רבי שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מיטוואך אפריל 09, 2008 6:02 pm

ניין. ישר כח פאר די לינק מיט די בילדער.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דאנארשטאג מאי 01, 2008 6:08 pm

איך האב יעצט געטראפן צוויי בילדער וועל איך עס דא לייגן.

דא זעהט מען די באבובער רב מהר"ש זצ"ל מיט די ירושלימער רב רבי די מנחת יצחק ז"ל, רבי שלמה זלמן אויערבאך ז"ל און די ירושלימער רב רמ"א פריינד ז"ל ביי א סעודה אין בני ברק.
צוגעלייגטע
bobov.jpg
bobov.jpg (15.21 KiB) געזעהן 2934 מאל
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דאנארשטאג מאי 01, 2008 6:11 pm

דא ווער געזעהן פון רעכטס צו לינקס.

אדמור מבאבוב מהרנ"צ זצ"ל
יבדלח"ט הרב וואזנער שליט"א אבד זכרון מאיר
אדמו"ר מבאבוב מהר"ש זצ"ל
יבדלח"ט זיין איידעם רבי יונתן בנימין גאלדבערגער אב"ד ביקאווסק שליט"א
און די אינגסטע איידעם די ראש ישיבה רבי ברוך אברהם האראוויץ שליט"א

ביי א פארהער אין די מתיבתא עץ חיים ד'באבוב
צוגעלייגטע
bobov2.jpg
bobov2.jpg (13.83 KiB) געזעהן 2928 מאל
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21987
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג מאי 02, 2008 8:04 am

אנדי:
איז די לעצטע א פארהער אין א באבוב'ע ישיבה ערגעץ וואו?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מאי 02, 2008 9:25 am

farshlufen האט געשריבן:אנדי:
איז די לעצטע א פארהער אין א באבוב'ע ישיבה ערגעץ וואו?


פארשלאפן,

כנראה שלא עיינת היטב בתגובת אנדי ידידינו, דו"ק ותשכח.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21987
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג מאי 02, 2008 9:39 am

גערעכט הרב מיללער, איך האב עס דזשאסט אדורך געבליקט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » זונטאג מאי 04, 2008 2:23 pm

אנדי פעטיט האט געשריבן:איך בין געווען איין מאל בשעת די עבודה פון מצות כתיבת ס"ת.

ס'איז געווען אן עבודה עצומה. די רב איז אריין געקומען מיט אן ערענסטקייט כעין סליחות, זיך אוועקגעשטעלט אנטון די גארטעל און ער האט זיך אוועק געזעצט, דערנאך האט ער געזאגט אז פאר מען שרייבט אין א ס"ת דארף מען תשובה טון וכו'.. (איך געדענק נישט פונקטלעך די שמועס), דערנאך האט ער זיך גענומען וויינען ווי א קינד פאר אפאר מינוט. נאכען אפווישען די טרערן האט ער געשריבן די אותיות ש'ל'ה' (אותיות מתוך שמו).

איך האב געהערט אז א יעדעס מאל איז געווען די זעלבע עבודה פון תשובה.


איך האב געזען א קליפ ווי ער האט אריינגעשריבען א אות און א ספר תורה און לאנדאן און מען זעט ווי זעטץ זיך אראפ און וויינט, און נאך אפאר מיניט האט ער אפגעווישט די טרערן און אונגעהויבן שרייבען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » זונטאג מאי 04, 2008 2:26 pm

אוואו האסטו געזעהן די קליפ? איז עס אויף די אינטערנעט?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » זונטאג מאי 04, 2008 2:39 pm

שוין געזען אפאר יאר ציריק און אין געדענק נישט ווי, איך וועל עס בל"נ אויפזיכען און בעזהשי"ת ארויף לייגען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג מאי 05, 2008 11:58 am

אנדי פעטיט האט געשריבן:די אינגעל אין ביידע בילדער זעהט מיר אויס ווי די באבובער רב (48) שליט"א
גערעכט!
אנדי פעטיט האט געשריבן:אין די אונטערשטע בילד דערקען איך נאר דער וואס שטייט אונטער די רב, עס זעהט אויס ווי די גבאי פיניע אייזן.
אי עם נאט סא שאר, אנדי.
פיניע אייזן איז מיין גיל בערך 60. האמער געלערנט אין איין קלאס.
לויט וויא אלט ר' בן ציון זעהט אויס אויפן בילד, [אין איך געדענק איהם זייער גיט פון יענע יאהרן] האט נאך פיניע נישט געקענט זיין גבאי. ער איז נאך נישט געווען בר מצוה.
און בכלל, אין יענע יאהרן, האט זיך פיניע נאך נישט אזויפיל ארום געדרייט ביים רב ז"ל און שטוב. און יענע יאהרען האט זיך מענדעל קנאבליך ע"ה [אויך פון מיין קלאס] כסדר ארום געדרייט ביים רב אין שטוב.

איינעם דערקען איך יא. דער פון לינקס דער גאנץ ערשטער איז ר' משה גרינפעלד, דער געוועענער מוכר ספרים

איך וועל האבען שפעטער אביסעל מער צייט, וועל איך שרייבען א מעשה פלא פון ר' נפתלי ז"ל וויא איינער האט אויסגעפועלט פון איהם קינדער, נאך איידער ער אז געווארען רבי. איך האב עס געהערט פונעם בטרעפענעם אליינס
the SCY is the limit

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג מאי 05, 2008 12:05 pm

אינטרעסאנט וואס דו זאגסט אז דער פון לינקס איז רבי משה גרינפעלד נ"י עס זעהט בכלל נישט אויס ווי אים היינטיגע טעג ער האט דאך א לאנגע בארד, אבער דו גדענקסט דאך פון יענע צייטען ממילא בין איך מקבל. ער איז דאך געווען א שטיקעל גבאי אויך.

לפי מיינע חשבונות איז פיניע אייזן כאטש א 13 יאר עלטער ווי די באבובער רב (מהרב"ץ) שליט"א, און ממילא אויב איז ער אין דער בילד א אינגל פון 11-12 יאר מאכט עס סענס אז דער פון אונטען איז פיניע וועלעכע איז געווען דאן 25 יאר אלט.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג מאי 05, 2008 12:09 pm

איך טראכט יעצט אז דער אינגאנצען לינקס אויף די ערשטע בילד איז רבי שלמה מיללער ע"ה, האט איר אים געקענט?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג מאי 05, 2008 12:19 pm

אנדי פעטיט האט געשריבן:אינטרעסאנט וואס דו זאגסט אז דער פון לינקס איז רבי משה גרינפעלד נ"י עס זעהט בכלל נישט אויס ווי אים היינטיגע טעג ער האט דאך א לאנגע בארד, אבער דו גדענקסט דאך פון יענע צייטען ממילא בין איך מקבל. ער איז דאך געווען א שטיקעל גבאי אויך.

לפי מיינע חשבונות איז פיניע אייזן כאטש א 13 יאר עלטער ווי די באבובער רב (מהרב"ץ) שליט"א, און ממילא אויב איז ער אין דער בילד א אינגל פון 11-12 יאר מאכט עס סענס אז דער פון אונטען איז פיניע וועלעכע איז געווען דאן 25 יאר אלט.


אנדי, איך און פיניא זעמער נאר בערך 7 יאהר עלטער פון ר' בן ציון,
the SCY is the limit

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג מאי 05, 2008 12:21 pm

ווי האט איר געלערנט צוזאמען? און ווען?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג מאי 05, 2008 1:01 pm

ווען אונז האמער זיך אריבער געצויגען קיין באראפארק, האט מיך מיין טאטע ע"ה ארויסגענומען פון צעהעלים און מיך אריינגעשטעלט און באבוב. איך האב געלערענט און קראנהייטס, און מיין קלאס זענען געווען,
פיניע אייזען,
אברהם יוסף וויינגארטען,
איטשע טויבער[ר' חיים יענקעלס ברידער],
שמערעל ציטראנענבוים [ר' יהושע וואלף ז"ל איידעם. מיט שמערעל האב איך נאך געלערענט און איין קלאס און צעהלים]
פסח מיללער,
משה לייב לויפער,
יודל לעזעל,
זיין שוואגער משה יעקב שארף, ,[ביידע איידעמעס ביי ר' נתן הוראוויטץ ז"ל פון מאנסי]
יוסף הלל בראכפעלד [אויך איינער ווער עס האט זיך כסדר געקלעמערט ארום דעם רב ז"ל]
עזריאל מאנדעלבוים [היינט ריפט ער זיך ישראל מאנדעלבוים]

יבל"ח מענדעל קנאבליך ע"ה


איך האב געלערענט און באבוב 4 יאהר, ביז צי דעם יאהר פון מיין בר מצוה.

איין הוספה.איך בין נאך נישט דארט געווען אבער איך געדענק די שמחה ווען ר' בן ציון איז געבוירען געווארען נאך אזויפיל מיידלעך
the SCY is the limit

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג מאי 05, 2008 1:12 pm

scy4851 האט געשריבן:ווען אונז האמער זיך אריבער געצויגען קיין באראפארק, האט מיך מיין טאטע ע"ה ארויסגענומען פון צעהעלים און מיך אריינגעשטעלט און באבוב. איך האב געלערענט און קראנהייטס, און מיין קלאס זענען געווען,
פיניע אייזען,
אברהם יוסף וויינגארטען,
איטשע טויבער[ר' חיים יענקעלס ברידער],
שמערעל ציטראנענבוים [ר' יהושע וואלף ז"ל איידעם. מיט שמערעל האב איך נאך געלערענט און איין קלאס און צעהלים]
פסח מיללער,
משה לייב לויפער,
יודל לעזעל,
זיין שוואגער משה יעקב שארף, ,[ביידע איידעמעס ביי ר' נתן הוראוויטץ ז"ל פון מאנסי]
יוסף הלל בראכפעלד [אויך איינער ווער עס האט זיך כסדר געקלעמערט ארום דעם רב ז"ל]
עזריאל מאנדעלבוים [היינט ריפט ער זיך ישראל מאנדעלבוים]

יבל"ח מענדעל קנאבליך ע"ה


איך האב געלערענט און באבוב 4 יאהר, ביז צי דעם יאהר פון מיין בר מצוה.


איך ווייס נישט אויב דא איז די ריכטיגע פלאץ אבער איך נייגעריג צו וויסען אפאר זאכן.

1) אין די מיטילע נו"ן יארן (דאכצעך נ"ה) איז געווען איין מוצאי שבת אין מיטען די ווינטער א שטיקעלע REUNION פון אלע קלאסן, איך געדענק אז מען האט דעמאלטס צוטיילט קראון הייטס אין צוויי חלקים, קראון הייטס א' און קראון הייטס ב', ביזטו געווען דאן? און דאכצעך אז דער קלאס איז פון די קראון הייטס א' חבורה, בין איך גערעכט?

2)היי יאר האט מען מכבד געווען די קראון הייטס תלמידים ביי די בנות ציון דינער, ביזטו אויך דארט געווען?

3)ווער איז דער משה לייב לויפער? איז ער נאך א באבובער היינט?

4)איך האב נישט געוואוסט אז משה יעקב שארף איז געווען אן איידעם ביי רבי נתן האראוויץ, ביזט זיכער?

5)רבי עזריאל מאנדלבוים האט דאכצעך היינט א שטיקעל בית המדרש אין מאנסי אויף ווינסענט קאורט אדער עליש פארקוועי.

זענען נישט געווען נאך תלמידים אין יענע קלאס? איז נישט רי חיים דוד בלום, רבי וואלף אלי' מאיער, ועוד געווען אין יענע קלאס?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג מאי 05, 2008 1:45 pm

אנדי פעטיט האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב דא איז די ריכטיגע פלאץ אבער איך נייגעריג צו וויסען אפאר זאכן.

1) אין די מיטילע נו"ן יארן (דאכצעך נ"ה) איז געווען איין מוצאי שבת אין מיטען די ווינטער א שטיקעלע REUNION פון אלע קלאסן, איך געדענק אז מען האט דעמאלטס צוטיילט קראון הייטס אין צוויי חלקים, קראון הייטס א' און קראון הייטס ב', ביזטו געווען דאן? און דאכצעך אז דער קלאס איז פון די קראון הייטס א' חבורה, בין איך גערעכט?
איך האב דענמאלטס געוואוינט אין מאנסי, און איך בין געווען פויל אריינדרייוען און שטאט אריין.
2)היי יאר האט מען מכבד געווען די קראון הייטס תלמידים ביי די בנות ציון דינער, ביזטו אויך דארט געווען?

דער תשובה וועל איך דיר שוקען און אישית
3)ווער איז דער משה לייב לויפער? איז ער נאך א באבובער היינט?
איך ווייס נישט צי ער איז היינט א באבובער
4)איך האב נישט געוואוסט אז משה יעקב שארף איז געווען אן איידעם ביי רבי נתן האראוויץ, ביזט זיכער?

יא איך בין זיכער.
עס איז דא נאך א משה יעקב שארף, יענער [מיין יונקסטע זיהןס פעטער]איז איין איידעם ביי א בלומער פון מאנטריאל, קען זיין אז די ביזט דיך טועה מיט איהם
דער משה יעקב פון מיין קלאס איז איין איידעם ביי ר' נתן האראוויטץ.
מער און אישית
5)רבי עזריאל מאנדלבוים האט דאכצעך היינט א שטיקעל בית המדרש אין מאנסי אויף ווינסענט קאורט אדער עליש פארקוועי.
דאס איז ער. דאס בית מדרש איז דארט וויא די צוויי גאסען קומען צזאמען.
ער איז היינט שטארק מקפיד אז מען זאל איהם ריפען ישראל, נישט עזריאל.
זענען נישט געווען נאך תלמידים אין יענע קלאס? איז נישט רי חיים דוד בלום, רבי וואלף אלי' מאיער, ועוד געווען אין יענע קלאס?
ר' חיים דוד בלום, ר' וואלף אלי' זענען געווען די העכטע קלאס. און יענע קלאס זענען געווען, ר' חיים יעקב טויבער, ר' יעקב האראוויטץ ראש ישבה פון בית מאיר, ר' יעקב טובי' ווייזער, ר' יאסעל הארענשטיין [ר' יעקב הארענשטיין ז"ל זוהן]

Looks like a WHOS WHO list
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג מאי 05, 2008 5:33 pm

איין הוספה לטובת אינזערע סאטמערע חברים.
איידער ר' משה דוד שטיינווארצעל איז געקומען קיין באבוב איז ר' יעקב ארענשטין געווען ראש הישיבה.
אין בעפאר ר' יעקב ארענשטיין איז די העכסטע קלאס מלמד געוון ר' שמחה יוסף וואלטער.
די סאטמערער עולם דא, לכאורה דארפען וויסען ווער דאס איז.
the SCY is the limit

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג מאי 05, 2008 5:36 pm

נו אז די סאטמארער עולם ווייסט ווער דאס איז, ווער וויל פארציילען פאר די נישט סאטמארער.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מאי 05, 2008 6:30 pm

ר' שמחה יוסף וואלטער (לעבט נאך?) איז א איד א ת"ח עצום, ער פלעגט פארלערנען א שיעור אין מנחת חינוך יעדן זונטאג אין ביהמ"ד הגדול אויף ראדני סט., ער איז מיין איך פון די נירעדהאזע וואלטער'ס.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג מאי 05, 2008 6:38 pm

יא. זיין מאמע איז געווען ר' שלום ווידער הי"ד טאכטער
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מאי 05, 2008 6:40 pm

ער איז א בורדער מיט ר' שרגא און ר' חיים לייב?

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג מאי 05, 2008 8:31 pm

יא

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג מאי 06, 2008 1:29 pm

איך האב נעכטען דערמאנט אז איז גיי שרייבען א מעשה פלא פון ר' נפתלי באבובער זצןק"ל פון פאר ער איז געווארען רבי .

איך האב עס געהערט פון א חבר מיינער מיט וועמען די מעשה האט פאסירט.

א פאר יאהר איידער ר' נפתלי איז געווארען רבי, איז ער געווען אויף א שבת אין מאנסי. ער איז דענמאלטס געקומען
שאפען געלט פאר די באבובער מוסדות, וואס און יענע תקופה זענען זיי געווען אין א זייער שווערע מצב מיט גרויסע חובות.
דער חבר מיינער, האט געהאט א טאכטער וואס האט שוין חתונה א פאר יאהר און איז נאך נישט נפקד געווארען מיט קינדער.
איז ער געגאנגען, און אויסגעניצט די געלענהייט, און געזאגט פאר ר' נפתלי אז ער געט איהם א הון רב פארען צוועק פון זיין
קומען, ער זאלל איהם ציזאגען אז זיין טאכטער זאל נפקד ווערען.
דער חבר האט מיר דערציילט, אז ר' נפתלי, הערעניג זיין בקשה, איז אינגאנצען בלאס געווארען, און נישט געקענט קומען
צים ווארט. צום סוף האט ער איהם ציגעזאט.
מיין חבר האט מיר געזאג אז ער האט נישט פארציילט פאר זיין איידעם וואס ער האט געטוהן.

עס גייט אדורך א זעקס חדשים און זיין איידעם איז איהם מבשר מיט די בשורה אז זיין טאכטער איז מעוברת.
עס גייט נישט א דורך א וואך פון ווען ער האט געקריגען די בשורה, און ער קריקט א קאל פון ר' נפתלי אליינס, און מיט
זיין ידועדיגען קול אזוי אינטער די נאז פרעגט ער פון מיין חבר "נו? וואס הערט זיך?"


דרך אגב, דער שבת וואס ער איז געווען אין מאנסי איז געווען פרשת בא, אין פרייטג צינאכטס איז דער עולם ציזאם געקומען און
בית מדרש פאר פירות טיש און ר' נפתלי האט פון צייט צי צייט געזאגט תורה אויף די פרשה.
איין ווארט וואס ער האט געזאט איז זייער א שיינע וועל איך מיך טיילען דערמיט מיטען עולם.

דער פסוק זאגט וישאלו ..כלי כסף כלי זהב ושמלות.
זאגט רש"י אז ער רעכנט אויס וואס איז אלטס חשובער שפעטער,
לכאורה, קוקט אויס אז שמלות איז נאך מער חשוב וויא כלי זהב,
האט ר' נפתלי געזאגט אז, יא! די קליידער האט געהאט די גרעסטע חשובות,
און ער איז דאס מסביר אזוי.
עס איז ידוע אז דער מנחת אלעזר[און איך האב דאס אויך געהערט פון מיין טאטע ע"ה וואס ער האט געלערענט ביים מנחת אלעזר]
האט נישט געלאזט אויסוואשען דעם קיטל פונעם סדר, כדי ער זאל דאווענען און דעם, קומענדיגען יום הקדוש, אין די פירורים פונעם
מצה ומרור וועלען זיין נאך א זכות אויף נפקד ווערען לטובה און דעם הייליגען טאג.
איין פסוק פריערט זאגט רש"י אויף משארותם צרורות בשמלותם, אז די יודען האבען איינגעפאקט די שוירי מצה און מרור און זייערע
קליידער, צי ווייזען די חבובות המצוה .
איז ממילא קען מען שוין פארשטיין פארוואס שמלות שטייט נאך כלי זהב און אויכעט לעצט, ווייל די קליידער און וואס זיי האבען
אריינגעפאקט די איבערגעבליבענע מצה און מרור איז געווען ביי זיי אסאך מער חשוב ווי כלי זהב.

יהא זכרו הטהור ברוך
the SCY is the limit

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג מאי 06, 2008 2:00 pm

הערליכע מעשה און נאך א טייערער ווארט, יישר כח ר' שמחה.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פראהביטש און 11 געסט