בלאט 29 פון 31

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 1:58 pm
דורך אלט מאנרא
אוהב ספרים האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:געהערט אז די רבי האט געהאט א פיש טאנק און זיין שלאף שטוב און יעדע נאכט פארן גיין שלאפן האט ער געפרעגט זיין משב"ק צי מען האט זיי שוין געגעבן צי עסען
געהאט באקימען במתנה פון איינעם א דאקטער אדער א גוי

און וועליכע דירה איז דאס געווען ?
איז נאך דא היינט איינער וואס האט עס?


וואס זוכסטו? די טאנק? פיש? אדער די עסען?

די פיש, א אייניקל פינעם פיש איז אויכט גיט, איך וויל זעהן אויגן וואס האבן געזעהן אויגן וואס האבן מיט געהאלטן דעם עבודה אינעם רעבינס שטוב‎.......

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 2:41 pm
דורך איינפאכער איד
אפשר ווילט איר אויך אפקויפן דעם רבינ'ס אתרוג פון שנת תש"ז, וואס ער האט געשאקלט אינעם סטאלינער ביהמ"ד...

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 5:41 pm
דורך חמרא טבא
אוהב ספרים האט געשריבן:140 אלפים + 23 פראצענט איז מער פון 172 אלפים עס איז 174 ועוד

און עס קומט נאך צו טעקסעס אויף די 23 פראצענט

טעקס צאלט נאר א דארטיגע תושב

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 17, 2018 9:43 pm
דורך הגאון
פראהביטש האט געשריבן:
הגאון האט געשריבן:דאס הענגט בביתו נאוה קודש אויף 500 בעדפארד עוו.

א קאפי?

די ארגינעלע!

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 17, 2018 11:10 pm
דורך אוהב ספרים
הגאון האט געשריבן:
פראהביטש האט געשריבן:
הגאון האט געשריבן:דאס הענגט בביתו נאוה קודש אויף 500 בעדפארד עוו.

א קאפי?

די ארגינעלע!


און וואס האט מען פארקויפט?

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 17, 2018 11:22 pm
דורך פראהביטש
אוהב ספרים האט געשריבן:
הגאון האט געשריבן:
פראהביטש האט געשריבן:
הגאון האט געשריבן:דאס הענגט בביתו נאוה קודש אויף 500 בעדפארד עוו.

א קאפי?

די ארגינעלע!


און וואס האט מען פארקויפט?

אויב מ.ש. זופניק האט עס אפגעקויפט דעמאלס שטימט אלעס

א שבת אין סאמוש-אויוואר מיטן רבי'ן

געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2019 10:27 am
דורך נא_שכל
שבת נחמו שנת תרצ"ה אין סאמוש-אויוואר מיטן רבי'ן.

גענומען פון ספר הזכרון סאמוש-אויוואר.

דער שרייבער איז געווען פארכאפט אין ציוניזים, און ער לייגט אראפ דעם רבינ'ס דרשה דארטן, זיין שטילע רעאקציע, און וואס ער האט געכאפט דערפאר.

ס'איז אינטערסאנט די מספר פון חסידים וואס האבן זיך פארזאמעלט אויף שבת צום רבי'ן. לכאורה זענען אסאך אידן געקומען פון דערנעבדיגן גרויסן שטאט "דעשש".

געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2019 11:21 am
דורך קאטטשקעלע
מאכט נישט קיין סענטס
אלט מאנרא האט געשריבן:געהערט אז די רבי האט געהאט א פיש טאנק און זיין שלאף שטוב און יעדע נאכט פארן גיין שלאפן האט ער געפרעגט זיין משב"ק צי מען האט זיי שוין געגעבן צי עסען
געהאט באקימען במתנה פון איינעם א דאקטער אדער א גוי

און וועליכע דירה איז דאס געווען ?
איז נאך דא היינט איינער וואס האט עס?

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 6:16 pm
דורך אונגארישע הייזער
זייער אן אינטערעסנט בילד (קען זיין ס'איז שוין געווען דא, כ'האב נישט איבערגעקוקט) דער רבי זי"ע דרשנ'ט אן א הוט אויפן קאפ מיט די טלית אויף די פלייצעס.
וואו איז דאס, אין אונגארישער שול אין מאה שערים?

179.jpg
179.jpg (325 KiB) געזעהן 1582 מאל

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 6:35 pm
דורך פישל
אונגארישע הייזער האט געשריבן:זייער אן אינטערעסנט בילד (קען זיין ס'איז שוין געווען דא, כ'האב נישט איבערגעקוקט) דער רבי זי"ע דרשנ'ט אן א הוט אויפן קאפ מיט די טלית אויף די פלייצעס.
וואו איז דאס, אין אונגארישער שול אין מאה שערים?

179.jpg


דאס איז מיט'ן טלית אויפ'ן קאפ, נאר דער טלית איז אביסל אראפגעגליטשט.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 6:45 pm
דורך יציב פתגם
אונגארישע הייזער האט געשריבן:וואו איז דאס, אין אונגארישער שול אין מאה שערים?

אין ישיבת מאה שערים

IMG_0592_499_333_95.jpg
IMG_0592_499_333_95.jpg (66.37 KiB) געזעהן 1547 מאל

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 8:11 pm
דורך ישלהוסיף
אונגארישע הייזער האט געשריבן:זייער אן אינטערעסנט בילד (קען זיין ס'איז שוין געווען דא, כ'האב נישט איבערגעקוקט) דער רבי זי"ע דרשנ'ט אן א הוט אויפן קאפ מיט די טלית אויף די פלייצעס.
וואו איז דאס, אין אונגארישער שול אין מאה שערים?

179.jpg


ס'דא נאך א בילד (אדער צוויי) פון דעם דרשה, דארט זעהט מען דער טלית אויפן קאפ.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 10:33 pm
דורך חמרא טבא
ווער זיצט דארט אויבן דער בר״מ?

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 10:39 pm
דורך פריילעך אידל
ניין, הרה"ח ר' ליפא שווארטץ ז"ל מנהל מוסדות יטב לב.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 10:41 pm
דורך חמרא טבא
ווער נאך שטייט דארט חוץ ר׳ יאסל מיט ר׳ זריעל?

געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2019 4:10 pm
דורך אונגארישע הייזער
כ'האב געטראפן אין מיינע ארכיון דעם בילד, עס קוקט אויס ווי אין א"י, און דער רבי קוקט אויס זייער אויסגעדארט און שוואך, אינטערעסאנט צו דאס איז אפשר גלייך נאכן קריג?
070.jpg
070.jpg (477.52 KiB) געזעהן 1325 מאל

געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2019 4:15 pm
דורך אונגארישע הייזער
עס איז באקאנט די בילד ווי דער רבי גיבט די הענט פארן רומענישן קעניג און ער האלט דעם הוט אין די האנט, אויף דעם בילד זעהט מען ווי דער רבי שטייט פארדעם אויפן זעלבן פלאץ מיט די הוט אויפן קאפ.
079.jpg
079.jpg (200.02 KiB) געזעהן 1318 מאל

געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2019 4:30 pm
דורך אונגארישע הייזער
אן אינטערעסאנט בילד: דער רבי מיט שטיוול, עס קוקט אויס ווי עס איז אין א עירפארט וכדומה.

268.jpg
268.jpg (111.41 KiB) געזעהן 1294 מאל

געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2019 4:48 pm
דורך ישלהוסיף
אונגארישע הייזער האט געשריבן:כ'האב געטראפן אין מיינע ארכיון דעם בילד, עס קוקט אויס ווי אין א"י, און דער רבי קוקט אויס זייער אויסגעדארט און שוואך, אינטערעסאנט צו דאס איז אפשר גלייך נאכן קריג?
070.jpg


נישט א"י, נאר אין שווייץ. דערנעבן דערקענט מען ר' משה גראסס ז"ל

געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2019 2:19 am
דורך חושב מחשבות...
אונגארישע הייזער האט געשריבן:עס איז באקאנט די בילד ווי דער רבי גיבט די הענט פארן רומענישן קעניג און ער האלט דעם הוט אין די האנט, אויף דעם בילד זעהט מען ווי דער רבי שטייט פארדעם אויפן זעלבן פלאץ מיט די הוט אויפן קאפ.
079.jpg

לינקס פון רבין זעהט מען א ריכטיגע צורה פון א פארצייטישע ראש הקהל

געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2019 8:16 am
דורך יציב פתגם
אונגארישע הייזער האט געשריבן:אן אינטערעסאנט בילד: דער רבי מיט שטיוול, עס קוקט אויס ווי עס איז אין א עירפארט וכדומה

דאס איז אינעם באן שטאנציאן אין טאראנטא
דריטע לינקס איז הגה"צ רבי מאיר גרינוואלד זצ"ל מטעטש-טאראנטא

געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2019 8:27 am
דורך moishy56
ישלהוסיף האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:כ'האב געטראפן אין מיינע ארכיון דעם בילד, עס קוקט אויס ווי אין א"י, און דער רבי קוקט אויס זייער אויסגעדארט און שוואך, אינטערעסאנט צו דאס איז אפשר גלייך נאכן קריג?
070.jpg


נישט א"י, נאר אין שווייץ. דערנעבן דערקענט מען ר' משה גראסס ז"ל

ר' משה הכהן גראס ז"ל פון גענף שווייץ, מחסידי בעלזא, [בעל אכסניא פון מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל?]

געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2019 8:32 am
דורך יערסלוב
יציב פתגם האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:אן אינטערעסאנט בילד: דער רבי מיט שטיוול, עס קוקט אויס ווי עס איז אין א עירפארט וכדומה

דאס איז אינעם באן שטאנציאן אין טאראנטא
דריטע לינקס איז הגה"צ רבי מאיר גרינוואלד זצ"ל מטעטש-טאראנטא

דער שווער פינעם נייען גרויסען ממלא מקום
הגאון הצדיק כ"ק רבי ישעי יענקעלע שליט"א
אדמו"ר מסקולען

געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2019 8:34 am
דורך יציב פתגם
חושב מחשבות... האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:עס איז באקאנט די בילד ווי דער רבי גיבט די הענט פארן רומענישן קעניג און ער האלט דעם הוט אין די האנט, אויף דעם בילד זעהט מען ווי דער רבי שטייט פארדעם אויפן זעלבן פלאץ מיט די הוט אויפן קאפ.
079.jpg

לינקס פון רבין זעהט מען א ריכטיגע צורה פון א פארצייטישע ראש הקהל

דאס איז דער שטאטוס-קווא ראבינער

געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2019 8:35 am
דורך מאתים
חושב מחשבות... האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:עס איז באקאנט די בילד ווי דער רבי גיבט די הענט פארן רומענישן קעניג און ער האלט דעם הוט אין די האנט, אויף דעם בילד זעהט מען ווי דער רבי שטייט פארדעם אויפן זעלבן פלאץ מיט די הוט אויפן קאפ.
079.jpg

לינקס פון רבין זעהט מען א ריכטיגע צורה פון א פארצייטישע ראש הקהל

דאס איז נישט דער ראש הקהל, דאס איז די שטאטסקווא ראבינער, און ווי באקאנט האט ער נישט ליב געהאט דעם רבין, און ווי מזעהט דא וויאזוי ער קוקט אן דעם רבין מיט א קענטיגע קנאה, און אויך באקאנט אז ער האט דאמאלטס נישט געוואלט אז ווען דער קייזער קומט זאל ער זיין די דאמעלטשער פארן רבין און אזוי וועט דער רבי זיין פארשעמט פארן קייזער אז ער קען נישט די שפראך, איז ער געגאנגען אין די בעק ביז די קייזער וועט אנקומען, פונקט דעמאלט האט מען קעגלינגען אז די קייזער קומט, און יוצא ואין בא, און ער איז געבליבן אונטען, און ווי מזעהט ביי די בילדער ווי די קייזער גיבט די הענט פארן רבין זעהט מען אים שוין נישט.