גענעטיש מאדיפיצירטע פיש - וואס מיינט עס פאר כשרות?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

פאנדיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 12:32 pm
פארבינד זיך:

גענעטיש מאדיפיצירטע פיש - וואס מיינט עס פאר כשרות?

תגובהדורך פאנדיט » מאנטאג דעצמבער 24, 2012 4:32 pm

עס ווערט איצט באריכטעט אז עס האלט ביים אריינקומען א גענעטיש געטוישטע סעלמאן פיש אין די מארקעט. דאס איז בלויז דער אנהייב, און מסתמא וועט נאכפאלגן נאך אסאך אזעלכע מאכלים. איך וואונדער מיך צי דאס קען זיין א שאלה פאר כשרות. וואס איז אויב מ'נוצט דערין דזשינס פון טמא'נע פיש. דארף מען עס קאנטראלירן?

עפעס אזא שאלה איז שוין געווען מיט די לעגהארן טשיקענס. אינטרעסאנט צו הערן דעם חוות דעת פון אונזערע בקיאים.
אז דו פאלסט אריין אין מיין בלאג, און האסט הנאה, קענסטו מיך באלוינען מיט שטיצן די אדווערטייזערס אויף'ן בלאג.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מיטוואך דעצמבער 26, 2012 12:04 pm

ווייזט אויס אז עס געפינט זיך נישט דא קיינע בקיאים
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » דינסטאג ינואר 01, 2013 10:37 pm

פרעגסט גוט... און בוסט מערקבאר אומוואוסנד אין די נושא... דו פרעגסט וואס 'מ'גייט' טוהן, זייט וויסן אז מ'טוט שוין יארן, כגון, האסט שוין אודאי געזעהן אין די נייעס אז געוויסע ירקות זענען אנגעשטעקט געווארן מיט די סאלמינעלא וויירוס, די מציאות איז אז ירקות קען נישט ווערן ווערן אנגעשטעקט מיט די סארט באקטעריע, אלזא וויאזוי פלוצלינג איז. סאלמינעלא אנגעקומען אהין? נאר עס זענען דא געוויסע ווארימען און פליגן וואס פלעגן חרוב לייגן די ירקות, זענען די פארשער געגאנגען און נאכגעזיכט פארוואס די פליגן און שרצים געפינען זיך נישט אויף פלייש, זענען זיי אויפגעקומען צו די זשינס פון די טשיקנס וואס די שרצים קענען נישט פארנעמען/פארדייען, און זיי האבן אריבערגעפירט די זשינס צו די ירקות און... מער נישטא קיין שרצים, מישן עקאמפלישט.

אבער... די זשין האט געמאכט אז ירקות זאלן זיין אויסגעשטעלט צו סאלמינעלא, לענינינו, ווען דו קאכסט יעצט א וועזשטעבל אינדערהיים צוזאמען מיט מילך איז עס מעגליך בשר וחלב? דו וועסט נישט גלייבן, אבער דאס איז מעשים בכל יום ממש, מ'נעמט זשינס פון איין זאך כדי צו פארדינען דערפון אויף א צווייטע זאך, למשל ווען איך וויל פלאנצן ווייץ אין א מדבר, וועט מען קודם נעמען מדבר פלאנצונגען וואס פארלאנגען ווייניג וואסער, און ארויסנעמען די זשין וואס מאכט אז זיי זאלן קענען לעבן מיט ווייניג וואסער, און דערנאך לייגט מען עס אריין אין די ווייץ און די ווייץ וועט פארלאנגען האלב די וואסער ווי געווענטליכע ווייץ, די זעלבע איז נאך צענדליגע פעלער ווי מער זון ווייניגער זון שענערע קאליר וכדו', עס איז היינט נישטא קיין 'איין' ארגינעלע מאכל.

להלכה פסק'ט מען (ביי פלאנצונגען) אז וויבאלט עס ווערט בטל אינגאנצן פאר עס ווערט א פלאנצונג, עס ווערט דאך פארשימלט, איז עס א נייע זאך און בכלל נישט קיין פלייש.

די שאלה ביי פיש איז לכאורה הארבער ווייל עס ווערט קיינמאל נישט פארשימלט, פארקערט עס גייט מדור דור, נאר מ'קען זאגן אז די פיצילע זשין ווערן בטל באלפים, און זייערע קינדער זענען שוין א נייע בריאה מיט די כשר'ע סמנים, וכמובן בין איך נישט קיין דיין.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
על דא ועל הא
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 12:28 pm

תגובהדורך על דא ועל הא » פרייטאג פאברואר 01, 2013 2:02 pm

איך פארשטיי נישט פארוואס מען דארף צוקומען צום הסבר אז די דזשין ווערט פארשימלט(?) בעפאר עס ווארט א פלאצונג. א דזשין איז דאך נישט מער ווי א מייקראסקאפישער זאך און עס איז לכארוה נישט קיין מציאות מיט וועלכע מ'דארף זיך רעכענען לגבי בשר בחלב אדער סימני כשרות. נאכמער, אפילו א גענצליך נייע פיש וואס מ'וועט צאמשטעלן פון דזשינס פון צענדליגע אנדערע פישן, טהור'ע און טמא'נע, וועט זיין כשר כל עוד עס פארמאגט סימני כשרות_ וויבאלד פיש זענען די איינציגסטע באשעפענישן וועלכע דארפן לכו"ע נישט קיין מסורה נאר בלויז סימני כשרות.

אין פלאנצונגען איז דא נאך א שאלה פון כלאיים. די גאנצע געדאנק פון כלאיים איז דאך אויסמישן די דזשינס פון צוויי פרוכטן כדי צו פראדעצירן אדער א נייע פרוכט אדער מאדיפיצירן די אריגינעלע פרוכט (א שטייגער ווי כלאים בכרם). וואס איז אנדערש צאמשטעלן צווייגעלעך אדער ארויסנענען די דזשין פוןאיין פרוכט און עס אריינלייגן אין א צווייטע? זענען נישט ביידע די זעלבע כלאיים?
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת (שבת נה, א)

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » פרייטאג פאברואר 08, 2013 9:35 am

די זשין ווערט טאקע נישט פארשימלט במציאות, אבער אין הלכה הייסט דאס נרקב לגמרי.

ביי פיש קען טאקע זיין אז דו ביסט גערעכט, ווילאנג עס האט די כשר'ע סימנים, איז עס כשר.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט