בלאט 3 פון 59

געשריבן: דאנארשטאג מאי 12, 2011 2:58 pm
דורך באמבאסטיש
דריק קאנטראל שיפט + די אכטער (*), און זאג וואס דו זעהסט (אויב מעגליך שטעל ארויף א פרינט סקרין)

געשריבן: דאנארשטאג מאי 12, 2011 3:23 pm
דורך hyper
איך ווייס נישט אויב ס'איז דא א עקסטערע אשכול פארדעם אבער אזוי ווי מיין שאלה האט אויך אין זיך ווארד פרעג איך עס דא

איך האלט אינמיטן מאכן א מעיל מערדש און ווארד פון עקסעל און איך באמערק אז ביי לאנגע סענטענסעס בלייבט עס שטיין אינמיטן די סענטענס ביז איך האב געטראפן אז א מעיל מערדש פארנעמט נישט מער ווי 256 קערעקטערס א פיעלד

האב איך געזען אז סאיז דא איין עצה אריבערצולייגן אלע קערעקטערס וואס איז מער פון 256

סוי וויל איך וויסן א פארמעלע איו עקסעל וואס וועט מיר אריבערלייגן אלע קערעקטערס מער פון 256 פון קאלום A צו קאלום B

חוץ אויב איינער וויסט אן אנדערע עצה וואס קען העלפן וואלט עס זייער צוניצגעקומען

תודה למפרע

געשריבן: דאנארשטאג מאי 12, 2011 4:24 pm
דורך למעלה משבעים
מיינסט די תשובה אויף די שאלה דא וועט דיר העלפן?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 12, 2011 5:40 pm
דורך hyper
איך האב מיך דערמאנט אז מקען מאכן א פשוטע text to colums און אנצייכענען א ברעיק ביי 256 אויתיות און סהאט געארבעט

שכוח למעלה עניוועי פארן נעמן די מי אבער סהאט נישט געארבעט

דיפאלט און ווארד

געשריבן: דאנארשטאג יוני 16, 2011 12:15 pm
דורך hyper
איך האב לעצטענס א פראבלעים אז איך האב בטעות געטוישט די דיפאלטס און ווארד,
און עס טוישט זיך נישט צוריק אפילו נאכן סעיוון די דאקיומענטס דיפאלטס וויאזוי איך שטעל עס אהן

עני עצה פליז העלפ

געשריבן: דאנארשטאג יוני 16, 2011 12:16 pm
דורך ווער בין איך?
וואס הייסט די דיפאלטס? געב א משל.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 16, 2011 12:20 pm
דורך hyper
אז ווען איך עפן א נייע דאקיומענט זאל עס זיין אנגעשטעלט פון זיך אליין פון לינקס אויף רעכטס, אינדענט ספעיסינג,פאנט סייז, און טייפ,א.ד.ג.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 16, 2011 12:26 pm
דורך ווער בין איך?
גיי דא
C:\Documents and Settings\********yourname*******\Application Data\Microsoft\Templates
און מעק אויס די פייל
Normal.dot
און מאך אויף ווארד נאכאמאל.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 16, 2011 12:34 pm
דורך hyper
wow
א גרויסן שכוח מר. ווער בין איך ס'האט געארבעט פיין
איך גלייב עס וועט נאך צוניצקומען פאר אנדערע

געשריבן: דאנארשטאג יוני 16, 2011 12:48 pm
דורך משה פאלאפל
וואס פעהלט אויס צו מעקן? פארוואס נישט טוישן די סעטטינגס אין normal.dot זעלבסט?

געשריבן: מיטוואך יוני 29, 2011 10:21 am
דורך mitzva man
אונזער ישיבה וויל ארויסגעבן א קונטרס מיט חדושי תורה. מיר ווילן דער ציטוט פון די גמרא זאל זיין אין איין קאלום, און די חידוש זאל זיין אין צוויי.
די אותיות זענען שוין פונאנדערגטיילט, דהיינו די גמרא איז BOLD און די חדו"ת איז נארמאל.
איז דא א שנעלע וועג דאס צו טוהן?

געשריבן: מיטוואך יוני 29, 2011 11:25 am
דורך ווינקל
mitzva man האט געשריבן:אונזער ישיבה וויל ארויסגעבן א קונטרס מיט חדושי תורה. מיר ווילן דער ציטוט פון די גמרא זאל זיין אין איין קאלום, און די חידוש זאל זיין אין צוויי.
די אותיות זענען שוין פונאנדערגטיילט, דהיינו די גמרא איז BOLD און די חדו"ת איז נארמאל.
איז דא א שנעלע וועג דאס צו טוהן?

סעלעקט די חלק וואס דו ווילסט ס'זאל זיין צוויי קאלומס און גיי צו קאלמס און שטעל עס אן אויף צוויי קאלומס.

געשריבן: מיטוואך יוני 29, 2011 4:00 pm
דורך thefact
ווינקל האט געשריבן:
mitzva man האט געשריבן:אונזער ישיבה וויל ארויסגעבן א קונטרס מיט חדושי תורה. מיר ווילן דער ציטוט פון די גמרא זאל זיין אין איין קאלום, און די חידוש זאל זיין אין צוויי.
די אותיות זענען שוין פונאנדערגטיילט, דהיינו די גמרא איז BOLD און די חדו"ת איז נארמאל.
איז דא א שנעלע וועג דאס צו טוהן?

סעלעקט די חלק וואס דו ווילסט ס'זאל זיין צוויי קאלומס און גיי צו קאלמס און שטעל עס אן אויף צוויי קאלומס.

מ'קען זיך טאקע רוב מאל אן עצה געבן מיט ווינקל'ס וועג אבער פאר א גליון איז געווענליך די בעסטע צו גיין מיט לינקד טעקסט באקסעס

געשריבן: מיטוואך יוני 29, 2011 4:16 pm
דורך mitzva man
ווינקלס עצה איז ניט פראקטיש ווען עס רעדט זיך פון א קונטרס/ספר פון עטליכע הונדרעט עמודים, כמה וכמה שטיקלאך תורה. איך וויל ניט דארפן גיין צו יעדע שטיקל באזונדער און סעלקטן מאכן צוויי קאלומס. איך וואלט געוואלט מאכן א סעלקט אל מיט די זעלבע פארמאט (אצינד BOLD), און פארמאטירן בלויז יענע חלקים.

געשריבן: מיטוואך יוני 29, 2011 4:56 pm
דורך איזעי
און דו האסט פרובירט עס צו טון און עס איז נישט געגאנגען?

אפשר קען מען טאקע מאכן סעלעקט אלל אוו די סעים פארמאט, און זיי אלע פארמאטן צוזאמען?

אויב מען קען נישט האב איך נישט קיין עצה, אויסער צו פארמאטן יעדע באזונדער.

און די פאקט האט ווארשיינליך פארגעסן וואס א טעקסט באקס אין ווארד מיינט (מיט רעספעקט צו וואטער קאמפיוטער'ס....)

געשריבן: מיטוואך יוני 29, 2011 5:42 pm
דורך וואדקע
אויב איך טייפ א דאקומענט אויף יודיש און איך וויל צווישען די ווערטער אריינשווערצען א ענגלישע ווארט ווערט מיר די גאנצע קאלום פארדרייט, וויאזוי איז די ריכטיגע וועג עס צו מאכן?

געשריבן: מיטוואך יוני 29, 2011 5:58 pm
דורך ווער בין איך?
אויב איז די סעטטינגס אנגעשטעלט אויף רייט טו לעפט דארף זיך עס נישט צו פארדרייען.

געשריבן: מיטוואך יוני 29, 2011 6:18 pm
דורך וואדקע
עס איז אזוי אנגעשטעלט און ער איז דער זעלבער מחוצף

געשריבן: מיטוואך יוני 29, 2011 6:28 pm
דורך איזעי
פאר חוצפה איז נאר דא איין עצה! גיב אים א גוטן פראסק!!

צום ענין, עס איז א גרויסע חידוש, און איך ווייס נישט קיין עצה פון אויסנווייניג, אפשר פרובירסטו נאכן אפשרייבן דעם גאנצן שורה אדער פאראגראף, נאכאמאל צו סעלעקטן די שורה און עס פארמאטן פון לינקס אויף רעכטס, אדער וועלכע פארמאט דו ווילסט עס זאל זיין

געשריבן: מאנטאג יולי 04, 2011 5:03 pm
דורך וואדקע
איזעי!
ווען איך סעלעקט נאכאמאך די פארגראף דאן ארבייט ער פיין, די חידוש איז אז די סעטינג פון די דאקומענט איז רעכטס אויף לינקס און דאך ווען איך קליק אויף די סעטינגס פון א פארגראף איז עס לינקס אויף רעכטס און איך דארף עס טוישן ביי יעדע פאראדראף באזונדער

געשריבן: מאנטאג יולי 04, 2011 10:00 pm
דורך איזעי
לאמיר פרובירן צו פארשטיין,

ווען דו גייסט צום סוף פון א פאראגראף און דו דרוקסט ענטער וואס פאסירט?
וואס פאסירט אינמיטן דעם נעקסטן פאראגראף ווען דו דרוקסט CAPS און דו טייפסט אן ענגלישן ווארט?

האסטו אמאל פרובירט צו מאכן סעלעקט אלל, און אנשטעלן פון רעכטס אויף לינקס?

צו האסטו ברעיק'ס (סיי וועלכע) אינמיטן דעם דאקומענט?

געשריבן: מאנטאג יולי 04, 2011 10:13 pm
דורך וואדקע
ווען איך דרוק ענטער ווערט נאך א ליין ספענסינג

ווען איך דרוק קעפס אימיטען א פאראגראף אין פאנג אן טייפן ווערט די סדר המילים אינגאנצן פארדרייט

סעלעקעט אלל האב איך היינט פרובירט און אויב איך געדענק גוט האט עס געארבייט (אויב איך געדענק נישט גוט האט עס נישט געארבייט)

איך האב נישט קיין ברעיקס

געשריבן: מאנטאג יולי 04, 2011 11:01 pm
דורך איזעי
איך האב נישט גענוי פארשטאנען אויב דו ווילסט קענסטו מיר קאנטאקטן אויף א פ"ה
אבער איך מיין אז למעלה אדער סאדע באטל וועלן דיר קענען בעסער העלפן (עס איז דא נאך ניק'ס וואס איך געדענק נישט יעצט אויף די רגע, ואתם הסליחה)

געשריבן: מיטוואך יולי 06, 2011 11:53 pm
דורך thefact
איזעי האט געשריבן:און דו האסט פרובירט עס צו טון און עס איז נישט געגאנגען?

אפשר קען מען טאקע מאכן סעלעקט אלל אוו די סעים פארמאט, און זיי אלע פארמאטן צוזאמען?

אויב מען קען נישט האב איך נישט קיין עצה, אויסער צו פארמאטן יעדע באזונדער.

און די פאקט האט ווארשיינליך פארגעסן וואס א טעקסט באקס אין ווארד מיינט (מיט רעספעקט צו וואטער קאמפיוטער'ס....)

איזעי איר קענט מיר אפשר זאגן וואס הייסט א לינקד טעקסט באקס אין ווארד?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 07, 2011 4:22 pm
דורך איזעי
אז מען מאכט איין טעקסט באקס און מען לייגט אריין טעקסט, און מען מאכט נאך א טעקסט באקס, און מען לינקט די ערשטע צו די צווייטע, אז די טעקסט וואס האט נישט קיין פלאץ אין די ערשטע זאל אויטאמאטיש אריינלויפן אין די צווייטע.

א טעקסט באקס אין ווארד טאנצט ארום, און עס שטייט נישט אויף איין פלאץ, עס איז זייער שווער עס צו נוצן אויף א גרעסערע זאך, עס איז גוט אויף א קלייניגקייט.