וויפיל טבילות טובל'ט איר זיך

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11973
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מוצ"ש דעצמבער 22, 2012 10:31 pm

עס איז לייכטער די הלכה אויב דו מאכסט נאס דיין פינגער פון פריער, און דו דרוקסט נישט צו שטארק אריין די אויער.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » דינסטאג דעצמבער 25, 2012 1:22 pm

לעצטנ'ס געזעהן אין ספר א ראיה אז מ'נעמט אהן ווי דער כסף משנה אז די טהרת הטבילה איז ברגע וואס מ'קומט ארויס פון וואסער, פון דער מגן אברהם ביי הלכות עיוה"כ אז מ'זאל זיך טובל זיין 3 מאל, אויב איז די טהרה זייענדיג אינטער'ן וואסער זאל מען טיילן די זמן וואס דער מענטש איז געווען אינטערן וואסער אויף 3 ודיו.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך דעצמבער 26, 2012 12:19 pm

זיס.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2012 3:48 am

קען זיין אז דער ענין פון דריי טבילות איז אלץ קביעת חזקה
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5568
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2012 11:32 am

יש להקשות אויף די ראי', אבער די המצאה איז שיין
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1723
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 1:54 pm

14
אזוי ברענגט דער של"ה
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 5:48 pm

לכה"פ 3

כך שמעתי בילדותי
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5329
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 6:19 pm

ביי שמעלקא איז דא א אינטערסאנטע מנהג, פרעגט מיר נישט פארוואס, ס'איז גילו אליהו ממש

ס'ווערט צוטיילט אין אפאר טבילות קודם 7, נאכדעם 4, נאכדעם נאך 4, נאכדעם 5, קומט אויס סך הכל 20.
לעצט פאראכטן דורך שמעלקא טויב אום מאנטאג דעצמבער 02, 2013 10:51 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

לורם איפסום
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 3:12 pm
לאקאציע: אין טקסט געגנט

תגובהדורך לורם איפסום » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 7:04 pm

1 אדער 3 אמאל נאך איינס

ערש"ק געווענליך 9 לויט ווי איך געדענק פון איינע פון די ספרים פון חיד"א
Lorem ipsum dolor sit amet, consectetur adipisicing elit

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1723
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 7:39 pm

ערש"ק כתב בשל"ה במס' שבת ל"ט טבילות עיי"ש

ומימי לא הקפדתי למספר מצומצם והוספתי עוד ועוד
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 8:48 pm

מיין טאטע האט מיר געזאגט אז מען טובלט זיך דריי מאהל, איך האב עם געפרעגט פין ווי ער נעמט עס? האט ער מיר געזאגט אז זיין טאטע האט עם אזוי געזאגט.

איך פרעג נישט מער!
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2013 10:10 pm

איך טובל זיך געווענליך לכה"פ פיר מאל, פארוואס? פארוואס נישט. איך ווייס אליינס נישט, איך האב זיך אזוי אויסגעשטעלט די כוונות הטבילה.....

ערב שבת האב איך געזען ערגעץ אז מען דארף זיך טובל'ן 13 מאל, איך געדענק שוין נישט וואו אבער אין א גוטן מקור.
למעשה טובל איך זיך געווענליך 14 מאל.

אויסנאמען זענען אלעמאל דא. בפרט ביי מקוואות וואס מען נעמט להוספת קדושה צ.ב. פאר די תקיעות וכדומה, דאן בין איך נישט מקפיד אויף מער ווי איין טבילה.
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:40 pm

ווארד האט געשריבן: בפרט ביי מקוואות וואס מען נעמט להוספת קדושה צ.ב. פאר די תקיעות וכדומה, דאן בין איך נישט מקפיד אויף מער ווי איין טבילה.

אין די טבילה ערב שבת ויו"ט איז להוספת וואס?
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » זונטאג דעצמבער 01, 2013 10:48 pm

ווארד האט געשריבן:איך טובל זיך געווענליך לכה"פ פיר מאל, פארוואס? פארוואס נישט. איך ווייס אליינס נישט, איך האב זיך אזוי אויסגעשטעלט די כוונות הטבילה.....

בזכרוני ששמעתי פעם ממורי ורבי מהר"א שליט"א, כמדומה בשם הדברי חיים זצוק"ל, לטבול ד' טבילות, ולכוון לה'יוד'ין של הוי' במילוי יודין.

איך נעם נישט קיין אחריות, אולי הזכרון לא עולה יפה..
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » מאנטאג דעצמבער 02, 2013 8:15 am

איך טובל מיך בערך 30 מאל. לע"נ עטליכע צדיקים וואס איך פיל א קשר מיט זיי, צי דורך לערנען אסאך זייערע ספרים, צי וויל איך געוען אויף זייער ציון.

ווי אויך טובל איך מיך פאר מיינע פרייוואטע צרכים, למשל אויב ווייס איך אז איך דארף עפעס ערלעדיגן יענע טאג, געב איך מיך א עקסטערע טובל און איך האב אינזין די הצלחה דערפון. איך האב עס געזעהן שטיין. והוא בדוק ומנוסה.

ערב שבת טובל איך זיך געווענליך 14 מאל.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5329
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג דעצמבער 02, 2013 10:51 am

שמעלקא טויב האט געשריבן:ביי שמעלקא איז דא א אינטערסאנטע מנהג, פרעגט מיר נישט פארוואס, ס'איז גילו אליהו ממש

ס'ווערט צוטיילט אין אפאר טבילות קודם 7, נאכדעם 4, נאכדעם נאך 4, נאכדעם 5, קומט אויס סך הכל 20.


א אינגערמאן באטראכט מיר אין מקוה היינט צופרי, ער ציילט אפ די טבילות, ער קומט צו: שמעלקא?????????? כ'האב געמיינט כ'קראך!

מארגן אנגעהויבן גייט מען פארדרייען דעם שטן, איינמאל קודם 4 און נאכדעם 7 און צומאל לייגן די 5 בעפאר.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מאנטאג דעצמבער 02, 2013 10:59 am

שמעלקא טויב האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:ביי שמעלקא איז דא א אינטערסאנטע מנהג, פרעגט מיר נישט פארוואס, ס'איז גילו אליהו ממש

ס'ווערט צוטיילט אין אפאר טבילות קודם 7, נאכדעם 4, נאכדעם נאך 4, נאכדעם 5, קומט אויס סך הכל 20.


א אינגערמאן באטראכט מיר אין מקוה היינט צופרי, ער ציילט אפ די טבילות, ער קומט צו: שמעלקא?????????? כ'האב געמיינט כ'קראך!

מארגן אנגעהויבן גייט מען פארדרייען דעם שטן, איינמאל קודם 4 און נאכדעם 7 און צומאל לייגן די 5 בעפאר.


שטימט נישט... מ'ווייסט דאך סייווי.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5329
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג דעצמבער 02, 2013 11:12 am

אוטש!

איז דא א וועג צו פארמעקן יענע תגובה?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4828
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג דעצמבער 02, 2013 11:34 am

אינעם ילקוט עטרת צבי ברענגט זיך אן אינטערעסאנטער ענין בנוגע כוונת המקוה, (כ'האב עס שוין לאנג נישט געזעהן דעריבער בין איך נישט מדוייק, והוא רחום יכפר וגו'), דער הייליגער עטרת צבי האט געפרעגט א סתירה; אז פונעם אריה"ק שטייט זייער שארף אויב מען איז זיך טובל אן דעם וואס מען איז מכוון כוונת המקוה, ווידער פונעם בעשה"ק שטייט אז אפילו א פשוטער טבילה במקוה איז אלעמאל כדאי? איז דער עטרת צבי מכריע, אז עכ"פ דארף מען אינזינען האבן בשעת'ן טבילה אז די מקוה זאל מטהר זיין, אן דעם העלפט נישט די טבילה. לפי"ז איז מעגליך אז ס'טויג נישט צו האבן די אלע נישט ריכטיגע כוונת (פון 4 קעגן שם הוי' וכדומה), בשעת ווען מיט כוונת המקוה האט דאס קיין שייכות און מיט אינזינען האבן אז די מקוה איז מטהר איז מען נישט עוסק, דארף מען צוקומען צו די פשוטע כוונה וואס נחוניא האט געברענגט בשם דער טוריסקער מגיד;
ז"ל המגיד הקדוש מטריסק בספרו "מגן אברהם" (לפסח ד"ה מה נשתנה):
"וכמו שידוע שהכוונה הפשוטה של הטבילה שיטבול עצמו ב' פעמים, ויכוין בטבילה הראשונה להסיר ממנו בגדים הצואים, ובטבילה שני' יכוין להמשיך עליו לבושים הקדושים"
עיי"ש באריכות
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5568
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מיטוואך דעצמבער 04, 2013 10:42 am

דער תהילים איד האט געשריבן:
ווארד האט געשריבן:איך טובל זיך געווענליך לכה"פ פיר מאל, פארוואס? פארוואס נישט. איך ווייס אליינס נישט, איך האב זיך אזוי אויסגעשטעלט די כוונות הטבילה.....

בזכרוני ששמעתי פעם ממורי ורבי מהר"א שליט"א, כמדומה בשם הדברי חיים זצוק"ל, לטבול ד' טבילות, ולכוון לה'יוד'ין של הוי' במילוי יודין.

איך נעם נישט קיין אחריות, אולי הזכרון לא עולה יפה..



שטייט אלל אווער, עס איז דא וואס זאגן אז ווען מען איז מחיוב בטבילה זאל מען זיך אפגיסן די הענט פיר מאל און אינזין האבן די כוונה, במקום מקוה, וואודערום איז דא וואס זאגן אז מען זאל זיך גיסן פערציג מאל פאר די פיר יוד'ן, אנדערע זאגן אז איין מאל פאר א יו''ד איז גענוג
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1723
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מיטוואך דעצמבער 04, 2013 12:04 pm

פלעכטער האט געשריבן:איך טובל מיך בערך 30 מאל. לע"נ עטליכע צדיקים וואס איך פיל א קשר מיט זיי, צי דורך לערנען אסאך זייערע ספרים, צי וויל איך געוען אויף זייער ציון.

ווי אויך טובל איך מיך פאר מיינע פרייוואטע צרכים, למשל אויב ווייס איך אז איך דארף עפעס ערלעדיגן יענע טאג, געב איך מיך א עקסטערע טובל און איך האב אינזין די הצלחה דערפון. איך האב עס געזעהן שטיין. והוא בדוק ומנוסה.
.

ג"א מצטרף הן לענין טבילה בשביל צדקים והן לצרכים והוא בדוק ומנוסה

בפרט און א קאלטער מקווה

נאך איין זאך ווען דער מח איז פארמאכט אינמיטען לערנהען לוף איך כאפען א טבילה און עס ארבעט נורא.

(א שויער טוט נישט דאס)
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מיטוואך דעצמבער 04, 2013 12:09 pm

שאינו יודע האט געשריבן:שטייט אלל אווער, עס איז דא וואס זאגן אז ווען מען איז מחיוב בטבילה זאל מען זיך אפגיסן די הענט פיר מאל און אינזין האבן די כוונה, במקום מקוה, וואודערום איז דא וואס זאגן אז מען זאל זיך גיסן פערציג מאל פאר די פיר יוד'ן, אנדערע זאגן אז איין מאל פאר א יו''ד איז גענוג

רבי דניאל פריש זצ"ל ברענגט די מקור פון גיסן די הענט 40 מאל, מיט א ספעציעלע סדר פון 4 מאל די 10 אותיות פון הוי' במילוי יודי"ן.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5568
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מיטוואך דעצמבער 04, 2013 12:28 pm

בוטשאטשער רב זאגט אז פיר איז גענוג
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10285
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » מיטוואך דעצמבער 04, 2013 1:25 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:שטייט אלל אווער, עס איז דא וואס זאגן אז ווען מען איז מחיוב בטבילה זאל מען זיך אפגיסן די הענט פיר מאל און אינזין האבן די כוונה, במקום מקוה, וואודערום איז דא וואס זאגן אז מען זאל זיך גיסן פערציג מאל פאר די פיר יוד'ן, אנדערע זאגן אז איין מאל פאר א יו''ד איז גענוג

רבי דניאל פריש זצ"ל ברענגט די מקור פון גיסן די הענט 40 מאל, מיט א ספעציעלע סדר פון 4 מאל די 10 אותיות פון הוי' במילוי יודי"ן.

מובא בצוואת הריב"ש.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך דעצמבער 04, 2013 1:30 pm

טייבעלע האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:שטייט אלל אווער, עס איז דא וואס זאגן אז ווען מען איז מחיוב בטבילה זאל מען זיך אפגיסן די הענט פיר מאל און אינזין האבן די כוונה, במקום מקוה, וואודערום איז דא וואס זאגן אז מען זאל זיך גיסן פערציג מאל פאר די פיר יוד'ן, אנדערע זאגן אז איין מאל פאר א יו''ד איז גענוג

רבי דניאל פריש זצ"ל ברענגט די מקור פון גיסן די הענט 40 מאל, מיט א ספעציעלע סדר פון 4 מאל די 10 אותיות פון הוי' במילוי יודי"ן.

מובא בצוואת הריב"ש.

אה טייבעלע וועט מן הסתם וויסן! כ'ווייס פון צוויי גרסות איבער די "בעש"ט מקווה". איינס איז במילאו יודי'ן און איינס במילוא אלפי'ן. ווייסט איינער אפשר א מקור וועלכע איז די ריכטיגע? איינס שטמיט עפעס מער נישט גמט' און די צווייטע איז די מילוא מער "פשוט".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט