זכרונות מרביה"ק מסאטמאר ז"ל ועוד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 10:21 pm

יאסל האט געשריבן:דער רבי האט ערשט און יאר תשכ"ה אנגעהויבן צי צינדען און ביהמ"ד, און אזוי ווי די זאגסט ער האט נישט געצינדען אונעם חלל פונעם טיר עיין זמירות דברי יואל אויף חנוכה ווי ער טרייט צו טרעפן סמיכין לדבר.
אגב פון וועלעכע אשכול קוואטסטי?

scy4851 האט געשריבן:דעריבער צינד, קינדער...

אגב. דער אויווארער רב ז"ל [מיין מסדר קידושין] האט יא גיצינדען אין חלל פון טיהר. [איך בין גיווען כמעט וויא א בן בית ביי איהם פאר מיין חתונה]

אין פאר צוויי יאהר צירוק חנוכה בין איך גיוען אין א"י אין מיין יונגסטע זין האט מיך גינומען צום גאב"ד ר' יצחק טובי' ווייס שליט"א צי חנוכה ליכט, און ער האט גיצינדען ביי די פענסטער פון זיין סוכה נישט ביי א טיהר.

סאכדעס האט געשריבן:ערעב שמחה, יישר כוח פאר די קראנטע ידיעות

דארפסמאן האט געשריבן:ר' שמחה : ר' יצחק טובי' האט געצינדען צום פענסטער צי די סוכה אדער אין די די סוכה (ווייל אויב צים סוכה איז דאך נישט צי די גאס)


scy4851 האט געשריבן:די סוכה האט א פענסטער ארויסקוקענדיג צי דעם ריכטינג פון סנהדריא מורחבת, פאר די וואס וויסען וויא דאס איז.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 10:25 pm

יאסל האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:אגב. דער אויווארער רב ז"ל [מיין מסדר קידושין] האט יא גיצינדען אין חלל פון טיהר. [איך בין גיווען כמעט וויא א בן בית ביי איהם פאר מיין חתונה]

פשששששששששש
איר מיזט זיין א קריג געבורענער, ווייל ווי ס'ליגט מיר אין זכרון איז ער נאך אוועק פאר תש"כ (קען זיין כ'בין ראנג).


scy4851 האט געשריבן:יאסעל,
איך האב חתונה גיהאט און אלול תש"ל. דער אויווארער רב איז נפטר גיווארען י' סיון תשל"ו.

איך האב גישרובען אונעם אשכול פון ר' סנדער קאמארנא אז מיין טאטע ע"ה איז גיווען און שבט תשל"ו מיטען בירך משה ז"ל און אייראפע. זיי זענען דענמאלטץ אויך גיווען ביי ר' איציקל ז"ל און אנטווערפען. אין ר' איציקעל, אויפען פארלאנג פונעם בירך משה, האט ספעציעל מיט געשיקט מיט מיין טאטען וויין פון זיין כוס של ברכה פארען אויווארער רב.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 10:26 pm

מיללער האט געשריבן:ר' שמחה;

איך זעה אז אייער גאלאפ האט זיך עטוואס אפגעשטעלט מיט די זכרונות, עס טוט מיר לייד ווייל למעשה זענט איר דערווייל דער איינציגסטער וועלכער האט לפי ידיעתי געשריבען אייגענע זכרונות.

איך זעה אז איר האט געהאט א נאנטע שייכות מיט הגה"צ מ'אויוואר ז"ל, פילייכט וואלט כדאי געווען אז איר זאלט עפענען אן אשכול/אשכולות מיט זכרונות פון אנדערע גדולי ישראל וואס איר האט אליינס בייגעוואונט וכדו'.

כ"ד המצפה להצלחת המבצע להנצחת זכרון גדולי ישראל
הק' יעקב דוב מיללער פה סקרנתן פנסלווניה, בארה"ב
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 10:29 pm

זיידעניו האט געשריבן:ממש אומפארשטענדליך ווען וויל דער סקרענטאנער א גאלאפ? און ווען דארף מען גיין סלוילי באט שארלי ??

scy4851 האט געשריבן:עס ווענט זיך אויפען יאהרגאנג פונעם מגיב

איך_הער האט געשריבן:ר' שמחה, ס'ציפט.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 10:30 pm

זיידעניו האט געשריבן:ר' שמחה איך האב מעך פינק היינט דערמאנט די קפידה פונעם רבין צו גיין מיט א קנעפל אויפן קאפל....

איך האב היינט שבת בין גברא לגברא גיזען אן אינטערעסנטע חזקוני
שמות ל"ט פסוק כ"ח פארי המגבעות. פירוש רב האיי גאן ז"ל כמין כפתור הוא בראש המצנפת.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 10:31 pm

scy4851 האט געשריבן:נאך אביסעל צירוק גיקומען:

איך גידענק דעם רבין זיין אויף שבת עטליכע מאל אין באראפארק.
דאס גאנץ גאנץ ערשטע מאל איז ער איינגשטאנען ביים סארואשער רב ז"ל אויף 15 עווענו און 53 סטריט.
גידאווענט האט דער רבי דענסטמאל און קהל חסידים. וויפיל איך פרוביר קען איך מיך נישט דערמאנען עפעס פון טיש. די תפילות גידענק איך קלאר. איך בין גישטאנען אויבען ממש לעבן עמוד. איך זעה עס יעצט פאר די אויגן וויא דער עולם פליצלונג ווערט שטיל אין דער רבי קומט אהן אנגיטון אין דעם גרויסן פעלץ זיינער.
ער האט אליינס גידאווענט מנחה פארען עמוד כדרכו בקודש אין נאך מנחה האט ער זיך אוועק גיזעצט אויף זיין שטיל. ער האט נישט אויסגיטוהן דעם טלית, ער האט גידאוונעט קבלת שבת אין טלית אבער דעם שטראמול האט ער יא גיהאט אנגיטוהן.

דרך אגב, ביים זוטשקער רבין איז איינמל גיווען א שמחה אין זיין טאטע ר' איתמר ז"ל [איך האב איהם דערמאנט און אן אנדערע אשכול] איז גיווען און באראפארק פאר יענעם שבת, און דארט האב איך גיזעהן ר ' איתמר, ער האט גידאוונט קבלת שבת, נישט פארען עמוד, מיטען שטראמל אויס גיטוהן און מיטען טלית יא אויפען קאף.

נחזור לענינינו.
אוויא איך האב גזאגט, איך קען מיך נישט דערמאנען פונעם טיש [עס איז נאך גיווען פאר מיין בר מצוה].
שבת אינדערפרי איז מיין טאטע ע"ה ניט גיגאנגען דאווענען צים רבין. מיין טאטע האט דורך די וואך גיארבעט זייער שווער מיט לאנגע שעות איז שבת האט ער גימיזט נמען 'איזי'.
נאך מיין שבת סעודה בין איך גיגאנגען צי קהל חסידים וויא דער רבי האט גידאווענטן און איך בין נאך אנגיקוען און מיטען פסוקי דזמרא. איך וועל באלט צירוק קומען צי דעם שחרית אבער קדם וויל איך דערציילען עפעס פון פארען דאווענן.

אוויא גיזאט פריער האמער נישט גידאוועט שחרית מיטען רבין.
דער אויווארער רב ז"ל [מיין טאטע ע"ה האט גידאווענט און זיין בית מדרש 41 יאהר] איז נאך נישט גיועון אין באראפארק און
מיין טאטע ע'ה האט יענע תקופה גידאווענט ביים באטור רב ז"ל אויף 16 עווענין. [דער באטור רב איז גיווען מיין טאטענס מסדר קידושין נאך די מלחמה נאך אין באטור]
[דער בית מדרש איז נאך אלטץ דארט אבער יענע צייט איז עס גיוועהן האלב די סייז. מען האט שפעטער ציגיקויפט דאס לעבען הויז אין מרחיב גיווען]

מען האלט אין מיטען דאווענען שחרית, [דער באטור רב האט יענעם שבת נישט גידאווענט מיט אינז ווייל ער איז גיווען ביים רבין] מעהאלט שוין ביי ברכת ק"ש ביי אהבה רבה און פלוצלינ די טוהר צי די גאס עפענט זיך און דער באטור רב קומט אריין ציזאמן מיטען רבין. דער רבי איז דא גיקומען אין מקוה. [איך האב שפעטער אויסגיפונען אז עס איז גיווען בכונה נעמען דעם רבין צי א מקוה, דער עולם זאלל נישט וויסען וויא, כדי זאלל נישט ווערען א באלאגן מיט א גרויסער עולם]
דער בעל תפלה האט אויפגיהערט דאווענן און דער עולם איז איז גיווארען אזוי שאקט, פארשטייט זיך, און אויף דער מינוט האט מען נישט גיכאפט, וואס דער רבי איז פינקט דא גיקומען.
עס ליגט מיר אזוי וויא היינט פאר די אויגען וויא דער רבי האט גימאכט מיט די הענט פארען בעל תפילה ווייטער צי דאווענען, און וויא דער באטור רב זאגט מען איז נאר גיקומען און מקוה.
די מקוה איז גיווען אינטן און בעסמעט,
מען האט ווייטער גידאווענט און ווען דער רבי איז ארויפגיקומען פון די מקוה, און זיך גיוואשען די הענט, האט שוין דער בעל תפלה גיהאט אנגיפאנגען די הויכע שמונה עשרה.
איך גיענק דעם רבין אזוי שטיין ביים בלעמער ווארטען פאר קדושה. ער האט גיזאגט קדושה מיט אינז, אין דערנאך אויפען וועג ארויס, האט ער אזוי גיוונקען מיטן קאף, גיט שבת, פאר די אלע וואס זענען גיזעטצן אדער גישטאנען לעבען דעם וועג ארויס.

אוויא גיזאט פריער, בין איך גיגאנען צי קהל חסידים נאך די שבת סעודה פון מיין טאטען ע"ה.
מען האט גיהלטן אין מיטען פסוקי דזמרא אבער דער רבי איז נאך נישט גיווען.
ווען ער איז יא אנגיקומען, האט דער בעל תפילה אויפגיהערט דאווענען אין גיווארט וויא דער רבי זאגט די ברכות.דערנאך האט ער האט ווייטער גידאווענט
איך גידענק אז אופן רבין האט מען נישט גיווארט אויף קריאת שמע, און דער רבי האט נישט מיט גידאווענט די שטולע שמונה עשרה מיטן עולם.
איך גידענק אז נאך די תפילה בלחש האט נאך דער רבי גיהאלטען ביי ק"ש, און מען האט גיווארט מיטען הויכע שמונה עשרה ביז דער רבי האט גיהאלטען גאל ישראל
און ער האט אנגיפאנגן זיין שטולע ש"ע ציזאמן מיטען בעל תפילה'ס הויכע ש"ע

ההמשך יבא בעזה"ית
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:44 am

מיללער האט געשריבן:ר' שמחה פון וועלכע יאר רעדט איר, פארוואס איז דער רבי געקומען, האט סאטמאר נישט געהאט קיין שוהל אין בארא פארק יענע צייטן?

scy4851 האט געשריבן:די ווילסט אז איך זאל נאך דאס אויך גידענקען?

די ערשטע קשיא - איך גידענק נישט פינקטליך דעם יאהר אבער עס איז גיווען פאר מיין בר מצוה. if i say more i'll be giving away my age.
קשיא # 2 - איך גידענק נישט וואס מען האט גירעדט פאר וואס ער איז גיקומען.
און די דריטע - איך גידענק נישט, אין עניוועיס עס וואלט גיווען צי קליין. שפעטער איז יא גיווען איינמאל ווען ער איז גיווען אין בארפארק אויף א שבת, און ער האט יא גידאווענט און 53 סטריט, און סאיז טאקע גיווען צי קליין.

קרעמער האט געשריבן:איך וויל נישט אריינרעדן ווי א נאר, אבער עפעס האב איך אמאל געהערט אז דאן האט מען געארבעט אויפצובויען א מקוה טהרה אין ב"פ פאר היימישע אידן, און דער רבי איז געקומען צוהעלפן בדיני ממונות.

scy4851 האט געשריבן:וואס דו זאגסט קען זיין אמת.
מען רעדט דא פון עפעס וואס איז גישעהן בערך א יובל יאהרען.
דער BACKBONE פאר דער מקוה פראדזעקט איז גיוועזען ר' דוד פליישמאן.


שוועמל האט געשריבן:וואו איז קהל חסידים? איז עס גרעסער פון 53?

scy4851 האט געשריבן:קהל חסידים איז אויף 15 עוועניו און 49 סטריט.
איך ווייס נישט אויב עס איז גרעסער, אבער עס מיינט גארנישט.

א יעדעס מאל וואס די רבי איז גיקומען קיין באראפארק האט זיך דער עולם גימערט מער און מער.
דאס ערשטע מאל, האב איך גישריבען, בין איך נאך גיווען אונטער בר מצוה.

אלס א גיבוירענער ערשטע פון נאך די מלחמה' איז נאך נישט גיווען ציפיל בר מצוה בחורים.
היינט, מיט דער גרויסער עולם וואס ב"ה עס האט זיך אזוי שטארק גימערט, וואלט קהל חסידים גיווען גאר גאר קליין.
דענמאלץ, מיט דער יודישער עולם וואס איז גיווען, איז קהל חסידים גיווען איינער פון די גרויסע האלס.
אבער דאך, דער רבי, אלטז דער פערזענליכקייט וואס ער איז גיווען האט גיציהט א זייער א גרויסער עולם אפילו נישט קיין סאקמערער און וויא יאסעל זאגט א גרויסער נישט חסידישע עולם האט מען דארט גיזעהן,
איז ממילא אפילו דער 'כלומרשט' גרויסער האל וויא קהל חסידים, אויך גיווען קליין.
לעצט פאראכטן דורך scy4851 אום דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:54 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:45 am

scy4851 האט געשריבן:דאס צוויטע מאל וואס דער רבי איז גיווען אין באראפארק איז ער איינגישטאנען ביי ר' חיים הערמאן. אינז האמער גיווינט אויפען זעלבע גאס, עטליכע הייזער אוועק.
גיפירט האט מען און די ישיבת באר שמואל גיביידע אקעגען איבער וויא די ווינער שוהל איז היינט אויף 50 סטריט.
זיי האבען גיהאט א ריזיגע GYM און מיט דעם אלעמען איז נאך אלטץ גיווען א גרויסער גידרענג.

איך האב ביים יענעם פרייטאג נאכט טיש גיקומען צי א שטיקעל באגרייף ווער מיין רבי דער אויווערער רב איז גיווען.

עס איז גיווען א גיפאקטער עולם, דער בירך משה ז"ל איז גיזעצען ביי די רעכטע זייט פון רבין.
דער אויווארער רב איז אנגיקומען ווען די רבי האט שוין גיהאלטען ביי די פיש.
איך גידענק אז עס איז פליצלינג גיווארען אביסעל שטיל. דער בירך משה מיטען גאנצען אויבען אן האבען זיך ארפגירוקט איין בענקעל און מען האט גיזעצט דעם אויווארער רב הארט לעבען רבין.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:50 am

יאסל האט געשריבן:ס'איז מיר שווער צי גלייבן אז מ'האט דעם סיגוט'ער רב געהייסן זיך אראפריקן אויב עפעס האט ער עס געטון מדעת עצמו

scy4851 האט געשריבן:איך גלייב אויך נישט אז מען האט גיהייסען איהם אראף צי רוקען. ער האט עס זיכער אליינס גיטוהן.
דער פועל יוצא דערפון איז אבער גיווען אז א גאנצע שורה מיט שיינע יודען בנן של קדושים'לעך האבען זיך אויפגיהויבען און זיך גירוקט.

איך וועל באלט עפעס מוסיף זיין אויף דעם און אפאר מינוט.

יאסל האט געשריבן:מקען זען אויף אלע בילדער ווי דער פעטער און נעפיו זענען ציזאמען אז ער זיצט נעבן פעטער פאר רבנים וואס זענען געווען עלטער מיט 20 30 יאר.
דער מארגארעטנער רב זצ"ל וואס איז לעצטענס אוועק איז מעיד אין א בריף אז ביי איין אזא פאל וואס ער איז דערביי געווען, ווי ס'איז געווען מערערע רבנים אין דער רבי האט באמערקט דעם סיגוטער רב זיצן אראפצי האט ער ארויפגעריפן זיצן נעבן זיך זאגענדיג די ברויכסט'עך צי וויסען ווי אזוי צי פירן(עפעס אזוי נישט מדיוק).
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:52 am

scy4851 האט געשריבן:בענין סיגיטער רב זוך אראפריקען פון זיין פלאטץ.

בעיני ראיתי דער יראת הכבוד וואס סיגיטער רב האט גיהאט פארען אויווארער רב.

גיווען איז עס א יום הקדוש, איך גידענק נישט וועלעכע יאהר, אבער פון די מעשה קענט עטס אליינס אויס'חשבונ'ן.
ר' דוד בעריש חנד"נ פון סיגיטער רב האט געמאכט א ברית פאר זיין עלסטע זיהן. די ברית איז אויסגעקומען אום יום הקדוש און סיגיטער רב'ס בית מדרש אויף 15 עועניו דארט וויא דער אלכסנדר בית מדרש איז היינט.
ר' דוד בעריש איז אליינס געווען מוהל.
ערב יום הקדוש האט מיך דער אויווארער רב גיבעטען אז מארגען יום הקדוש האט ער א ברית ביי זיין נעפיו און סיגעט און איך זאל מיטקומען מיט איהם. איך בין גיגאנגען מיט איהם צים ברית און דארט און סיגעט האט מען שוין גיענדיגט ליינען אין דער עולם איז גישטאנען און גיווארט. אויפען וועג צי סיגעט איז שוין א היבשער עולם איהם אקעגען געקומען.
איך גידענק דאס גיוואלדיגע דרך ארץ און חביבות וואס סיגיטער רב האט איהם גיוויזען ווען ער איז אהן גיקומען און בית מדרש. איך גידענק אוויא היינט, דער אויוארער רב איז געווען סנדק, און וויא סיגיטער רב איז אזוי גישטאנען דערלבען.
איך קען מיך נישט דערמאנען ווער עס האט גיזאגט די ברכות און קריאת השם.

איך וועל באלד עפעס מוסיף זיין וועגען חביבות וואס דער רבי זי"ע האט גיהאט צים אויווארער רב,
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:55 am

scy4851 האט געשריבן:בענין דאס חביבות פון רבין צום אויווארער רב.

עס האט גידאווענט א יוד ביי אונז איינער מרדכי רוטנער ע"ה. ווען ער האט גימאכט א ברית פאר זיין זוהן האט ער מכבד געווען דעם רבין מיט סנדקאות. פארשטייט אז דער רבי איז געקומען. דער ברית איז געווען ביים אויווארער רב אין בית מדרש.
נאכען ברית גיט דער רבי אזאג פארען אויוורער רב, זעהסט, איך בין געקומען צי דיר, איז יעצט ליידען איך דיך אן אז די זאלסט קומען צי מיר.
דעם נעקסטען שבת איז דער אויווארער רב גיפארען קיין וויליאמסבורג אין איז איינגישטאנען ביים רבין אלטס דעם רביןס גאסט.

scy4851 האט געשריבן:דאכטזיכמיר אז דער רבי איז געווען א ערשטע קאזין מיט ר' דודל אוהעלער'ס רעבעטצין, די מאמע פון די פיר ברודערס, דער אויוארער רב, סארואשער רב, ווייטצענער רב, און אוהעלער רב.
ריכטיג?

יאסל האט געשריבן:יא דער בנין דוד איז געווען אן איידעם ביי ר' משה יוסף פון איהעל
לעצט פאראכטן דורך scy4851 אום דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 11:00 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:58 am

scy4851 האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:איינגישטאנען ביים רבין אלטס דעם רביןס גאסט.

????? ביסט זיכער

יא. 100%
זיי מברר אז נישט

ס'איז נישט מסתבר

איך גידענק דער עולם שמיסען מיטען אויווארער רב דער נעקסטע וואך וועגען זיין וויזיט
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 11:03 am

בןהרחמן האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ר' שמחה פון וועלכע יאר רעדט איר, פארוואס איז דער רבי געקומען, האט סאטמאר נישט געהאט קיין שוהל אין בארא פארק יענע צייטן?


לויט ווי איך האב אמאל געהערט איז דאס געווען אין ווינטער תש"כ, איך וועל בל"נ דאבעל טשעקן
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 11:04 am

scy4851 האט געשריבן:
בןהרחמן האט געשריבן:מיר איז אויך באקאנט וואס דער רבי זי"ע האט שטארק מחשיב געווען דעם אויווארער רב ז"ל, אויך לפי ידיעתי האט דער אויווארער רב קודם געוואוינט אין וומס"ב

גירעכט
ער האט גיווינט [דאכט זיך מיר] אויף פען סטריט.
אינז האמער גידאווענט ביים באטור רב אבער ווען דער אויווארער רב האט זיך אריבער גיצויגען קיין באראפארק האט מייו טאטע ע"ה גיטאשט און גיגאנגען דאווענען אויף אויוואר ווייל דער באטור רבס בית מדרש איז גיווען אביסעל ווייט, און אויואר איז גיווען זייער נאנט.
וויא איך גישריבען דא פריער, מיין טאטע ע"ה האט דארט גידאווענט 41 יאהר.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 11:05 am

scy4851 האט געשריבן:איך גיי דא אביסעל אויף א זייט.
ווען דער אויווארער רב איז גיקומען קיין באראפארק איז זיין ערשטער שבת דא, גיווען שבת תשובה.

ביי די שבת תשובה דרשה נאכמיטאג האט מען אינגאנצען גיהאט גידאוענט אין דעם בית מדרש צוויי מאל. קבלת שבת און שחרית יענעם אונדערפרי.

בתוך הדברים האט ער גיזאגט מוסר וועגען רעדען ביים דאווענען אין איך גידענק דער לצה זיינס:

ער שלאגט פאר אלע בתי מדרשים און באראפארק אז מען זאל מאכען א קאנטעסט וויפיל מען רעדט ביים דאווענען, און דער בית מדרש וויא מען רעדט דאס ווייניגסטע דער גיווינט.
לעת עתה, האט ער ווייטער גיזאגט, האלט זיין בית מדרש אין זיגען ווייל דא האט מען גירעדט נאר צויי מאל, נישט מער, נעכטען נאכט ביי קבלת שבת אין היינט אונדערפרי ביי שחרית

דרך אגב, ווען ר' נפתלי באבובר ז"ל האט זיך אריבער גיצויגען קיין באראפארק, האט ער נישט פארפעלט א שבת הגדול אדער שבת תשובה דרשה ביי זיין פעטער.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 11:07 am

קרעמער האט געשריבן:ערקלער וויאזוי דער אויווארער רב ז"ל איז געווען א פעטער פאר ר' נפתל'טשע (איז ער געווען א שוואגער מיט ר' יוסעלע דעשער ז"ל?)

scy4851 האט געשריבן:די רעבעטצין איז גיווען דעם כנסת יחזקאל'ס טאכטער א שוועסטער פאר ר' יוסעלע דעשער ז"ל

קרעמער האט געשריבן:יישר כח. און א באזונדערן יישר כח פאר די הערליכע זכרונות פונעם אלטן דור (אפשר דארף דער אשכול געטוישט ווערן צו "זכרונות פון ר' שמחה")

scy4851 האט געשריבן:ר' ישוע'לע גרינוואלד ז"ל, חוסטער רב, איז אויך גיווען אן איידעם און דעש פאר די מלחמה
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 11:10 am

יאסל האט געשריבן:איןנעם אשכול פון בילדער פונעם רבי'ן האט בני היכלא געלייגט א בילד ווי די רבי איז ביי די חתונה פון ר' שמעון לויפער'ס א קינד
איז דער רבי האט ל"ע נישט געהאט אייגענע קינדער ווי ער האט געטאנצט מצוה טאנץ, סאיז געווען געציילטע מאל ממש ווי דער רבי האט דאהי אין אמעריקא געטאנצט מצוה טאנץ טאקע ביי די קינדער פון ר' שמעון לויפער אין ביי די חתונה פון ר' בעריש פון ב"פ, אויפן מינוט געדענק איך נישט אויב ס'איז געווען נאך.
ס'האט מיר איינער געזאגט(וואס יענער איז פלעגט זיך אלץ שטיפן ארום דעם רבי'ן) וואס איז געווען ביי ר' בעריש'עס חתונה אז ס'איז געווען צי גרויסער געדרענג ביי די זעלטענע עבודה
אין ער האט נישט געקענט זען

יאסל האט געשריבן:ס'איז מיר אויסגעקימען צירעדן וועגן דעם אויבערדערמאנטען מצוה טאנץ פונעם סיגוט'ער עלטסטער טאכטער מיט אאיד וואס האט עס יא מיט געהאלטן, און ער זאגט מיר אז דער רבי האט געטאנצען בערך א האלבע שעה זייער ציקאכט.

יאסל האט געשריבן:אז מ'האט גערעדט פון ב"פ האב איך געזען אן אינטערסאנטע זאך אינעם דריטען באנד פון די שובבי"ם תורות
וואס איז ארויסגעקימן אויף אידיש,
פרשת שמות תש"כ איז די רבי געווען אין ב"פ אין ער איז געווען הייזעריג ער האט אנגעהויבן צי זאגען שלוש סעדות תורה נאך דריי פיר קשיות האט ער זעט אויס מער נישט געקענט רעדן,
ענדיגט ער דארט צי כשם שמקבל שכר על הדרישה כך מקבל שכר על הפרישה אין ער האט מסיים געווען,
אין זיי האבען עס אזוי אפגעדריקט.

מיללער האט געשריבן:לדעתי איז עס א שוואנצנות מרובה.

סאכדעס האט געשריבן:לדעתי איז עס א לימוד נפלא.
לעצט פאראכטן דורך scy4851 אום דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 11:13 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 11:13 am

scy4851 האט געשריבן:איך האב אליינס בייגיווינט ביי איינע פונעם רביןס באזיך אין באראפארק, וויא איינער האט געגעבן שלום
פארן רבין און דערנאך האט ער פארגעשטעלט זיין יונגל.
דאס יונגעל האט נישט אויסגעזעהן וויא א חסידיש יונגעל, ער האט גיהאט קארצע פיאות, נישט קיין סאמעטען קאפעל,
און דער רבי האט איהם געגעבען א גלעט און זאגט פארען טאטען אז דאס איז א באראפארקער יונגל.
לעצט פאראכטן דורך scy4851 אום דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 11:23 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 11:15 am

scy4851 האט געשריבן:מיין טאטע ע"ה האט געהאט אן עלטערע שוועסטער וואס האט גיוואנט און טאראנטא. [זי האט נישט געהאט קיין קונדער, און מיין קאזין יעקב טובי' ווייזער מיט זיין יונגערען ברודער פלעגען וויילען דארט א יעדען זומער.]
און די תש"יודס האט זיך איינמאל געמאכט אז דער פעטער איז פליצלינג צאמגעפאלן, און ער איז געווארען באוויסטלאז. דא האמער נישט געוויסט פונטליך די פרטים וואס האט אלטץ פאסירט, אבער מען האט גערופען פון קענעדע צי מיין טאטען אז ער זאלל גלייך גיין צום רבין מזכיר זיין און מעהאט געזאט אז ער האט געהאט א סטראק.[אזוי האבען עס די דאקטוירען גערופען].

ווען מיין טאטע ע"ה איז אנגעקומען צום רבין אין שטוב האט דער רבי געהאלטען ביים גיין דאווענען שחרית, און ער האט שוין געהאט אנגעטוהן דאס פעלץ.
ער האט מיר דערציילט אז ער איז אריינגעקומען און הויז און געזאט פאר די גבאים דארטען פאר וואס ער איז דא, דער רבי האט באמערקט אז יוד איז געקומען האט ער געפרעגט דעם הויזבחור וועגן וואס.
ווען ער האט געהערט אז עס האנדעלט זיך וועגען מזכיר זיין א חולה, האט ער צירוק אויסגעטוהן דעם פעלטץ זיינעם און צירוק אריין און זיין אויפנעם צימער.

[דאס אויסטוהן דעם פעלטץ און צירוק גיין און זיין שטיב, איז געווען א גרויס וונדער פאר מיין טאטן און איך האב דאס אסאך מאל געהערט פון איהם]

ווען מיין טאטע איז אריין צום רבין און מזכיר געווען האט דער רבי אנגעפאנגן אויספרעגען פינטלך וואס איז מיט מיין פעטער. עס איז געוון זייער שווער פאר מיין טאטען מסביר זיין פארען רבין פינטליך וואס דאס איז אין דער עולם איז נאך נישט געוען אזוי באקאנט מיט די ענגלישע אויסשפרעכען אויף פארשידענע מחלאות,
דער רבי האט געוואלט וויסען און האט געזאג פאר מיין טאטן אז ער פארשטייט און ער קען זאגען און מסביר זיין אפילו און אנגעריש אויב עס איז איהם גרינער.

דער סוף איז געוון אז דער רבי האט אנגעווינטשען און דער פעטער האט זיך אונגאנצען ארויסגידרייט אן שום זכר פן דעם סטראק.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 11:24 am

farshlufen האט געשריבן:איך בין עס נאכגעגאנגען ערשט האנטיג,
און ר' עקיבא אליין האט טאקע קיינמאל גארנישט ארויס געגעבן,
דאס וואס עס איז יא דא איז א צווייטענס ארבייט בשמו.

מיללער האט געשריבן:יא, גם אני בחלומי, איך האב גערעדט מיט זיין זוהן ער זאגט אז ר' עקיבא לייקנט סיי ועלכע ספר איבער'ן רבי'ן אין זיין נאמען.

אלעקסיי האט געשריבן:און מיין חבר האט גערעדט צו עקיבא'ן אליינס, און ער איז יא מודה דערין. נאר ער האט עס פארשריבען פאר זיך, און עמיצער האט עס ארויסדערווישט, און געמאכט קאפיעס אן זיין וויסען.

מיללער האט געשריבן:זאג דיין חבר אז ער זאל אים אדער איבערפרעגן אדר מודה זיין, ווייל 'אמר ר' עקיבא, לפני מי?'

אלעקסיי האט געשריבן:וואס וועט העלפן איבערפרעגן???

אגב, איז עס א באקאנטע זאך ביי אלע סענז סטריט תלמידים מימים ההם.

מיללער האט געשריבן:עס איז באקאנט אז ער האט געשריבען, אויך איז ווייניגער באקאנט אז עפעס געטייפטע מעשיות איז פארהאן בשמו, און נאך ווייניגער באקאנט איז אז ער לייקנט שטיין, ביין און בערל אז דאס וואס עס דרייעט זיך ארטם בשמו אז דאס זאל האבן עפעס א האפט.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 11:26 am

farshlufen האט געשריבן:פאר ווער ס'כאפט נישט:

ר' עקיבא האט קלאר יא געשריבן, און פון וואס ער האט געשריבן איז א טייל געשעדיגט געווארן, דאס וואס איז דא געטייפט האט ער אליין נישט ארויס געגעבן [ער האט בכלל קיינמאל נישט געהאט קיין טייפרייטער] ס'איז די ארבייט פון א צווייטען.

אלעקסיי האט געשריבן:מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי, ר' עקיבא רשם מנהגי רבינו לו לעצמו, לא להוציאו לאור, ובא גנב במחתרת והעתיקו בפוטו-קאפי, והוציאו לאור. ור' עקיבא ס"ל דכיון שרשמם רק למזכרת לא לשם להו"ל, אף שבא גנב והעתיקו, אין זה נקראת על שמו, שאין המצוה נקראת אלא ע"ש גומרה. משא"כ אחרים סברי, דסוכ"ס אין זה אלא מעשי ידי להתפאר של ר' עקיבא, ומתייחס אליו.

יאסל האט געשריבן:איך ווייס נישט פון נאך אן הויז בחור וואס האט געשריבן
אויף ר"ע זאגט מען אז אפילו די הנהגות פונעם רבי'ן אין ביה"כ האט ער געהאט אראפגעשריבן.

אלעקסיי האט געשריבן:מען זאגט נישט, עס שטייט אינעם קונטרס.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:14 pm

אלעקסיי האט געשריבן:די דעקל פונעם קונטרס פון עקיבא וויינשטאק
צוגעלייגטע
jpg.JPG
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:15 pm

יאסל האט געשריבן:יאפ פון דעם האב איך גערעדט

אלעקסיי האט געשריבן:פון דעים האט לכאורה יעדער גערעדט. עס איז דאך נישטא נאך אנדערע, לויט ווי איך ווייס.
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:18 pm

יאסל האט געשריבן:איך לייג דא אן אינטערסאנט בילד ווי א צייטונג שרייבער האט געוואלט אפ פיקטשערן דעם רבין אין ווי דער הויז בחור ר"ע וויינשטאק פארשטעלט דעם רבין

דאס איז בשעת'ן בויען די פראדזשעקס
צוגעלייגטע
102.JPG
102.JPG (92.81 KiB) געזעהן 2587 מאל
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:19 pm

מאשקע האט געשריבן:שכוח. א געוואלדיג בילד.

יאנאש האט געשריבן:שכוח יאסל.

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:שכוח
the SCY is the limit


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פראהביטש און 11 געסט