בלאט 1 פון 6

מילי דתמיהי

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 03, 2014 8:12 pm
דורך קיקיון
מען האט אמאל א תמי' וואס מען האט עס ניט ווי צו לייגען, וועלען מיר יעצט האבען א "זאכען וואס איך וויל וויסען" אין בה"מ

------------
העתקה פון ידיעות באגאזש...
ב'תמ"ט - א טאג נאך חנוכת המשן
ופרשת פרה אדומה - לפי שביום המחרת נשרפה הפרה להיות נטהרין לפסחיהן וקודם לכן לא יכלו לעשותה דבעינן והזה אל נכח פני אהל מועד והכי אמרינן במסכת מגילה ירושלמי באחד בניסן הוקם המשכן ושני לו נשרפה הפרה:
רש"י גיטין ס סדר עולם

א קנאפע יאר נאך יציאת מצרים
מצות פרה אדומה, שתהיה בת שלוש שנים או בת ארבע
ווער האט געהאלטען קאנטראל אויף די פרה צוויי אדער דריי יאר און מצרים אז עס זאל ניט זיין לא עלה עלי' עול[/quote]

קיקיון האט געשריבן:
פאפיגיי האט געשריבן:דאכט זיך ס'איז דא סימנים צו דערקענען.

איך האב געזיכט עלה עליה עול סימן און געטראפען
מדרש לקח טוב




msp האט געשריבן:אבער די עלטער ווי האבען זיי געוואוסט?

מצות פרה אדומה, שתהיה בת שלוש שנים או בת ארבע; ואם הייתה זקנה, כשרה, אלא שאין ממתינין לה, שמא תשחיר ותיפסל
איך האב 2 הערות
1 ווי אזוי דער בעל הפרה האט געוויסט נזהר זיין ניט לייגען קיין עול
2 פון די מעשה איו איז ניט קיין ראי' אז מען קען זיך פארלאזען למעשה
עס איז גענג צו כאפען דעם גוי ביים שווינדעל

געשריבן: פרייטאג מאי 09, 2014 10:13 am
דורך קיקיון
בשם הרהג"הצ ר' חיים ק' שליט"א
Capture.JPG

לכתחלה ניט פארשטאנען אבער גלייך נאך קוועטשען דעם "שיק" קנעפעל
האב איך זין דערמאנט אן אפענעם פסוק

וצויתי את ברכתי לכם בשנה הששית ועשת את התבואה לשלש השנים

אבער מעקען טאר מען דאך ניט בלייבט עס שוין דא

געשריבן: פרייטאג מאי 09, 2014 10:27 am
דורך farshlufen
שביעית שטייט בכל התורה מלא יו"ד קדמאה וחסר יו"ד בתראה חוץ ובשבעת יצא לחפשי שטייט חסר דחסר, ווידעראום שמינית שטייט דאכציך מלא דמלא חוץ בפרשה זו וואו עס מלא יו"ד קדמאה וחסר יו"ד תנינא.

געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2014 8:33 am
דורך קיקיון
מנב"ת האט זיך דערמאנט אז אלס קינד און בנות ירושלים אין ירושלים
האבען זיי געזאגט שלא עשני שפחה (נוסח הספרדים)
פארוואס זאגען נשי דידן עבד ?

געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2014 12:53 pm
דורך לכתחילה אריבער
קיקיון האט געשריבן:מנב"ת האט זיך דערמאנט אז אלס קינד און בנות ירושלים אין ירושלים
האבען זיי געזאגט שלא עשני שפחה (נוסח הספרדים)
פארוואס זאגען נשי דידן עבד ?

אולי זענען זיי נישט זיכער דאס זיי זענען קיין שפחה....

געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2014 1:04 pm
דורך קיקיון
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:מנב"ת האט זיך דערמאנט אז אלס קינד און בנות ירושלים אין ירושלים
האבען זיי געזאגט שלא עשני שפחה (נוסח הספרדים)
פארוואס זאגען נשי דידן עבד ?

אולי זענען זיי נישט זיכער דאס זיי זענען קיין שפחה....

דער וויץ איז בדעיבד אויך ניט געלונגען !

דער ספרדישער נוסח איז ניט "אמה" א "שפחה" קען נור אזוינע וואס איז ניט מזרע ישרא'
אן אמה קין נור זיין א קטנה

געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2014 1:06 pm
דורך לכתחילה אריבער
אהא.

געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2014 1:09 pm
דורך farshlufen
איך געדענק נישט אין שו"ע א שיטה אז פרויען זאגן שלא עשני שפחה, אלענפאלס, דאס גייט דאך ארויף אויפן מחויב זיין במצוות.

געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2014 1:37 pm
דורך קיקיון
farshlufen האט געשריבן:איך געדענק נישט אין שו"ע א שיטה אז פרויען זאגן שלא עשני שפחה, אלענפאלס, דאס גייט דאך ארויף אויפן מחויב זיין במצוות.

ראה בעבה"ק לחיד"א וועסט געוואר ווערען 2 נייעסען
א נוסח שלא עשני שפחה
און א שיטה עשני כרצונה אן שם ומלכות

געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2014 1:42 pm
דורך farshlufen
די ערשטע איז א גרעסערע רבותא ווי די צווייטע, נישט דער בית יוסף דערמאנט עס און נישט דער פרי חדש, ווידעראום פון שעשני כרצונו איז נישט יעדער צופרידן מפני שלא הוזכר בש"ס.

געשריבן: מאנטאג מאי 12, 2014 2:02 pm
דורך קיקיון
לכתחלה געטראכט אז שלא עשני שפחה איז ניט מטבע שטבעו
אבער עס שטימט ניט נשי דידן זאגען עשני כרצונו מיט שם ומלכות

געשריבן: דינסטאג מאי 13, 2014 1:16 pm
דורך קיקיון
נעכטען איז געווען ביי אינז א שטיקעל קריזיס ווען נכדתי שתחי' האט פארלוירען א קריטיש וויכטיג פעקעל
און מיטען דעם טומעל האבען אנגעקלאפט 2 נשים צדקניות וועגען הכנסת כלה
זוגתי שתחי' האט געבעטען זיי זאלען אנווינשען
דערציילט איינע אז עס איז מקובל ביי זיי און משפחה א סגולה בדוקה צינדען א ליכט לע"נ ר' יעקב מאמשטערדאם

איך האב געזיכט און געטראפען
1 כסף לצדקה ואמרו ג"פ ענני אלקה דמאיר ענני. לזכות ר' יעקב מאמסטרדם
2 והחתם סופר היה נוהג במקרה של אבידה לתרום לעילוי נשמת רבי עקיבא בער מאמסטרדם זצ``ל, והוא סגולה בדוקה.
3 בספר ``טובך יביעו`` מדרשותיו של הרה``ג יצחק זילברשטיין שליט``א כתוב לעילוי נשמת רבי עקיבא בר מאמסטרדם
ווער איז געווען דער איד אדער די אידען ?
--
דאס פעקיל איז ב"ה געפינען געווארען

געשריבן: דינסטאג מאי 13, 2014 5:02 pm
דורך לכאורה
ביטע זעהט פון דא און ווייטער:
viewtopic.php?p=816215#p816215

געשריבן: דינסטאג מאי 13, 2014 5:17 pm
דורך קיקיון
לכאורה האט געשריבן:ביטע זעהט פון דא און ווייטער:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 15#p816215

יי"כ וואלסט מיר געקענט שפארען א טירחא און שרייבען אז איך וועל בלייבען ביי ניט וויסען !

געשריבן: דינסטאג מאי 13, 2014 5:33 pm
דורך לכאורה
ובלשון ארמי: שקולא טיבותיך ושדיא אחיזרי

געשריבן: דינסטאג מאי 13, 2014 5:48 pm
דורך קיקיון
לכאורה האט געשריבן:ובלשון ארמי: שקולא טיבותיך ושדיא אחיזרי

א ניט געלונגען ווערטיל !
מודיע זיין אז אינזערע מומחים ווייסען ניט איז אויך א טובה
--
זארג ניט עס ברענט מיר ניט אזוי ווייט איך זאל ניצען די סגולה צי טרעפען אינפא

געשריבן: דינסטאג מאי 13, 2014 5:58 pm
דורך לכאורה
אויף אן אנדערע פארום (וואס איר האט מיר געלינקט אין אישי קעסטל) שרייבט איינער אז ער זוכט דעם ציון פונעם צדיק

קלער איך אויב צינדן א ליכט לע"נ דעם צדיק קען נישט העלפן צו טרעפן זיין ציון 8.)

געשריבן: זונטאג יוני 01, 2014 9:23 am
דורך קיקיון
דעם עש"ק איז מיר אויסגעקימען מקיים זיין א מצוה דרבנן וואס איך האב שוין ניט געטוען (בפועל ניט מיט "כגופו") א באנטש יארען
הדלקת נר שבת
איז דאס טאקע אזא מילתא דלא דשכיחי אז עס ניט דא א מענערישער הנני מוכן ומזומן?

געשריבן: זונטאג יוני 01, 2014 9:32 am
דורך farshlufen
הנני מוכן איז דען א פסוק? אז עס איז נישט פארהאן זאגט מען אן אייגענס.

געשריבן: זונטאג יוני 01, 2014 10:13 am
דורך קיקיון
farshlufen האט געשריבן:הנני מוכן איז דען א פסוק? אז עס איז נישט פארהאן זאגט מען אן אייגענס.

וואס וואלט איר געזאגט
לשם יחוד קדשא בריך הוא, הריני מוכן ומזומן לקיים מצוות הדלקת נר שבת, כמו שתיקנו לנו רבותינו זכרונם לברכה. ?
אדער כמו שכתוב בתורה זכור ושמור. ושנתפרשו על ידי הנביאים כבוד ועונג שנאמר וקראת לשבת עונג ולקדוש ה' מכובד:

געשריבן: מאנטאג יוני 09, 2014 5:53 pm
דורך קיקיון
והנה בספה״ק בני יששכר (מאמרי חדש שבט, מאמר ב׳ אות ב׳) דלכך נקיט ר״ה לאילן
ולא לאילנות, רומז לאילן המיוחד המבואר בתורה למצוה והוא האתרוג, שאז הזמן
מסוגל להתפלל על אתרוג כשר ויפה שיזמין לו השי״ת בעת המצטרך למצוה, כי בט״ו
בשבט עולה השרף באילנות, ראשית יסוד הצמיחה, עיי״ש.
און וואס איז מיט שבועות? פארוואס ווייסט מען ניט פון אינזערע רבי'ס אז דאס איז א זמן
פאר דעם וועגען בעצרת נידונים על פירות האילן
Capture.JPG
בשם הגר"ח ק' שליטא

געשריבן: מאנטאג יוני 30, 2014 9:43 am
דורך קיקיון
עס חלומ'ט זיך מיר אז די תקנה פון ועד ד ארצות בענין הסכמות אויף ספרים איז געווען
צי שוצען די מחברים און מול"ים פון משיגי גבול און עס איז גיווען אויף כך וכך יאר
ווען האט זיך אנגהויבען דער מושג
דער ספר איז א דבר נחוץ
דער מחבר איז א ערליכער ת"ח
דער מחבר איז א א מורה הוראה אויף וועם מען קען זיך פארלאזען וכ' וכ'

געשריבן: מאנטאג יוני 30, 2014 10:00 am
דורך אַבּערוואַס
פין זיכרון געדענק איך צוויי חלקים אין הסכמות אויף ספרים, איינס, א הסכמה אויפן מחבר אדער ספר אז ער איז ערליך און אויסגעהאלטן, צוויי, אן איסור אויף אנדערע צו דרוקן דעם ספר פאר די קומענדע 10-15 יאר.

געשריבן: פרייטאג יולי 04, 2014 10:54 am
דורך קיקיון
איך האב געזיכט און קונקרודנס און געטראפען דאס ווארט משי נור איין מאל אין תנ"ך
וָאֶחְבְּשֵׁךְ בַּשֵּׁשׁ, וַאֲכַסֵּךְ מֶשִׁי. ספר יחזקאל » פרק טז » פסוק י
איז דאס זייד וואס קומט פון תולעים?
איז דא אין חז"ל ?
אין רמב"ם הלכות ציצית שטייט וועגען משי
און פריערדיגע?

געשריבן: פרייטאג יולי 04, 2014 11:09 am
דורך Gevald Geshrigen
שיראי הנזכר בחז״ל ?