קיקיון האט געשריבן:אני הצעיר ובני גילי האבען זוכה געזעהן צי זעהן אן אלטען איד וואס האט געליטען אויף די פיס
ארומלויפען מיט א ס"ת שעות ארוכות אין א ג'פאקטען בה"מ אן A/C
לכאורה האט געשריבן:רעדט איר פון סאטמאר רבי'ן זצ"ל? ביטע איבערגעבן זכרונות.
קיקיון האט געשריבן:קיין עובדות וואס זענען א לימוד ג'דענק איך יעצט ניט אבער עטליכע טשיקאועקייטען
איך ג'דענק ווען פאר סליחות דעם ערשטען טאג אין KNAPP MANSION האט מען ג'קענט שפאצירען
מן הסתם פאר די 56 ער זענען אנגעקומען
ווען דער רבי זי"ע איז ג'ווען ביי א חתונה אין GOLD MANOR צי ער איז ג'ווען מסדר קידושין ג'דענק איך ניט
(ביי יענע חתונה האט מען ג'ליינט א בריעף פון רמ"ש, דער חתן א וויזניצער האט ג'לערנט אין 770)
ווען אינזער שכן אין APPT BUILDING אין קרון הייטס האט ג'מאלדען פאר אבי מורי ז"ל אז דער רבי זי"ע קומט צי די בר מצוה פון זיין זון (ניט קיין נאנטער קרוב)
ווען איך (קוים נאך די בר מצוה) האב באקימען אן עלי' אלס חתן'ס ברידער (שבת שבע ברכות)
איך האב פאר יראת הכבוד אנגעהויבען אשר נתן אין דער רבי האט מיר פארראכטען (מיט א גלעט ? אבער דאס זיסקייט ג'דענק איך)
יענעם שבת איז געווען דער ערשטער ש"ק פאר א גר נאכ'ן ברית (דער גירות איז ג'ווען א דורכפאל)
וואס דער רבי זי"ע האט פאר אים אויסגעלאזט ג'דענק איך ניט אבער דער עולם האט ג'שמייכעלט
אבי מורי ע"ה פלעגט דערציילען אז ער האט זיך אפגערעדט וועגען פרנסה
און דער רבי זי"ע האט אים ג'פרעגט ביסט דאך א רב'ס א זון פארוואס מאכסט די זיך ניט קיין בה"מ
אבי מורי האט ג'ענטפערט "וועגען דעם טאקע, איך ווייס ווי א רב דארף אויסזעהן
דער רבי זי"ע האט שטארק הנאה ג'האט
אלס חתן ג'ווען ביים רבי'ן אין BELLE HARBOR
אזוי ווי ר עזריא' האט גדארפט זיין מתורגמן האט מען אלעס ג'הערט
פאר מיר איז געווען א אינגערמאן וואס האט אריינגעשריבען זש"ק
דער רבי האט ג'פרעגט ווי לאנג ער האט חתונה ג'האט
דערהערנדיג די תשובה האט דער רבי אוועקגעמאכט
(געזאגט עפעס אדער מיט די האנט ?)
לכאורה האט געשריבן:יישר כח קיקיון, ברענגט אונז נאך מהני מילי מעלייתא.
קיקיון האט געשריבן:סארי ! קיין סך מער האב איך ניט וואס פארקויפען
איך בין ניט מגודל אין סאטמער גופא
סך הכל בין אין איך א קינד פון אן אשכנז א גרויסער מוקיר ורחים רבנן
וואס האט ג'האט א גוטען חוש הריח
וואס האט פארשטאנען דאווענען מיט אן ערליכען איד
אבער טישען וכדומה נישט
,א"א ע"ה האט געהאט די תפילין פון אביו הגה"צ אב"ד פלונית זצ"ל וואס האבען דעם קשר של יד כמנהג אשכנז
וואס א"א האט נישט ג'טוישט ווייל ער האט זיך ווייטער געפירט מנהגי אשכנז אבער אזוי ווי איך האב ג'לערנט און
באבוב ת"ת האט ער מיר ג'קויפט מיט א קשר כמנהג ספרד ער האט ג'האט גרויס תשוקה אז דאס ערשטע
מאל זאל איך לייגען דעם זיידענ'ס תפילין אבער ער איז געווען נבוך וועגען טוישען זייענדיג ביים מרן זי"ע האט ער
אים ג'פרעגט , האט זיך הרה" ח ר יוסף משב"ק אנגעריפען בשם נאסיודער רב זי"ע אז מרן דער ד"ח זי"ע האט
כל ימיו ג'לייגט אשכנזיש ווייל ער האלט נישט געוואלט משנה זיין מילדותו
כ'דענק נאך די תנועה מיטען האנט
"חסידישע מעשיות" אודאי דעם זיידענ'ס תפילין