רבי צבי הירש ראזענבוים מ'קרעטשניף זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » פרייטאג אפריל 03, 2009 12:27 pm

דער רבי האט זעך בערוב שנותיו משתטח געווען על ציון אביו הקדוש,
איה סופר ווער עס געדענקט אדער גאר מיט געהאלטן די געהויבענע נסיעה.
ועמך כולם צדיקים

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » פרייטאג אפריל 03, 2009 3:16 pm

דער רבי פלעגט גראדע היבש רעדן פון זיין טאטע, ער פלעגט כסדר פארציילן פארשידענע מעשיות איבער זיין טאטע וגדלותו, ער פלעגט טאקע בעיקר רעדן פון זיין זיידע וואס פון אים האט ער מקבל געווען תורתו וחסידותו אבער ער פלעגט נאך אלס רעדן פון זיין טאטע אסאך.

רזא_דעובדא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 6:38 am

תגובהדורך רזא_דעובדא » זונטאג אפריל 05, 2009 4:28 am

[/quote] ס'איז דאס וואס זאגן (נישט איך חלילה) אז זיין טאטע איז געוועהן אביסל געשטומט פאר אגודה מזרחי (איך נעם נישט קיין אחריות)
ווידער ער פלעגט יא זאגן אז די שטאט פון זיין טאטן איז געוועהן זייער א שוואכע שטאט, [/quote]

רח"ל, חס מלהזכיר.

פנקט פארקערט!

והשתא דאתית להכא, וועל איך שרייבן א ביסל אודות הרה"ק רבי ניסן חיים פון בראדשין הי"ד.

ער איז נתמנה געווארן אלטס רוב אין בראדשין, וואס איז געווען אין פולין-גאליציע, נאר אזוי ווי מען ווייסט אז דארט האט אנגעהויבן די ציונות אריינברעכן אסאך פריהער ווי אין אנדערע געגענטער, און דער בראדשין'ער רב האט געפירט א שווערע מלחמה אנקעגן זיי, און צוליב דעם האט ער געליטן שטארקע רדיפות, און זיי האבן מערער געווען אויף זיין רבנות, צו די ציונים האבן זיך מצטרף געווען צו די מלחמה אנטקעגן איהם חסידים פון א חסידות וואס האבן געהאט א לאנגע היסטארייע פון מלחמה מיט די רבנים פון די סיגעטע גזע, ואכמ"ל.

די שנאה הכבושה פון רביה"ק צי די ציונים האט זיך נאך אנגעהויבן דארט אלטס קינד אין בראדשין, ווען ער האט געזעהן די חורבן וואס די ציונות האט אנגעמאכט, איינע פון די זאכן וואס רביה"ק פלעגט איבער דערציילן פון זיין טאטן איז געווען א שבת הגדול דרשה וואס ער האט איינמאל געזאגט איבער דעם נושא פון די קינדער וואס זענען אוועקגעריסן געווארן פון אידישקייט דורך די ציונות, האט ער דאס אריינגעטייטשט און שיר השירים:, על משכבי בלילות, ביי די צווי סדר נאכט אויף דע היסב בעט, ביקשתי את שאהבה נפשי, דאס מיינט מען די אייגענע קינדער, בקשתי ולא מצאתי, (די קינדער זענען ליידער נישט געזעצן מיט די "פאנאטישע" עלטערן ביי די סדרים, נאר ארום געהאצקעט און די ציוניסטישע פאריין), אקומה ואסובבה בעיר בשווקים וברחובות אבקשה את שאהבה נפשי בקשתיו ולא מצאתיו, איך לויף ארום אין די גאסן און זיך ארום מיינע טייערע קינדער אין איך טרעף זיי נישט, אווי זענען זיי נעלם געווארן, ביז עס איז נתגלה געווארן, אז מצאוני "השומרים" הסובבים בעיר, אז די ה"שומר הצעיר"ניקעס האבן זיי פארכאפט.

אוי, די הייסע טרערן וואס רביה"ק פלעגט אוועקגיסן ווען ער פלעגט דאס פארציילן.

לגבי די שטאט אליינס, פלעגט די רבי פארציילן, אז ווען זיין טאטע איז נתמנה געווארן אלטס רב און שטאט, בשנת תרפ"ה, איז זיין זיידע מיט געקומען מיט איהם, און ער האט דעמאלטס אויסגעטיילט א מתנה פאר אלע חיידר אינגלעך, 400 במספר, א נייע טלית קטן. דעמאלטס איז עס נאך געווען גאר א פרומע שטאט, ביז די ציונות האט איינגעבראכן אין חרוב געמאכט די גאנצע יוגנט.

דער בראדשין'ער רב איז געווען א אויסגעווייקטער ווארימער חסידישער איד, און די גאנצע חלק הנגינה והריקודים אין קרעטשניף האט ער אריינגעברענגט, למשל, אין קרעטשניף פלעגט מעו נישט טאנצן בכלל פרייטיג צונאכטס, און אפילו ביי הקפות האט מען געטאנצט נאר ביי די ערשטע או זעקסטע הקפה, און ער האט איינגעפירט די אלע עניינים פון די ריקודין נאך ביים זיידן ר' לייזער וואלף זיע"א.

ער האט געלעבט ביז כמעט סוף די מלחמה, עס איז באווסט א מעשה, אז איינמאהל איז אריינן געקומען צו רביה"ק נאך די מלחמה א יוד, און איהם געזאגט דער רבי קומט מיר א חוב, פרעגט רביה"ק דעם איד, וואס איז?, דערציילט ער איהם, אז ער איז געווען אין בראדשין בימי המלחמה, אין זיין טאטע האט זיך באהאלטן אין א בונקער, אין א געוויסע תקופה האט ער איהם אינזינען געהאט מיט עסען, דעמאלטס האט איהם דער בראדשין'ער רב געזאגט: איינע פון מייינע קינדער וועט לעבן בלייבן און ער וועט דיר באצאלן וואס דו האסט געטוהן פאר מיר.

אין אנהייב די ס' יארן, איז נתברר געווארן פאר רביה"ק פונקטלעך די תקופה וואס זיין טאטע איז אמגעקומען, און די מעשה איז אזוי געווהען, אין סטאניסלאב (לעבן בראדשין), איז דא א רב וואס הייסט ר' משה לייב קלאסניק שליט"א, און ער האט חוקר געוועהן די דברי הימים בימי המלחמה אין סטאניסלאב און בראדשין, און גביית עדות וואס ער האט געמאכט מיט אידן וואס זענען דאמאלטס געווען איז נתברר געווארן, אז דער בראדשין'ער רב האט געלעבט כמעט ביז סוף די מלחמה, באהאלטן אין א בונקער, ביז ער איז שטארק קראנק געווארן, און נסתלק געווארן דארט אין סטאניסלאב, און געברענגט געווארן לקבר ישראל דארט אין סטאניסלאב, און די פרטי און מקום הקבורה איז פארשריבן געווארן אין די פנקס הקהילה.

תיכף ווען רביה"ק איז געוואר געווארן פון דעהם, האט ער אויכט אנגעהיבן צו חוקר זיין, און באשטעטיגט די עדות, און תיכף אנגעהויבן פועל צו זיין צו מסדר זיין א מציבה אויף די מקום הקבורה. דעמאלטס איז ער ארויסגעפארן אויף קברי אבות, און אנגעקומען אויך קיין סטאניסלאב, און געזאגט אויפן ציון פון פאטער, זייער א ווארימער הספד.

ס'איז געוועהן זייער א אינטרעסאנטע זאך:, אינע פון די זאכן וואס זענען נתברר געווארן ביי די אויבערדערמאנטע חקירה, אז די רעבצן מיט די טעכטער, מיט נאך צווי זוהן, זענען אוועק געפירט געווארן קיין סטאניסלאב מיט אלע מיטגלידער פון די שטאט בראדשין אויף די בית החיים פון סטאניסלאב און יענע טאג אויס'געהארגעט צוזאמען מיט נאך צען טויזנט אידן און באגראבן געווארן דארט אויפן פעלד און א קבר אחים. און דאס איז געוועהן פונקט און דעם זעלבן טאג וואס רביה"ק איז געווהען דארט אויפן פעלד ב' דר"ח תמוז. דער פונקטליכע דאטום איז מען געוואר געווארן דעמאלטס וועהן רביה"ק איז געוועהן אויפ'ן פעלד, דארט האט מען געזעהן א גרויסע שטיין וואס איז פארשריבן געווארן די פונקטליכע דאטום וען מען האט זיי אויסגעהארגט.

ארץ אל תכסי דמם!

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » זונטאג אפריל 05, 2009 4:52 am

ס'איז דא אפאר שמועס חיצוניות וד"ל וואס אנדערע גופים האבען צו געקלעיבט בנוגע דעם היסטורי' פון הרה"ק מוהרנ"ח פון בראדשין זי"ע הי"ד.
יאך האב גיהערט א שמועס' פון דעם היינטיגען קרעטשניפער רבי שליט"א פון עיה"ק ירושלם ת"ו וואס ער האט פארציילט וועגען דאס טרעפין דעם ציון פון זיין זיידער הרה"ק ר' ניסן חיים זי"ע (אגב, דער הינטיגער רבי הרה"צ ר' ניסן שליט"א הייסט טאקער נאכ'ען זיידען זיינער. חיים הייסט ער נישט וועגן זיין זיידען פון מאמע זייט האט גיעלעבט הוא הרה"צ ר' חיים מרדכי ר"ב זצ"ל דער נאדווערנער רבי פון בני ברק). ס'האט דאס געטראפן א לויבאוויטשער חסיד וואס ווינט בשליחות דיכט זיך מיר און בראדשין ע"פ עדויות פון זקני המקום. דעם חבדסקער האט געלאזט רופן דעם רבי'ו זי"ע וועגען שמועס וואס ער הערט ארום דעם. און לאחר חקירה ודרישה כדבעי איז טאקער נתגלה געווארן מקום קבותו. די שמחה וואס האט זיך דאמאלטס געטראפן ביי רבינו הקדוש איז אין לשאר ואין ניתן לתאר על הכתב. דער רבי איז גליך ארויס געפארן צו דעם שטאט אינאיינעם מיט זיין עלסט'ען קינד ממלא מקומו שליט"א און מהאט דארט געטרונקען לחיים באנפין נהירין. ר' ניסן שליט"א האט פארציילט נאך וועגען דעם און אויך די מעגליכקייט פון די לעבן באתר דנן במעלת ושבחת החסיד לויבאוויטש הנ"ל, אבער ווען יאך ועל אי"ה האבן צייט. יעצט איז ערב פסח און הזמן דחוק מאד.
העב א נייס דעי!
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

רזא_דעובדא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 6:38 am

תגובהדורך רזא_דעובדא » זונטאג אפריל 05, 2009 7:45 am

איך שטעל ארויף א בילד פון ציון הקדוש של מוהרנ"ח מבראדשין זצוק"ל הי"ד
אייר תשס"ז - ביי נסיעת כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א אויף קברי אבותיו הק' פאר די חתונה פון יונגסטע קינד

עס וועט געזעהן אין בילד אויכט הרה"ח ר' משה לייב קלאסניק שליט"א
שליח פון חב"ד און רב אין סטאניסלאב - וואס האט מגלה געווען דעם ציון הק' אין זיך מתעסק געווען מיט'ן בויען די מצבה.
צוגעלייגטע
resized_DSC01236.JPG
ציון מוהרנ"ח מבראדשין זיע"א - אייר תשס"ז

רזא_דעובדא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 6:38 am

תגובהדורך רזא_דעובדא » זונטאג אפריל 05, 2009 7:51 am

א קלארערע בילד פון די מצבה
צוגעלייגטע
resized_DSC01256.JPG

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » זונטאג אפריל 05, 2009 7:57 am

אוין רעכטין זיין קעמען באמערקן די רבנית ראצה ע"ה די מוטער פון דעם הייליגען רבי'ן, ווער איז דער ר' חיים, מה לו ולקרבתו באתרא קדישא דנן?
ייש"כ פאר בעל הניק דמתקריא 'רזא דעובדא' פאר די פאסא.
ס'איז דאכט זיך מיר אביסעל נישט כבוד זאל יאך זאגן ייש"כ פאר דער רזא דעובדא, מוועט נאך מיינען אז יאך מיין טאקער דעם הייליגען רבי בעל הרזא דעובדא... וד"ל. לכאורה וואלט געווען געפאסט טוישען א ניק נאמען. וומנו יראו וכן יעשו כל אשר נגוע בצרעת זו.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22907
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אפריל 05, 2009 10:17 am

הרב כתר ישועה, דאכט זיך מיר אז די צוויי מציבות אויף די זייטן זענען נאר מציבות זכרון און נישט קיין קברים.

בין איך גערעכט ר' רזא?
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

רזא_דעובדא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 6:38 am

תגובהדורך רזא_דעובדא » זונטאג אפריל 05, 2009 11:40 am

יא, ביסט גערעכט.

אזוי ווי עס איז באווסט, ס'איז דא א עניין צומאכן א מצבת זכרון פאר אזעלעכע וואס זענענען אומגעקומען ולא נודע מקום קבורתם. און מען זעהט טאקע ביי פיל אושביץ'ער אידן, ווען זענען נפטר געווארן האט מען אויף זייער מצבה אויסגעשריבן זייער גאנצע משפחה.

אויף די לינקע זייט האט רביה"ק געהייסן מאכן א מצבה פאר זיין פעטער, רבי חיים'ל סטאניסלאבער, א זון פון ר' איציקל סטאניסלאב'ער, א זון פון רבי מרדכי'לי נדבורנא, און א איידעם פון רבי מאיר'ל קרעטשינווער.

רביה"ק האט זיך זייער אסאך געדרייט ביי איהם אין שטוב אין די יארן וואס ער האט געלערנט אין סטאניסלאב.

מען האט איהם אויכעט אויסגעהארגעט אויף דעם ביה"ח. וועגן דעם האט מען געמאכט די מצבה דווקא דארט.

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » זונטאג אפריל 05, 2009 12:15 pm

ריזיגע יישר כח הרב רזא דעובדא פאר די פילע נוצליכע אינפארמאציע...
מיר ווארטן צו הערן פון אייך נאך און נאך להנאת ולשביעת רצון של כל בני הקרעטשמע בכלל, ואנ"ש חסידי קרעטשניף בפרט.

רזא_דעובדא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 6:38 am

תגובהדורך רזא_דעובדא » זונטאג אפריל 05, 2009 1:16 pm

איך ווייס נישט פארוואס, אבער זייט איך האב אנגעהויבן צו שרייבן דא, האבן אלע אנדערע משתתפים איינגענומען א שטימענישט...

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » זונטאג אפריל 05, 2009 1:16 pm

כ'בין שוין טאקע נישט אן אקטיווע שרייבער און/אדער ליינער איבער א יאר, אבער בדרך לא דרך בין איך אריינגעפאלן אין דעם דאזיגן אשכול, און טראץ די אנגעצויגענע מאמענטן ערב פסח, האב איך נישט געקענט זיך אפרייסן איידער'ן דורכמישן אלע 18 בלעטער פון דעם אשכול, און כ'וויל זיך דא אויסדריקן מיינע געפילן אין איין ווארט.
איך האב געהאט די זכיה צו זיך דרייען ביי דעם צדיק, אבער דאס לעצטע מאל איז געווען פורים אין וויליאמסבורג דאכט זיך תשס"ג. דערנאך האב איך זיך אנגעשטויסן מיט אסאך נאנטע וואס האבן חוזק געמאכט פון די עבודת הקודש פון רבי'ן זצ"ל, און זינט דאן האב איך כמעט נישט געהערט רעדן פון קרעטשניף, אזוי אז ס'איז צוביסלעך פארגעסן געווארן. די דאזיגע אשכול האט מיך אויפגעוועקט די געפילן, און דערמאנט אסאך זכרונות, אבער כ'האב נישט קיין צייט צו שרייבן.

נאר 2 קורצע זאכן:
1) איבער די שייכות מיט כ"ק הברך משה מסאטמאר זצ"ל; כ'האב געהערט פון אפאר אידן וואס האבן געהערט פונעם קרעטשניפער רבי'ן זצ"ל בערך אזוי, "ווען די סאטמארער בחורים וואלטן געהאט שכל, וואלטן זיי זיך געשטיפט יעדע וואך ביים סאטמאר רב'ס (ברך משה) קידוש". אפשר ווייסט איינער מער פונקטליכער וואס ער האט געזאגט?
2) איך האב זייער אסאך געדרייט ביי להבחל"ח הרה"ק ר' מיכעלע מנתני' שליט"א, און אסאך געהערט פון אים איבער קרעטשניפער רבי זצ"ל. איין מאל (דאכט זיך ביי שלש סעודות) איז געקומען ר' מרדכי'לע בן ר' זיידל שליט"א צו ר' מיכעלע שליט"א, און ר' מיכעלע האט אים שטארק מכבד געווען און אים געזעצט אויבן אן. כ'וועל דארפן איבערפרעגן איינער וואס איז געווען דארט, אבער כ'געדענק אז ר' מיכעלע האט געזאגט פאר מיר און א חבר אז ער וויל נישט אנטוהן זיין ווייסע בעקישע, אינדערצייט וואס ער איז א תלמיד פון קרעטשניפער רבי, און ס'קען ווייטוהן פאר זיין אייניקל ר' מרדכי'לע....
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » זונטאג אפריל 05, 2009 1:26 pm

הגה"צ רבי מיכלי שליט"א איז געווען גאר שטארק אדוק ומקושר צו הרה"ק מקרעטשניף זצוק"ל אין די ערשטע יארן איז ער געווען זיין יד ימינו, און אסאך מנהגים וואס רבי מיכלי פירט זיך האט ער מקבל געווען פון הרה"ק מקרעטשניף (למשל הלל חנוכה ועוד)

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » זונטאג אפריל 05, 2009 1:33 pm

הלל חנוכה האט רבינו הק' מקרעטשניף מקבל געווען מזקינו הק' ר' לייזער וואלף זצוק"ל. (איין יאר איז ער געווען זייער צוקאכט שבת חנוכה ביי די חנוכה ליכט, און ער האט אנגעהויבן צו זאגן בלל, און זייט דעמאלס איז עס אזוי געבליבן - ער האט געהאט א ויכוח אין הלכה מיט בנו הרה"ק מבראדשין וועלכער איז געווען א שטארקער שו"ע איד צו מ'מעג זאגן גאנץ הלל, און ס'איז געבליבן די פשרה אז מ'זאגט נאר חצי הלל).

עסקן
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 19, 2009 11:11 pm

תגובהדורך עסקן » זונטאג אפריל 05, 2009 1:46 pm

דאס איז נישט געווען בראדשין רב נאר ר' שמעלקא ביטשקוב רב עיין ברזא דעובדא עמוד ק''ז

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » זונטאג אפריל 05, 2009 1:49 pm

גערעכט! טעיתי וטעות לעולם חוזר...

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » זונטאג אפריל 05, 2009 1:59 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:ס'איז דאס וואס זאגן (נישט איך חלילה) אז זיין טאטע איז געוועהן אביסל געשטומט פאר אגודה מזרחי (איך נעם נישט קיין אחריות)

ווי שוין אויבענדערמאנט איז זיין טאטע געווען א איש קדוש מאוד, און א לוחם מלחמות ד' צבקות קעגן די ציונים ימ"ש, וחלילה לדבר על צדיק עתק בגאוה ובוז.

דאס איז א בילד פון די הקדמה פון ספה"ק רזא דשבת לר' לייזער וואלף זי"ע הי"ד, ווי מ'זעט וויאזוי דער רבי זי"ע באטוטעל'ט דעם טאטן זי"ע.
צוגעלייגטע
untitled.JPG
untitled.JPG (24.53 KiB) געזעהן 2400 מאל

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

ספה"ק קדשות צבי מרביה"ק זי"ע

תגובהדורך חייקל » מאנטאג אפריל 06, 2009 12:29 am

באקומען אין אישית, פון א ידיד:
אינטערעסאנט אז קיינער האט נאכנישט דערמאנט אין קרעטשניפער אשכול דעם רבינ'ס ספר וואס איז לעצטענס ארויסגעקומען.
ספה"ק קדושת צבי דברים חוצבים מלהבות אש אויף די פרשיות - בלשון רבו אויף אידיש
צוגעלייגטע
צבי.jpg
צבי.jpg (3.98 KiB) געזעהן 2395 מאל
לעצט פאראכטן דורך חייקל אום מאנטאג אפריל 06, 2009 12:39 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » מאנטאג אפריל 06, 2009 12:39 am

ווען איז דאס ארויס געקומען?

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » מאנטאג אפריל 06, 2009 12:41 am

לויט ווי איך פארשטיי איז דאס ארויסגעקומען ממש לעצטענס
צוגעלייגטע
קדושת צבי.jpg
קדושת צבי.jpg (40.32 KiB) געזעהן 2391 מאל
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » מאנטאג אפריל 06, 2009 12:46 am

מ' קען דאס קויפען אין אלע ספרים געשעפטען?

פייער
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 11:00 pm

תגובהדורך פייער » מאנטאג אפריל 06, 2009 1:37 am

וואס איז פשט געווען און די זיסע נוסח "לעומתם" משבחים ואומרים די למד צן זאגען מיט א ציירי "לייעומתם" משבחים ואמרים

אויך האט עמיצער די זיסע נוסח אויף קאסעט פון פועל גבורות עושה חדשות וכו, די שילוב דארט ( מסתמא ע"פ קבלה)

איך זיך א וואכעדיגע פולע דאווענען פון רבין זצ"ל

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » מאנטאג אפריל 06, 2009 4:01 am

פעמים ביי-אהבה שמע אומרים.
הבוחר בעמו ישראל ביי-אהבה.

יקוד אש - פייער'ל,
דו קענסט דעם מושג "וויי-צדקתך" אידען?
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

תגובהדורך יצמחפורקניה » מאנטאג אפריל 06, 2009 9:00 am

דער קרעטשניפער רבי זי"ע פלעגט אסך רעדען פון זיין חבר וידיד נפש ר' כתריאל הי"ד

ווער ווייסט עפעס פרטים פון אים ?

האט ער איבערגעלאזט עפעס דורות ?

רזא_דעובדא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 6:38 am

תגובהדורך רזא_דעובדא » מאנטאג אפריל 06, 2009 9:51 am

פייער, כתר ישועה

אין נאדווערנע האט מען געזאגט אויף א סגול די זעלבע ניקוד ווי א ציירי, נישט נאר ביי די רבי'ס, נאר אפילו אין שטאט חיידר, און אזוי אויך אין די גאנצע געגנט א. וו. דעליטין, האט מען אויכט אויסגעלערנט סגול אל"ף איי, אזוי פלעגט רביה"ק פארציילן. וממילא אויך ביי די תפילות האט מען אזוי געדאוונט, דער זיידע דער רזא דשבת האט נאך אויך אזוי געדאוונט, איך ווייס נישט וואס איז די סיבה אז דארט האט זיך דאס אפגעשטעלט.

אבער מיט דעם אלעם, פון מאהל צו מאהל האט זיך אויך ביי רביה"ק ארויסגעכאפט און געזאגט ווי אויבן דערמאנט, לייעומתם, בייאהבה, וכו', לייהדליק נר חנוכה.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט