עליוועטאר בהלכה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

עליוועטאר בהלכה

תגובהדורך היימישער איד » מאנטאג פאברואר 24, 2014 6:29 pm

אין מנחת יצחק איז דא א אונטערסאנטע תשובה וועגן די חיוב מזוזה אויף אן עליוועטאר.

דער שואל (העלמיצר רב ז"ל) שרייבט אז לכוארה דארף מען נישט לייגן אויפן עליוועטאר גופא, נאר אויף יעדע שטאק ביי די אריינגאנג.

הרב ווייס ענטפערט, פונקט פארקערט... אויף יעדע שטאק דארף מען נישט קיין מזוזה, אבער אויף די עליוועטאר קאר זעלבסט דארף מען יא.

איז אונטערסאנט אז די אלע בנינים וואס כ'האב באזוכט לעצטענס אין די ניי-מיטל וויליאמסבורג געגענט, איז מען זיך נוהג ווי דער העלמעצער רב'ס הו"א איניש ווי דאס וואס הרב ווייס שרייבט, דהיינו אויף יעדע שטאק אידא א מזוזה אבער ניש אויפן עליוועטאר.

עס וואלט געווען פיל מער עקאנאמיש צו לייגן נאר אויפן עליוועטאר אויך... כ'בין נייגעריג צו דאס טוט מען ע"פ הוראות רב אחד, אדער ס'איז פשוט אזוי איינגעפירט אלץ דעת בעל הבית טוט אזוי דיקטירן.

בייגעלייגט די אויספירליכע תשובה.

נ.ב. אינעם קאפ האביך געשריבן 'עליוועטאר בהלכה' וואס טוט כולל זיין אויך אנדערע עניני הלכה וואסי שייך ביים עליוועטאר, איניש 'מזוזה בעליוועטאר' ווייל כ'האב אינזינען געהאט צו שרייבן אויך וועגן יחוד, (וואסי נוגע אויך פאר די וואס לערנען יעצט מסכת סוטה, הרב ווייס גייט אריין אין די שיעורי טומאה וואס די גמ' דערמאנט - וויפיל עס קומט אויס אין מינוט'ן, און אויך אויב דאסי אויך שייך ביי דיני יחוד ועוד.), דערווייל ווערט שפעט צו מנחה - ועוד חזון למועד בעז"ה.

כ'בעט ווער עס האט א ידיעה אין די ענינים זאל מוחל זיין מיטיילן מיט אונז. יישר כח
צוגעלייגטע
seferid_1598_page_496.pdf
(93.63 KiB) דאונלאודעד 82 מאל
seferid_1598_page_495.pdf
(95.53 KiB) דאונלאודעד 74 מאל

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג פאברואר 24, 2014 7:06 pm

די זעלבע קען מען רעדן לגבי פריוואטע שבת עליוועטאר'ס און לגבי ניצען עליוועטאר אין א שפיטאל לצורך חולה וכדומה וואס ווערט מער און מער קאמפלעצירט ווייל די היינטיגע נייע עליוועטאר זענענן קליגע עליוועטאר'ס און עס ארבייט לויט די מספר אנשים וואס געפינען זיך דארט.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג פאברואר 24, 2014 11:51 pm

אינטערעסאנט, נאכנישט געהערט דערפון.

וואס איז די טעם פון הרב ווייס?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » דינסטאג פאברואר 25, 2014 12:07 am

וועגן יחוד אין א עלעוועטאר, האב איך פונקט נעכטן אביסל אדורכגעטון עטליכע תשובה ספרים די הל' יחוד (איך האב געוואלט מברר זיין א הלכה), סך הכל איז געווען אז עס איז א שווערע שאלה, יש מחמירין ווייל די שיעור יחוד איז נישט מבורר און ביי א דאורייתא איז מען מחמיר און עס איז פארהאן וואס שטעלן דעם שיעור ביי אפאר סקונדן, און יש מקילין, ווייל זיי האלטן אז אזוי ווי דער עלעוועיטאר קען זיך אפשטעלן ביי יעדן שטאק אויפנעמען מענטשן איז נישט דא קיין שיעור יחוד, אדער עס הייסט ווי א פלאץ וואס א רבים דרייט זיך דארט. עס איז דא נאך סברות לכאן ולכאן אבער דאס געדענק איך יעצט
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל

דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

תגובהדורך דורש ומבקש » דינסטאג יולי 07, 2015 8:10 am

וועגן מזוזה ביי עליוועטער רוב פוסקים(דא אין דאשע בין איך חסר ספרים) האלטן אז מען לייגט אויפן שטאק נישט אויפן עליוועטער זעלבסט ווייל די שער צום עליוועטער איז ווי א שער צו סטעפס און די עליוועטער גופא איז ווי מדריגות נאר עס פארט ארום
ס’ליגט מיר אין זכרון נאך א טעם ווייל אויפן עליוועטער איז דא א פראבלעם מיט וועלעכע וועג עס צו לייגן ווייל ביים ערשטען שטאק רעכענט מען די ימין הכניסה אויפן וועג אריין צום עליוועטער און ביי די אנדערע שטאקן איז די ימין הכניסה די וועג אריין צום שטאק דהיינו ארויס פונעם עליוועטער

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6386
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג יולי 07, 2015 8:34 am

דורש ומבקש האט געשריבן:ס’ליגט מיר אין זכרון נאך א טעם ווייל אויפן עליוועטער איז דא א פראבלעם מיט וועלעכע וועג עס צו לייגן ווייל ביים ערשטען שטאק רעכענט מען די ימין הכניסה אויפן וועג אריין צום עליוועטער און ביי די אנדערע שטאקן איז די ימין הכניסה די וועג אריין צום שטאק דהיינו ארויס פונעם עליוועטער

נו וואס איז די פראבלעם? וועט מען אונטן לייגן די רעכטע זייט בכניסה און אויבן די רעכטע זייט ביציאה, ממילא לייגט מען עס נישט אויף די עליוועיטאר גופא נאר אויפן שוועל צום עליוועיטאר
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

תגובהדורך דורש ומבקש » דינסטאג יולי 07, 2015 11:14 am

איך זעה אז די האסט מיר נישט פארשטאנען איך האב עס געברענגט אויף נאך א טעם פארוואס מ’לייגט די מזוזה אויפן דרויסען’דיגע שוועל אין נישט אויפן עליוועטער גופא פארשטאנטא?

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » דינסטאג יולי 07, 2015 11:24 am

דאכצעכמער אז דער הרב ווייס איז געווען גאב"ד ירושלים עיה"ק א שיינע פאר יאר

דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

תגובהדורך דורש ומבקש » דינסטאג יולי 07, 2015 1:19 pm

green sunday האט געשריבן:דאכצעכמער אז דער הרב ווייס איז געווען גאב"ד ירושלים עיה"ק א שיינע פאר יאר

כ’פארשטיי נישט וואס די מיינסט
מיינסט צו זאגן אז אפילו באופן וואס רבו החולקים און ס’איז שווער צו פארשטיין זיין תשובה עיי”ש דארף מען עס אויך אננעמען?

דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

יחוד אין עליוועטער

תגובהדורך דורש ומבקש » דינסטאג יולי 07, 2015 2:35 pm

ס’איז דא עליוועטער’ס וואס אויפן וועג ארויף שטעלט זיך עס נישט אפ ווען מריפט עס לכאורה ביי דעים איז שוין דא אן ערענסטע שאלה פון יחוד נאכדערצו אויב מ’פארט אזוי20 שטאק

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5432
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג יולי 07, 2015 4:47 pm

עס איז לכאורה נישט קיין שיעור יחוד
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21976
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יולי 07, 2015 4:48 pm

שאינו, וויפיל סעקונדן איז שיעור יחוד?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

תגובהדורך דורש ומבקש » דינסטאג יולי 07, 2015 6:12 pm

שאינו די שיעור איז שוין א שאלה
איך מיין צו זאגן אז די היתר ווייל איעדע רגע קען איינער אריינקומען איז שוין נישט דא

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4974
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג יולי 07, 2015 8:15 pm

דורש ומבקש האט געשריבן: נאכדערצו אויב מ’פארט אזוי20 שטאק

Anyone can stop the elevator from the outside
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

תגובהדורך דורש ומבקש » דינסטאג יולי 07, 2015 9:06 pm

ווישוואש איך רעדט פון עליוועטער’ס וואס מ’קען נישט סטאפן פון אינדרויסן ביי די וועג ארויף ס’איז דא לרחצה פון אזאלעכע עליוועטער’ס

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5432
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מיטוואך יולי 08, 2015 10:58 am

farshlufen האט געשריבן:שאינו, וויפיל סעקונדן איז שיעור יחוד?



איך מיין צוויי מינוט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

תגובהדורך דורש ומבקש » מיטוואך יולי 08, 2015 11:14 am

שאינו יודע האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:שאינו, וויפיל סעקונדן איז שיעור יחוד?



איך מיין צוויי מינוט

און איך ווייס אז דעיס איז נאר א יש אומרים ס’איז דא אסאך מחמירים

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21976
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 08, 2015 11:20 am

שאינו יודע האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:שאינו, וויפיל סעקונדן איז שיעור יחוד?



איך מיין צוויי מינוט

בזכרוני בשם הרב וואזנער ז"ל סעקונדן ממש.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט