הפטורות שבתות ר"ח אב וער"ח אלול תשס"ח

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

הפטורות שבתות ר"ח אב וער"ח אלול תשס"ח

תגובהדורך ביקסאד » פרייטאג אוגוסט 01, 2008 5:18 pm

וואס פאר א הפטרה זאגט מען ביי ענק אין בית המדרש, אי"ה נאך שבת וועלן מיר מרחיב זיין את הדיבור, צו וויסן וואס צו טוהן אין דרייצן יאהר ארום אז משיח וועט ח"ו נישט קומען ביז דעמאלט, און אז ער וועט יא קומען קאן עס נאך אויס פאלן פריער, נו זאל מען כאטשיג האבען א פתחון פה צו וויסן במה דברים אמורים מאי דקאמרי רבנן פון וואס די גרויסע שמועסן.
לעצט פאראכטן דורך ביקסאד אום דאנארשטאג אוגוסט 28, 2008 1:55 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ועמך כולם צדיקים

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » פרייטאג אוגוסט 01, 2008 5:24 pm

דא איז דא א שמועס צו מען זינגט די מסעות.
http://ladaat.net/forum/index.php?topic=22850.0
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש אוגוסט 02, 2008 11:42 pm

ביז חזק האב איך נישט געהערט פון דעם פראבלעם מיט די הפטורות, למעשה האט מען ביי אונז געזאגט די שבת ר"ח'דיגע (אזוי קוקט מען אויס אז דער גבאי איז דער שיינער איד ועל פיו ישק).

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מוצ"ש אוגוסט 02, 2008 11:49 pm

ביקסאד האט געשריבן:דא איז דא א שמועס צו מען זינגט די מסעות.
http://ladaat.net/forum/index.php?topic=22850.0


אויף יענעם סייט ברענגט ער פון איינעם הרב משה יהודה רוזנווסר געשריבען און ענגליש.
בתוך הדברים שרייבט ער
Nevertheless, to my knowledge, nobody except the Yekkes sings the degalim
איך ווייס נישט פון וויא ער נעמט אזוי זאך.
איך האב געליינט 40 יאהר און פארשידענע בתי מדרשים. ביים אויווארער רב ז"ל, ביי ר' משה וואלף מייזליש און מאנסי, א תקופה פלעג איך ליינען אלטס א פארטרעטער און באבוב און מאנסי. און יעצט הער איך דער בעל קורא ביי ר' יחואל באבד שליט"א.
מעהאט אלטס געזינגען דער ועל צבא ביי די דגלים
the SCY is the limit

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג אוגוסט 03, 2008 12:42 am

ביינונז האט מען אויך געזאגט בפטורת שבת ר"ח, דאכט זיך אז אין די פוסקים שטייט אז דארט וואו עס איז נישט דא קיין מנהג קבוע זאל מען זאגן די ר"ח'דיגע

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג אוגוסט 03, 2008 1:06 am

ביינונז איז פארגעקומען א שטיקל דין ודברים פארן ליינען, אבער דער גבאי האט אויפן באפעל פונעם שיינעם איד אויסגערויפן אז מען זאגט די ר"ח הפטורה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוגוסט 03, 2008 1:53 pm

כ'האב געזעהן שרייבן בשם דעם פאיע רב שליט"א, אז בשנת תש"י איז ער געווען אינאיינעם מיט רביה"ק מסאטמאר זצ"ל ווען עס איז אזוי געפאלן אז שב"ק מסעי איז געווען ר"ח אב, שרייבט ער איז דער רבי האט געזאגט די הפטורה פון 'שמעי' וועלכע איז די מסעי הפטורה אבער ער געדענקט נישט צו דער רבי האט צוגעלייגט די צוויי פסוקים פון ר"ח והיה מדי שבת בשבתו וגו'.

עס איז מיר בכלל אינטערעסאנט פארוואס דאס איז געווארן א רבישע שאלה און נישט קיין הלכה'דיגע שאלה, אין שו"ע איז דאך געווענליך פארהאן הלכות אויף דעם, ווי זענען די מקורות איבער די אויסשטלונג?

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג אוגוסט 03, 2008 6:00 pm

רב מיללער,
עס איז טאקע א חידוש אז אין שו"ע אדער די נושאי כלים רעדט מען נישט דערפון
דער מקור איז או"ח סימן תכ"ח סעיף ח'
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוגוסט 03, 2008 7:11 pm

וואס שטייט דארט אין שו"ע? ר' שמחה

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג אוגוסט 03, 2008 7:51 pm

מי"ז בתמוז ואילך מפטירין ג' דפורענותא, ז' דנחמתא תרתי דתיובתא ג' דפורענותא דברי ירמיה שמעו דבר ה' חזון ישעיהו

דאס איז עס!
זה הוא

גארנישט אין די נושאי כלים
the SCY is the limit

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אוגוסט 03, 2008 8:06 pm

ר' שמחה, ס'איז נישטא קיין רמ''א וועגן דעם?

אויסערדעם דארף צו זיין א חת''ם סופר און א גר''א ערגעץ וואו.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » זונטאג אוגוסט 03, 2008 9:17 pm

ר' שמחה נישט אזוי שארף,

הרמ"א בהגהותיו לשו"ע או"ח סימן תכ"ה סעיף א, וז"ל בתוך דבריו: ראש חודש אב שחל להיות בשבת מפטירין שמעו (אבודרהם ומרדכי פ' בני העיר ומנהגים) וי"א השמים כסאי וכן עיקר במקום שאין מנהג (ת"ה סימן י"ט ומנהגי מהרא"ק), זאגט דער טו"ז וז"ל כי יש בה תרתי, און דער מגן אברהם ברענגט צו דעם לבוש וואס שרייבט וכן נהגו בפוזנא, און אזוי אויך דער חת"ס שרייבט וכן נוהגים, דאקעגען דער שערי תשובה ברענגט דעם דגול מרבבה וואס שרייבט ובפראג המנהג להפטיר שמעו עיין אליה רבה סימן תקמ"ט, און אזוי אויך אין ביאור הגר"א איז דא א אריכות הדברים שלא כדרכו און בתו"ד ז"ל: אבל האמת יורה דרכו דהעיקר כסברא הראשונה וכו'.
לעצט פאראכטן דורך ביקסאד אום זונטאג אוגוסט 03, 2008 11:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג אוגוסט 03, 2008 9:33 pm

ביסט גערעכט ביקסאד כ'האב פארגעסען
[וויי איז אז מען חזר'ט נישט אין מעפארלאזט זיך אויפען זכרון]
the SCY is the limit

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » זונטאג אוגוסט 03, 2008 10:31 pm

ביי אונז און שוהל, (ווי עס איז געווען אפאר רבנים [אדמו"ר/אבדק"ק], אסאך דיינים)האט דער שמש אויסגערופן
אז מען זאגט דעם ראש חודש'דיגע.
יא, עס איז געווען א סאטמערע ביהמ"ד, סאו, מיללער די מעשה וואס דו פארציילסט דא איז מורא'דיג אינטערעסאנט.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 04, 2008 7:58 am

מיללער האט געשריבן:כ'האב געזעהן שרייבן בשם דעם פאיע רב שליט"א, אז בשנת תש"י איז ער געווען אינאיינעם מיט רביה"ק מסאטמאר זצ"ל ווען עס איז אזוי געפאלן אז שב"ק מסעי איז געווען ר"ח אב, שרייבט ער איז דער רבי האט געזאגט די הפטורה פון 'שמעי' וועלכע איז די מסעי הפטורה אבער ער געדענקט נישט צו דער רבי האט צוגעלייגט די צוויי פסוקים פון ר"ח והיה מדי שבת בשבתו וגו'.

עס איז דא וואס זאגן אז אין תשל"ד האט דער רבי אנדערש גע'פסק'נט, און ביידע קענען זיין אמת, צוליעב כמה סיבות ואכמ"ל.
מיללער האט געשריבן:עס איז מיר בכלל אינטערעסאנט פארוואס דאס איז געווארן א רבישע שאלה און נישט קיין הלכה'דיגע שאלה, אין שו"ע איז דאך געווענליך פארהאן הלכות אויף דעם, ווי זענען די מקורות איבער די אויסשטלונג?

הרב מיללער
וואס פאלט דיר איין אז עס איז א רבי'שע שאלה?
עס אויסדרוקליך א הלכה'דיגע שאלה, און צוליעב דעם ווילן אידן וויסן ווי אזוי דער רבי האט גע'פסק'נט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 04, 2008 10:15 am

יישר-כח הרב מביקסאד על העתקת המקורות.

דרך אגב,
קוק וואס דער פארשלאפענער רב שרייבט, קען זיין אז דאס איז דיין תירוץ.

פארשלאפן,
איך זעה דייקא יא א מקום להאריך אויב איז דאס פארבינדען מיט הלכה, יעצט אז דער ביקסאדער רב האט אראפגעברענגט די מקורות איז מיר דער עסק שוין מער פארשטענדליך.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מאנטאג אוגוסט 04, 2008 4:17 pm

פאר דריי יאר צוריק איז ארויסגעקומען א קול קורא פון צענדעליגע רבנים איבער די נושא.

מיללער, דאכט זיך מיר אז דו רעדסט פון ר' משה מאיר בריעף'ס בריעף (בריוו), איא?
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 04, 2008 4:45 pm

אלעקס,

איך ווייס נישט פון קיין בריוו פון דעם איבראנער רב ר' משה מאיר, אדרבא תציין מר פון וואס דער מדובר איז.

פון וועלכע רבנים איז געווען דער קול קורא, און וואס האבן זיי געפסקנט?

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג אוגוסט 04, 2008 9:11 pm

פרעגט דעם בעל ההפטורות ובעל כסא של אליהו ר' וואלוויש ווייסהויז.
ועמך כולם צדיקים

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2008 2:02 am

צוריק ארויף געברענגט דעם געהענגעל צום אויבערפלאך [ווי אויך געטוישט דעם נאמען פון די קעפל] צוליב די בעפאר שטייענדע וואך, צו מען לייגט צו א טייל פון די הפטרה פון מחר חודש צו די קביעות'דיגע פון די שבעה דנחמתא.

זאל יעדער שרייבן אוואו מען פירט זיך ביי זיי אויב מעגליך מיט מקורות, מנאי ומנן יתפרשו, להגדיל תורה ולהאדירה.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 28, 2008 2:43 pm

איך האב עס נאכנישט געלייענט, אבער אין די נייע קובץ 'אור ישראל' האב איך געזעהן אז איינער שרייבט דערוועגן, ווער עס האט דעם קובץ הנ"ל ווערט מכובד עס אריינצוסקענען.

ביקסאדער,
וואס זענען די מראי-מקומות צו די וואכעדיגע שאלה? איך זאל מיך קענען פארקוקען צום שיעור.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:10 am

די מראי מקומות דארף מען צו פארלאנגען אויסדריקליך פון די גבאים = אחראים פון אוצר הספרים.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוגוסט 31, 2008 12:22 am

ביי אונז אין שוהל האט דער רב אויסגעשריגן "עניה סוערה" (פאר מיר האב איך צוגעלייגט די ערשטע און לעצטע פסוקים פון מחר חודש).

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אוגוסט 31, 2008 11:03 am

אינטערעסאנט אז ביי אונז אין שול האבן די גבאים יעדן געלאזט זאגן וואס עס געפעלט, אנדערש ווי ביי אנדערע זאכן ווי זיי טיילן געווענליך יא איין.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג אוגוסט 31, 2008 11:36 am

פארשלאפן ;l;p- פארן אויסלאז.

קרעמער, ביינונז האט מען אויך געזאגט עני-ה סוערה, פון וואו נעמסטו די פסוקים עדישען?


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט