ווינדאוס Windows 10 - 10

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9976
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך יולי 29, 2015 4:36 pm

קיקיון האט געשריבן:איז דא אן אופן אויף דעם נייעם בראוזער EDGE אז עס זאל זיך עפענען צי אן אייגענעם HOME PAGE
אדער לכה"פ א ליידיגען סקרין?
אדער בין איך טאטאל אנגעוויזען אויף קראום?

עס איז דא אזא אפציע אין די סעטטינגס.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

תגובהדורך לחיים טובים ולשלום » מיטוואך יולי 29, 2015 4:37 pm

קען איינער שוין מעיד זיין אז עס לוינט זיך צו אפגרעדין?

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » מיטוואך יולי 29, 2015 4:54 pm

היינט געקריגן. קוקט אויס פיין מער ווייניגער.
Microsoft Edge זעט אויס צו זיין גאנץ בא'טעם'ט סאו פאר
די icons אינעם taskbar זענען אביסל קליין אבער כ'וועל זיך מסדר זיין דערמיט.
איין פראבלעם באמערקט, אין skype ארבעט נישט די ctrl+F
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9976
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך יולי 29, 2015 9:40 pm

בנימין הלוי האט געשריבן:די icons אינעם taskbar זענען אביסל קליין אבער כ'וועל זיך מסדר זיין דערמיט.

אינטערסאנט וואס דו זאגסט, איך שרייב דא יעצט מיט דער צענער און די טעסק-באר אייקאנס זענען פונקט וויאזוי זיי פלעגן אייביג זיין.
ביסט זיכער אז האסט נישט בטעות געטוישט (אדער סתם אזוי קוק דארט צו עס איז דא א טשעק) דער סעטטינג ביי טעסק-באר פראפעטיס (רייט קליק אויפן טעסקבאר און דריק פראפעטיס צוצוקונען דערצו) ביי Use small taskbar buttens?

Taskbar_and_Start_Menu_Properties_2015-07-29_21-39-21.png
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9976
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

וויאזוי צוריקצולייגן הייבערנעיט

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך יולי 29, 2015 9:50 pm

איין זאך וואס האט מיר געפעלט קומענדיג פון ווינדאוס 7 צו 10, דאס איז דער הייבערנעיט אפציע ביי די פאוער אפציעס. אבער א זוך האט מיר געוויזן אז עס איז פשוט צוריקצולייגן, אט איז אנווייזונגען:

-גייט צו פאוער אפשענס (זוכט Power Options אין דער סטארט).
-אויבן ביי דער לינקע זייט דריקט Choose what the power buttons do.
-דארט אינטן איז דא א טשעק-באקס פאר הייבערנעיט, לייגט צו א טשעק און דריקט סעיוו טשעינדזשעס.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך יולי 29, 2015 10:06 pm

Screenshot 2015-07-29 21.59.27.png

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9976
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך יולי 29, 2015 10:09 pm

קיקיון האט געשריבן:
Screenshot 2015-07-29 21.59.27.png

"זוכט" מיינעך סערטש... דריק סטארט און טייפ אריין Power Options וועט עס זיין דער ערשטער אין די רעזולטאטן.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך יולי 29, 2015 11:36 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
Screenshot 2015-07-29 21.59.27.png

"זוכט" מיינעך סערטש... דריק סטארט און טייפ אריין Power Options וועט עס זיין דער ערשטער אין די רעזולטאטן.

כ'האב פארברענגט א היפשע פאר מינוט סערטשינדיג דעם סערטש באקס ביז עס איז מיר איינגעפאלען אריינקלאפען אן א קעסטיל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג יולי 30, 2015 9:20 am

Screenshot 2015-07-30 09.06.02.gif

ערגיץ אנדערש זענען אידישע אותיות נישט קיין פראבלעם
איז עס אפשר א קראום פראבלעם ?

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דאנארשטאג יולי 30, 2015 11:40 am

פאר מען הייבט אן צו אפגרעידען דארף מען מאכען זיכער אז די סיסטעם לאוקעל איז אנגעשטעלט אויף עינגליש אויב נישט עס טוישען און ריסטארטען ווייל אז נישט למשל אויב מען האט היברו וועט ער אינסטאלען היברו ווינדאוס און ער גייט נאר לאזען סעיווען די פיילס נישט אויפגרעידען אזוי ווי עס שטייט און גייט ווייל מען קען נאר מאכען א פול אפגרעיט אויב מען אינסטאלט די זעלבע שפראך

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1205
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » דאנארשטאג יולי 30, 2015 12:25 pm

איך האב געאפגרעיד מיין לעפטאפ נעכטן נאכט צו ווינדאוס 10, אבער נאכדעם האט עס געהאלטן אין איין ריסטארטן. נאכן אריינסיינען און ווארטן אפאר סעקונדעס, האב איך באקומען א בלויע סקרין מיט א ערראר, און ס׳האט אויטאמאטיש ריסטארטעד.

אין מיין פארלוירנקייט, האב איך גלייך נאכן אריינסיינען גע׳רייט קליקט אויפן דעסקטאפ און געדרוקט אויף configure switchable graphics, איך האב [פארשטייט זיך] נישט געהאט קיין אנונג וואס מ׳טוט דארט, האב איך עס צוגעמאכט. אבער פון דעמאלטס פארט אלעס געהעריג, ס׳האט אויפגעהערט צו ריסטארטן.

#וויילאיךווילעטסזאלטסוויסן
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » דאנארשטאג יולי 30, 2015 12:37 pm

די פידבעק אפשן קוקט אויס זייער פיין. שיין צעטיילט אין קאטעגאריעס און מ'קען פידבעקן און upvote'ן אנדערע פידבעק

שיין שיין
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג יולי 30, 2015 4:34 pm

דע חברה זענען שוין געווען ביי מיר..... זיי זאגן זיי זענען רעדי ווען איך בין.....

יוי וויי איז דאס שווער... ווי געזעגענט מען זיך פון אזא אלטע שותף... וויי אויף דיר נעבעך אינטערנעט עקספלארער... וויפיל האבעך זיך מיט דיר געמוטשעט.. זיך ג'עקשנ'ט אין נישט אויפגעגעבן... וויפיל האבן די גוטע פריינד מיינע פראובירט מיט אלע כוחות אריינצווארפן צווישען אונז א רוגזה... צוזאם גערעדט לשון הרע... אבער אונז ווייסן מיר דאך, אז דו האסט פראבירט די בעסטע..... טאקע געקראכט יעדע מאנטאג און דאנערשטאג, דורכגעלאזט אלע שווארץ יאר.... אבער מיר ווייסן אז דו ביסט נישט געווען שולדיג.... וואס האט מען געקענט טאן אז דיינע בויער האבן דיך געבויט שוואך......

איי איי אלטע ווינדואס.... ווינדאויס 3.0 ... אזא נאנטשאפט... קיינמאל גארנישט געטאן אליין... אלעס געדארפט זאגן ברחל בתך... אריינקלאפען מיט די הענט..... איי וויפיל היי סקוארס אויף "קין".... אלע לעוועלס גענדיגט.... ווינדאויס 95 ..... 98..... איי וואס האט מיט ענק געטאן... איי וויפיל האט עטס געקראכט און געמאכט אנדערע קראכען .... איי די בלויע סקרין... ווי מען האט צוזאמען געליטן נעבעך......

ווינדאויס XP אההה..... וויפיל האט מען זיך צו דיר געפרייט.... נעבעך נעבעך וואס מיר דיר איז געווארן.... מיר זענען געצווינגען געווארן זיך צו צוטיילן, די שדכן אונזערע האט געזאגט ער וויל מען נישט די צוזאמשטעל....

ווינדאויס 7... אוי אוי אוי אוי אוי אוי.... ווי וויי וויי...... ווי מען דיר באזינגען אין די גאסן!! ווי עס איז געווען יו"ט ווען דו האסט זיך באוויזן, און יעצט.... גארנישט נעבעך. א סוף ווי אלע...... וויי וויי וויי

און יעצט איז געקומען די צייט צו ענדיגען מיינע ווערטער.... לאנג לאנג וועל איך נאך זיך בענקען נאך דיר.... יעדע נייע זאך, וואס כ'וועל זיכען ווי האבן זיי עס היצט געשטעלט, וועל איך טראכטען פון דיר..... "דארט איז דאך עס געווען אזוי-און-אזוי... וואס איז געווען שלעכט"?......

און כ'ווייס עס וועט קומען א צייט וואס כ'וועל דיר פארגעסן..... זיי מיר מוחל...... געדענק די גוטע צייטן וואס מיר האבן געהאט אינאיינעם...... וויפיל איך האב זיך אויף דיר גערעגט... וויפיל מאל כ'האב דיר טראגיש, אפגעהאקט די חיות.... פלעין ווייל מיין געדולד איז מיר אויסגלאפן.....

וויפיל מאל האבעך דיך נעבעך אויסגעוואשן ווי א פאר זאקן מיטן שוידערליכען אנטי וויירוס.... געריסן לעבעדיגע שטיקער...... איי איי איי, וויפיל מאל האב איך נעבעך געטשעפעט די רעדזשעסטריס... צו דו האסט געוואלט צו נישט, און אויב ביסטו געווען ברוגז און נישט ראגירט האבך געמאכט א סיסטעם ריסטאר.... אוטש... ס'האט געביסן.....

זיי מיר מוחל.......... כליפ... כליפ.... און ווען דו קומט אהין..... אין גארביטש.. דארט צווישן די אנדערע סיסטעמען..... זאג זיי אז אלעס גייט אן.... זיי זיי מודיע אז מיר מוטשענען זיך נאך אלס מיט געיטס'ענס משוגעתן...

עניוועי, כ'ברויך ענדיגן, ווייל מיינע אויגן זענען פייכט.... און מיין מאשין איז נישט וואדערפראוף..... האטס מיר און זייטס מיר....
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג יולי 30, 2015 4:35 pm

;l;p-

271 פינטעלעך איז גאנץ אסאך

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9976
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג יולי 30, 2015 4:36 pm

שרייטס אלע ח ח ח ח חי חי חילי!! אוי ביסטו גוט, אזא הספד טרערן פון נאסטאלאגיע גיסן זיך...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דאנארשטאג יולי 30, 2015 4:53 pm

יואל שווארטץ האט געשריבן:איך האב געאפגרעיד מיין לעפטאפ נעכטן נאכט צו ווינדאוס 10, אבער נאכדעם האט עס געהאלטן אין איין ריסטארטן. נאכן אריינסיינען און ווארטן אפאר סעקונדעס, האב איך באקומען א בלויע סקרין מיט א ערראר, און ס׳האט אויטאמאטיש ריסטארטעד.

אין מיין פארלוירנקייט, האב איך גלייך נאכן אריינסיינען גע׳רייט קליקט אויפן דעסקטאפ און געדרוקט אויף configure switchable graphics, איך האב [פארשטייט זיך] נישט געהאט קיין אנונג וואס מ׳טוט דארט, האב איך עס צוגעמאכט. אבער פון דעמאלטס פארט אלעס געהעריג, ס׳האט אויפגעהערט צו ריסטארטן.

#וויילאיךווילעטסזאלטסוויסן

לויט ווי איך פארשטיי נוצטו צוויי גרעפיקס איינס האט מן הסתם נישט קיין גוטע דרייווער אויב דארפסטו נוצען יענע גרעפיקס קארד וועסטו דארפען זוכען א גוטע דרייווער

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » דאנארשטאג יולי 30, 2015 4:55 pm

חילי, אזאנע שעהנע הספד אראפ געלייגט, נישט געבליבען א טריקן אויג.

איין זאך זיי מיר מסביר פארוואס האסטו נישט מספיד געווען 'וויסטע', ווייל ער איז אינג אוועקגעריסען איז וואס?

(כ'טראכט יעצט אז אפשר האסטו עהם גארנישט געקענט).

כליפ כליפ כליפ.
משנכנס אדר מרבים בשמחה

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1205
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » דאנארשטאג יולי 30, 2015 5:01 pm

משנה מקום האט געשריבן:
יואל שווארטץ האט געשריבן:איך האב געאפגרעיד מיין לעפטאפ נעכטן נאכט צו ווינדאוס 10, אבער נאכדעם האט עס געהאלטן אין איין ריסטארטן. נאכן אריינסיינען און ווארטן אפאר סעקונדעס, האב איך באקומען א בלויע סקרין מיט א ערראר, און ס׳האט אויטאמאטיש ריסטארטעד.

אין מיין פארלוירנקייט, האב איך גלייך נאכן אריינסיינען גע׳רייט קליקט אויפן דעסקטאפ און געדרוקט אויף configure switchable graphics, איך האב [פארשטייט זיך] נישט געהאט קיין אנונג וואס מ׳טוט דארט, האב איך עס צוגעמאכט. אבער פון דעמאלטס פארט אלעס געהעריג, ס׳האט אויפגעהערט צו ריסטארטן.

#וויילאיךווילעטסזאלטסוויסן

לויט ווי איך פארשטיי נוצטו צוויי גרעפיקס איינס האט מן הסתם נישט קיין גוטע דרייווער אויב דארפסטו נוצען יענע גרעפיקס קארד וועסטו דארפען זוכען א גוטע דרייווער

איך האב עס פלעין געעפנט און גלייך צוגעמאכט. כ'האב גארנישט געטוישט.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג יולי 30, 2015 5:18 pm

יאפין האט געשריבן:חילי, אזאנע שעהנע הספד אראפ געלייגט, נישט געבליבען א טריקן אויג.

איין זאך זיי מיר מסביר פארוואס האסטו נישט מספיד געווען 'וויסטע', ווייל ער איז אינג אוועקגעריסען איז וואס?

(כ'טראכט יעצט אז אפשר האסטו עהם גארנישט געקענט).

כליפ כליפ כליפ.

נישט געהאט ב"ה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9976
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג יולי 30, 2015 10:03 pm

קיקיון האט געשריבן:
די אטעטשמענט Screenshot 2015-07-30 09.06.02.gif געפינט זיך מער נישט.

ערגיץ אנדערש זענען אידישע אותיות נישט קיין פראבלעם
איז עס אפשר א קראום פראבלעם ?

יעצט אינסטאלירט קראום אין ווינדאוס 10 און איך האב נישט דער פראבלעם, מען זעט נארמאל די אידישע אותיות:

Hebrew Characters.png
Hebrew Characters.png (10.06 KiB) געזעהן 1522 מאל
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג יולי 30, 2015 10:08 pm

probably a bad system font, resetting to default may solve this

or check the system locale

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג יולי 30, 2015 10:55 pm

מומחה עצום האט געשריבן:probably a bad system font, resetting to default may solve this

or check the system locale

YOU COULD HAVE WRITTEN THAT IN РОССИЯ

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9976
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג יולי 30, 2015 11:01 pm

קיקיון האט געשריבן:
מומחה עצום האט געשריבן:probably a bad system font, resetting to default may solve this

or check the system locale

YOU COULD HAVE WRITTEN THAT IN РОССИЯ

קיקיון קום אין אישי.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
נישט סתם
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2015 4:52 pm

באג אין פייל עקספלודער אין ווינדאוס 10

תגובהדורך נישט סתם » פרייטאג יולי 31, 2015 1:22 am

איך האב היינט מיטאג אפגרעיטעט צו די נייע ווינדאוס 10, סהאט מיר געקאסט א האלבע שעה, און עס ארבעט גאנץ פיין, היפש אפאר זאכן ארבעטן אפילו שנעלער ווי די ווינדאוס 8.1 וואס איך האב געהאט.
אבער צוויי מעידזשער באגס וואס איך האב שוין אנגעיאגט צו טרעפן איז די פייל עקספלוידער, עס קען אסאך מאל קראכן אין ריסטארטן, און אז די סטארט סקרין לאזט זיך אויסציען און אויף צוריק גייט עס שוין נישט...
גראדע האב איך באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך, אז עס איז דא אן אפציע צוריקצוגיין צו ווינדאוס 8.1 אויב מ'איז נישט צופרידן, אבער עס גייט ארבעטן נאר פון א חודש נאכן אפגרעיטן...


Capture.PNG

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג יולי 31, 2015 9:19 am

קיקיון האט געשריבן:בילד
ערגיץ אנדערש זענען אידישע אותיות נישט קיין פראבלעם
איז עס אפשר א קראום פראבלעם ?

נישט ווינדדאוס נור קראום
Untitled2.gif


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט