל בלום/

די באהערונג צערעמאניע איז באשיינט געווארן דורך 25 קהלה פירער און רבנים פון ניו יארק ובראשם הגאון רבי יונתן שטייף זצ"ל ועמו העסקן החרדי הרב דר. אלי' יונג ז"ל, בייגעלייגט זענען צוויי בילדער פון די צערעמאניע וויאזוי זיי זענען ערשינען אין די ניו יארקער צייטונגען בשעתו, אויסער די צוויי רבנים ווערט נאר אידענטיפיציר הרב דר. יעקב האפפמאן פון די אונגארישע אוהב צדק שוהל אין מאנהעטן, קען איינער דערקענען נאך פון די רבנים?
צוגעלייגטע
Shteif.png
Shteif2.png

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5670
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 12:31 pm

מיללער האט געשריבן:בייגעלייגט זענען צוויי בילדער פון די צערעמאניע וויאזוי זיי זענען ערשינען אין די ניו יארקער צייטונגען בשעתו, אויסער די צוויי רבנים ווערט נאר אידענטיפיציר הרב דר. יעקב האפפמאן פון די אונגארישע אוהב צדק שוהל אין מאנהעטן, קען איינער דערקענען נאך פון די רבנים?

דער וואס שטייט אינטער רבי יהונתן איז מעגליך רבי שלמה יעקב זיידא מבורשטין-פאדהייץ זצ"ל

ווייצענער
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2011 3:05 am

תגובהדורך ווייצענער » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 10:44 pm

נחמן נתן האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:געהערט בילדותי בשמו
אז ער האט מיגעהעלטען מרן מסאטמער זי"ע ביז צו די פיש
פון דארט האט ער שוין נישט פארשטאנען די תנועות

א ידיד האט געשריבן: אין סקווירא איז ידוע אז ער האט דאס געזאגט אויף מרן הרה"ק מסקווירא זי"ע , אויב געדענק איך גוט איז עס געשטאנען נישט צו לאנג צוריק אין די אורות.

כך דרכם של חסידים.

רבי יונתן'ס א אייניקל האט מיר אמאל געזאגט אז ער האט נאכגעפארשט דעם ווארט, ביז ער איז קלאר געווארן אז נישט מער און נישט ווייניגער, רבי יונתן איז געווען א איד וואס האט זיך געלייגט שלאפן יעדע נאכט נאך צעהן אזייגער. ווען ער איז געווען אמאל ביים טיש (איצטער איז אייער ברירה מחליט צו זיין ביי וועם) האט ער דערנאך געזאגט זיין באגלייטער וואו אויסגעמוטשעט ער איז געווען און זיך קוים געקענט האלטן אויף, זאגענדיג אז ביז די פיש/פערפל האט ער נאך געקענט מיטהאלטן.. ותו לא מידי.

אני הקטן, אלס איינער וואס האט אסאך געפארשט איבער רבי יונתן, קבלתי מפי כמה אנשים וואס האבן גוט געקענט רבי יונתן, און דעתם ברור אז דאס איז נישט געווען זיין שפראך. ער איז געווען א רעכטער אשכנז'ישער רב בשיא הפשטות און נישט גערעדט די סארט העכערע שפראך, טראצדעם וואס ער איז געווען א בקי בכל מכמני תורה, בנסתר כמו בנגלה.


אויך איז באקאנט אז ביי איינער פון די טיש'ן פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע (מן הסתם פורים) האט ער געזאגט אז ער קען זאגן מי הם היושבים משני צידי הרבי

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2404
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מיטוואך יוני 01, 2016 11:56 am

ווי איז די שטאט גוטא ווי רבי יהונתן איז געעוען רב?
זאג מיר ווער דו ביזסט, און איך וויל דיר זאגן וואס דיינע פאקטן זענען

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1094
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » מיטוואך יוני 01, 2016 1:29 pm

ויתן לך האט געשריבן:ווי איז די שטאט גוטא ווי רבי יהונתן איז געעוען רב?

אפשר איז עס דאס https://en.wikipedia.org/wiki/Kol%C3%A1rovo

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2404
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מיטוואך יוני 01, 2016 1:35 pm

עס איז געבלאקט ביי מיר
זאג מיר ווער דו ביזסט, און איך וויל דיר זאגן וואס דיינע פאקטן זענען

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » מיטוואך יוני 01, 2016 2:34 pm

ויתן לך האט געשריבן:ווי איז די שטאט גוטא ווי רבי יהונתן איז געווען רב?

גוטא איז א קליין שטעטל אין סלאוואקיי, נאך ר' יונתן איז דארט געווען א רב ר' יחיאל בוים ז"ל עס איז פאראן אייניקלעך פון דעם ר' יחיאל
גוטא איז צווישן די צענדליגער אדער הונדערטער שטעטלעך אין איירופע וואס "אבותינו" האט איבערגעבויעט איר ביה"ח
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » מיטוואך יוני 01, 2016 2:35 pm

יענקל פאטאש האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:ווי איז די שטאט גוטא ווי רבי יהונתן איז געעוען רב?

אפשר איז עס דאס https://en.wikipedia.org/wiki/Kol%C3%A1rovo

יא, דאס איז עס
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » מיטוואך יוני 01, 2016 2:58 pm

דער אמת איז אז ר' יונתן זצ"ל איז נישט געווען דער אפיציעלער רב דארט, ווייל דער שטעטעלע איז געווען צו קליין אין יענע תקופה פאר די ערשטע וועלט מלחמה אז מען זאל דארט אויפנעמען א רב, עס איז געווען דארט א פארמעגליכער איד מיט'ן נאמען ר' משה זאב קאהן ז"ל ער האט אריינגענומען ר' יונתן ביי זיך אין שטוב כדי אויסצוהאלטן א ת"ח בתוך ביתו, אזוי ארום איז ר' יונתן געווארן דער שיינער איד דארט אין גוטא, און פון דארט האט מען אים שוין גענומען אפיציעל אלס דומ"ץ אין אונגוואר וואו ער האט משמש געווען בדיינות 11 יאר, און דערנאך איז ער געגאנגען קיין פעסט
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
אליעזר
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 3:43 pm

תגובהדורך אליעזר » דאנארשטאג יולי 28, 2016 3:54 pm

פישל האט געשריבן:דער אמת איז אז ר' יונתן זצ"ל איז נישט געווען דער אפיציעלער רב דארט, ווייל דער שטעטעלע איז געווען צו קליין אין יענע תקופה פאר די ערשטע וועלט מלחמה אז מען זאל דארט אויפנעמען א רב, עס איז געווען דארט א פארמעגליכער איד מיט'ן נאמען ר' משה זאב קאהן ז"ל ער האט אריינגענומען ר' יונתן ביי זיך אין שטוב כדי אויסצוהאלטן א ת"ח בתוך ביתו, אזוי ארום איז ר' יונתן געווארן דער שיינער איד דארט אין גוטא, און פון דארט האט מען אים שוין גענומען אפיציעל אלס דומ"ץ אין אונגוואר וואו ער האט משמש געווען בדיינות 11 יאר, און דערנאך איז ער געגאנגען קיין פעסט



שלום ר' פישל

אני בתור נכד של הנגיד ר' משה זאב קאהן, ידוע לי שכמה שנים הייתה ישיבתו של ר'
יונתן שטייף נתמכת במלואה ע"י זקיני, אני כבר הרבה זמן מחפש מידע אודות
משפחתו, חוץ מזה שאביו היה ר' ישראל לא נודע לנו כלום, ביקרתי שם כמה פעמים
והעלתי חרס בידי.
האם ידוע לך משהו, והאיך ידעת על זה שר' יונתן היה שם בגוטה
תודה למפרע
אליעזר

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » דאנארשטאג יולי 28, 2016 4:12 pm

אליעזר האט געשריבן:
פישל האט געשריבן:דער אמת איז אז ר' יונתן זצ"ל איז נישט געווען דער אפיציעלער רב דארט, ווייל דער שטעטעלע איז געווען צו קליין אין יענע תקופה פאר די ערשטע וועלט מלחמה אז מען זאל דארט אויפנעמען א רב, עס איז געווען דארט א פארמעגליכער איד מיט'ן נאמען ר' משה זאב קאהן ז"ל ער האט אריינגענומען ר' יונתן ביי זיך אין שטוב כדי אויסצוהאלטן א ת"ח בתוך ביתו, אזוי ארום איז ר' יונתן געווארן דער שיינער איד דארט אין גוטא, און פון דארט האט מען אים שוין גענומען אפיציעל אלס דומ"ץ אין אונגוואר וואו ער האט משמש געווען בדיינות 11 יאר, און דערנאך איז ער געגאנגען קיין פעסט


שלום ר' פישל
אני בתור נכד של הנגיד ר' משה זאב קאהן, ידוע לי שכמה שנים הייתה ישיבתו של ר'
יונתן שטייף נתמכת במלואה ע"י זקיני, אני כבר הרבה זמן מחפש מידע אודות
משפחתו, חוץ מזה שאביו היה ר' ישראל לא נודע לנו כלום, ביקרתי שם כמה פעמים
והעלתי חרס בידי.
האם ידוע לך משהו, והאיך ידעת על זה שר' יונתן היה שם בגוטה
תודה למפרע
אליעזר

אבות אבותי האבן געוואוינט אין דעם שטעטעלע גוטא, איך האב דאס געהערט פון מיין זיידן מיט יארן צוריק, מער אינפארמאציע איבער ר' משה זאב און זיין משפחה האב איך נישט.

דאס אז ר' יונתן איז געווען אין גוטא איז באקאנט, און עס שטייט אויך אויף זיין מציבה
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2404
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » דאנארשטאג יולי 28, 2016 4:15 pm

עס איז דא קונטרס אויף די רבי יחיאל בוים וואס איז געווען רב אין גוטא, מיט אסאך פרטים אויף די שטאט, עס געפונט זיך אין אוצרות התורה
אין דאכטזעך מיר אז איך האב א PDF פייל פון דעם
זאג מיר ווער דו ביזסט, און איך וויל דיר זאגן וואס דיינע פאקטן זענען

אוועטאר
אליעזר
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 3:43 pm

יחיאל בוים

תגובהדורך אליעזר » דאנארשטאג יולי 28, 2016 4:25 pm

אגב דער ר' יחיאל בוים (רב גוטה) איז געווען א איידעם ביי ישראל קאהן דער טאטע פונעם מיין זיידע הנגיד משה זאב

אוועטאר
אליעזר
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 3:43 pm

גוטה

תגובהדורך אליעזר » דאנארשטאג יולי 28, 2016 4:27 pm

אויב קענסו שיק מיר די PDF
א דאנק
ממש עולומות שחרבו

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2404
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » דאנארשטאג יולי 28, 2016 4:28 pm

קאהן.jpg
זאג מיר ווער דו ביזסט, און איך וויל דיר זאגן וואס דיינע פאקטן זענען

אוועטאר
אליעזר
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 3:43 pm

אוצרות התורה

תגובהדורך אליעזר » דאנארשטאג יולי 28, 2016 5:02 pm

וואו קען איך טרפען אוצרות התורה

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג יולי 28, 2016 5:13 pm

אליעזר האט געשריבן:וואו קען איך טרפען אוצרות התורה

Screenshot 2016-07-28 17.11.40.png

אוועטאר
אליעזר
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 3:43 pm

תגובהדורך אליעזר » דאנארשטאג יולי 28, 2016 5:16 pm

דאס איז אוצר החכמה?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג יולי 28, 2016 5:37 pm

ניין

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2404
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » דאנארשטאג יולי 28, 2016 7:00 pm

זאג מיר ווער דו ביזסט, און איך וויל דיר זאגן וואס דיינע פאקטן זענען

אוועטאר
אליעזר
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 3:43 pm

ויתן לך

תגובהדורך אליעזר » פרייטאג יולי 29, 2016 1:08 am

זאלסו זיין געבענטש האסט מיר מחיה געווען!


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א חסיד, נישקשה און 12 געסט