בלאט 1 פון 1

גענעטיש מאדיפיצירטע פיש - וואס מיינט עס פאר כשרות?

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 4:32 pm
דורך פאנדיט
עס ווערט איצט באריכטעט אז עס האלט ביים אריינקומען א גענעטיש געטוישטע סעלמאן פיש אין די מארקעט. דאס איז בלויז דער אנהייב, און מסתמא וועט נאכפאלגן נאך אסאך אזעלכע מאכלים. איך וואונדער מיך צי דאס קען זיין א שאלה פאר כשרות. וואס איז אויב מ'נוצט דערין דזשינס פון טמא'נע פיש. דארף מען עס קאנטראלירן?

עפעס אזא שאלה איז שוין געווען מיט די לעגהארן טשיקענס. אינטרעסאנט צו הערן דעם חוות דעת פון אונזערע בקיאים.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 12:04 pm
דורך שאינו יודע
ווייזט אויס אז עס געפינט זיך נישט דא קיינע בקיאים

געשריבן: דינסטאג ינואר 01, 2013 10:37 pm
דורך ריק פערי
פרעגסט גוט... און בוסט מערקבאר אומוואוסנד אין די נושא... דו פרעגסט וואס 'מ'גייט' טוהן, זייט וויסן אז מ'טוט שוין יארן, כגון, האסט שוין אודאי געזעהן אין די נייעס אז געוויסע ירקות זענען אנגעשטעקט געווארן מיט די סאלמינעלא וויירוס, די מציאות איז אז ירקות קען נישט ווערן ווערן אנגעשטעקט מיט די סארט באקטעריע, אלזא וויאזוי פלוצלינג איז. סאלמינעלא אנגעקומען אהין? נאר עס זענען דא געוויסע ווארימען און פליגן וואס פלעגן חרוב לייגן די ירקות, זענען די פארשער געגאנגען און נאכגעזיכט פארוואס די פליגן און שרצים געפינען זיך נישט אויף פלייש, זענען זיי אויפגעקומען צו די זשינס פון די טשיקנס וואס די שרצים קענען נישט פארנעמען/פארדייען, און זיי האבן אריבערגעפירט די זשינס צו די ירקות און... מער נישטא קיין שרצים, מישן עקאמפלישט.

אבער... די זשין האט געמאכט אז ירקות זאלן זיין אויסגעשטעלט צו סאלמינעלא, לענינינו, ווען דו קאכסט יעצט א וועזשטעבל אינדערהיים צוזאמען מיט מילך איז עס מעגליך בשר וחלב? דו וועסט נישט גלייבן, אבער דאס איז מעשים בכל יום ממש, מ'נעמט זשינס פון איין זאך כדי צו פארדינען דערפון אויף א צווייטע זאך, למשל ווען איך וויל פלאנצן ווייץ אין א מדבר, וועט מען קודם נעמען מדבר פלאנצונגען וואס פארלאנגען ווייניג וואסער, און ארויסנעמען די זשין וואס מאכט אז זיי זאלן קענען לעבן מיט ווייניג וואסער, און דערנאך לייגט מען עס אריין אין די ווייץ און די ווייץ וועט פארלאנגען האלב די וואסער ווי געווענטליכע ווייץ, די זעלבע איז נאך צענדליגע פעלער ווי מער זון ווייניגער זון שענערע קאליר וכדו', עס איז היינט נישטא קיין 'איין' ארגינעלע מאכל.

להלכה פסק'ט מען (ביי פלאנצונגען) אז וויבאלט עס ווערט בטל אינגאנצן פאר עס ווערט א פלאנצונג, עס ווערט דאך פארשימלט, איז עס א נייע זאך און בכלל נישט קיין פלייש.

די שאלה ביי פיש איז לכאורה הארבער ווייל עס ווערט קיינמאל נישט פארשימלט, פארקערט עס גייט מדור דור, נאר מ'קען זאגן אז די פיצילע זשין ווערן בטל באלפים, און זייערע קינדער זענען שוין א נייע בריאה מיט די כשר'ע סמנים, וכמובן בין איך נישט קיין דיין.

געשריבן: פרייטאג פאברואר 01, 2013 2:02 pm
דורך על דא ועל הא
איך פארשטיי נישט פארוואס מען דארף צוקומען צום הסבר אז די דזשין ווערט פארשימלט(?) בעפאר עס ווארט א פלאצונג. א דזשין איז דאך נישט מער ווי א מייקראסקאפישער זאך און עס איז לכארוה נישט קיין מציאות מיט וועלכע מ'דארף זיך רעכענען לגבי בשר בחלב אדער סימני כשרות. נאכמער, אפילו א גענצליך נייע פיש וואס מ'וועט צאמשטעלן פון דזשינס פון צענדליגע אנדערע פישן, טהור'ע און טמא'נע, וועט זיין כשר כל עוד עס פארמאגט סימני כשרות_ וויבאלד פיש זענען די איינציגסטע באשעפענישן וועלכע דארפן לכו"ע נישט קיין מסורה נאר בלויז סימני כשרות.

אין פלאנצונגען איז דא נאך א שאלה פון כלאיים. די גאנצע געדאנק פון כלאיים איז דאך אויסמישן די דזשינס פון צוויי פרוכטן כדי צו פראדעצירן אדער א נייע פרוכט אדער מאדיפיצירן די אריגינעלע פרוכט (א שטייגער ווי כלאים בכרם). וואס איז אנדערש צאמשטעלן צווייגעלעך אדער ארויסנענען די דזשין פוןאיין פרוכט און עס אריינלייגן אין א צווייטע? זענען נישט ביידע די זעלבע כלאיים?

געשריבן: פרייטאג פאברואר 08, 2013 9:35 am
דורך ריק פערי
די זשין ווערט טאקע נישט פארשימלט במציאות, אבער אין הלכה הייסט דאס נרקב לגמרי.

ביי פיש קען טאקע זיין אז דו ביסט גערעכט, ווילאנג עס האט די כשר'ע סימנים, איז עס כשר.