טרעפליכע גדאנקען און התעוררות צום ליל הסדר. מלא רגש ודביקות!!

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

טרעפליכע גדאנקען און התעוררות צום ליל הסדר. מלא רגש ודביקות!!

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג אפריל 14, 2019 4:07 pm

אין ליכט פון דעם וואס די עולם זוכט זיך צוצוגרייטן צום ליל התקדש חג בדרך אבותינו ורבותינו המסורה לנו, אז די סדר נאכט זאל קענען אריבערגיין אויף אונז מיט א העכערקייט און א דערהויבנקייט, איז דא א אשכול וואס די עולם זאל קענען אריישרייבן טרעפליכע געדאנקן מעוורר זיין דעם הארץ צו דעם הייליגן נאכט וואס מקדמת דנא איז אנ גערופן געווארן מיט געפילן פון קדושה אין אהבה "סדר נאכט", לאמיר מעורר געפילן פון רגש און דביקות מפי ספרים וסופרים, און מיט די ריכטיגע הכנה וועט שוין די סדר נאכט קאכן און פלאקערן.

עס איז זיכער אז בעבר האט שוין יעדער איינער געהאט עפעס א התעורורות ערגעץ וואו דורכאויס די סדר נאכט, איינער גלייך ביי קידוש און איינער הערשט ביי אחד מי יודע, טוט א טובה און שרייבט אראפ געדאנקן וואס זענען אייך צוניץ געקומען במשך די יארן, זאלן אנעדערע אויך קענען נהנה זיין דערפון, און אין איינוועג, אז מ'שרייבט אראפ א געדאנק ווערט מען אליין אויך נתעורר פון פריש.
-----------------

איך הייב אן מיט אריינווארפן איין שוועבעלע אין די פייער. מ'בעט אז דער וואס קען זאל צולייגן.

אין א הגדה האב איך אמאל געזעהן א געוואלדיגע טייטש, אויף די ווערטער פון קידוש אשר בחר בנו מכל עם, ורוממנו מכל לשון, אז די כוונה איז, אז די רבונו של עולם האט אונז -כלל ישראל- אויף געהויבן אזוי הויך, מכל לשון, עס איז גארנישט דא קיין ווערטער און לשונות צו קענען ארויסברענגן די געוואלדיגע מדריגה וואס יודן זענען דערהויבן געווארן אהין.

מרוב אהבתו יתברך שמו, האט ער אפגעשיידט כלל ישראל פון אלע פעלקער, און אונז אזוי דערהויבן, אז מיר לעבן א אנדערע לעבן פון א גוי אינגאנצן, וואס ביי די גוי איז חשוב איז ביי אונז נישט, וואס די גוי שעפט פון דעם חיות איז נישט אונזערע לעבן, מיר האבן א אנדערע סארט שמחה און א אנדערע סארט חיות. עס איז באקאנט די כוזרי שטעלט אויס די חלקי הבריאה איז דא דצח"מ לייגט ער צו אז עס איז דא נאך א העכערע מדריגה, דאס איז די יוד, א יוד איז נישט קיין מענטש וואס האט אויך תורה און מצוות, נאר ער איז גאר א אנדערע מהות, א שטיק נשמה. א יוד איז נישט מוגבל צו די צומצימום פון א גוי, ער קען זיך מתגבר זיין אויף זאכן וואס די גוי קען נישט, ער האט העכערע כוחות וואס באגלייטן עם, און העלפן צו עם צו דערהייבן. (די חת"ס ברענגט להלכה אז מ'קען נישט ברענגן קיין ראיה פון די גוף פון א גוי צו די גוף פון א יוד, חביל גופייהו).

אין אזא נאכט פון יציאת מצרים, וואס מ'לאזט אף אלע מצרים און ענגשאפטן וואס שפארן איין דעם יוד און לאזן עם נישט אנערקענען זיין מדריגות, ווען מיר ווערן אין דעם נאכט איבערגעדרייט אפילו פון נ' שערי טומאה צו די העכסטע מדריגות, לאמיר אויסנוצן די הייליגע מינוטען זיך צוצובינדן צו אייבערשטען, און באמת זיך געבן א הייב צו די מדריגה וואו מיר געהערן דארט.
לעצט פאראכטן דורך שטאלצער יוד אום זונטאג אפריל 14, 2019 5:37 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

תענית חלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

וכאן הבן שואל

תגובהדורך תענית חלום » זונטאג אפריל 14, 2019 4:18 pm

עס ווערט געברענגט פון אר"י הק' אז די ארבעה בנים זענען כנגד די ארבעה כוסות. קומט אויס אז די צווייטע כוס איז קעגן די בן הרשע.

ווען מען גיסט אן די צווייטע כוס שטייט אין די הגדה: מוזגין כוס שני, וכאן הבן שואל. קומט אויס אז פסח ביינאכט קען מען זיך אויסבעטן און פועל'ן אפי' אויף די בן הרשע רח"ל
(כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ-מאנסי שליט"א)

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2021
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג אפריל 14, 2019 4:31 pm

.

תענית חלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

תגובהדורך תענית חלום » מאנטאג אפריל 15, 2019 1:34 pm

תענית חלום האט געשריבן:עס ווערט געברענגט פון אר"י הק' אז די ארבעה בנים זענען כנגד די ארבעה כוסות. קומט אויס אז די צווייטע כוס איז קעגן די בן הרשע.

ווען מען גיסט אן די צווייטע כוס שטייט אין די הגדה: מוזגין כוס שני, וכאן הבן שואל. קומט אויס אז פסח ביינאכט קען מען זיך אויסבעטן און פועל'ן אפי' אויף די בן הרשע רח"ל
(כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ-מאנסי שליט"א)

באקומען אין אישי
א גרויסן יישר כח. זייער א שיינע געדאנק. כ'האב יעצט געהערט אויף ק"מ 114 ווי ר' לוי שם טוב פון וואנשיגטון פארציילט אז פאריאר ביי זיין סדר, וואס איז אפען לכל דכפין, פרעגט יעדער איינער די קשיות אויף זייערע שפראך, לעצטע יאר האט א יונגן פרוי געבעטן אויב זי קען זאגן די קשיות אויף 'אידיש!' א זאך וואס ער האט קיינמאל נישט געהאט, און זי האט פארגעזאגט די קשיות מיט די פילע אונגערישע אקסענט, נאך דעם האט ער איר געפרעגט פון וואו זי שטמאט, האט זי געזאגט אז זי איז אויפגעוואקסן אין ווימס"ג, און זי וואלגערט זיך אין די גאסן, און זי פילט אז אין אזא נאכט וועלן אירע זיידעס האבן א נחת רוח אז אנשטאט זיך וואלגערן אין די גאסן וועט זי אריינקומען מיט האלטן א סדר נאכט.
כ'האב ממש געוויינט ווען כ'האב עס געהערט.
ער האט דארט צוגלייגט איין נאמען פון די לובאוויטשער רבי זי"ע אז מיר דערמאנען נאר די ארבעה בנים ביים סדר, אבער מיר דארפן געדענקן פון א פינפטע קינד, דער קינד וואס פרעגט נישט ווייל ער איז נישט דא, ער ווייסט אפילו נישט מער פון זיין אידישקייט. און עם דארפן מיר אינזין האבן מקרב צו זיין און זיך אויבעטן פאר עם.

אורה ושמחה וששון
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 4:27 pm

תגובהדורך אורה ושמחה וששון » מיטוואך אפריל 17, 2019 11:15 am

אין דע הייליגע ליכטיגע נאכט וואס מאיז מקיים מצות אכילת מצה, לחם עוני כמשחז״ל שעונין עליו דברים הרבה, פירוש - הקב״ה ענטפערט אויף אסאך זאכן וואס איעדער איינער בעט, בעט אין בעט אויף אלעם, פאר זיך ,פאר עלטערן, פאר קינדער, פאר כלל ישראל ברו״ח וגש״ם, פאר כל הדורות הבאים עבג״צ.

הא לחמא עניא - אויף דע ברויט ענטפרט השי״ת, כל דכפין ייתי ויכול - ווער עס ברויך פרנסה זאל יעצט בעטן דעראויף, כל דצריך - אלעס וואס א איד דארף, ייתי ויפסח - זאל יעצט פסח בעטן..וימלא ה׳ כל משאלות ליבנו לטובה אמן סלה...
(מהר״י מבעלזא זי״ע בספר מהר״י)

אורה ושמחה וששון
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 4:27 pm

גודל קדושת הסדר וגודל קדושת ומדריגה של כל אחד

תגובהדורך אורה ושמחה וששון » מיטוואך אפריל 17, 2019 2:52 pm

טעם נשגב מדוע בליל הסדר שחל בשבת יש הנוהגין שלא לומר "שלום עליכם" כל אחד נוהג כמנהג אבותיו בענין אמירת "שלום עליכם" בליל הסדר שחל בשבת.
אך יש קהילות הנוהגות שלא לאומרו, וכתב הרה"ק בעל ה"תפארת שלמה זי"ע טעם נשגב שלא לאומרו :שהרי לדברי המהר"ל–הסיבה שלובשים בגד לבן בליל הסדר- קיטל בליל הסדר, הוא משום >>"שכל יהודי דומה לכהן גדול הנכנס לפני ולפנים בקדש הקדשים ביום הכפורים בבגדי לבן"<<, והלא אצלו כתוב (ויקרא טז, יז)"וכל אדם לא יהיה באהל מועד" ואמרו בירושלמי (יומא פ"א ה"ה)דלהכי כתיב "וכל אדם" לרבות המלאכים שנאמר בהם(יחזקאל א, י)"ודמות פניהם פני אדם", שאף המלאכים אסורים לשהות בבית המקדש בשעה שהכהן הגדול מקריב את הקטורת לפני לפנים. א"כ הוא הדין בליל הסדר, שאסור להם לשהות בבית של ישראל המתקדש בקדושת קודש קדשים דומיא דעת הקרבת כהן גדול את הקטרת, וממילא אין צרך לומר "שלום עליכם". והדברים נוראים ומבהילים…

אורה ושמחה וששון
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 4:27 pm

זאג נישט, וואס בין איך? וואס קען איך? איך ווייס נעבעך ווער-וואס איך בין וכו׳ וכו׳

תגובהדורך אורה ושמחה וששון » מיטוואך אפריל 17, 2019 3:12 pm

זל״ק פין תפארת שלמה פ׳ ואתחנן, כל איש הרוצה לגשת אל התורה והעבודה...אל ישמע לדבר היצה״ר המסיתו ומקרר חמימות תשקתו, להראות לו אז גודל שפלתו, מי אתה? אתה מלא פשע ועוון..״אך האדם צריך להשליך אז בשעת עבודה כל השפלות והעצבות״ כמו שאמרו אין ״מעבירין״ על המצוות, רוצה לומר אין להזכיר העבירות בשעת קיום המצוות, ויעשה המצוה ״בחשק נמרץ״, ועת לכל חפץ לתקן בפעם אחרת הפגמים שלו, ולא עתה בשעת העבודה...

מדארף שטארק בעיון לערנען אין אריינ-נעמען, אריינבאקען אין זיך יעדעס ווארט

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » מיטוואך אפריל 17, 2019 3:15 pm

;l;p-
אורה ושמחה וששון האט געשריבן:טעם נשגב מדוע בליל הסדר שחל בשבת יש הנוהגין שלא לומר "שלום עליכם" כל אחד נוהג כמנהג אבותיו בענין אמירת "שלום עליכם" בליל הסדר שחל בשבת.
אך יש קהילות הנוהגות שלא לאומרו, וכתב הרה"ק בעל ה"תפארת שלמה זי"ע טעם נשגב שלא לאומרו :שהרי לדברי המהר"ל–הסיבה שלובשים בגד לבן בליל הסדר- קיטל בליל הסדר, הוא משום >>"שכל יהודי דומה לכהן גדול הנכנס לפני ולפנים בקדש הקדשים ביום הכפורים בבגדי לבן"<<, והלא אצלו כתוב (ויקרא טז, יז)"וכל אדם לא יהיה באהל מועד" ואמרו בירושלמי (יומא פ"א ה"ה)דלהכי כתיב "וכל אדם" לרבות המלאכים שנאמר בהם(יחזקאל א, י)"ודמות פניהם פני אדם", שאף המלאכים אסורים לשהות בבית המקדש בשעה שהכהן הגדול מקריב את הקטורת לפני לפנים. א"כ הוא הדין בליל הסדר, שאסור להם לשהות בבית של ישראל המתקדש בקדושת קודש קדשים דומיא דעת הקרבת כהן גדול את הקטרת, וממילא אין צרך לומר "שלום עליכם". והדברים נוראים ומבהילים…

ישר כח הייליג ווארט
Sorry for my misspellings

סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:49 pm

תגובהדורך סטראשעלע » מיטוואך אפריל 17, 2019 3:33 pm

אורה ושמחה וששון האט געשריבן:טעם נשגב מדוע בליל הסדר שחל בשבת יש הנוהגין שלא לומר "שלום עליכם" כל אחד נוהג כמנהג אבותיו בענין אמירת "שלום עליכם" בליל הסדר שחל בשבת.
אך יש קהילות הנוהגות שלא לאומרו, וכתב הרה"ק בעל ה"תפארת שלמה זי"ע טעם נשגב שלא לאומרו :שהרי לדברי המהר"ל–הסיבה שלובשים בגד לבן בליל הסדר- קיטל בליל הסדר, הוא משום >>"שכל יהודי דומה לכהן גדול הנכנס לפני ולפנים בקדש הקדשים ביום הכפורים בבגדי לבן"<<, והלא אצלו כתוב (ויקרא טז, יז)"וכל אדם לא יהיה באהל מועד" ואמרו בירושלמי (יומא פ"א ה"ה)דלהכי כתיב "וכל אדם" לרבות המלאכים שנאמר בהם(יחזקאל א, י)"ודמות פניהם פני אדם", שאף המלאכים אסורים לשהות בבית המקדש בשעה שהכהן הגדול מקריב את הקטורת לפני לפנים. א"כ הוא הדין בליל הסדר, שאסור להם לשהות בבית של ישראל המתקדש בקדושת קודש קדשים דומיא דעת הקרבת כהן גדול את הקטרת, וממילא אין צרך לומר "שלום עליכם". והדברים נוראים ומבהילים…


נא לציין המראה מקום בתפארת שלמה, כי חיפשתי ולא מצאתי

אורה ושמחה וששון
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 4:27 pm

אלעס רינט..אלעס איז איבערגעדרייט.. ווי אזוי פירן א סדר מיטן ריכטיגען בליק.

תגובהדורך אורה ושמחה וששון » מיטוואך אפריל 17, 2019 3:56 pm

בכל שנה לפני פסח אני מתכונן לחג הקדוש הזה, ככל אשר לאל ידי מבחינה רוחנית. אני לומד מעיין ומתבונן בספה״ק בשגב רום מעלת מצות אכילת מצה בכלל ומעלת ליל הסדר בפרט, ועוד ועוד, ואני באמת מנסה להחדיר את הדיבורים הקדושים בלב. אך משום מה, בכל שנה, הסיפור העצוב חוזר על עצמו מחדש...
אני מגיע לקראת הלילה הקדוש הזה עם שאיפות גבוהות מאוד, לערוך אותו בשמחה ובהתרוממות, אך תמיד יהיה את הילד שישפוך את כל הכוס על המפה הצחורה, או יזרוק את המצות שאפיתי בערב פסח במסירות נפש עלהרצפה וכו; וכו;, כיד ה׳ הטובה עליהם, ואז אני מתרגז וכועס, ובני הבית נכנסים למתח, וכמובן שזה הורס את כל האווירה הטובה בהמשך הסדר,
עד כדי כך ששמעתי מהבן הקטן שלי בדרך אגב, כשהוא שואל את אחד האחים האחרים: מתי כבר יעבור הפסח הזה שטאטי תמיד מתעצבן עלי...
והילד הגדול עונה לו: תגיד תודה, כי אני יושב יותר קרוב לטאטי, ולכן רוב העצבים שלו נופלים עלי… זה מתסכל אותי כל שנה מחדש. יש פתרון לכך?

האמת היא שאתה לא היחיד שמתחבט בשאלה זורבים וטובים, גם לרבות בני עליה, מוצאים את עצמם בסיטואציה כזאת או אחרת, והשאלה היא איך נוכל למנוע את הכעס והמתח, ולהנהיג את ליל הסדר כבני מלכים.
אתה משום מה סבור ש"בן-חורין" פירושו כשהמפה בוהקת בלובנה ללא כתם אחד של יין, כשהכוסות לא נשפכו על המצות והילדים מסובים מסביב לשולחן עם בגדים מגוהצים ללא רבב, ואז, אתה מסלסל בקולך ואומר "ועכשיו קרבנו המקום לעבודתו" - לשיטתך, זהו בן חורין.
וממילא כשזה לא קורה, או יותר נכון, כשזה קורה בצורה ההפוכה ביותר, אתה מתעצבן וזועם.
אך האמת היא שעלינו להשכיל ולהבין, ובעיקר - להפנים, כי עיקר החירות בזה הלילה, ובעצם בכל יום, הוא החירות מכל הדברים הקטנוניים שלוחצים וטורדים אותנו כל השנה, כמו ה'חירות' שמרגיש אחד שזוכה לבסומי בפוריא עד דלא ידע באופן הראוי והיאה, שהוא מרגיש שהוא מתנתק מהבלי הגוף שלא נותן לו כביכול 'ליהנות' מקרבת אלוקיו ואהבת אביו שבשמים.
עיקרו של זה הלילה נועד לקיים את המצוה היקרה של 'והגדת לבנך' ולעצמך את שרשי האמונה וסיפור יציאת מצרים. ואנו, עם ההתנהגות הכעסנית והדורסת שלנו, עוקרים את המצוה משורשה, ועוד יותר מכך, אנו מעניקים בחפץ לב לילד את ההרגשה כי חבל שבא ליל הסדר... לא חבל?!

אם נדמה לך שבלי שטריימל מפואר אינך בן חורין,טעית, כי העיקר מה שעושה אותך בן חורין הוא עסק התורה וקרבת האלוקים, ולא ריבוי הנכסים שמרבה דאגה. עיקר הדבר שגורם לך להיות בן חורין זה ההשתחררות מכל הלחצים השטותיים וההתחברות לשמחה עם הילדים, "לרדת לדעתו של כל אחד ממשתתפי הסדר" ולשמוח עם הקרבה האלוקית המיוחדת של ליל הסדר, חג הפסח ומצוותיו.

עצור וחשוב,
להיות בן חורין צריך להניח הדגש על העיקר ולא על הטפל; יש לך ב"ה ילדים שיכולים לשאול מה נשתנה - אהה איזה אור, יש לך מצות מהודרות - אהה ייש״כ טאטע, אני יכול לקיים את רצונך היום - אה מחייה. לדבר על זה עם עצמו, להתבונן בזה שוב ושוב, ואז לאט לאט הוא באמת ישים את כל מעייניו ב'עיקרו של לילה' - הנחלת מעיינות האמונה לבני המשפחה
מתוך שמחה, אהבת ה' וקרבת אלוקים לי טוב.



זהו הישוב הדעת שבו צריך להתבונן לפני עריכת ליל הסדר. אנו רוצים שהכל ידפוק כרגיל, אבל ברגע שהכוס נשפך על המפה או על הקיטל והמצה התרסקה לפירורים, אז ברוך השם, אין כבר מרבה נכסים ואין כבר מרבה דאגות, וב"ה במקרה כזה יצאנו למאה אחוז חירות... שהרי בא נגיד שבאמת התעצבנת וכעסת, האם זה הועיל לך במשהו? הסדר באמת נהיה מרומם יותר?...איך אמר כ"ק האדמו"ר בעל ה'פני מנחם' מגור זי"ע: כל
הכועס כאילו עובד עבודה זרה - למה? כי שניהם לא מועילים כלום! - - -
הרה"ק רבי ישעיה'לע קרעסטירער היה נוהג להפוך בתחילת הסדר כוס יין, הכל התלכלך, ומאז אין לחץ עד סוף הסדר..
כלל הדברים:
א. ראשית כל: פשוט להתפלל על זה.
ב. לאכול בערב פסח כדי שביעה באופן המותר, גם עורך הסדר וגם כל בני המשפחה.
ג. להתבונן עוד לפני עריכת הסדר מהו העיקר )סיפור יציאת מצרים והחדרת האמונה בשמחה ובטוב לבב בכל בני הבית( ומהו הטפל )מפה צחורה, שולחן מצוחצח ובגדים מגוהצים, שהכל ידפוק וילך כרצונו, ועוד ועוד ועוד...( בלילה מרומם זה, ובעיקר להפנים את הדבר בתוך תוכיות הלב.
ד. רגע לפני שהעצבים גוברים, להמתין עם הכעס דקה אחת, ורק אח"כ לכעוס... תראה לבד שהכעס מאוד יחלש...
ה. שהמאמר הזה יהיה מונח לך מול העיניים בכל שעות עריכת הסדר...
מקווה שהועלתי לך!
א פרייליכן כשר'ן פסח!

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2629
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך אפריל 17, 2019 3:58 pm

מאת?

אורה ושמחה וששון
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 4:27 pm

תגובהדורך אורה ושמחה וששון » מיטוואך אפריל 17, 2019 4:24 pm

סטראשעלע האט געשריבן:
אורה ושמחה וששון האט געשריבן:טעם נשגב מדוע בליל הסדר שחל בשבת יש הנוהגין שלא לומר "שלום עליכם" כל אחד נוהג כמנהג אבותיו בענין אמירת "שלום עליכם" בליל הסדר שחל בשבת.
אך יש קהילות הנוהגות שלא לאומרו, וכתב הרה"ק בעל ה"תפארת שלמה זי"ע טעם נשגב שלא לאומרו :שהרי לדברי המהר"ל–הסיבה שלובשים בגד לבן בליל הסדר- קיטל בליל הסדר, הוא משום >>"שכל יהודי דומה לכהן גדול הנכנס לפני ולפנים בקדש הקדשים ביום הכפורים בבגדי לבן"<<, והלא אצלו כתוב (ויקרא טז, יז)"וכל אדם לא יהיה באהל מועד" ואמרו בירושלמי (יומא פ"א ה"ה)דלהכי כתיב "וכל אדם" לרבות המלאכים שנאמר בהם(יחזקאל א, י)"ודמות פניהם פני אדם", שאף המלאכים אסורים לשהות בבית המקדש בשעה שהכהן הגדול מקריב את הקטורת לפני לפנים. א"כ הוא הדין בליל הסדר, שאסור להם לשהות בבית של ישראל המתקדש בקדושת קודש קדשים דומיא דעת הקרבת כהן גדול את הקטרת, וממילא אין צרך לומר "שלום עליכם". והדברים נוראים ומבהילים…


נא לציין המראה מקום בתפארת שלמה, כי חיפשתי ולא מצאתי


לא ראיתי בספר תפ״ש ממש, ראיתי בליקוט...
עיקר הדבר "שכל יהודי דומה לכהן גדול הנכנס לפני ולפנים בקדש הקדשים ביום הכפורים בבגדי לבן הוא במהר״ל…

אורה ושמחה וששון
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 4:27 pm

תגובהדורך אורה ושמחה וששון » מיטוואך אפריל 17, 2019 4:29 pm

אדער יא האט געשריבן:מאת?


גליון יין ישן- פסח תשע״ט

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך אפריל 17, 2019 4:34 pm

תענית חלום האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:עס ווערט געברענגט פון אר"י הק' אז די ארבעה בנים זענען כנגד די ארבעה כוסות. קומט אויס אז די צווייטע כוס איז קעגן די בן הרשע.

ווען מען גיסט אן די צווייטע כוס שטייט אין די הגדה: מוזגין כוס שני, וכאן הבן שואל. קומט אויס אז פסח ביינאכט קען מען זיך אויסבעטן און פועל'ן אפי' אויף די בן הרשע רח"ל
(כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ-מאנסי שליט"א)

באקומען אין אישי
א גרויסן יישר כח. זייער א שיינע געדאנק. כ'האב יעצט געהערט אויף ק"מ 114 ווי ר' לוי שם טוב פון וואנשיגטון פארציילט אז פאריאר ביי זיין סדר, וואס איז אפען לכל דכפין, פרעגט יעדער איינער די קשיות אויף זייערע שפראך, לעצטע יאר האט א יונגן פרוי געבעטן אויב זי קען זאגן די קשיות אויף 'אידיש!' א זאך וואס ער האט קיינמאל נישט געהאט, און זי האט פארגעזאגט די קשיות מיט די פילע אונגערישע אקסענט, נאך דעם האט ער איר געפרעגט פון וואו זי שטמאט, האט זי געזאגט אז זי איז אויפגעוואקסן אין ווימס"ג, און זי וואלגערט זיך אין די גאסן, און זי פילט אז אין אזא נאכט וועלן אירע זיידעס האבן א נחת רוח אז אנשטאט זיך וואלגערן אין די גאסן וועט זי אריינקומען מיט האלטן א סדר נאכט.
כ'האב ממש געוויינט ווען כ'האב עס געהערט.
ער האט דארט צוגלייגט איין נאמען פון די לובאוויטשער רבי זי"ע אז מיר דערמאנען נאר די ארבעה בנים ביים סדר, אבער מיר דארפן געדענקן פון א פינפטע קינד, דער קינד וואס פרעגט נישט ווייל ער איז נישט דא, ער ווייסט אפילו נישט מער פון זיין אידישקייט. און עם דארפן מיר אינזין האבן מקרב צו זיין און זיך אויבעטן פאר עם.

אין הגדה ברך משה טייטש ער בענין זה זייער טרעפליך ביי די שאלה פון בן הרשע "אילו הי' שם לא הי' נגאל", שטייט אין אוהח"ק אז פון מצרים איז מען ארויס כדי נישט אריינצופאלן בשער הנ' אבער איז מען שוין דארט אבער מ'קען ארויסקומען וועגן מ'האט א תורה. דאס איז די תשובה פארן בן הרשע, אילו הי' "שם", וואלט ער געווען אין מצרים און אריינגעפאלן בשער הנ', לא היה נגאל, אבער היינט קען מען ארויסגיין אפילו פון שער הנ'.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2629
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך אפריל 17, 2019 4:36 pm

אורה ושמחה וששון האט געשריבן:גליון יין ישן- פסח תשע״ט

אדער יא האט געשריבן:מאת?

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » דאנארשטאג אפריל 18, 2019 12:39 pm

מתוך דרשת הכנה לפסח של הגרי"א קרישעווסקי שליט"א:

זיכער דארף מען מאכן א הכנה צום סדר נאכט, און אייגענטליך נאר דאס איז וואס מ'דארף טון, כמבואר בספרים הק' אז מלאכים וואלטן אויך געקענט טון מצוות, אבער נישט די הכנה, און השתוקקות וואס דאס פארשאפט אזא תענוג שמחה ונחת פאר קוב"ה. אבער, מיטדעם אלעם, און נאכדעם אלעם, דארף מען געדענקען און זיין קלאר איין זאך: "אלע פלענער זענען נאר ביז'ן אנרירן דער קלאמקע פונעם טיר נאכ'ן אהיימקומען פון ביהמ"ד יו"ט אויפדערנאכט", די רגע מ'קומט אהיים, זענען אלע פלענער אריבער צום רבוש"ע, און וויאזוי ס'פירט זיך איז גוט און פיין. אז ס'טרעפט זיך מיט דיינע פלענער אינדערמיט וואס דו האסט געמאכט פאר יו"ט, איז דאך זיכער גוט, איז אז נישט איז דאך גאר גוט. און אייגענטליך דאס דארף ליגן אין דיינע פלענער, אז די פלענער גופא איז נאר אקטועל פאר ביז יו"ט, און די רגע וואס ס'קומט יו"ט איז אלעס אויס - בטל ומבוטל!

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג אפריל 18, 2019 12:41 pm

אילו זכינו האט געשריבן:מתוך דרשת הכנה לפסח של הגרי"א קרישעווסקי שליט"א:

זיכער דארף מען מאכן א הכנה צום סדר נאכט, און אייגענטליך נאר דאס איז וואס מ'דארף טון, כמבואר בספרים הק' אז מלאכים וואלטן אויך געקענט טון מצוות, אבער נישט די הכנה, און השתוקקות וואס דאס פארשאפט אזא תענוג שמחה ונחת פאר קוב"ה. אבער, מיטדעם אלעם, און נאכדעם אלעם, דארף מען געדענקען און זיין קלאר איין זאך: "אלע פלענער זענען נאר ביז'ן אנרירן דער קלאמקע פונעם טיר נאכ'ן אהיימקומען פון ביהמ"ד יו"ט אויפדערנאכט", די רגע מ'קומט אהיים, זענען אלע פלענער אריבער צום רבוש"ע, און וויאזוי ס'פירט זיך איז גוט און פיין. אז ס'טרעפט זיך מיט דיינע פלענער אינדערמיט וואס דו האסט געמאכט פאר יו"ט, איז דאך זיכער גוט, איז אז נישט איז דאך גאר גוט. און אייגענטליך דאס דארף ליגן אין דיינע פלענער, אז די פלענער גופא איז נאר אקטועל פאר ביז יו"ט, און די רגע וואס ס'קומט יו"ט איז אלעס אויס - בטל ומבוטל!

מורא'דיג. והשם הטוב יעזור על דבר כבוד שמו
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אורה ושמחה וששון
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 4:27 pm

ליל הסדר-התחדשות כמו שנולד מחדש- כוחות לעשות המצות בחשק,שמחה וחיות דקדושה

תגובהדורך אורה ושמחה וששון » דאנארשטאג אפריל 18, 2019 3:27 pm

מהרה"צ ר' שמשון דוד פינקוס זצ"ל ב"ר חיים אברהם
נלב"ע י"ב ניסן תשס"א


ליל הסדר – אז רוב נסים הפלאת
ביז אהער האבן מיר גערעדט בעיקר פון דעם חודש ניסן בכלליות. אבער די שפיץ פונעם חודש איז דער ליל הסדר, דאס איז דאך באמת די שענסטע נאכט פון יאר, אלעס טוט זיך אין די נאכט, עס איז א נאכט פון נסים.
איידער א קינד ווערט געבוירן לערנט מען אים אויס כל התורה כולה, דערנאך פארגעסט ער אלעס. פארוואס לערנט מען אים אויס כל התורה כולה? בדרך פשטות איז, וויבאלד די תורה הקדושה איז דאך רייד פון השי"ת אליין, דערפאר כדי זיך אויסצולערנען די מורא'דיגע רייד מוז קומען א מלאך רוחני און אריינבאקן די תורה אין אים, און נאר אזוי וועט די צווייטע מאל שוין זיין פול לייכטער (עי' נועם אלימלך ליקוטי שושנה ד"ה משוך).

אויב זאל א קינד ארויסקומען אויף די וועלט ווי א רויע קארטאפל, וואלט ער נישט געקענט פארנעמען תורה. אבער אז אליהו הנביא זאל זיצן מיט אים און אויסלערנען די גאנצע תורה, ווערט עס איינגעקריצט אין זיין נשמה און אין זיין מח, כאטש ער פארגעסט אלעס אבער א רושם פון תורה בלייבט, דאס איז א רישומא דקדושה וואס בלייבט אנגעזאפט אין אים, הערשט דאן קען ער צוריקגיין צו וואס ער האט שוין געלערנט. אין די נאכט פון פסח וואס איז די לידה פון עם ישראל, פאסירט אויך דער נס אז השי"ת בעצמו איז זיך מטפל מיט יעדן איד און לייגט אריין פולע געהויבענע מעלות נשגבות. דאס הייבט זיך אן ביים זמן פון קידוש היום דהיינו קדש, און אזוי ווייטער ביז נרצה. די מעלה נשגבה פון נרצה באדייט אז השי"ת איז מרוצה מיט יעדן איד. דאס איז א דבר ידוע אז די גרעסטע מדריגה פון די גאנצע מציאות איז "לרצון לפני ה'", אז השי"ת כביכול איז נתרצה אליו, דאס איז די גרעסטע מדריגה וואס קען נאר זיין, און דאס איז דער נס פון ליל הסדר!-

ארבע כוסות - דם
ארבע כוסות איז די יין המשמח, עס גיבט לעבעדיגקייט און חיות אזויווי בלוט פאר א מענטש. דאס הייסט א מענטש קען עסן מצה, אנטון תפילין ציצית ומזוזה, אבער אלעס ווערט געטון ווי א טויטע פגר, אן קיין שום לעבן און גייסט, די לערנען איז טויט, די שופר איז טויט אלעס איז טויט. קומט די ארבע כוסות און בלאזט אריין לעבן, די מצוות זאלן זיין מיט א רצון און שמחה, די תורה זאל זיין מיט א חשק און חיות, עס זאל לעבן אויף אלע באקן ווי א "בן איש חי" (ש"ב כג כ). די לעבעדיגקייט, חשק און שמחה וואס די ארבע כוסות גיסן אריין בלייבט אויף א גאנץ יאר. און דאס איז בעצם גאנץ אידישקייט, ווייל אידישקייט איז דאך לעבעדיגקייט, לעבן מיט רבש"ע, לעבן מיט די תורה, שמחה און צופרידנקייט בה' ובתורתו.

איבערדעם וועט איר באמערקן, אז די מצות ווערט געגעסן בלויז איינמאל ביי מוציא מצה און פארטיג, ווייל דורך איין מאל עסן באקומט מען שוין די מציאות און געשטעל. אבער די ארבע כוסות ווערן געטרונקען פיר מאל דורכאויס די נאכט. חוץ מזה איז ארבע כוסות בכלל נישט פון די סימני הסדר, מען רעכנט אויס קדש ורחץ כרפס וכו', אבער ארבע כוסות ווערט נישט אויסגערעכנט. דאס איז וויבאלד די עצמיות און געשטעל פון א מענטש בלייבט אלעמאל די זעלבע, אבער די ארבע כוסות די לעבעדיגקייט און חשק דארף אריינגיין ביי יעדע פרט פונעם סדר, סיי אין קידוש סיי ביים זאגן די הגדה סיי ביי ברכת המזון צי הלל, אלעס זאל לעבן. דאס מוז מען איבערגיין פון אנהויב סדר ביז די ענדע.

ארבע כוסות איז לויט קדמונים מרמז אויף "מוחין דאמא". אנדערש ווי א טאטע וואס לערנט אויס אמונה אדער אידישקייט, לערנט די מאמע אויס דעם קינד חכמת החיים ווי אזוי צו לעבן. די מצה גיבט אונז אידישקייט, און ארבע כוסות גיבט אונז לעבעדיגקייט.

מהרה"צ ר' שמשון דוד פינקוס זצ"ל ב"ר חיים אברהם
נלב"ע י"ב ניסן תשס"א

אורה ושמחה וששון
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 4:27 pm

תגובהדורך אורה ושמחה וששון » דאנארשטאג אפריל 18, 2019 3:37 pm

אורה ושמחה וששון האט געשריבן:זל״ק פין תפארת שלמה פ׳ ואתחנן, כל איש הרוצה לגשת אל התורה והעבודה...אל ישמע לדבר היצה״ר המסיתו ומקרר חמימות תשקתו, להראות לו אז גודל שפלתו, מי אתה? אתה מלא פשע ועוון..״אך האדם צריך להשליך אז בשעת עבודה כל השפלות והעצבות״ כמו שאמרו אין ״מעבירין״ על המצוות, רוצה לומר אין להזכיר העבירות בשעת קיום המצוות, ויעשה המצוה ״בחשק נמרץ״, ועת לכל חפץ לתקן בפעם אחרת הפגמים שלו, ולא עתה בשעת העבודה...

מדארף שטארק בעיון לערנען אין אריינ-נעמען, אריינבאקען אין זיך יעדעס ווארט


עוד בענין זה מספה״ק תפארת שלמה

החג הזה נקרא פסח מלשון דילוג ופסיחה. שהקב״ה מעביר על מדותיו ואיננו מסתכל על כובד הפשעים ומעללים רעים של בני ישראל, ומעביר עיניו מראות ברע כדי לקבל מעשיהם ברצון ולעורר הרחמים וחסדים


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט