טייטשן לפי הלשון המדוברת

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

פליטת פה
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 03, 2012 11:33 pm

טייטשן לפי הלשון המדוברת

תגובהדורך פליטת פה » זונטאג אפריל 22, 2012 11:17 pm

דעם געהענגעל איז געשטעלט פאר די פראקטישע לערנערס די וואס ווילען לערנען ללמוד על מנת לעשות

עס איז שוין דא אזא געהענגעל ?
ניין ! נישט אויף דעם אופן. ביטע נישט פארפאטשקען דעם פלאטץ מיט מילי דשטותא - וויל עס איז ביטול תורה' והזמן

ובזה יצאתי הבדיחתא לפני הלימוד-
צום פינטעל

די קרבנות
1) איל א ווידער- ווי אזוי הייסט דאס אויף ענגליש ווי אויך א בילד ביטע ווער ס'האט ?

2) ואת הפדר (ויקרא א ) וואס איז טייטש - און א בילד ווער סהאט ( ווי אויך א מקור אז סאיז ריכטיג )

3) וקרבו - און די געדערעם - כולל וואס ( בילד פון געדערם פון בהמה ביטע )

4)הכשבים ענגליש ? בילד ?

5) עזים ענגליש ? בילד ?
אויב איר וועט זיך נאר לאזען לערנען.. יא! אפילו ביי די זיבען און זעכציג.. עס איז נישט שפעט..

אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

תגובהדורך מר. קליען » זונטאג אפריל 22, 2012 11:35 pm

פרעג נתן דוב
מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?

שוטה
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » זונטאג אפריל 22, 2012 11:50 pm

טו סטעי אר טו גאו?
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

תגובהדורך לכל זמן » מאנטאג אפריל 23, 2012 12:38 am

פליטת פה האט געשריבן:דעם געהענגעל איז געשטעלט פאר די פראקטישע לערנערס די וואס ווילען לערנען ללמוד על מנת לעשות

לעשות..?! קליקו..?!
פליטת פה האט געשריבן:1) איל א ווידער- ווי אזוי הייסט דאס אויף ענגליש ווי אויך א בילד ביטע ווער ס'האט ?

Ram
bighorn_sheep_ram.jpg
bighorn_sheep_ram.jpg (20.19 KiB) געזעהן 1686 מאל

פליטת פה האט געשריבן:2) ואת הפדר (ויקרא א ) וואס איז טייטש - און א בילד ווער סהאט ( ווי אויך א מקור אז סאיז ריכטיג )

איז פעטנס, fat בלע"ז. (געקענט זען 'לייוו' אין אסאך אידישע שטיבער דעם פסח, אין פארעם פון שמאלץ)
פליטת פה האט געשריבן:3) וקרבו - און די געדערעם - כולל וואס ( בילד פון געדערם פון בהמה ביטע )

ברענג נישט קיין בילד ביטע...
פליטת פה האט געשריבן:4)הכשבים ענגליש ? בילד ?

Lamb
lamb.jpg

פליטת פה האט געשריבן:5) עזים ענגליש ? בילד ?

Goat
170148000111222083414.jpg
עת לקרות | ועת לתגוב

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » מאנטאג אפריל 23, 2012 12:42 am

פדר איז suet
קוק דא
http://en.wikipedia.org/wiki/Suet

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2651
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג אפריל 23, 2012 12:53 pm

ריח ניחוח לה' - א פייער אפפער פארן אויבערשטער, וואס איז דאס אפפער?

בריתי - בונד. פרעג א קינד צו ווייסט ער וואס דאס איז א 'בונד'.

אחוזת קבר - א ארבעטסטייל פאר א קבר. ארבעטסטייל אזוי האט מיין רבי געטייטש

והיה המחנה הנשר 'לפליטה' - צו אנטרינען. כשמו כן הוא 'אנטרינען'...

מרוח אשך - אין מרוח אשך. דאס האט מיין רבי'ס קיינמאהל געטייטשט, אבער אלעמאהל איז געוועהן א יונגעל וואס פלעגט פרעגן וואס דאס איז, אין יעדער מלמד האט געגעבען דעם זעלבן ענפער "נאך א סארט מום".

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג אפריל 23, 2012 1:17 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:ריח ניחוח לה' - א פייער אפפער פארן אויבערשטער, וואס איז דאס אפפער?

אשה לה' האט מען געטייטש'ט, פייער אפפער פארן אייבערשטער.
אפפער איז טייטש א קרבן, ובלע"ז an offering

פייער אפפער = א קרבן פון פייער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג אפריל 23, 2012 1:24 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:אחוזת קבר - א ארבעטסטייל פאר א קבר. ארבעטסטייל אזוי האט מיין רבי געטייטש

ארבעטטייל אין דייטש הייסט א לשון פון ירושה, אדער לעגעסי, דאס הייסט עפעס וואס בלייבט איבער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

תגובהדורך לכל זמן » מאנטאג אפריל 23, 2012 1:28 pm

עס איז 'ארבטייל'
מרוח אשך פלעגן מיינע רבי'ס זאגן איז שוין מער נישט שייך היינטיגע צייטן...
עת לקרות | ועת לתגוב

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2651
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג אפריל 23, 2012 3:28 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:ריח ניחוח לה' - א פייער אפפער פארן אויבערשטער, וואס איז דאס אפפער?

אשה לה' האט מען געטייטש'ט, פייער אפפער פארן אייבערשטער.
אפפער איז טייטש א קרבן, ובלע"ז an offering

פייער אפפער = א קרבן פון פייער.


כוונתי איז נישט פשט אז היינט צו טאג ווייס איך נישט פשט הדברים, נאר אז ס'קען אדורך גיין איין יאר און נאך יאר, א קינד גייט פון איין כתה אין נאך א כתה, אין זאגט טייטש ווערטער ווי א טעיפ ריקארדער אן וויסען וואס ער רעט.

כ'האב אמאל געפרעגט א דרייצען יעריגע בחור, פארוואס פאסט מען שבעה עשר בתמוז. זאגט ער מיט זיכערקייט וואס הייסט די רוימים האבען באלאגערט ירושלים. פרעג איך איהם וואס מיינט דאס אין וואס איז אזוי שלעכט דערפון אין ווי לאנג האט מען באלאגערט? ענפערט ער די רומים האבען באלאגערט פון י"ז תמוז ביז תשעב באב וואס דעמאלס האט מען פארברענט רח"ל די ביהמ"ק. וואס מיינט באלאגערט ארום גענומען, אבער וואס דאס איז האט ער נאך אריין טראכטען נישט אנגעהויבען צו וויסען מציאות הדברים.

זאג איך איהם: בלאגערט מיינט ארום גענומען, אז די רומישע סאלדאטען נעמט ארום ירושלים, וואס איז מוקף חומה, מיינט עס אז קיינער קען נישט אריין אין קיינער קען נישט ארויס, אין ירושלים ווקסט נישט גארנישט, איז צוביסלעך ווערט ווייניגער אין ווייניגער עסן, אלע טוירען פון ירושלים ווערט געהיטען פון דורך די רומישע סאלדאטען, די רוימים האבען האבען אנגעהויבען ארום צו נעמען ירושלים דאס האט אנגעהאלטן דריי יאר, תשעה באב פון דער דריטע יאר האט זיי חרוב געמאכט די ביהמ"ק.

דאס מיינט באלגערט בקיצור. קינדער האבען דאס נישט ארויס, נאר י"ז תמוז נעמט מען ארויס דאס ווארט "באלאגערט" פון ווערטער בוך, מחזר'ט דאס איבער אן וויסענדיק וואס מ'וויל אזוי שטארק פון דעם ווארט, אין פארוואס דער ווארט "באלאגערט" איז אזא שלעכטע ווארט.

יש דברים בגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2012 8:42 pm

תגובהדורך יש דברים בגו » מאנטאג אפריל 23, 2012 8:36 pm

ונלענ"ד אז א די גרעסערע העלפט פון טייטש ווערטער, ובכללם די ווערטער וואס די מלמדים נעמן אן פאר א דבר. פשוט אז די קינדער ווייסן וואס דאס מיינט, איז באמת פאר רוב קינדער אזוי פארשטענדליך ווי טשייני"ז אויב מען מסביר'ט עס נישט, אנגעהויבן פון בראשית ביז לעיני כל ישראל.
נאר וואס דען? די טאטעס זענען צופרידן ווייל זייערע מלמדים האבן גענוי די זעלבע טייטש געניצט און זיי זאגן גארנישט פאר'ן מלמד, איז די מלמד זיכער צופרידן.
איי גיוו פול קרעדיט פאר ר.י.ח. ווייס פון קרית יואל פאר'ן פארשטיין די געברויכן פונ'ם היימישן ציבור און ער איז מסביר אין מאמע לשון יעדעס ווארט וואס דאכט זיך אים נאר אז מיט הסבר וועלן די קינדער בעסער פארשטיין.
אדרבה מאך אויף א חומש'ל און פאנג אן ציילן וויפיל ווערטער - אפילו נישט די גאר מאדנע - ווערט באנוצט אין טעגליכן געשפרעך געבנדיג דערביי א געלגענהייט פאר די קינדער עס צו פארשטיין

גיי פאר דיינעט וועגן
אין די פלוין פון ממרא
און זיי האבן געפאשעטאין די וויזע

ואכמ"ל 

אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

תגובהדורך לכל זמן » מאנטאג אפריל 23, 2012 9:12 pm

יש דברים בגו האט געשריבן:ונלענ"ד אז א די גרעסערע העלפט פון טייטש ווערטער, ובכללם די ווערטער וואס די מלמדים נעמן אן פאר א דבר. פשוט אז די קינדער ווייסן וואס דאס מיינט, איז באמת פאר רוב קינדער אזוי פארשטענדליך ווי טשייני"ז אויב מען מסביר'ט עס נישט, אנגעהויבן פון בראשית ביז לעיני כל ישראל.
נאר וואס דען? די טאטעס זענען צופרידן ווייל זייערע מלמדים האבן גענוי די זעלבע טייטש געניצט און זיי זאגן גארנישט פאר'ן מלמד, איז די מלמד זיכער צופרידן.
איי גיוו פול קרעדיט פאר ר.י.ח. ווייס פון קרית יואל פאר'ן פארשטיין די געברויכן פונ'ם היימישן ציבור און ער איז מסביר אין מאמע לשון יעדעס ווארט וואס דאכט זיך אים נאר אז מיט הסבר וועלן די קינדער בעסער פארשטיין.
אדרבה מאך אויף א חומש'ל און פאנג אן ציילן וויפיל ווערטער - אפילו נישט די גאר מאדנע - ווערט באנוצט אין טעגליכן געשפרעך געבנדיג דערביי א געלגענהייט פאר די קינדער עס צו פארשטיין

גיי פאר דיינעט וועגן
אין די פלוין פון ממרא
און זיי האבן געפאשעטאין די וויזע

ואכמ"ל 

פולער נאמען?
עת לקרות | ועת לתגוב

פליטת פה
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 03, 2012 11:33 pm

תגובהדורך פליטת פה » דינסטאג אפריל 24, 2012 12:17 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:ריח ניחוח לה' - א פייער אפפער פארן אויבערשטער, וואס איז דאס אפפער?

אשה לה' האט מען געטייטש'ט, פייער אפפער פארן אייבערשטער.
אפפער איז טייטש א קרבן, ובלע"ז an offering

פייער אפפער = א קרבן פון פייער.


לכאורה איז דער טייטש - א קרבן וואס וועט גיין אויפען פייער דהיינו אז ער מיז אינזינען האבען בשעת שחיטה אז עס גייט גיין אויפען פייער ( רש" י ויקרא א ט)
אויב איר וועט זיך נאר לאזען לערנען.. יא! אפילו ביי די זיבען און זעכציג.. עס איז נישט שפעט..

פליטת פה
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 03, 2012 11:33 pm

תגובהדורך פליטת פה » דינסטאג אפריל 24, 2012 12:26 am

ישר כח לכל זמן פאר די בילדער און אפטייטש
אויב איר וועט זיך נאר לאזען לערנען.. יא! אפילו ביי די זיבען און זעכציג.. עס איז נישט שפעט..

פליטת פה
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 03, 2012 11:33 pm

תגובהדורך פליטת פה » דינסטאג אפריל 24, 2012 12:30 am

ווילוויסן האט געשריבן:פדר איז suet
קוק דא
http://en.wikipedia.org/wiki/Suet


ישר כח

יע לכאורה גערעכט -

לכל זמן האט געשריבן:

איז פעטנס, fat בלע"ז. (געקענט זען 'לייוו' אין אסאך אידישע שטיבער דעם פסח, אין פארעם פון שמאלץ)

קלאהר נישט ריכטיג.
אויב איר וועט זיך נאר לאזען לערנען.. יא! אפילו ביי די זיבען און זעכציג.. עס איז נישט שפעט..

פליטת פה
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 03, 2012 11:33 pm

תגובהדורך פליטת פה » דינסטאג אפריל 24, 2012 12:35 am

ישלהוסיף האט געשריבן:
כ'האב אמאל געפרעגט א דרייצען יעריגע בחור, פארוואס פאסט מען שבעה עשר בתמוז. זאגט ער מיט זיכערקייט וואס הייסט די רוימים האבען באלאגערט ירושלים. פרעג איך איהם וואס מיינט דאס אין וואס איז אזוי שלעכט דערפון אין ווי לאנג האט מען באלאגערט? ענפערט ער די רומים האבען באלאגערט פון י"ז תמוז ביז תשעב באב וואס דעמאלס האט מען פארברענט רח"ל די ביהמ"ק. וואס מיינט באלאגערט ארום גענומען, אבער וואס דאס איז האט ער נאך אריין טראכטען נישט אנגעהויבען צו וויסען מציאות הדברים.

זאג איך איהם: בלאגערט מיינט ארום גענומען, אז די רומישע סאלדאטען נעמט ארום ירושלים, וואס איז מוקף חומה, מיינט עס אז קיינער קען נישט אריין אין קיינער קען נישט ארויס, אין ירושלים ווקסט נישט גארנישט, איז צוביסלעך ווערט ווייניגער אין ווייניגער עסן, אלע טוירען פון ירושלים ווערט געהיטען פון דורך די רומישע סאלדאטען, די רוימים האבען האבען אנגעהויבען ארום צו נעמען ירושלים דאס האט אנגעהאלטן דריי יאר, תשעה באב פון דער דריטע יאר האט זיי חרוב געמאכט די ביהמ"ק.

דאס מיינט באלגערט בקיצור. קינדער האבען דאס נישט ארויס, נאר י"ז תמוז נעמט מען ארויס דאס ווארט "באלאגערט" פון ווערטער בוך, מחזר'ט דאס איבער אן וויסענדיק וואס מ'וויל אזוי שטארק פון דעם ווארט, אין פארוואס דער ווארט "באלאגערט" איז אזא שלעכטע ווארט.


זיי נישט באליידיגט באלאגערט צו ארום גענומען ווי אזוי די ווילסט עס רופען איז נישט געווען שבעה עשר בתמוז..

עס איז געווען עשרה בטבת.

י"ז בתמוז איז די מויער געבראכען געווארען
איר קענט אים פרעגען אפשר וואס איז דאס "מויער."
אויב איר וועט זיך נאר לאזען לערנען.. יא! אפילו ביי די זיבען און זעכציג.. עס איז נישט שפעט..

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2651
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דינסטאג אפריל 24, 2012 12:40 am

אנטשולדיק,
כ'האב פשוט געמיינט ארויס צו ברענגען א נקודה, אבער איהר זענט גערעכט כ'האב געברויכט מער נזהר זיין אין מיינע ווערטער.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אפריל 24, 2012 12:41 am

פליטת פה האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:ריח ניחוח לה' - א פייער אפפער פארן אויבערשטער, וואס איז דאס אפפער?

אשה לה' האט מען געטייטש'ט, פייער אפפער פארן אייבערשטער.
אפפער איז טייטש א קרבן, ובלע"ז an offering

פייער אפפער = א קרבן פון פייער.


לכאורה איז דער טייטש - א קרבן וואס וועט גיין אויפען פייער דהיינו אז ער מיז אינזינען האבען בשעת שחיטה אז עס גייט גיין אויפען פייער ( רש" י ויקרא א ט)

דארפסט נישט גיין אזוי טיף, א קרבן וואס מען פארברענט, איז א "פייער אפפער"
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

פליטת פה
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 03, 2012 11:33 pm

תגובהדורך פליטת פה » דינסטאג אפריל 24, 2012 12:42 am

ניין רש"י טייטשט אנדערשט
קוק "בפנים" הרש"י שציינתי

רש"י איז די ריכטיגע טייטש מדור דור
אויב איר וועט זיך נאר לאזען לערנען.. יא! אפילו ביי די זיבען און זעכציג.. עס איז נישט שפעט..

פליטת פה
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 03, 2012 11:33 pm

תגובהדורך פליטת פה » דינסטאג אפריל 24, 2012 12:44 am

ווי אזוי הייסט "יונה" אויף ענגליש בילד ביטע ?
אויב איר וועט זיך נאר לאזען לערנען.. יא! אפילו ביי די זיבען און זעכציג.. עס איז נישט שפעט..

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אפריל 24, 2012 12:46 am

פליטת פה האט געשריבן:ניין רש"י טייטשט אנדערשט
קוק "בפנים" הרש"י שציינתי

רש"י איז די ריכטיגע טייטש מדור דור

גערעכט! נישט באמערקט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

פליטת פה
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 03, 2012 11:33 pm

תגובהדורך פליטת פה » דינסטאג אפריל 24, 2012 12:48 am

היינו שבחייהו דרבנן
אויב איר וועט זיך נאר לאזען לערנען.. יא! אפילו ביי די זיבען און זעכציג.. עס איז נישט שפעט..

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » דינסטאג אפריל 24, 2012 5:16 am

פליטת פה האט געשריבן:ווי אזוי הייסט "יונה" אויף ענגליש בילד ביטע ?

א יונה איז א pigeon
א תור איז א dove
גיב עס א גוגל

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » דינסטאג אפריל 24, 2012 3:06 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:ריח ניחוח לה' - א פייער אפפער פארן אויבערשטער, וואס איז דאס אפפער?

בריתי - בונד. פרעג א קינד צו ווייסט ער וואס דאס איז א 'בונד'.

אחוזת קבר - א ארבעטסטייל פאר א קבר. ארבעטסטייל אזוי האט מיין רבי געטייטש

והיה המחנה הנשר 'לפליטה' - צו אנטרינען. כשמו כן הוא 'אנטרינען'...

מרוח אשך - אין מרוח אשך. דאס האט מיין רבי'ס קיינמאהל געטייטשט, אבער אלעמאהל איז געוועהן א יונגעל וואס פלעגט פרעגן וואס דאס איז, אין יעדער מלמד האט געגעבען דעם זעלבן ענפער "נאך א סארט מום".

דאס איז א עקסטערע נושא וואס איז שוין אויסגעשמועסט געווארן אין עטליכע אשכולות, ווי
גירסא דינקותא
נחלה - אן ארבטייל
ובעיקר אין די אשכול גרייזיגע טייטש
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

פליטת פה
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 03, 2012 11:33 pm

תגובהדורך פליטת פה » דינסטאג מאי 01, 2012 11:38 pm

"בד" די וואך אחרי עטליכע מאהל אין די סדרה.
וואס איז דאס "בד" לען
ווי אזוי איז דאס בלע"ז
אויב איר וועט זיך נאר לאזען לערנען.. יא! אפילו ביי די זיבען און זעכציג.. עס איז נישט שפעט..


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט