גלייבן סיפורי צדיקים - מעשיות וואס שטימען נישט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 8:56 am

קיקיון האט געשריבן:פאר מיר הפעוט איז די מעשה פון א זא שמיעס ביי א אסיפת רבנים אביסעל מאדנע
וואס איז געווען דער דיון ביי די אסיפה? ווי אזוי איז די מעשה אריין אין א ערנסטען דין ודברים
די אלע רבנים האבען געדארפט האבען אז מען זאל זיי אויפמערקזאם מאכען
אז עס שטימט נישט? ווער האט דערציילט די מעשה ? א בעה"ב וואס איז
פונקט דארט געווען?

אין ספר ומשה היה רועה ווערט געברענגט אז דאס איז געווען ביים חנוכת הבית פון סיגוט'ער בית המדרש אין בארא פארק

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13188
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 9:02 am

מיללער האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
די מעשה שטימט?
מיר גייט עס נישט אין קאפ אז דער כת"ס זאל דאס זאגעו

בישיבת חת"ס למדו חסידים?

איך ווייס פון איינעם דער זיידענער מענדיל
און פין איינעם וואס דער טאטע ? /זיידע ? האט אים געוואלט שיקעו און ער האט נישט געוואלט וועגען דער לבוש
אבער נישט דאס באדערט מיר חסידים איז שוין געווען בימי משה רבינו וללוי אמר וכ'
מיר באדערט אז אין די ישיבה פון חת"ס זענען געווען "נישט למדנים"
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13188
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 8:28 am

סיפר לי איש נאמן מתושבי העיר ניו יורק רבתי, שהגיע פעם אל ביתו נאווה קודש של מרן הרבי הקדוש בעל 'ויואל משה' מסטמאר זצוק"ל זי"ע, ובאותה עת היה מוקף יהודי זה בחבילי טרדין: אשתו חלתה במחלה קשה והרופאים לא הצליחו להעלות לה מזור, וכן בעקבות הוצאות הרפואה המרובות לווה כספים רבים, וחובותיו עלו והשתרגו למעלה ראש! – ואם לא די בזאת, הרי כתוצאה מן הריצות הרבות אחר הרופאים והביקורים התכופים בבתי חולים, הזניח אחד הילדים בבית את לימודיו, הוא ירד וירד עד שהוכרחו 'לזרוק' אותו מן החיידר, ה' ירחם!

היהודי אפוף הצרות נכנס לחדרו של הרבי הקדוש, והחל בוכה ומבכה במר נפשו על רוב צרותיו, באומרו שהוא כמעט על סף ייאוש! אין הוא יודע במה יגש לטפל קודם, אם באשתו החולנית, או בסילוק חובותיו הרבים, או בסידור הילד בתלמוד תורה – כשבכל שלושת הבעיות גם יחד אין לו מושג ואינו יודע כיצד ואיך לטפל בהם? ומה ניתן לעשות כדי להמציא פתרון של ממש לצאת מן הסבך.

נכמרו רחמיו של הצדיק על האיש המדוכא, ואמר לו: צא נא בבקשה אל חדר ההמתנה, המתן נא קמעא, ואראה מה אוכל לעשות בנידון. חזר האיש ויצא אל חדר ההמתנה הגדול, נטל ספר תהלים לידו, והחל להתפלל ולהתחנן לפני השם יתברך להושיעו מכל צרותיו.

והנה לפתע נכנס אחד מגדולי עסקני הרפואה המפורסמים שבניו יורק, ניגש היישר אל האיש וביקש את כל הפרטים אודות מחלתה המסתורית של אשתו, מתי החלה, ומה כבר עשו בנידון, אצל איזה רופאים ביקרו, ובאילו תרופות השתמשו, ובאיזה בית חולים שוכבת היא עכשיו – ויצא בהבטחה ברורה לעשות הכל כדי להשיבה לאיתנה!

לא חלפה שעה קלה, ובעוד האיש מתמוגג בדמעותיו על ספר התהלים, נכנס גביר גדול, אחד העשירים המפורסמים שבניו יורק, אף הוא ניגש היישר אל האיש וביקש לנקוב בסכום המדויק של כל חובותיו, ותיכף הוציא פנקס שיקים מהודר מאמתחתו ותחב לידי האיש מתנה הגונה ביותר שיש בה כדי לכסות את כל החובות עם עוד יתרה רבתית נאה…

חלפה שעה נוספת, כשהאיש ממשיך ומתפלל בתפילותיו הזכות, מודה לפני השי"ת על העבר וצועק על להבא, והנה נכנס 'מלמד' אחד, מחשובי המלמדים שבאותו חיידר של הילד, וביקש לקבוע עבורו שעה אחת ביום שיוכל ללמוד עם הילד, ולקחת אותו תחת חסותו. והבטיח להחזירו אל החיידר ולדאוג אישית להעלותו בחזרה אל מסלול הלימודים כראוי לו!

התברר אפוא, שבכל אותן שעות ישב הרבי הקדוש בחדרו פנימה, והפעיל את כל כוחותיו ואת קשריו המסועפים כדי להביא את העסקן הרפואי לפני האיש, לסדר את ענין מחלת אשתו. ואת הגביר הגדול, כדי להסדיר את כל חובותיו. ואת המלמד הנכבד לפתור את הבעיה עם הילד התלמיד הקשה. – וכך פתר הרבי הקדוש על אתר את כל בעיותיו בעיותיו של האיש.

אחר כל זאת, כשכבר חלפו להם בינתיים בערך כשלוש שעות, נקרא שוב האיש אל חדרו של הרבי פנימה, במאור פנים הודה לרבי נרגשות על כל העזרה הגדולה שדאג עבורו.

אך הרבי מצידו עדיין לא נחה דעתו, והשתוקקות לבו ההומה לגמול חסד ולהטיב עם ישראל בערה בו, והוא שאל את האיש: מה עוד יכול אני לעשות למענך?

היהודי השתומם לשאלתו של הרבי, ואמר בהכנעה גדולה שהוא מודה בכל לב לרבי על כל מה שעשה למענו עד עתה, ואינו יודע מה עוד יש לו לבקש…

אך הרבי לא הרפה, הוא חשב קמעא, התנמנם על כיסאו לרגע קט כדרכו בקודש, ולפתע ננער ואמר: הלא עד עתה גמלתי חסד רק עם גופך, ומה עם הנשמה? וכי בשביל נשמתך לא צריך לדאוג? – הנה מעניק אני לך בזה, את כל העולם הבא שלי שנוצר ממצוות גמילות חסדים זו, שעסקתי בה למענך בשלוש השעות האחרונות! קח נא את שכר המצוה הזו, שיהא בידך מן המוכן לאחר מאה ועשרים!



מיר גייט דאס נישט אין קאפ
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

israelm
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 24, 2013 3:37 am

קאצעק מעשיות

תגובהדורך israelm » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 6:10 am

דער מעשה ווערט געבראכט אין ספר קאצעקע מעשיות פון אליעזר בערגמאן
די פראגע איז: צי מ'קען פארלאזן אויף די מעשה מיט די פאטשיילע:

אין קאצק איז געווען א וואסער-טרעגער, א גרויסער עם הארץ, א גראבער יונג, ער האט נישט געקענט קיין צורה פון אן אלף. צו דעם ער איז געווען א גרויסער פרומער, יידישקייט האט ער אפגעהיט מיטן גאנצן פייער פון זיין נשמה. האט געוואלט עפעס תפילה טאן צו גאט, און נישט געקענט.

איינמאל האט ער אין בית מדרש דערהערט דאס ווארט 'טמא', ער האט נישט פארשטאנען וואס מיינט עס, אבער איז אים דאס ווארט אריין אין זכרון, און ער האט זיך געכאפט צו דעם ווארט, און פון דאמאלסט אן דאס ווארט טמא איז געווען ביי אים די גאנצע תפילה.


ביי אים איז דאס וואט. 'טמא' געווארן א גאנצע 'תפילה׳, טאג און נאכט, האט ער געהאלטן אין איין מורמלען: טמא, טמא, טמא, טמא. אן א סוף. צום מיינסטן פלעגט ער דאס ווארט בענוצן צום דאווענען. אין דער פריה פלעגט ער ארויסגיין אונטער די שטאט, דארט האט ער געהאט א גרוב, פלעגט ער אנהויבן אריבערשפרונגען איבערן גרוב, און שרייען מיטן גאנצן כח: ״טמא, טמא. זיין גאנצע נשמה האט ער אריינגעלייגט אין דעם ווארט. וואס ער האט געוואלט אויסדרוקן, האט ער אויסגעדרוקט מיט דעם ווארט.
אז מענטשן פלעגן דורכגיין נעבן גרוב, פלעגן זיי זען און הערן, ווי ער שרייט און טאנצט איבערן גרוב מיט מסירות נפש, מיטן גאנצן כח, שווייס האט זיך אים ארויסגעשלאגן טאנצענדיג, און שרייענדיג: טמא טמא. מער ווי א שעה פלעגט ער אזוי שפרינגען, און דערנאך אהיים גיין א פריילעכער - אפגעדאווענט.
מיט די מענטשן וואס פלעגען דורך גיין, און אפלאכן פון אים, פלעגט ער זיי אויסמיידן, נישט געוואלט מיט זיי קיץ משא ומתן נישט האבן.
אזוי האט ער זיך געפירט א צייט מיט יארן.


די גאנצע שטאט האט אים שוין געקענט, יינגלעך פלעגן אים נאך שרייען: ״טמא״. ער פלעגט קיינעם נישט טשעפען, נישט באליידיגן, גיין זיין וועג.
איינמאל ווען ער האט געהאלטן אין מיטן שפרינגען און שרייען 'טמא', איז דורך געגאגגען דער קאצקער רבי זצ״ל, זעט ער ווי הער וואסערטרעגער שפרינגט מיט מסירות נפש, און שרייט מיט אלע כוחות: 'טמא.
האט דער רבי אויף אים רחמנות געקראגן, דער רבי האט פארשטאנען אד דער וואסערטרעגער מיינט נישט מיטן ווארט 'טמא' קיין שום שלעכטס, האט עס דעם רבין אנגענומען ביים הארץ, פאר וואס זאל ער גלייכער נישט שרייען: טהור?
פרעגט דער רבי דעם וואסערטרעגער: וואס שרייסטו? איך דאווען, ענטפערט דער וואסערטרעגער. אזוי, זאגט דער רבי, גוט, הער אויס, וואס איך וועל דיר זאגן: פון היינט אן, זאלסטו מער נישט שרייען 'טמא', נאר 'טהור', געדענק! זאג: טהור, טהור, טהור.
טהור, טהור, טהור, טהור, טהור, טהור! שרייט דער וואסערטרעגער.
גוט זאגט דער רבי, געדענק!, פון היינט פארגעס דאס ערשטע ווארט, און שריי טהור!

דער רבי איז אוועקגעגאנגען, דער וואסערטרעגער האט אנגעהויבן מיט מער היץ צו שרייען: טהור! אזוי האט ער געשריגן א 10 מינווט.
אין מיטן האט ער זיך פארמיליעט, און פארגעסן דאס ווארט\ אויך דאס ערשטע ווארט זיינס, האט ער שוין געהאט פארגעסן, ביז ער האט אנגעהויבן פלאפלען אן אומפארשטענדלעך ווארט.'טמור'...
ער האט געפילט אז דאם איז נישט דאס צווייטע ווארט, און נישט דאס ערשטע, ער האט אנגעהויבן וויינען: דער רבי האס מיר אומגליקלעך געמאכט, נישט איך געדענק דאס צווייטע ווארט, נישט איך געדענק דאם ערשטע.
האט ער זיך מיישב געווען: כ׳וועל נאך לויפן נאכן רבין, און גענומען שרייען: רבי, געוואלט, האט אויף מיר רחמנות, שטייט! ער האט דעם רבין אנגעיאגט ביים טייך, זעט ער ווי דער רבי נעמט א רויטע פאטשיילע לייגט א נידער אויפן וואסער, און הייבט אן שווימען, איז ער אויך צו צום וואסער, און האט אויך אזוי געטאן, אויסגעשפרייט זיין טיכל אויפן וואסער, און אנגעהויבן נאך שווימען און שרייען: רבי, רבי, איך האב פארגעסן אייער ווארט, און איך געדענק נישט מיין ערשט ווארט, לערנט מיר צוריק אויס מיין 'ווארט'.
דער רבי האט זיך אומגעקוקט, זעט ער ווי דער וואסערטרעגער שווימט אים נאך אויף א פארטשיילע, איז דער רבי שטארק, נתפעל געווארן, ער האט פאשטאנען אז דאס איז צוליב זיין תמימות און צדקות, האט דער רבי גענומען שרייען צו איהם: שריי צוריק טמא, טמא!

יא יא - טמא, טמא, טמא, טמא, טמא, טמא, טמא! דער וואסערטרעגער איז אהיים געלאפען מיט גרויס שמחה, און שרייט ביז'ן היינטיגען טאג טמא! דאס איז א כח פון א יידיש ווארט.

שלומעלע
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2015 6:14 am

תגובהדורך שלומעלע » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 9:53 am

israelm האט געשריבן:דער מעשה ווערט געבראכט אין ספר קאצעקע מעשיות פון אליעזר בערגמאן
די פראגע איז: צי מ'קען פארלאזן אויף די מעשה מיט די פאטשיילע:

וואס איז דער שאלה? אזא טאלנטפולע שרייבער, קען מען עם דען נישט גלייבען?
פתי יאמין.jpg
פתי יאמין.jpg (86.73 KiB) געזעהן 185 מאל

נאר אפאר ווערטער וואס הלל צייטלין שרייבט וועגען דעם בוך
111.jpg
111.jpg (110.02 KiB) געזעהן 185 מאל

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 9:56 am

די מעשה באלאנגט אין סיפורים וגולגוליהם פון מונדשיין, ער וואלט עס שיין מסדר געווען.

israelm
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 24, 2013 3:37 am

תגובהדורך israelm » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 2:28 am

יישר כח
אין וועלכן ספר פון הלל צייטלין ווערט געבראכט הנ"ל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט