זכרונות מרביה"ק מסאטמאר ז"ל ועוד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 4:27 pm

farshlufen האט געשריבן:געהערט פון א איד וואס איז געווען דערביי:

און יאר תשי"ח ווען דער רבי ז"ל איז געקומען באזוכן דעם קעמפ וואס מען האט געהאט געדונגען פאר די בחורים אויף יענעם יאר, איז דער רבי ביים טיר פון ביהמ"ד געבליבן שטיין, און ער רופט זיך אן דעם באקאנטן ווארט פון יטב לב אויף: אין זה כי אם בית אלקים, ווייל אן אייגן הויז וואלט זיי ווען געהאלטן זויבער, און דער רבי דרייט זיך אויס און גייט נישט אריין.
ס'איז געווען א פלא ווייל דאס ביהמ"ד איז געווען שיין זויבער און ציכטיג, ביז מען איז דערגאנגען אז דער בנין פונעם ביהמ"ד האט אמאל געדינט פאר שטאל, און דער רבי ברוב קדושתו האט דאס מרגיש געווען, ויהי לפלא.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 4:30 pm

farshlufen האט געשריבן:געהערט דעם יו"ט.
דער רבי האט שבועות אזוי ווי די הייליגע טעג, אויך נישט געגעסן קיין לענגליכע לאקשן.

יאסל האט געשריבן:לאמיך דיר פרעגען וויפיל סעיאינג האלטסטי האט דער רבי געהאט וואסערע לאקשען ער עסט, אדער וואס זענען די טשענסעס אז דאס האט דער רעביצין געטון וויל אזוי האט מען זיך געפירט ביי אירע עלטערען אין טשענסטחוב?????
דעי נאן סענס וואס איז דא ביי אינז אין סאטמאר אז דער רבי האט דאס געגעסען אדער יענץ געגעסן האט נישט קיין גלייכען אין אנדערע חסידות'ער
דאס אז דער רבי האט נישט געגעסן קיין אייזקרום שבת אדער זיך אריינגעלייגט שלאפען שבת נאך די סעודה אויף א צוויי דריי שעה, אויף דעם איז נישט דא קיין בעלנים נאך צי מאכען.


farshlufen האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:לאמיך דיר פרעגען וויפיל סעיאינג האלטסטי האט דער רבי געהאט וואסערע לאקשען ער עסט, אדער וואס זענען די טשענסעס אז דאס האט דער רעביצין געטון וויל אזוי האט מען זיך געפירט ביי אירע עלטערען אין טשענסטחוב?????

איך האב נאר דערציילט א פאקט, די רעבעצין אליין האט פאר די געסט יא געגעבן לאקשן.
יאסל האט געשריבן:דעי נאן סענס וואס איז דא ביי אינז אין סאטמאר אז דער רבי האט דאס געגעסען אדער יענץ געגעסן האט נישט קיין גלייכען אין אנדערע חסידות'ער.

אזוי גאר? זעהט אויס אז אין אנדערע חסידות'ער האסטו נאך ניטאמאל אריין געשטעקט די נאז.

יאסל האט געשריבן:דעי משוגעת וואס דער זמירות דברי יואל האט אראפגעברענגט אויף סאטמאר איז נישטא הערסט איז נישט דא ערגעץ אנדערש

יאנאש האט געשריבן:ביטע הערט אויף מיט די מעשה'ס דא, נעקסט קעיס פליז.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 4:33 pm

קרעמער האט געשריבן:היינט געהערט פון א איד (נאמען געהיטן אין רעדאקציע) א מעשה וואס האט מיט אים פאסירט א צירקע 35 יאר צוריק.

דער איד איז א פאפא'נער חסיד געווען אלע יארן, קיינמאל נישט געקוויטלט זיך ביים סאטמאר רבי'ן זצ"ל. מאכט זיך אמאל אז זיין פיצל קינד נעמט נישט צו קיין וואג במשך עטליכע חדשים, אפילו נאכן פרובירן אלע אלטערנאטיווע געטראנקן וואס מען קען באקומען אין די געשעפטן פאר קליינע קינדער. ער ווערט פאר'דאגה'ט און גייט אריין צו זיין רבי'ן בעל ויחי יוסף זצ"ל זיך מזכיר זיין און בעטן אן עצה. דער פאפא רב זאגט אים איך בין נישט קיין דאקטאר, גיי צו א מומחה.

דער שווער פון דעם יונגערמאן האט אנגעהויבן לייגן דרוק אז ער זאל אריינגיין צום סאטמאר רבי'ן מיט א קוויטל, נישט האבנדיג צופיל ברירות האט ער זיך אויפגעהויבן און געכאפט א נסיעה'לע קיין בעל הארבאר. דער רבי איז שוין דאן נישט געזונט געווען, און נאכדעם וואס ער האט מזכיר געווען דעם פראבלעם פארן רבי'ן, האט דער רבי זיך אנגערופן עפעס ווערטער וואס דער איד האט נישט פארשטאנען. זעהנדיג אז ער רירט זיך נישט פון פלאץ אפילו נאכן באקומען אן ענטפער פונעם רבי'ן, פרעגט אים דער גבאי אויף וואס ער ווארט. דער איד האט זיך נישט דערשראקן און געזאגט דברים כהווייתן: איך פארשטיי נישט וואס דער רבי זאגט.

איך געדענק נישט אויפן מאמענט ווער דער גבאי איז געווען (יענער איד האט מיר יא געזאגט א נאמען), אבער דער גבאי האט אים ערקלערט אז דער רבי האט געפרעגט "וואס איז שלעכט מיט כשר'ע מילך"?

דער איד איז געבליבן געלעמט. קיען מילך וויל דער רבי ער זאל אנפיטערן פארן קינד? אלע דאקטוירים שרייען דאך אז דאס איז דאס ערגסטע פאר א פיצל קינד! ער איז געבליבן ווי געפרוירן אויפן ארט - ער זאגט: מיינע פיס זענען פארהארטעוועט געווארן, האסט מיר געקענט אויפהייבן און ארויספירן, אבער איך האב זיך נישט געקענט רירן פון ארט - ביז דער גבאי האט אים איבערגעזאגט אז דער רבי וויל מען זאל געבן פארן קינד געהעריגע כשר'ע מילך.

אהיימפארנדיג אויפן בעלט פארקוועי האט דער איד נישט אויפגעהערט צו טראכטן וואס ער וועט איבערגעבן אין שטוב ווען מ'וועט אים איבערפרעגן וואס דער רבי האט געזאגט. אבער אנקומענדיג צום שווער אין שטוב האט די שוויגער תיכף נאכן הערן דעם רבי'נס ווערטער גענומען א פלעשל און אריינגעגאסן קיען מילך און דערמיט אנגעפיטערט דאס קינד. אזוי האט מען געפיטערט דאס קינד א לענגערע צייט ביז ער איז ב"ה געוואקסן און געשטיגן. היינט האט ער שוין בר מצוה געמאכט א קינד.

ווען דער איד האט דערציילט די מעשה פאר זיינס א ידיד מיט א קורצע וויילע צוריק, האט זיך דער חבר זייער געפריידט צו די פרישע מעשה פונעם רבי'ן וואס ער וועט קענען נאכדערציילן ביי א מלוה דמלכה. עטליכע טעג דערויף איז ער צוגעקומען צום דערציילער און מיט טרערן אין די אויגן איבערגעגעבן אז ער האט דערציילט די מעשה ביי יענעם מלוה מלכה, און ווי אומגלויבליך עס קלינגט מעגליך, איז א יונגערמאן צוגעקומען צו אים תיכף נאך די רעדע און זיך באדאנקט פאר די מעשה פון רבי'ן, ווייל פונקט יעצט גייט ער אדורך אזא קריזיס מיט זיינס א קינד און ווייסט זיך נישט וויאזוי אן עצה צו געבן.

איבריג צו זאגן אז דער יונגערמאן האט מיט גרויס אמונת צדיקים געפאלגט דעם מאדנעם עצה פון רבי'ן זצ"ל, און עס האט ביי אים אויך געווירקט ווינדערליך. זכותו יגן עלינו.

יאנאש האט געשריבן:יישר כח קרעמער, דער מעשה פאר זיך איז געוואלדיג, און נאכמער דער ענדע, גדולים צדיקים במיתתם יותר מבחייהם.

איך_הער האט געשריבן:קרעמער, יישר כח.

קאר אינשורענס האט געשריבן:קרעמער כ'האב אויך געהערט די מעשה פון די בעל המעשה זייער גיט נאך דערציילט
לעצט פאראכטן דורך scy4851 אום דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 4:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 4:36 pm

scy4851 האט געשריבן:רב קרעמער,
דאר חידוש איז אז עס האט געהאלפען פארען צווייטען.
ווייל נישט אלטס איז געלינגען ווען מעהאט נאכגעטוהן א מאדענע עצה וואס א צדיק האט געגעבען פאר איינעם אויב דער צדיק האט עס
נישט ספעציעל געגעבען פארען צווייטען.
ביי ר' יחזקעלע מערץ ז"ל איז געווען אסאך מאל אז מעהאט איהם געפרעגט פארוואס א סגולה זיינער העלפט נישט און פאר אן אנדערען
הלפט עס יא, פלעגט ער ענטפערען איך האב יענעם דאס געהייסען נישט דיר.

אויסער אז מען מיז זאגען אז דא איז דער צדיק שוין נישט געווען

מיללער האט געשריבן:ר' שמחה,

איך וואלט נאך מוסיף געווען נופך, אז דער צווייטער האט געטאן א נער'ישקייט מיט'ן נאכטאן דעם עצה, אפי' ווען עס איז למעשה געלונגען (ווי דער באקאנטער פאלקס-ווערטל לויטעט).

אויב גלייבט מען בכח הצדיקים שביכולתם לגזור והקב"ה מקיים איז דאס גאר א הויעכע בחינה מיט וואס מיר קענען זיך נישט שפילן און מ'קען נישט מדמה זיין מילתא למילתא, דאס איז א חוץ פון די שוואנצנות וואס ליגט דערביי.

אה שיעור פארגעסן, א דאנק הרב קרעמער פארן מיטיילן די מעשה להנאת ולשביעת רצון ציבור הגולשים.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 4:38 pm

מיללער האט געשריבן:לכבוד די יומא דהילולא קדישא הממשמש ובא קומענדיגען מיטוואך פר' ראה, ברענג איך אפיר דעם תוכנ'פולער אשכול, עס איז כדאי פאר אונז אלע איבערצוגיין די 17 בלעטער פון עובדות וסיפורים פון אונזער גרויסן רבי'ן זצ"ל, במיוחד קומט א אויסטערלישען דאנק פאר ידידינו החשוב מזקני ופארי חבורתינו ה"ה מוה"ר שמחה הי"ו וואס ער האט אונז דא מהנה געווען מנועם אמרותיו אראפשרייבנדיג מעשיות וזכרונות צו וועלכע ער איז פערזענליך געווען אן עד ראי' להיות לנו למשמרת.

ומכאן הקריאה יוצאת, דא איז דאס פלאץ אראפצושרייבן אוטענטישע זכרונות ועובדות פונעם גרויסן צדיק וקדוש דער בעל ההילולא ולקבצם כעמיר גורנה לשביעת רצון ולשמחת לבם פון אונז אלע.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 4:40 pm

סלונימער האט געשריבן:איך זע,אז רב א עולם דא זענען טאקע סאטמארער.

סלונימער האט געשריבן:און אגב,א גרויס´ן יש"כ פארן,וויאזוי האסטו געזאגט,תוכנ'פולער אשכול.
און אוודאי מיר ווילן הערן נאך פון אזא מין מעשיות און עובדות.

מיללער האט געשריבן:א גוטן אייך סלונימער חסיד,

יא דאס רוב מנין ורוב בנין פון די שרייבער דא כולל די מייסדים ומנהלים זענען סאטמארער חסידים, מיט די צייט האט דאס פלאץ צוגעצויגן היימישע אידן פון מערערע שיכטן און קרייזן ותלי"ת אז מקען פארברענגען מיט א זעלטענע אחדות ווי עס פאסט פאר ערליכע אידן.

אפשר פארציילט איר (און א באזונדערן אשכול) אביסל סלאנימער זכרונות?
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 4:46 pm

scy4851 האט געשריבן:ווען איך האב פארשדיבען מיינע זכרונות האב איך גיהאט געזאגט אז אויב עס קומט אויס א שעת הכושר וועל איך שטעלען א דאיעגרעם פונעם בית מדרש.

דא איז דער דאיעגרעם.
זייער נישט פראפעשינעל און זייער זייער CRUDE

איך וועל מיך באצירען דער עיקר צי מיינע זכרונות פומעם לעצטען יום הקדוש פאר דער רבי זי"ע האט געקריגען דעם סטראק

עטליכע באמערקינגען
סקען זיין אז איך וועל איבער שרייבען זאכען וואס איך פארגעסען אז איך האב שוין געשריבען. מעט מיר מוזען מוחל זיין
כ'האב נישט יעצט קיין געדולט איבער ליינען די 17 בלעטער.
סע איז מיר אויך צירוק געקומען עפעס מער זכרונות .
זייט איך האב דא געשריבען בערך א האלב יאהר צירוק, טראכט איך לעצטענס זייער אסאך פון געשענישען פון 50 יאהר און מער צירוק. ציביסלעך קומען צירוק זאכען וואס זענען געווען לאנג באהאלטען

*****
מעאיז אריין געקומען און בית מדרש פין בעדפארד, זיכער האט עטס שוין געזעהן א בילד פון דעראויסען, הויכע שטיגען ארויף, א שטייגער אוויא ביים רבי'ס הויז וואס שטייט עד היום.

אריינגעקומען איז מען און א האל-וועי און צי לינקס איז געווען שטיגען ארויף צי די אויבערשטע שטאק.
איך האב דערמאנט דא ערגעטס אז איך האב געלגרענט איין יאהר אין חדר און סאטמער, דאס ערשטע יאהר חומש.
איך האב געלערענט און דעם בנין.

דער האל-וועי האט געהאט אויף די לינקע זייט עטליכע אפיסעס, (איך קען מיך נישט דערמאנען צי צוויי אדער דריי. אבער און דעם לעצטען אפיס . דער נאנטסטע צים חדר שני, געדענק איך, (פון די זמנים ווען איך בין געווען דארט ביי א שחרית און דער וואכען) אז און יענעם אפיס פלעגט דער רבי אריין גיין נאכען דאווענען און דארט געלערנט זיין טעגליכע שיעור חומש רש"י , מיט מדרשים, און טלית און רבינו תם'ס תפילין.

אויף די רעכטע זייט פון האל-וועי, איז געווען א וואנט מיט א טיהר און דערמיט אריין צים פאליש.

ביים עק פון פאליש איז מען אריין און חדר שני, וואס דאס איז געווען אחורי דעם ארון קדש.
פון יענעם חדר איז אויך געווען א טיר אריין אונעם גרויסען בית מדרש און בערך דארט פלעגט זיין געבויט א יעדעס יאהר א טיר אביסעל מער אריינציר אונעם בית מדרש
דארט האט דער רבי געצינדען חנוכה לעכט.
איך האב ערגעטס דא דערמאנט אז דער מנורה איז נישט גישטאנען אונעם חלל הפסח
דער מנורה אוי געשטאנען אזוי מעזעהט אויף מיין בילד. די לעמפעלעך פון מזרח צי מעריב

ביי קול נדרי בין איך געשטאנען דארט וייא דער פאליש ענדיגט זיך און דאס בית מדרש פאנגט זיך אהן. איך האב עס געצייכענט מיט א ו'.
איך געדענק דאס געדרענג. עס איז נישט צי באשרייבען.
עס איז געווען אן עולם וואס זענען געקומען נאר צי כל נדרי.
דער דרשה, בכויות נוראות, און ווען דער רבי האט שוין געהאלטען ביי די ענדע פון די דרשה און געווינטשען דעם עולם מיט א כתיבה וחתימה טוב, און נאך און נאך ברכות,
און דער עולם געשריגען אמן נאכאמאל און נאכאמאל....ווען עטס וואלטס נאר געוויסט די הרגישים וואס עס קומט אויף מיר יעצט נאר פון זיך צירוק דערמאנען און שרייבען


געשטאנען ביי קריאת התורה און מוסף בין איך ממש לעבען בימה.
די בימה איז נישט געווען פלעין א טיש, עס האט געהאט שטיגען ארויף צי גיין, א שטייגער אוויא היינט. געשטאנען בין איך ביי די שטיגען אויף דער זייט פון בימה וויא דער ספר תורה קומט אן צים ליינען.
עס ליגט מיר פאר די אויגען ווען מעהאט געברענגט די ספרים צי קריאת התורה, דער רבי איז נאך געגאנגען אינטער די ספרי תורות און איך זעה איהם יעצט, דאס מויל גייט איהם און ער קוקט בכלל נישט אויפען עולם.

איך געדענק ווען מעהאט געהאלטען פאר יזכור יענעם יום הקדוש.
אינז בחורים מיט קונדער האמער זיך אלע אריינגעשטופט און חדר שני. און פארמאכט די טוהר.
און ווען יזכור איז פארטיג געווארען, דער שטיפעניש און געדרענג צירוק צי גיין צים פלאטץ וויא מען איס געשטאנען פון פריער, און מעהאט זיך געאיילט אז אלעס זאל שוין זיין מסודער ווען דער רבי פאנגט אן מוסף

אויפען בילד איז דא א ב' מיט א רינגעלע.
בערך דארט בין איך געזעצען פון ווען מיין פעטער איז ארויס און מיטען מוסף ביז סוף טאג, אוויא כ'האב אויבען געשריבען, אז דער פעטער ע"ה איז שוין נישט צירוק געקומען צי זיין פלאטס.

עס איז דא א צירה פון טישען אויסגעשטעלט אוויא א ש' מיט אן א' אדער אנדערע זעהן אפשר א K מיט א רינגעל.

דער רבי האט געפירט די טישען און יענעם חלק פון בית מדרש.
די בנקלעך האט מען ארויס גענימען און דארט אויף געשטעלט די טישען. ווען איך בין געווען ביי א טיש פרייטאג נאכט האב איך אלטס מיך געקענט צישטיפען צים עק פון דעם מיטעלסטע טיש דארט וויא איך האב אנגעצייכענט מיט א ד'. איך בין אלטס געשטאנען ממש קעגען איבער דעם רבין.
א גרויסער עולם אוויא היינט איז נאך יענע יאהרן נישט געווען, (איך רעדט פון די מיטעל תש"י יארען) איז ציפיל האט מען זיך נישט געדארפט שטיפען ביים טיש.

חנוכה, נאך לעכט בענטשען, נאכען זאגען זמירות, און דערנאך האט א כאר פון יונגע יונגלעך געזינגען, פלעגט דער רבי דערנאך, אהון גיין און דארט געזאגט תורה,
כידוע, א יעדע נאכט האט ער פארענטפערט מיט נאך א תירוץ דעם בית יוסף'ס קשיא.

איך וויל צירוק קומען צים ארון קדש.
אויפען בילד האב איך געשטעלט דעם עמוד לעבען ארון קדש.
און אמתען איז דער ארון קדש געשטאנען אויף א פלעטפארם מיט שטיגען ארויף, אוויא היינט און אלע גרויסע בתי מדרשים, און דער ענוד איז געווען און פראנט פון יענעם פלעטפארם אביסעל צי די רעכטע זייט פון ארון קדש.
דעם רביןס שטענדער איז געשטאנען ביי דער וואנט לעבען דעם פלעטפארם.
דארט האט זיך געצויגען א טיש לעבען רבין'ס שטיל, און איך געדענק פון דער וואכען, דעם רבין'ס טלית באטעל דארט אויפען טיש.
עס איז דארט אויפען טיש דערנעבען געשטאנען א טעפעל מיט וואסער, און איך געדענק דעם רבין אסאך מאל זיך ניצען די וואסער פאר זיינע הענט.


איך געדענק גיט די אלע פרטים, פון זיין איינמאל דארט ביי א משפחה ברית. איך בין דארט געשטאנען ביים גאנצען דאווענען און גיט ציגעקוקט דער גאנצע הלוך ילך.
דער ברית איז געווען און אלול. דער רבי האט אליינס געבלאזען שופר.

בי דעם דרום וואנט קען מען זעהן, וויא איך האב געשטעלט, א טיר.
דער טיר איז אריינגעגאנגען און א שטוב פון דעם דערנעבען הויז, וואס פון דארט איז מען ארויס צי דער גאס. איך האב עס פארצייכענט PRIVATE HOUSE.

שבתים אדער ימים טובים,ווען עס איז דורך שניטלעך געווען א גרעסערע עולם און אויך ווען דער רבי איז שוין געווען קראנק, פלעגט דער רבי ניטצען יענע טיר אריינקומען און ארויסגיין פון בית מדרש.

איך האב באשריבען אויבען, דער ערשטע סליחות נאכען סטראק.
אריינקומן און בית מדרש איז ער דורך יענע טיהר.
איך בין געשטאנען יענעם סליחות בערך וויא מעו קען זעהן אויפען בילד דעם רבין'ס שטיל ביי די טישען.
נאך סליחות איז דער רבי צירוק ארויס דורך יענע טיהר אריין און דעם פריוואטע דירה (איך דערמאן מיך נישט ווער עס האט געוואוינט דארט, אפשר איינער פון עטס דא וועלען וויסען) דארט און יענע דירה האט ער זיך אפגעריהט, און דערנאך ארויס צים ווארטענדיגען קאר דורך יענע הויז.
איך האב אויבען געשריבען וואס דארט האט זיך געטוהן.
מען איז אפילו געשטאנען אויף די דעכער פון די ארומעגע הייזער. דאס איז נישט קיין גוזמא.
עס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס דער עולם האט געהאט די זכיה צי זעהון דער הייליגע צורה נאכען סטראק בערך א 6 חדשים פריערט.

רבותי, איך קען שוין נישט מער
It's draining me
צוגעלייגטע
s1k.jpg
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 4:49 pm

קרעמער האט געשריבן:נישטא די ווערטער זיך צו באדאנקן פאר אזעלכע אנטיק זכרונות און צייכענונגען, ערשט האנטיגע אינפארמאציע וואס זענען ביי רוב פון אונז כמוצא שלל רב.

3x0 האט געשריבן:ר' שמחה, א ריזיגן יישר כח פארן נעמען די צייט און אלעס אזוי שיין אראפשרייבן.

farshlufen האט געשריבן:ר' שמחה, א ריזיגן דאנק פאר די פירסט הענד זכרונות, איר פירט אונז מיט קרוב צו 50 יאר.

כפי המונח בזכרוני האט געוואוינט אין די הויז נעבן ביהמ''ד ר' יושע מאנדל דער פעינטער.

scy4851 האט געשריבן:רב פארשלאפען,
די רעדסט פון דעם הוז אויף ווילסאן סט., יא?

און ער האט געוואוינט און דער דירה מיטען טיר צי בית מדרש?

מיללער האט געשריבן:א פערזענליכען דאנק ר' שמחה פאר די טירחא, עס איז ווערט געווען, מיר באלעקן זיך די פינגערס.

מאשקע האט געשריבן:יישר כח ר' שמחה. איך מיין אז נאך אזא קלארער הסבר האט שוין ניטאמאל אויסגעפעלט דער דיאגראם.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 4:51 pm

יאסל האט געשריבן:לויט ווי סליגט מיר אין זכרון איז דאס געווען ר' מענדל גרשון פעלדמאנס הויז
מדערציילט אז לכתחילה האט דער רבי נישט געוואלט הערן דערפון אז מזאל אויסגעבן געלט פאר אים אין מאכן א טויער, מהאט אים געמיזט איינרעדן אז ספעלט אויס אויב ס'וועט עימיצען שלעכט ווערן ה"י זאל מען זיך נישט מיזען דארעכשטיפן, נאר אזוי האט ער מסכים געוען דערצי.

מיללער האט געשריבן:יא איך האב טאקע אזוי געהערט ווי יאסל'ען, פון א נעפיו איינע פון די אחים אינדיג אז דער רבי פלעגט נוצען דעם פעטער'ס שטוב אויף ארויסצוגיין.

farshlufen האט געשריבן:יאסל, א דאנק פאר די אינפארמאציע.

יאנאש האט געשריבן:א יומאנגעס יישר כח ר' שמחה.

cano האט געשריבן:א ריזיגער יישר כוח פאר ר' שמחה, איך ליין מיט דארשט יעדע ווארט.
לעצט פאראכטן דורך scy4851 אום דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 4:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 4:52 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:שכוח ר' שמחה....
איך געדענק דעם לעצטן שבת חנוכה אין ק"י,
איך האב געהאט מיין פלאץ אויפן ארון קודש, כ'האב אריין געשטעקט מיין קאפ צווישן די אייזענעס, די ארון הקודש אין ק"י איז קודם געוועהן אזויווי די וויליאמסבורגע, פון צווישן די אייזענעס האב איך געקענט גוט זעהן צורת קדשו פון רבי'ן,
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 4:53 pm

מיללער האט געשריבן:איך האב יעצט אין די קאר א טעיפ פון הרה"ח ר' יחזקאל שטיין וועלכער האט געהאט די זכי' משמש צו זיין בקודש ביים הייליגען רבין זי"ע זייענדיג דער הויז בחור אין די יארן פון תש"י ביז תשי"ג (נאך אים איז געווען ר' וואלף בער לעבאוויטש ז"ל).
ער פארציילט אוטענטישע זכרונות פון יענע יארן ביין רבי'ן בתוכם די נסיעה קיין אר"י בשנת תשי"ב וואס האט כולל געווען צוויי שבתים אין אנטווערפן, פיר שבתים אין אר"י און איין שבת אין לאנדאן אויפן וועג אהיים.

איך וועל פרובירען אראפצושרייבען אנקעדאטן ווי ווייט מעגליך, אבער פאר חסידי רבינו איז רעקאמענדירט אליינס אויסצוהערן דעם טעיפ, שמעו ותחי נפשכם (איך האב עס געקריגען דורך גמ"ח יוסף שלמה).

1) ר' ליפא פר"מ האט זיך אמאל גענויטיגט אין א הלוואה אדער נתינה פון בערך 400$ נאכן גיין צו א געוויסען נגיד וואס האט אים אפגעזאגט איז ער צובראכנערהייט אריין צום רבי'ן פרעגן אן עצה, דער רבי האט אים געשיקט צו ר' שלום לויפער ז"ל (א קבצן און א מוכר ספרים יענע טעג) ר' ליפא האט אנגעקוקט דעם רבין ווי איינער זאגט 'אז דער עושר האט נישט געגעבן, זאל איך גיין צום שנארער?' אבער אז דער רבי הייסט פאלגט מען און ר' שלום האט טאקע פארשאפט דאס געלט. האט דער רבי נאכדעם געזאגט פאר ר' ליפא בדרך צחות 'אל תבטחו בנדיבים, בבן אדם שאין לו, דארט תשועה' ודפח"ח.

2) דער סדר היום יענע יארן פלעגט זיין בערך אזוי, 6:30 איז דער רבי אויפגעשטאנען נאך 2-3 שעה שלאפן (אמאל אין א בעט און אמאל אויפן בענקל) געזאגט ברכת התורה אויפן קול, געלערנט ביז 10:00-10:30, הכנה לתפלה, תפלה ביחידות (דעמאלטס איז נאכנישט געווען קיין מנין וואס האט געווארט) נאכדעם האט דער רבי געגעסן.

די עבודה ביים עסן איז געווען להפליא, עס האט געדויערט א גאנצע שעה ווען נארמאל ברויך דאס דויערן גאנצע 5 מינוט, דער רבי האט מעיין געווען בספרי קבלה ביים עסן האלטנדיג דעם ספר אין איין האנט און דאס לעפל און דאס אנדערע האנט טיילמאל פאר עטליכע מינוט.
קודם האט ער געטרינקען אביסל גרעיפרוכט זאפט מאכנדיג א בורא פרי העץ אויף א שטיקל עפל אן א שהכל אויף א קאצקע-צוקער, אביסל ווייס-פלייש אן קיינע ספייסעס, זאלץ אדער צוקער, צומאל האט זיך דער רבי געוואשן אויף א מצה.

נאכן עסן האט דער רבי געזעגנט, געלערנט, און אויפגענמען רבנים ואישי הציבור ביז בערך 4:00-4:30.

המשך יבא פון די נסיעה.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 4:53 pm

קרעמער האט געשריבן:א גרויסן יישר כח אויף דערוויילע - ארויסקוקנדיג אויפן פארזעצונג בכליון.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 4:54 pm

מיללער האט געשריבן:המשך מזכרונות ר' יצחק שטיין הי"ו.

3) ביי די נסיעה ביז אייראפע אויפן שיף איז נישט געווען קיין מנין נאר דער רבי, ר' יאסל און דער הויז-בחור מיט די רביצין ע"ה.
די ערשטע סטאפ איז געווען ווי דערמאנט אין אנטווערפן, ר' איציקל ז"ל פון פשעווארסק האט נאך דאן געוואונט אין פאריז פון וואו ער איז געקומען צו די האפן אפווארטן דעם רבי'ן און פון דארט איז ער מיטגעגאנגען קיין אנטווערפן מיטהאלטן די שבתים.
דער רבי האט דאן געהאלטן א שארפע דרשה קעגן דעם וואס אידן סאטמארע חסידים בתוכם פלעגן זיך באנוצן מיט די ציוניסטישע שיף 'צים' ביים פארן פון און צו ארץ ישראל (דער רבי איז געפארן מיט די שיפן 'קווין מערי' און 'קווין עליזאבעט').

4) אין אנטעווערפן איז אריינגעקומען א איד צום רבי'ן זיך מתמרמר זיין אויף א זוהן וואס האלט ביים חתונה האבן מיט א גויטע רח"ל, דער רבי האט געלאזט רופען דעם בנ'אק און אים צוגעזאגט עוה"ז ועוה"ב אויב לאזט ער איר אפ און אך-און-וויי אויב חלילה נישט.
די ווערטער פונעם רבי'ן האבן געווירקט, אבער דער רבי איז נאכדעם געווען זייער צוקאכט אויפן צוזאג וואס יענער האט ארויסדערווישט פונעם רבי'ן.

המשך יבא
the SCY is the limit

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » פרייטאג אוגוסט 28, 2009 1:16 pm

לייענט דא באריכות די השתלשלות פון דעם אשכול מיט די הרפתקאות דעדו עלה.

היצט וועט דער אשכול ווייטער דעם דינען איר ציהל אראפצושרייבען זכרונות און ענינים מבית רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 12:42 pm

אפשר קען מען מאכן א PDF פון די אלע זכרונות?
ס'דאך געוואלדיג שבגעוואלדיג.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג מאי 05, 2011 7:41 pm

געהערט היינט א שיעור בענין אז איינער פארגעסט ציילען ספירה איין טאג, וואס ע"פ דין קען ער שוין מער נישט ציילען מיט א ברכה, איז דא אן עצה וואס מעקען נוצען אויב מען איז א בעל תפילה, צו בעטען איינעם אז יענער זאל נישט מאכען א ברכה, און דער בעל תפילה וועט יא מאכען די ברכה און מוצא זיין יענעם.
(דער שיעור איז געווען וועגען דער דיון און די פוסקים צו מעקען דאס טוהן אדער נישט)

איך האב מיך דערמאנט עפעס און איך האב דאס אויך געזאגט דארט ביים שיעור. (עטליכע דארט האבען דאס אויך געדענקט)

דער רבי זי"ע האט איינמאל פארגעסען ציילען ספירה און פון נעקסטען נאכט אהן האט דער בעל תפילה געציילט און ער האט נישט געניצט דער עצה.
ער האט געדארפט איין מאל זיין ביי א דאקטאר און ער איז אהיים געקומען זייער שפעט. ער האט געדאווענט מעריב ביחידות, און האט פארגעסען ציילען ספירה.
אזוי איז אדורך א גאנצע טאג און ער האט זיך נישט דערמאנט.
נעקסטען נאכט נאך מעריב ביי ספירה, דער בעל תפילה שטעלט זיך אוועק און ווארט אז דער רבי זאל ציילען.
דער רבי דערמאנט זיך אז ער האט נישט געציילט דעם פארגאנגענעם טאג, און ער האט געהייסען דעם בעל תפילה ציילען.
the SCY is the limit

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » פרייטאג מאי 06, 2011 10:41 am

סאיז געווען אזא מעשה ביי ר, יוסף לייב קאהןס תנאים אויך,סיז געווארען שפעט די רבי האט געדאווענט אליינס און פארגעסען ספירה,
אגב, אין אמרי פנחס
שטייט א ענדליכע פאסירונג ביי רבי פנחס קאריצער
און די מעשה גייט אז דער צדיק האט שטארק הנאה געהאט פונעם פאקט אז ער גייט ליידן בושות במשך די ימי הספירה ווען ער וועט נישט
קענען פארזאגען די ברכות!

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך ינואר 04, 2012 8:53 pm

scy4851 האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
די מעשה מיט'ן זוטשקא'ר דין-תורה איז זייער אינטערעסאנט, וואו איז געווען דער סאקמער'ר שטיבל אין בעד-סטיי, און ווער איז געווען דארט דער 'שיינער-איד'?


דא וועל איך שוין דארפען אביסעל זיך אנשטרעגען זיך צו דערמאנען.
איך גידענק נישט גינוי די גאס. דאס גידענק איך יא אז עס איז גיווען אין די גיבייטע פון ישיבה ד'ברוקלין. סאקמער האט ביי זיי גידונגען פאר שבת. נאר שבת האבען זיי גיהאט דאס שטיבעל, וואס איך גידענק.
פון די יודען וואס האבען דארט גידאווענט גידענק איך ר' חיים הערמאן פון מיל מארט ער זאל האבען א גאנצע רפואה. ר' שלמה הייזלער, ווער עס האט גיהערט זיין נאמען,ער האט שפעטערע יארען גידאווענט ביים באטור רב און באראפארק און ווען סיגיטער רב האט זיך אריבער גיצויגען אויף באראפארק איז ער אהין גיגאנגען דאווענען. עס האט אויך גידאווענט דארט א יוד ,דאכטזיך מיר ער האט גיהייסען לעפקאוויטש, (אויף דעם בין איך נישט זיכער) ער איז גיווען א משולח מטעם סאקמער, איך דערמאן איהם ווייל עפעס זיין צורה און זיין התנהגות פלעגט מיך זייער בארירען, א זייער אן ערליכער, ער האט גיהאט א קינד וואס איז נעבוך נישט גיווען מיט אלעמען ,נישט גיקענט רעדען, און אינז קונדער פלעג מיר פילען א מין רחמנות פאר איהם מיט זיין קונד. עס ליגט נישט צופיל מער אין קאף. איך בין אינגאנצען אלט גיווען 7 ,8 יאר אלט.


scy4851 האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:כבוד הרב ר' שמחה שליט"א,

אייערע זכרונות און באמערקונגען ווערן מער און מער באלערנד און מערקווידיג, דער לעפקאוויטש וועם איר דערמאנט איז פילייכט דער לעגענדארער סאטמארער עסקן הרה"ח ר' ליפא לעפקאוויטש ז"ל מנהל קרן הצלה, וועלכער האט געהאט א זוהן וואס איז נישט געווען מיט אלעמען נעבעך.


איך בין נישט אזוי זיכער אז דאס איז ר' ליפא.
דער וועמען איך האב דערמאנט האט אן איידעם גינזבורג א באבאוער, ווינט אויף 47 צוישען 12 אין 13 אין באראפארק. איך זאג נאכאמאל אז איך גידענק פוינקטקליך זיין נאמען


עס קומט מיר אויס לעצטענס צו דאווענען מיט א יונגערמאן א זוהן פון דער גינזבורג.
איך האב אוהם א פרעג געטוהן פאר וועליכע מוסד איז זיין זיידע געווען א משולח.
ער האט מיר געזאגט אז ער איז נישט געווען מטעם סאקמער נאר מטעם באבוב גאר.
איך האב אוהם אויך געפרעגט וועגן זיין מאמעס ברידער, דאס אינגעל וועמען איך האב דערמאנט, האט ער מיר געזאגט אז זיין פעטער לעבט, איז היינט קרוב צו די זעכציגער יאהרען און וואוינט און מאנסי און א היים ספעציעל פאר א זעליכע.
ער איז כסדר און פארבינדונג מיט זיין שוועסטער און ער איז באשטאנד זו צו ריפען א יעדע שעה פון טאג.
זיין זיידע לעבט שוין נישט.
the SCY is the limit

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4618
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

זקניך ויאמרו לך

תגובהדורך dovidal » זונטאג אוגוסט 09, 2015 1:05 pm

די וואך איז געשטאנען בשם רבי עקיבעלע גאנץ אז דער רבי זי"ע האט געהלטען אין וועסטיל א לעפיל פון דברי חיים אין די לעצטע יארען אין דעם לעצטין שבת האט מען עס בטעות נישט אריינגעלייגט וכולו
ווייסט נאך איינער דערפון ?.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג אוגוסט 09, 2015 1:08 pm

dovidal האט געשריבן:די וואך איז געשטאנען בשם רבי עקיבעלע גאנץ אז דער רבי זי"ע האט געהלטען אין וועסטיל א לעפיל פון דברי חיים אין די לעצטע יארען אין דעם לעצטין שבת האט מען עס בטעות נישט אריינגעלייגט וכולו
ווייסט נאך איינער דערפון ?.


אזוי דענקיך שטייט אין מושיען של ישראל (דאכציך אין חלק א')

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2148
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:17 pm

מושיען של ישראל חלק ב' במערכת הרה"ק מצאנז זי"ע

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4618
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » זונטאג אוגוסט 09, 2015 4:24 pm

להודיע האט געשריבן:מושיען של ישראל חלק ב' במערכת הרה"ק מצאנז זי"ע

תודה

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13333
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג אוגוסט 09, 2015 5:52 pm

הוספה צו ר' שמחה'ס בילד
Screenshot 2015-08-09 17.33.15.gif

דארט ווי ר' שמחה האט גיצייכענט א מנורה ביי דעם דארכגאנג אין בין חדר שני איז נישט
גיעווען א טיר, פאר חנוכה האט מען אויפגישטעלט א פרעים מיט א טיר
אין חדר שני האט געדאווענט ימים נוראים (א גאנץ יאר ?) א היפשער עולם
בערך ציווישען די אפיסעס און חדר שני איז געווען דער קראן און ר' יחזקא' הי"ד טשייניקעס
וועלכע יאר מ'העט איינגעפירט אז די כהנים זאלען זיך וואשען פאר דעם דטווענען און
דוכענען אויף די פלעצער ?

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5700
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג אוגוסט 09, 2015 6:27 pm

1.jpg

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג אוגוסט 09, 2015 7:26 pm

קיקיון האט געשריבן:הוספה צו ר' שמחה'ס בילד

דארט ווי ר' שמחה האט גיצייכענט א מנורה ביי דעם דארכגאנג אין בין חדר שני איז נישט
גיעווען א טיר, פאר חנוכה האט מען אויפגישטעלט א פרעים מיט א טיר


ביטע ליין גוט איבער וואס איך האב געשריבען וועגען דער טוהר און וועגען רבי'ןס חנוכה לעכט בענטשען
the SCY is the limit


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט