אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

וועלכער פסוק רעדט צו דיר דאס מערסטע? - ערקלער וועלכע ווערטער?

א
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
ב
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
ג
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
ד
6
18%
ה
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
ו
2
6%
ז
12
35%
ח
3
9%
ט
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
י
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
יא
9
26%
יב
2
6%
 
סך הכול שטימען: 34

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך חסדי אבות » דאנארשטאג מאי 21, 2020 4:45 pm

אויסגאנג פון די פאריגע קאפיטל:
viewtopic.php?f=5&t=42534

די וואך וועלן מיר גיין צו קאפיטל ב:

א לָמָּה, רָגְשׁוּ גוֹיִם; וּלְאֻמִּים, יֶהְגּוּ-רִיק.
ב יִתְיַצְּבוּ, מַלְכֵי-אֶרֶץ-- וְרוֹזְנִים נוֹסְדוּ-יָחַד, עַל-ה', וְעַל-מְשִׁיחוֹ.
ג נְנַתְּקָה, אֶת-מוֹסְרוֹתֵימוֹ; וְנַשְׁלִיכָה מִמֶּנּוּ עֲבֹתֵימוֹ.
ד יוֹשֵׁב בַּשָּׁמַיִם יִשְׂחָק: אֲדֹנָי, יִלְעַג-לָמוֹ.
ה אָז יְדַבֵּר אֵלֵימוֹ בְאַפּוֹ; וּבַחֲרוֹנוֹ יְבַהֲלֵמוֹ.
ו וַאֲנִי, נָסַכְתִּי מַלְכִּי: עַל-צִיּוֹן, הַר-קָדְשִׁי.
ז אֲסַפְּרָה, אֶל-חֹק: ה', אָמַר אֵלַי בְּנִי אַתָּה--אֲנִי, הַיּוֹם יְלִדְתִּיךָ.
ח שְׁאַל מִמֶּנִּי--וְאֶתְּנָה גוֹיִם, נַחֲלָתֶךָ; וַאֲחֻזָּתְךָ, אַפְסֵי-אָרֶץ.
ט תְּרֹעֵם, בְּשֵׁבֶט בַּרְזֶל: כִּכְלִי יוֹצֵר תְּנַפְּצֵם.
י וְעַתָּה, מְלָכִים הַשְׂכִּילוּ; הִוָּסְרוּ, שֹׁפְטֵי אָרֶץ.
יא עִבְדוּ אֶת-ה' בְּיִרְאָה; וְגִילוּ, בִּרְעָדָה.
יב נַשְּׁקוּ-בַר, פֶּן-יֶאֱנַף וְתֹאבְדוּ דֶרֶךְ-- כִּי-יִבְעַר כִּמְעַט אַפּוֹ, אַשְׁרֵי, כָּל-חוֹסֵי בוֹ.


וועלכער פסוק ברענגט ארויס דאס מערסטע נקודות למחשבה און פתיחת הלב ביי דיר?
לעצט פאראכטן דורך חסדי אבות אום דאנארשטאג מאי 21, 2020 6:50 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1549
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג מאי 21, 2020 4:48 pm

הממ, זייער שווער צו דעסיידן.

עס וויל זיך זאגן א'
עס וויל זיך זאגן ד'
עס וויל זיך זאגן ו'
עס וויל זיך זאגן ז'
עס וויל זיך זאגן י'
עס וויל זיך זאגן י"א
און עס וויל זיך זאגן אלע אנדערע אויך.

אלע פסוקים שניידט אין די ביינער (און גלעט אין דער הארץ) אויב מען איז זיך מתבונן וואס דא שטייט. אבער אז מען בעט איינס, זאל זיין איינס, אינימינימיינימאו...

(מיין נישט ח"ו צו טשעפן, נאר אריין ברענגן א ביסל חיות אין א אשכול פון אזא געשמאקע ענין)
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

התבונני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך התבונני » דאנארשטאג מאי 21, 2020 6:31 pm

התבונני האט געשריבן:
חסדי אבות האט געשריבן:
התבונני האט געשריבן:זייטיגע הערה: אויב מעגליך נישט צו לייגן דעם שם הוי"ה במילואו

וואו זעסטו דא דעם שם הוי"ה? - איך זעה נאר ה'...

יעצט קומסטו אן ???
מען האט דאס פארראכטן נאך די תגובה (איך האב גאר געמיינט אז דו האסט דאס פארראכטן - קוק נאך פון דו האסט גענומען דעם קאפיטל)

בועז
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך בועז » דאנארשטאג מאי 21, 2020 7:07 pm

עבדו א ה' ביראה וגילו ברעדה. מוראדיג מוראדיג.

קלמן יאסעלע
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: בלומען טאפ

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך קלמן יאסעלע » דאנארשטאג מאי 21, 2020 7:09 pm

בד"וו מען זאגט נאך פון צדיקים אז אין דעם געבורטסטאג האט א מענטש א כח זיך אויסצובעטן אלעס גוטס היום ילידתיך-שאל ממני ואתנה!
אויך געזען אמאל אין ספר בן יהוידע פונעם בן איש חי אויף מס' ברכות אז מ'פירט זיך צו מאכן א סעודה ביום הלדת!
נישט ממש באותו ענין אבער פארט אינטרעסאנט..
שטייט'ס אויף, שטייט'ס אויף, לעבודת הבורא!

אסדר לסעודתא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5657
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מאי 21, 2020 7:14 pm

קלמן יאסעלע האט געשריבן:בד"וו מען זאגט נאך פון צדיקים אז אין דעם געבורטסטאג האט א מענטש א כח זיך אויסצובעטן אלעס גוטס היום ילידתיך-שאל ממני ואתנה!
אויך געזען אמאל אין ספר בן יהוידע פונעם בן איש חי אויף מס' ברכות אז מ'פירט זיך צו מאכן א סעודה ביום הלדת!
נישט ממש באותו ענין אבער פארט אינטרעסאנט..

די פשוט'ע פשט אין פסוק איז נאך אסאך בעסער. איך האב טאקע געוועלט פאר ז'.
מענטשליכע לעבנס זענען וויכטיג, ווייסע ווי שווארצע - ווען זיי פירן זיך אויף ווי מענטשן

קלמן יאסעלע
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: בלומען טאפ

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך קלמן יאסעלע » דאנארשטאג מאי 21, 2020 7:16 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
קלמן יאסעלע האט געשריבן:בד"וו מען זאגט נאך פון צדיקים אז אין דעם געבורטסטאג האט א מענטש א כח זיך אויסצובעטן אלעס גוטס היום ילידתיך-שאל ממני ואתנה!
אויך געזען אמאל אין ספר בן יהוידע פונעם בן איש חי אויף מס' ברכות אז מ'פירט זיך צו מאכן א סעודה ביום הלדת!
נישט ממש באותו ענין אבער פארט אינטרעסאנט..

די פשוט'ע פשט אין פסוק איז נאך אסאך בעסער. איך האב טאקע געוועלט פאר ז'.

פארט אינטרעסאנט..
שטייט'ס אויף, שטייט'ס אויף, לעבודת הבורא!

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך חסדי אבות » פרייטאג מאי 22, 2020 2:01 pm

התבונני האט געשריבן:
התבונני האט געשריבן:
חסדי אבות האט געשריבן:
התבונני האט געשריבן:זייטיגע הערה: אויב מעגליך נישט צו לייגן דעם שם הוי"ה במילואו

וואו זעסטו דא דעם שם הוי"ה? - איך זעה נאר ה'...

יעצט קומסטו אן ???
מען האט דאס פארראכטן נאך די תגובה (איך האב גאר געמיינט אז דו האסט דאס פארראכטן - קוק נאך פון דו האסט גענומען דעם קאפיטל)


יישר כח, שוין פארראכטן.

התבונני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך התבונני » פרייטאג מאי 22, 2020 3:05 pm

געוועלט פאר פסוק ד'

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1549
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך זארג נישט » פרייטאג מאי 22, 2020 3:11 pm

התבונני האט געשריבן:געוועלט פאר פסוק ד'

אזוי ווי מיר.

ווען משיח וועט קומען, אוי וועט זיין א שחוק, אז ימלא שחוק פינו ולשונני רנה.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1222
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך ממה נפשך » פרייטאג מאי 22, 2020 3:16 pm

געוואלדיגע געדאנק, ס'נעמט מחשבה!

איין הערה: די גרויסע אותיות, פינטלעך און דעש'ס נעמט אביסל ארויס די ווארעמקייט צו וואס מ'איז צוגעוואוינט ווען מ'זאגט תהלים פון אינעווייניג.

אפשר איז מעגליך צו לייגן א PDF פונעם קאפיטל אינעווייניג אין א תהלים זיך צו קענען מצמצם זיין מיט אביסל ערנסקייט זיצנדיג אויפן געוועב...
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך חסדי אבות » זונטאג מאי 24, 2020 4:21 pm

איך בין שוקל צי מען זאל מאכן פארמאכטע אנקעטעס, אז דער עולם זאל נישט קענען זען די רעזולטאטן, ביז ווען עס קומט ארויס יעדע וואך, אזוי אז מען זאל נישט נאכוועלן איינער דעם אנדערן.

וואס זאגט דער עולם?

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג מאי 24, 2020 8:17 pm

גוטע געדאנק, פאריגע אנקעטע בין איך געווען אן איינציגער שטימע אויף מיין פסוק, קוק איך דא נעכטן כ'דארף מאכן עטוואס סענס, זעה איך דערווייל האט מיין פסוק נישט קיין שטימען

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2198
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג מאי 24, 2020 10:42 pm

ס'וואלט געווען א געוואלדיגע זאך אויב מעגליך צוצילייגן דעם אידישן באדייט פון יעדע פסוק, אזוי שטימט זיך גרינגער
לעצט פאראכטן דורך נו גוט נו שוין אום זונטאג מאי 24, 2020 10:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

נשמת השכל
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך נשמת השכל » זונטאג מאי 24, 2020 10:46 pm

זארג נישט האט געשריבן:
התבונני האט געשריבן:געוועלט פאר פסוק ד'

אזוי ווי מיר.

ווען משיח וועט קומען, אוי וועט זיין א שחוק, אז ימלא שחוק פינו ולשונני רנה.

נע... אין הימל לאכט מען שוין! דאס איז דאך דער פשוטער פשט.

נ.ב. אויך געוועלט פאר דעם פסוק.
א מצוה טוט מען - נישט כדי צו שפירן גוט, און פון א עבירה היט מען זיך - נישט כדי נישט צו שפירן שלעכט....

deinchaver
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 01, 2020 4:23 pm

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך deinchaver » זונטאג מאי 24, 2020 10:51 pm

געוועלט ח
אה... די רבונו של עולם קוקט אראפ פון גאר הויעך, און זאגט פאר'ן קליינע מענטשעלע וועלכע איז א שוואכע זאך, און ער זאגט מיט ליבשאפט:
מיין קינד, שאל ממני, בעט מיר, איך וויל הערן ווי דו בעטסט, איך ענדזשוי דיין קול, דיינע ווערטער האט ביי מיר א ספיציעלע חן.... דו בעט נאר און איך וועל דיר שוין געבן....

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך חסדי אבות » מאנטאג מאי 25, 2020 8:56 pm

אסאך גוטע פסוקים דא.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דינסטאג מאי 26, 2020 1:34 pm

שוין בין איך נישט אן איינצעלנע שטימע האמיר געקענט וועלן:
ד' איז גאר שטארק, אן אימרה קורץ און שארף
ז' בלאזט דאך אריין א שטיק התחזקות. יעדער טאג איז דער היום ילדתיך!
יא' צוויי יסודות עמוקים עבודה ביראה און גילו ברעדה, חומר למחשבה
יב' נשקו בר; באהעפט אייך צי וואס ס'איז אויסגעקליבן פון אייבערשטן, פן יאנף; השם, ותאבדו דרך כי יבער כמעט אפו; אזוי ווי ס'שטייט ודרך רשעים תאבד, דארף מען ציטערן מען זאל נישט פארלוירן גיין כהרף עין, אשרי כל חוסי בו; צום סוף נאך אלע שוועריגקייטן, איז וואויל פאר די וואס האבן זיך פארזיכערט אינעם אייבערשטן!

דער "אשרי כל חוסי בו" האט מיר איבערגעוויגען.
(ס'דא נאך אסאך פשטים אויף די פסוק, מעתיק געווען וואס ס'איז מיר צום הארצן)

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1549
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך זארג נישט » דינסטאג מאי 26, 2020 2:33 pm

ווי שוין געשריבן האביך געוועלט פסוק ד', אבער פאר דער חלק וואס רעדט בפרטיות צו יעדן איד וואלט איך געוועלט פסוק ז' צוליב די ווערטער פון ה' אמר אלי "בני אתה"!
לעצט פאראכטן דורך זארג נישט אום דינסטאג מאי 26, 2020 3:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך שלמה מולכו » דינסטאג מאי 26, 2020 3:12 pm

געוועלט ז׳, דער אויבערשטער זאגט מיר בני אתה!

אריינטראכנדיג איז מיר אריין א מחשבה אין די אני היום ילידתיך,
אז די אויבערשטער זאגט פארן איד, בני אתה, די ביסט מיין קינד! נישט קיין חילוק ווי אזוי די קוקסט אויס, בלייבסטו מיינס,
ווייל אני היום ילידתך, די אויבערשטער איז מחדש די בריאה יעדע רגע, ממילא איז גערעכנט ווי די ביסט יעצט פריש געבוירן.
אויב זעסטו אין מיין תגובה סיי וועלכע, טשעפע, פליק, אדער אויסדרוק, וואס קען וויי טוען א צווייטן, זאלסטו וויסן אז אדער דו האסט נישט פארשטאנען וואס איך זאג, אדער האב איך נישט געוואוסט אז איינער גייט ווערן וויי געטוען פון מיינע ווערטער.

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך חסדי אבות » מיטוואך מאי 27, 2020 3:42 pm

די וואך איז דא ווייניגער צייט צו וועלן, מפני קדושת החג המתקרב ובא.

די וואלן וועלן זיך פארשפארן ביז עטליכע שעה, און מיר וועלן מפרסם זיין די תוצאות ביז אפאר שעה.

גלייכצייטיג וועט געעפנט ווערן די נייע וואלן פאר קאפיטל ג', שוין היינט.

כאפט אריין צו וועלן, איידער עס איז שוין שפעט.

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: אנקעטע - תהלים ב# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך חסדי אבות » מיטוואך מאי 27, 2020 5:37 pm

אויסגאנג פון די וואלן - תהלים ב#

דער געוואונער איז פסוק ז'

אֲסַפְּרָה, אֶל-חֹק: ה', אָמַר אֵלַי בְּנִי אַתָּה--אֲנִי, הַיּוֹם יְלִדְתִּיךָ:
איך וועל דערציילן לויט די געזעץ (לויט ווי אזוי עס איז טאקע געווען): דער אויבערשטער האט געזאגט צו מיר, "דו ביסט מיין זוהן - איך האב דיר היינט געבוירן":


דער פסוק האט אנגעצויגן עלעוו שטימען - 33%


..............
דער צווייטער געוואונער איז פסוק יא

עִבְדוּ אֶת-ה' בְּיִרְאָה; וְגִילוּ, בִּרְעָדָה:
דינט דעם אויבערשטן מיט פארכט, און פריידט ענק מיט א ציטער:


[center]דער פסוק האט אנגעצויגן ניין שטימען - 27%

דאן איז אריינגעקומען אויפן סדר;
פסוק ד' (6 שטימען, 18%)
פסוק ח' (3 שטימען - 9%)
פסוק ו' (2 שטימען - 6%)
פסוק יב (2 שטימען - 6%)

...
פסוקים וועלכע האבן נישט אנגעצויגן קיין שטימען:
א - ב - ג - ה - ט - י


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט