רבי משה חיים אפרים מסאדילקוב 'הדגל' י"ז אייר תק"ס

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי משה חיים אפרים מסאדילקוב 'הדגל' י"ז אייר תק"ס

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מאי 11, 2009 11:39 am

"מיט מיר אליין האט דאס פאסירט" - האט רבי משה חיים אפרים מסדיקלוב ז"ל דער "דגל מחנה אפרים" אנגעהויבן זיין דערציילונג פאר זיין ידיד הגאון הקדוש ר' אברהם מרדכי מפינטשוב ז"ל, וואס ער איז אליין געווען דערין פארמישט ווען ער האט אין זיינע יונגע יארן געוויילט ביי זיין גרויסן זיידען אור שבעת הימים דער בעש"ט אין די טעג פון פסח, אין די שטאט מעזבוז.
"בלוט בלבול" - דאס שרעקליכע ווארט וואס האט שוין פיל אידן דערציטערט, אין אסאך אידישי בלוט פארגאסן דורכאויס די ביטערע גלות יארן, האט אויך נישט איבערגעהיפט איבער די שטאט מעזבוז. דער דארפישער באפעלקערונג, וועלכע זענען געווען פראסטע און נארישע האבן געגלייבט צו אלסדינג וואס דער גלח האט זיי געפרעדיגט, ווי א פעלד אנגעפילט מיט דערנער וואס איין פינק פייער קען דאס גאנצע פארלענדען איז געווען ער המון וואס איין קליינעם פינק פון ארטיגן גלח האט ווי אנגעצונדען די כעס פון די באפעלקערונג און זענען געווען גרייט אויפן ארגסטן ה"י.
צו די פרייד פון די אידישע איינואוינער האט דער בעש"ט שוין דארט געוואוינט ווען דער גלח איז דארט אנגקומען, זיין הייליגער נאמען איז שוין דאן געווען פארעהערט אויך ביי די גויאישע איינוואוינער, וועלכע האבן אים אויך שטארק פארערט און רעספעקטירט, דאס האט עטוואס אפגעשוואכט דעם כח פון דעם גלח, וויסענדיג די חשיבות אין די איידלקייט פונעם אידישן פאלק.
דאס האט נאך מער אנגערייצט דעם גלח, זעהנדיג ווי זיינע העצערישע רעדעס פאלן אויף טויבע אויערן, און ס'האט נישט דאס וואס ער האט ערווארטעט, האט ער פלאנירט פארשידענע פלענער וויאזוי ער קען עפעס שלעכטס טאן פאר די אידן, און וויאזוי ער קען דאך אנצינדן דעם פייער אין דער שטאט מעזבוז.
  
אין די וואוינונג פון ר' שמחה, פון די גבירים אין שטאט מעזעבוז, איז שוין פארענדיגט געווארן די לעצטע פארברייטונגען צום יו"ט פסח, אלעס איז שוין גרייט, א שטילקייט האט געהערשט אינעם פרעכטיגן אויסגעצירטן שטוב, אלעס ווארט אז דער בעה"ב פון הויז ר' שמחה זאל אנהייבן קדש, ווען פלוצליג האט זיך די עקרת הבית, ר' שמחה'ס פרוי אויסגעדרייט צום פענסטער, אויסגעשארפט איר אויער, און געטענה'ט אז זי האט עפעס געהערט אינדרויסן אין הויף, ס'דאכט זיך איר אז א מילדער קלאפ וואס זעהט אויס ווי מ'האט עפעס אראפגעווארפן.
דער בעה"ב האט אראפגעלייגט דעם בעכער וואס איז שוין געווען אין זיין האנד, און האט - בלית ברירה - געווארט אויף זיין פרוי וועלכע איז א פארעקטנטע ארויס געגאגנען אין הויף צו דערגיין וואס דער קלאפ האט גאזאלט זיין.
ס'איז נישט אדורך בלויז עטליכע מינוט, אין דער פרייליכע אטמאספערע וועלכע האט געהערשט אין דעם שטוב איז צושטערט געווארן, ווען די פרוי איז אריינגעלאפן אין שטוב אין היסטעריש אויסגעשריגן: א צרה, האט אונז געטראפן, זי האט זיך פארקלאפט ביידע הענט, זאגענדיג אז א טויטער פגר ליגט אין הויף און באלד וועלן דא שוין קומען די פאליציי, אין די סוף וועט זיין ביטער.
אוי וויי - האט זיך ארויסגעריסן די ביטערע שטומע פונעם בעה"ב ר' שמחה, וויאזוי גיט מען זיך דא אן עצה, האט דער טאטע געפרעגט פון זיינע קינדער, וועלכע זענען געשטאנען אינגאנצן דערציטערט, וויסענדיג וואס דא שמעקט אלס.
איך האב א וואזשנעם פלאן, האט זיך געשטארקט איינער פון די קינדער - ערשטענס וועל איך ארוי סאין הויף אין ארויסטראגן ערגעץ ווי דעם פגר - ס'זאל זיך נישט געפונען ביי אונז אין הויף.
ער איז טאקע זאפארט ארויסגעלאפן אויספירן דעם פלאן, ווען זיין מאמע שטעלט אים אינמיטן וועג, און פארשטעלט אים דאס דורכגאנג זאגענדיג, צו פארשטייסט נישט דער עפענונג פון הויף איז ארומגענומען מיט שומרים פון אלע זייטן, וויאזוי ווילסטו ארויסנעמען דעם פגר? אבער דער זון איז ארויסגעלאפן זאנגיד לאמיר אליין גיין צוקוקן דעם מצב, מעגליך אז איך וועל טרעפן א לעזונג צו דעם פראבלעם, אבער נאך עטליכע מינוט איז ער צוריק געקומען אין צוגעשטימט צו זיין מוטער, - עס איז שוין נישטא וואס צו מאכן - האט ער א פארביטערטער אויסגערופן, דערביי האט ער זוגעגעבן אז צוויי הויכע פאליציי באאמטע שטייען ביים טיר פון הויף, זיכער צומאכן אז מ'וועט גארנישט ארויספירן פון הויף.
"אפשר וואלט געווען כאי ווען מ'לויפט אריבער צום בעש"ט, איבערגעבן וואס דא האט פאסירט" - די ווערטער וואס זי האט ארויסגעזאגט פון איר מויל האט פאראוזאכט א שטילקייט אין צימער, געווען זענען זיי א מתנגדישע שטוב וואו מ'האט גאץ קנאפ געהאטן פון די מופתים וועלכע האבן קורסירט אין שטאט איבערן בעש"ט, פארקערט דאס אנוועזענהייט פונעם בעש"ט האט זיי ענג געמאכט זייער וואוינונג, דעריבער זיינען זיי איצט געווען אין א גרויסער פארגעלעגנהייט צו דער בעש"ט וועט זיי בכלל איצט אריינלאזן.
מאדנע - האט זיך די פרוי אנגערופן, אין א צייט פון דער פייער פלאקערט וועט דער בעש"ט אפילו קוקן ווער דאס איז, גיי שוין אין לויף צום בעש"ט ער וועט אונז זיכער ארויסראטעועון פון דעם געפאר האט די פרוי ארויסגעשריען מיט א כעליפענדיגען קול געשטיקט פון געוויין.
  
אין שטוב פון הייליגן בעש"ט שפירט זיך א הייליקייט, יעדער פשוט'ער מענטש האט געקענט טאפן מיט די הענט די קדושה וואס האט געשוועבט אין שטוב, דער בעש"ט איז געזעסן פון אויבנאן, זיין פאראכטפולע הייליגע צורה האט ווי עדות געזאגט אויף די ערנסקייט פון די צייט, פון צייט צי צייט האט דער בעש"ט אויבערגעהאקט מיט פארשידענע הויכע געדאנקן וואס האט אויסגעהויבן די אנוועזנדע אין די הויכע ספערן.
פלוצים איז אפגעהאקט געווארן דער סדר ווען ר' שמחה דער באקאנטער אויסגעשפראכענער מתנגד איז אריינגעקומען אין שטוב, אלע האבן זיך געווינדערט ווי קומט דער מתנגד צום בעש"ט, אין נאך פונקט אינמיטן אזא הייליגע נאכט, אויך ר' שמחה איז אין די ערשטע מינוט געווארן פארלוירן, זעהנדיג אין שפירענדיג וואו ער איז דא ארינגעפאלן, אבער דער ליכטיגער שמייכל פונעם צדיק האט אים געטוואס בארואיגט, אין עס האט אים ווי געגעבן דעם טאן, אין ר' שמחה האט אנגעהויבן צו דערציילן די אורזאך וואס האט אים געברעגנט צום בעש"ט.
דערציטערט ביז גאר זענען אלע געווארן הערנדיג די שרעקליכע געשיכטע, מ'האט געקענט שמעקן אז ס'וועבט זיך דא א געפערליכן בילבול וואס קען אריינשטעלן אין סכנה נישט נאר ר' שמחה אליין, נאר אויך אלע אידישע איינוואוינער, אבער דער בעש"ט האט יעדן בארואיגט, ווען א באהאלטענעם שמייכל האט זיך אנגעזעהן אויף זיין הייליגער ריינע געזיכט.
"אפרים" - האט דער צדיק א שריי געטאן, צו זיין באליבטע אייניקל, - דער שפעטערדיגער "דגל מחנה אפרים" - נעם מיין שטעקן וואס ליגט אין דערנעבענדיגן צימער אין גיי שוין מיט דעם איד, זאג אריין אין אויער פינעם פגר אז דיין זיידע רופט אים, האב נישט מורא, נאר קום צוריק אהער צוזאמען מיט'ן פגר.
ר' שמחה איז געבליבן שטיין ווי געפלעפט, ער האט נישט געגלויבט וואס ער הערט, טיף אין הארצן האט ער געקלערט אז דער בעש"ט שפעט גאר אויף זיין חשבון, אין לאכט אפ פון אים, אבער צווישן דעם גרויסן נעפל וואס האט אים ווי ארומגענומען, האט זיך געהערט דער קול פון צדיק אויסשרייענדיג, א פרייליכער יו"ט ר' שמחה, זארגט אייך נישט, גייט אהיים און פראוועט דעם סדר ווי גארנישט פאסירט, השי"ת וועט העלפן גארנישט וועט נישט פאסירן, נישט צו אייך, אין נישט צו אייער הויז געזונד.
האלב פארשיכורט האט זיך ר' שמחה אהיים געשלעפט, ווען פון זיין זייט ווערט ער באגלייט פון דער קליינעם אפרים, וועלכער שפרייזט מיט זיכערע שריט, פאכענדיג מיט'ן שטעקן און די האנט, אנקומענדיג צום הויף פון ר' שמחה איז ער אומצווייפלהאפטיג צוגעגאנען צום פגר א קלאפ געטאן מיטן שטעקן אין אריינגעזאגט אין אויער ווי דער זיידע האט אים באפוילן, אין צו די ווינדער פון ר' שמחה און זיין משפחה האט זיך דער פגר אויפגעשטעלט, אנכאפנדיג אין דעם שטעקן האט ער צוריק שפאצירט ביז צו די וואונונג פון בעש"ט, די שומרים וועלכע זיינען געשטאנען ביים טויער הבן זיך נישט אומגעקוקט אויף די צוויי מענטשן וועלכע זענען ארויס פון הויף טראכטנדיג אז דאס קען גאר נישט זיין דער פגר ווייל ער איז דאך טויט.
אריינקומענדיג צום זיידן אין שטוב, האט ער אנגעוויזן פארן גוי וואו ער זיך אוועקזעצן אין האט ווייטער געפירט דעם סדר ווי גארנישט וואלט פארסירט.
  
די ערווארטעט שרעק איז ווירקליך אנגעקומען, די משפחה פון ר' שמחה פראוועט ווייטער דעם סדר, פלוצים איז עס ווידער איבערגעהאקט געווארן ווען א פעסטער קנאט האט זיך געהערט אויפן טיר. ר' שמחה איז באלד צוגעגאנגען צום טיר, ווען פאר זיינע אויגן האט זיך באוויזן דער טרויעריגער בארימטער גלח צוזאמען מיט עטליכע פון די פאליציי, פון הונטער זיי האט זיך שוין אנגעזען א היפשער געזעמעל פון די גויאישע שכינים, וועלכע האבן זיך אונטערגעמורמלט, פסח, מצה, בלוט.
א שטרענגע אונטערזוכונג איז דורכגעפירט געווארן ביי ר' שמחה אין שטוב, אלעס איז געווארן ווילדערהייט איבערגעדרייט, מ'האט ארויסגעצויגן די שופלאדן, געוזכט אויף אלע בוידעמ'ער, אבער אן ערפאלג מ'זעהט קיין זכר נישט פון דעם פגר, פלוצים קומען אריין צוויי שכנים פון ר' שמחה, אין דערציילן אז זיי אליין האבן געזען ווי דער איד גייט ארויס פון זיין שטוב, אין גייט צום ריכטונג פון דער ראבינער'ס וואוינג, מעגליך - האבן זיי אויסגעריפן - אז ער האט דעם טויטן אהין געליפערט.
ס'איז נישט קיין צווייפל - האט דער הויפט גלח געשטורמעט, אז דער "ראבין" האט דא א האנט, לאמיר גיין אין מאכן א רעוויזיע אויך ביי אים אין שטוב.
קוקט נישט אויף זייער זייט, לאזן זיי טועלן וואס זייער הארץ באגערט - האט דער בעש"ט באפוילן פאר אלע אנוועזענדע. ווען די פאליציי האבן אריינגעשטורעמט אין זיין שטוב, אזוי ריידנדיג האט דער בעש"ט אראפגענומען דעם היטל פון זיין אייניקל ברוך - דער שפעטערדיגער רבי ר' ברוך מעזבוזשער זצ"ל - און עס אנגעטאן דעם פגר, דערנאך האט ער גענומען א הגדה אין אים באפוילן מיט צוהאלטן די הגדה, דער פגר האט אויסגעפאלגט דער באפעל אין - צו אלעמענס ערשטוינג - מיט געמורמעלט די הגדה, אין געמאכט דעם איינדרוק ווי איינער פון די משפחה מיטגלידער.
ווי די פאליציי האבן איינגעזען אז זייער מי און פלאג איז אן אומזיסטיגע זיינען זיי אוועק פון דארט מיט ליידיגע הענט, אויך דער גלח איז צוריק אהיים טרויעריג אין פארשעמט אז פון זיין טיילאוונישן פלאן האט זיך גארנישט אויסגעלאזט.
דאן האט דער בעש"ט באפוילן פאר ר' שמחה, ער זאל נעמען דעם פגר און באגראבן באהאלטענערהייט אין פארבאטן צו רעדן דערפון.
דער וויסטער מפלה האט אנגעצינדן דעם גלח, וועלכער האט באשלאסן אז ער וועט נישט רוען אזוי לאנג ווי ער וועט זען וויאזוי מ'קען פריש מאכן א בלוט בלבול אויף די אידן, בעפאר פסח האט ער גלאזט צו זיך רופן פארשידענע אזעלכע שונאי ישראלים אזוי וו ער אליין, און זיי באויפטראגט צו טרעפן א וועג וויאזוי אויסצוטרעפן א בלבול.
ערב פסח אינמיטן מצות באקן, איז דער בעש"ט פלוצים נעלם געווארן, אין איז צוזאמען מיט זיין משמש געגאנגען אין די ריכטונג פונעם גלח'ס וואוינוג.
דער גלח איז שטארק דערציטערט געווארן זעהנדיג ווי דער הייליגער ראבין קומט צו אים, ער האט דאך גאנץ גוט געוויסט אז דער ראבין איז א געטליכער מאן.
דער בעש"ט איז נישט אריין אין שטוב, נאר פון אונדרויסן אריינגעשריגן צו אים, זאג נאר וואס האט דיר דאס אידישער פאלק שלעכטס געטאן, אז די פראבירסט כסדר צו מאכן אומזיסטיגע בילבולים אויף זיי, צי ווייסטו דען נישט אז ביז ווילאנג איך געפין זיך דא אין שטאט איז דיין מי אן אומזיסטיגע, פארגאנגענעם פסח איז דער קליינער גוי געזעסן ביי מיר אין צימער, אין די האסט אים נישט דערקענט, ווילסטו ווייטער מלחמה האלטן מיט מיר?
דער דערשראקענער גלח איז געשטאנן פארציטערט, ווען איין אבר קלאפט אים צום אנדערן, אין געענטפערט, ריכטיג, איך האב טאקע געהאט א פרישע פלאן אויף היינט, אבער אזוי ווי איך בין איבערצייגט אז ווילאנג דער ראבין איז דא אויף דער וועלט, וועל איך גארנישט קענען טוהן, גיב איך אויף אלע מיינע בייזע פלענער.
פרייליכערהייט איז דער בעש"ט צוריק צום מצות באקן, ווען פון זיין מויל שעפשט ער: "שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו והקדוש ברוך הוא מצלינו מידם".

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » דינסטאג מאי 12, 2009 6:26 pm

הק' ר' זיידל, א גרויסען ייש"כ פאר דיינע ריינע פיינע רייד, ייש"כ.

אן אינטערסאנטע זייך צו באמרקן, א זייך וואס יאך האב בעניי בייגעטראכט. אז אסאך צדיקים וואס זענען נסתלק בסביבות ל"ג בעומר האבן עפעס א קשר מיט ר' שמענ'ן. למשל דער רמ"א ווייסט יעדער איינער די חשבונות, 33 יאהר א רב, 33 ספרים און אזוי ווייטער. דער דגל ער איז דער מחדש פון 'בני ישראל יוצאים ביד רמה' ותרגום אונקלוס ידוע 'בריש גלי' האט דער דגל געזאגט ברי"ש איז ר"ת ר' ישראל בעל שם אדער ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2009 9:54 am

תגובהדורך בני יששכר » מיטוואך מאי 13, 2009 12:55 pm

עס איז א באקאנטע סגולה צו האלטן און שטוב
די ספר דגל מחנה אפרים עס איז א סגולה צו האבן פאר גיטע קידער

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » פרייטאג אפריל 30, 2010 9:49 am

בשב"ק חל יו"ד של הרה"ק בעל הדגל מחנה אפרים זי"ע.

נולד בשנת תק"ח לאביו הרה"ק רבי יחיאל אשכנזי זצ"ל ולאמו הרבמית הצדיקת אדל ע"ה בת הבעש"ט זי"ע.
בימי נעוריו הסתופף הרבה אצל זקינו הגדול מרן הבעש"ט הק' זי"ע ונתגדל אצלו.
השתמש כאב"ד בעיר סאדילקוב לאורך שנים ארוכים, ובשנת תקמ"ח חזר לעיר מולדתו מעזיבוז.
נסתלק י"ז אייר תק"ס, ומנוחת כבודו למרגלות זקינו הבעש"ט זי"ע.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אפשר
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

תגובהדורך אפשר » פרייטאג אפריל 30, 2010 10:05 am

די מציבה פונעם דגל מחנה אפרים זי''ע און די אוהל פון בעש''ט הק'
צוגעלייגטע
132.jpg
132.jpg (33.79 KiB) געזעהן 3410 מאל

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » פרייטאג אפריל 30, 2010 10:09 am

כ'זעה אז די מציבות זענען ניי, איז געווען דארט אלטע אנצייכונונגען אז דארט איז דער קבר, צו איז עס בלויז אן השערה?
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » פרייטאג אפריל 30, 2010 2:29 pm

המצבות שלא היו הוחזרו על פי ציור כתב ידו של רבי משה צבי אריה ביק (שכיהן [בעודו בחור] במשך כשנה כרבה האחרון של מעזשיבוזש) ונדפס בכמה מקומות, לאחרונה בגליון חצר הקודש לסדר תז"מ עמוד 8.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » זונטאג מאי 02, 2010 9:59 am

ביקסאד האט געשריבן:המצבות שלא היו הוחזרו על פי ציור כתב ידו של רבי משה צבי אריה ביק (שכיהן [בעודו בחור] במשך כשנה כרבה האחרון של מעזשיבוזש) ונדפס בכמה מקומות, לאחרונה בגליון חצר הקודש לסדר תז"מ עמוד 8.


עי' בספר 'עיר מבצר' באריכות.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מארטש 15, 2013 12:51 pm

וואו ווערן אויסגערעכנט די קינדער פונעם דגל? אויף קברים.קאם שרייבט אן אייניקל פונעם דגל בזה"ל (בשפת המדינה):
David Horovitz who married Ethel, daugther of Hadegel, had a daughter Rivka Reizl who was married to Arie Lieb Gutman of Sadlikov whose son Baruch Yosef of Sadilkov had a daughter Bat Sehva who was married to Israel of Kralissov, and one of their sons was Baruch Yosef Zak of Kobrin.
But David Horovitz and Ethel (daughter of Hadegel) also had a son Yaacov Horovitz (brother of Rivka Reizl mother of Baruch Yosef of Sadilkov).
I’m a descendant of this Yaacov Horovitz who was 5th generation to the Baal Shem Tov and 3rd generation to the Hadegel.
I have no details about him only that he had a son in Urkraine (Berdichev? Kiev? Skvira?) called Avraham Melech who changed the family name from Horovitz to Rabinovich.
Does anyone know anything about Yaacov Horovitz and his son Avraham Melech Rabinovich?
This Avraham Melech Rabinovich had a son Natan Nuta who lived in Berdichev.
Thank you


http://kevarim.com/rebbe-baruch-yosef-s ... ent-132323

לויט די אינפארמאציע איז די רעדע פון אן אייניקל פון ר' אברהם אלימלך ראבינאוויטש-הורוויץ ב"ר דוד הורוויץ חתנו של הדגל מחנה אפרים, און ער זוכט מער אינפארמאציע דערוועגן.

העלפט ארויס אן אייניקל פון בעשה"ק טרעפן זיין שורש

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » פרייטאג מארטש 15, 2013 1:17 pm

מיללער
הוא כותב שהוא נכד ר' יעקב בן ר' דוד הורוויץ
ולר' יעקב היה בן בשם ר' אברהם אלימלך

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 18, 2013 2:06 pm

ווילוויסן האט געשריבן:מיללער
הוא כותב שהוא נכד ר' יעקב בן ר' דוד הורוויץ
ולר' יעקב היה בן בשם ר' אברהם אלימלך

גערעכט, הטעות שלי

איז עפעס באקאנט איבער דעם איידעם ומשפחתו?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 18, 2013 3:08 pm

הרנ"א וועקשטיין פון אשדוד האט אריינגעשיקט דעם פאלגנדן קונטרסל ווי ער נעמט צוזאמען אלס איבער דעם ר' דוד מסאדילקוב חתנו ומ"מ פונעם דגל, אסאך איז באזירט אויף אינפארמאציע פון דעם דערמאנטן אייניקל פראפעסאר עמיהוד ברב-ראבינאוויטש
צוגעלייגטע
עמי ברב.pdf
(75.17 KiB) דאונלאודעד 150 מאל

מונח אתנחתא
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 26, 2012 4:50 am

רבי דוד פרנקל - חתן ה"דגל" זי"ע

תגובהדורך מונח אתנחתא » דאנארשטאג אפריל 18, 2013 2:13 pm


הסרפד
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

ר' משה חיים אפרים הלוי מסדילקאב-צפת נכד הדגל

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג מאי 01, 2014 7:25 pm

ר' משה חיים אפרים'ס יחוס איז באשריבן אין קובץ נחלת צבי ב', פון א יחוס בריעף געשריבען דורך זיין מחותן הנגיד המיוחס ר' יהודא ליב מקאלימייא-צפת, אות ו':
(בקיצור)
ר' משה חיים אפרים (א) ב"ר אהרן (ב) ב"ר צבי (ג) ב"ר דוד חתן הדגל.
(א) חתן ר' וואלף עוזר קיציס ב"ר ישראל ב"ר נחמן ב"ר וואלף קיציס
(ב) ר' אהרן הנ"ל חתן ר' יהודא ליב מליניץ מדפיס ספר תשואת חן להרה"ק מליניץ
(ג) ר' צבי הנ"ל חתן ר' ישכר בער אב"ד מעזבוז.

א בריעף פון ר' משה חיים אפרים:
http://brieven.dpc.uba.uva.nl/cgi/t/tex ... 1I_D206656

בנו ר' שלום:
http://brieven.dpc.uba.uva.nl/cgi/t/tex ... 1I_D216640
http://brieven.dpc.uba.uva.nl/cgi/t/tex ... 1I_D211305
(דערמאנט זיין מוטער מ' בת שבע קיצוס, זיין ברודער ר' נחום פנחס, און שרייבט זיך אליינס אונטער 'סגל קיצוס')

בנו ר' נחום פנחס:
http://brieven.dpc.uba.uva.nl/cgi/t/tex ... 1I_D206650
http://brieven.dpc.uba.uva.nl/cgi/t/tex ... 1I_D210726

חתנו ר' אליעזר דוב (ב"ר יהודא ליב מקאלימייא הנ"ל):
http://brieven.dpc.uba.uva.nl/cgi/t/tex ... 1I_D209500
(דערמאנט זיין שווער ר' מח"א, באשרייבט ווי ער איז אויף געוואקסן 'בעושר ובעונג' ביי זיין פאטער וואס איז געוועהן 'מראשי ומנהלי כולל אוסטרייך, און איז גערנאך ארום געווארן)
http://brieven.dpc.uba.uva.nl/cgi/t/tex ... 1I_D208495

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג מאי 05, 2014 8:18 pm

א בריעף פון מ' בת שבע אשת ר' משה חיים אפרים הנ"ל:
http://brieven.dpc.uba.uva.nl/cgi/t/tex ... 1I_D208017

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2626
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי יעקב יחיאל בן הדגל

תגובהדורך נחוניא » זונטאג אוקטובער 12, 2014 4:17 pm

אין ספר "מספד תמרורים" ווערט געברענגט אז רבי יעקב יחיאל איז געווען אן איידעם ביי רבי ליפא מחמעלניק.
זיין טאטעס טאטע האט געהייסן "יוסף חנינא ליפא" ווארשיינליך נאכן זיידן רבי ליפא מחמעלניק.

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » מיטוואך מאי 06, 2015 9:29 am

יארצייט היינט - י"ז אייר

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2626
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

משפחה נאמען

תגובהדורך נחוניא » מוצ"ש דעצמבער 26, 2015 11:20 pm

ווייסט איינער וואס איז געווען די משפחה נאמען ביי די אייניקלעך פונעם דגל?

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2626
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

שנת הסתלקותו

תגובהדורך נחוניא » זונטאג אפריל 08, 2018 7:23 pm

וואס איז די מקור אז דער דגל איז נסתלק געווארן בשנת תק"ס?
עס קוקט מיר אויס אז חודש שבט תק"ס איז שוין געווען לאחר הסתלקותו.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2626
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך אפריל 18, 2018 11:06 pm

א מאמר אין גליון אורות (אייר תשע"ח) פון פיל נייע פרטים מתולדות חייו פונעם דגל זי"ע
https://www.academia.edu/36440425/%D7%A ... 7%A2%D7%97


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט