איבער גיין אין מקוה יעדן טאג

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג יולי 23, 2018 2:43 am

חייקל האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
צדיק מושל האט געשריבן:בספר משרתיו אש לוהט חלק ב עמוד קל"ב: וז"ל, ודבר זה שמעתי מפי חסידים מדור העבר, שהרה"ק מרופשיץ זצ"ל אמר על אלו טובלי שחרית בכל יום ויום, שהם מבטלים תקנת עזרא, שהוא תיקן טבילה לבע"ק, כדי שלא יהיו מצויין אצל נשותיהם כתרנגולים, ואם גם בלאו הכי הם טובלים מדי יום ביום, הרי בטלה תקנת עזרא כמובן.

הספר משרתיו אש לוהט הוא ליקוט מתוך הספרים הרבים שחיבר הידען המפורסם הגה"צ רבי יקותיאל אריה קאמהלר זצ"ל.

איך האב היינט איבערגעזאגט דעם טענה פאר א חשוב'ן איד, האט ער מיר געזאגט אז דאס פלעגן די משכילים טענה'ן אויף די חסידים. און די חסידים פלעגן ענטפערן אז די ציהל פון תקנת עזרא איז נישט געווען פויל צו מאכן די מענטשהייט פון זיין ווי די תרנגולים צוליב די נאכפאלגענדע טירחה פון א מקוה, נאר עס איז "סגולה" אז מען זאל זיך פירן העכער ווי די תרנגולים ודו"ק.



שמעתי בנעורי, אז די שאלה האט א געוויסער מתנגד געפרעגט פון איינער פון די צדיקים תלמידי הבעל שם טוב, און דער צדיק האט איהם געענטפערט
אז די טהרת המקוה אז משפיע אז ס'זאל זיין שלא יהא מצויין וגו'

יעך מיין אז היינט מיט די נסיונות הדור און ווי די גאסן קוקן אויס (אויך פאר'ן בייק לעין) איז נישט קיין שאלה אז מ'קען נוצן א מקוה יעדן טאג, הלואי עטליכע מאל אין טאג....
און די וואס גייען נישט, דאכט זיך אז זיי האלטן זיך אויך נישט צוריק צוליב דעם פון גארנישט.... ודו"ק וד"ל


די ווארט האב איך געזעהן ברענגען בספר מלוקט מדברי הרה"ק רבי דוד מלעלוב אז ער האט דאס געזאגט פאר א מתנגדישער רב אז גיין אין מקוה איז א סגולה שלא יהיו מצויין כתרנגולין וכו'.

אין אמרי קדוש פון הרה"ק מסטרעליסק שטייט צו גיין אין מקוה אפילו אויף א הרהור (ומובא בספר אור למאיר פ' נח וכתב על זה רמזים נפלאים עיי"ש), ומי יאמר בזמנינו זכיתי לבי, ואין להביא ראי' מדורות הקדמונים כלל. וכן כתב בשו"ת ערוגת הבושם שאנו טובלין בכל יום להסיר מחשבות רעות ודברים טמאים שנדבקים עם האדם במשך היום ובעת שינתו, וכתב שם שאין להביא ראי' מדורות שקדמו שלא הי' נצרך להם מחמת הזדככות האויר יותר פי כמה.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

פראצעדור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » מאנטאג יולי 23, 2018 10:06 am

עכ"פ יעדען טאג זיך רייבען און זייפן דעם גוף געמיטלעך כמונה מעות אינעם שויער כאילו מ'איז איצטער אין א ספא
קודם המקוה ולאחר המקוה (בבבחינת ברכה לפניה ולאחריה)
האט זיכער נישט א מקור

yakovb
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 2:47 pm

תגובהדורך yakovb » מאנטאג יולי 23, 2018 12:07 pm

כתב החתם סופר (שער טה"י ס" ד)' וז"ל: "נהגו שלומי ואמוני ישראל לטבול בכל יום קודם התפילה אף שהם טהורים מכל טומאה וכו,.

ומרן החיד"א העיד (שה"ג אות תלמוד): שיהודי פרס נהגו בטבילה בכל יום קודם תפילתם! ע"ש.

ועל הגרעק"א העיד החתם סופר, שהיה הולך למקוה למרות שהיה חלוש מטבעו, ולא ציערו גשם ושלג, גם בימות החורף שהמים היו קפואים, לא מנע עצמו מזה, ותמיד הקפיד לילך טרם האיר השחר בעוד כולם ישנים על מיטתם, ולא הרגישו בו כי הולך לבית הטבילה במים הקרים. והחתם סופר (מנהגי החת"ס) טבל עצמו כל יום במקוה.

והאדר"ת מספר על עצמו (בצוואתו): "עשרות שנים נהגתי לטבול תמיד בצינעה, בטרם עלות השחר, כך בשבת, כך במועדים, וכך בימות החול.ואיש לא ידע מזה".

וכן מרן הבן איש חי נהג טבול בכל יום (כמובא בספר תהלות יוסף).

ורבינו האר"י ז"ל כתב (שער רוה"ק דף ד): "בעניין השגת האדם, אין לך דבר שמועיל כמו הטהרה והטבילה, שצריך שיהיה אדם טהור בכל עת! והבעל שם טוב הק' גילה לתלמידיו: "שעיקר כלהמדרגות וההארות שזכה להסיג היה ע"י שהיה רגיל בטבילות!"

ובשו"ת משנה הלכות (ח"ג ס' רכ"ה) כתב, שהטבילה בכל יום אינו סתירה כלל למש"א חז"ל דעזרא תיקן טבילה כדי שלא יהיו מצויים וכו' כתרנגולים, דאדרבא הטבילה מטהרת ומזככת את מוחו שלא יבא לידי זה.(ועי"ש בשם מלא הרועים הסבר על פי הפשט).

ומוהרנ"ת מברסלב (בהוספה לליקו"ה) אמר: "דמי שיהיה חזק בטבילות במקווה בכל יום תמיד בודאי יתקן הכל יהיה איך שהיה!".

והרה"ק מקרלין אמר: "לטבול במקוה אינה מצוה, אבל מה שמקוה מביא את האדם לטוב א"א להשיג בגדולה שבמצוות!

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג יולי 23, 2018 2:30 pm

וועלכע ספר איז דאס "שער טה"י"? חתם סופר???
דאס וואס דו ברענגסט פון אר"י, מהרנ"ת, און קרלין קען זיין אז זיי מיינען טבילת עזרא, נישט סתם אזוי.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » מאנטאג יולי 23, 2018 2:49 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:וועלכע ספר איז דאס "שער טה"י"? חתם סופר???

ער מיינט מסתם חתן סופר 'שער טהרת ידים והגוף'
מיט א שנעלע בליק זעה איך נישט די לשון דארט

להודות
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובהדורך להודות » מאנטאג יולי 23, 2018 3:44 pm

צד תמות האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:וועלכע ספר איז דאס "שער טה"י"? חתם סופר???

ער מיינט מסתם חתן סופר 'שער טהרת ידים והגוף'
מיט א שנעלע בליק זעה איך נישט די לשון דארט


עטליכע ליקוטים ברענגען אזוי בשם א ספר "מקוה חיים" פרק י' בשם חתן סופר שער טהרת ידים פרק ד',
לכאורה מיינט ער דא ריש טור ב' http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 9&pgnum=94
דארט שטייט נישט די לשון, נאר די מקוה חיים איז מסביר ע"פ החתן סופר.

דעטס וואט העפענס ווען איינער שרייבט נישט קלאר און יעדער שרייבט עם נאך אן נאכקוקן.

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » מאנטאג יולי 23, 2018 3:58 pm

להודות האט געשריבן:דארט שטייט נישט די לשון, נאר די מקוה חיים איז מסביר ע"פ החתן סופר.

דעטס וואט העפענס ווען איינער שרייבט נישט קלאר און יעדער שרייבט עם נאך אן נאכקוקן.

דעם 'מקוה חיים' האבעך נישט געזען אבער אין חתן סופר איז אדרבה גאר, בפשטות איז ער מפרש דעם תוספתא דלא כהנ"ל, אז די פרושים - חז"ל - האבן נישט חושש געווען אויף דילמא טומאה יצאה מגופו בלא ידיעתו, ודלא כטובלי שחרית, ודוק.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג יולי 23, 2018 6:11 pm

שישו מעי... אם על ספיקות שלכם כך...
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג יולי 23, 2018 6:22 pm

האט איינער ג'פרעגט: אויב ער איז נישט זיכער צו זיין אפגעהיטן פון א ראיה אסורה איז בעסער ער זאל אינגאנצן נישט גיין אדער יא?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מאנטאג יולי 23, 2018 7:30 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:האט איינער ג'פרעגט: אויב ער איז נישט זיכער צו זיין אפגעהיטן פון א ראיה אסורה איז בעסער ער זאל אינגאנצן נישט גיין אדער יא?

פאר בר מצוה בחורים לערנט מען אויס ענדערש נישט צו גיין

#מיין מנהל\מלמד

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5056
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג יולי 23, 2018 9:32 pm

וואס איז די סברה יא צו גיין? א ענין קעגן א ספק דאורייתא?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

זיסקינד
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

א דבר חידוש אין קונטרס "מראש צורים"

תגובהדורך זיסקינד » דינסטאג יולי 24, 2018 8:13 am

איך האב געזעה'ן א קונטרס מיטן נאמען "מראש צורים" אויף הגאון ר' מיכל שלעזינגער ז"ל רב אין פפד"מ אין בהמשך ראש ישיבת "קול תורה" אין ירושלים,
וואס דארט ווערט געבריינגט בתוך הדברים כמה פעמים אז כמסורת בית אבותיו האט ער מקפיד געווען יעדן טאג גיין אין מקוה,
אזוי אויך ווערט דארט געבריינגט פון ספר "אש תמיד" וואס דארט שטייט אז בזכות וואס ר' מיכל האט מקפיד געווען יעדן טאג אויף טבילה במקוה האט ער אמאל זיוכה געווען צו הצלת נפשות כפשוטו,
אזוי אויך ווערט דארט געבריינגט אז ער מיט זיינע ברידער זענען געווען די איינציגסטע אין האמבורג וואס פלעגן מקפיד זיין אויף א מקוה און זיי פלעג'ן ברעכן די אייז יעדן טאג,

אינטרעסאנט איז אז דאס איז א ייעקישע משפחה אין האמבורג אדער פראנקפורט און זיי האבן אויך מקפיד געווען אויף מקוה, איך ווייס נישט צו ס'מיינט נאר טבילת עזרא, אדער ס'מיינט יעד'ן טאג, ווייל אפאר מאל דארט אין קונטרס ווערט דערמאנט דעם לשון "כל בוקר"

אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » דינסטאג יולי 24, 2018 8:17 am

עיין בספר הליכות חיים על הרבי מריבניץ, בענין מקוה. אנן מה נענה אבתריה
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

יין
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 1:13 am

תגובהדורך יין » מיטוואך ינואר 23, 2019 1:01 am

לעדתי איז מען אמאהל נישט געגענגען יעדען טאג וויל עס פלעגט זיין זייער שווער עס איז נישט געווען ווי היינט יעדע שוהל האט א קאלטע אדער הייסע בור מען האט זיך געדארפט שלעפן
צי די טייך אדער ים אין די קאלטע פארטאגס ממילא איז מען נישט געגענגען אפט אבער היינט איז נישט דא קיין שום תרויץ נישט צו גיין אלעס שיין צויגעשטלעט... בפרט אז ווערט געברענגט אין אלע ספרים די מעלה פין א טבליה

כרם
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » מיטוואך ינואר 23, 2019 8:11 am

יין האט געשריבן:לעדתי.....
אבער היינט איז נישט דא קיין שום תרויץ נישט צו גיין אלעס שיין צויגעשטלעט... בפרט אז ווערט געברענגט אין אלע ספרים די מעלה פין א טבליה


די אלע פראבלעמען ווי, פארברענגען מיט לשה"ר און רכילות וכו פארן דאווענען, ראיות אסורות, געזונטהייט אישוס, ועוד, איז נישט געוועהן ווען מ'האט געדארפט האקן אייז.
בינעך נייגעריג וואס די אלע ספרים וואלטן געשריבן וועגן די היינטיגע סיטשועישן?

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך ינואר 23, 2019 8:37 am

כרם האט געשריבן:
יין האט געשריבן:לעדתי.....
אבער היינט איז נישט דא קיין שום תרויץ נישט צו גיין אלעס שיין צויגעשטלעט... בפרט אז ווערט געברענגט אין אלע ספרים די מעלה פין א טבליה


די אלע פראבלעמען ווי, פארברענגען מיט לשה"ר און רכילות וכו פארן דאווענען, ראיות אסורות, געזונטהייט אישוס, ועוד, איז נישט געוועהן ווען מ'האט געדארפט האקן אייז.
בינעך נייגעריג וואס די אלע ספרים וואלטן געשריבן וועגן די היינטיגע סיטשועישן?

נאכן קריג האט א גדול אין א"י געוואלט מתקן זיין אז היות מקואות זענען פול מיט בחור'ליך וואס ברויכן נישט גיין און ס'ברענגט זיי אראפ די יראת שמים האט ער געוואלט מתקן זיין אז בחורים זאלן נישט גיין. למעשה האט מען עס נישט געטוען סאו גלייב איך אז די היינטיגע רבנים וועלן עס אויך נישט טוען
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

כרם
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » מיטוואך ינואר 23, 2019 8:58 am

nmi האט געשריבן:
כרם האט געשריבן:
יין האט געשריבן:לעדתי.....
אבער היינט איז נישט דא קיין שום תרויץ נישט צו גיין אלעס שיין צויגעשטלעט... בפרט אז ווערט געברענגט אין אלע ספרים די מעלה פין א טבליה


די אלע פראבלעמען ווי, פארברענגען מיט לשה"ר און רכילות וכו פארן דאווענען, ראיות אסורות, געזונטהייט אישוס, ועוד, איז נישט געוועהן ווען מ'האט געדארפט האקן אייז.
בינעך נייגעריג וואס די אלע ספרים וואלטן געשריבן וועגן די היינטיגע סיטשועישן?

נאכן קריג האט א גדול אין א"י געוואלט מתקן זיין אז היות מקואות זענען פול מיט בחור'ליך וואס ברויכן נישט גיין און ס'ברענגט זיי אראפ די יראת שמים האט ער געוואלט מתקן זיין אז בחורים זאלן נישט גיין. למעשה האט מען עס נישט געטוען סאו גלייב איך אז די היינטיגע רבנים וועלן עס אויך נישט טוען


מ'האלט שוין אסאך ווייטער ווי נאכן קריג

( איך בין נישטא עס אפצושטעלן, נאר אויס שמוסען)

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מיטוואך ינואר 23, 2019 9:05 am

א. כ'האב געזען אמאל שטיין אין עבודת בנימין, אז ערב שבת זאל מען גיין אין מקוה פרי, פאר ס'ווערט צו אנגעפאקט. ודפח"ח.

ב. מ'טרעפט טאקע דא און דארט געוויסע גדולים וואס זענען געגאנגען אין מקוה יעדן טאג, אבער ביי חסידים (אויסער חב"ד און ברסלב) איז עס נישט געווען איינגעפירט אלץ נחלת הכלל.

בבל
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מיטוואך ינואר 23, 2019 9:44 am

מיין ישיבה קטנה מנהל הרר' שלמה זלמן וויינבירגער שליט' 'א פלעגט אסאך מעורר זיין איבער עניני קדושה און פלעגט זאגן אז א בחור וואס די מקווה שטערט אים יראת שמים זאל נישט גיין אין מקוה

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך ינואר 23, 2019 11:16 am

שומר אמונים שרייבט מען זאל גיין אין שויער ער"ש אינדערהיים דערנאך גיין אין מקוה

(אזוי געדענק איך)

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך ינואר 23, 2019 12:56 pm

אדער יא האט געשריבן:שומר אמונים שרייבט מען זאל גיין אין שויער ער"ש אינדערהיים דערנאך גיין אין מקוה

(אזוי געדענק איך)

ראספשע במייל האט געשריבן:בימי השומר אמונים עדיין לא הי' שואער'ס במקוה....

קען זיין איך פארמיש מיט תולדות אהרן.

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תשעה קבין

תגובהדורך Graphic24 » מיטוואך ינואר 23, 2019 1:03 pm

קען עמיצער מבאר זיין הלכות תשעה קבין וואס ניצט בשעת הדחק במקום מקוה...?
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1096
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » מיטוואך ינואר 23, 2019 1:12 pm

אדער יא האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן:שומר אמונים שרייבט מען זאל גיין אין שויער ער"ש אינדערהיים דערנאך גיין אין מקוה

(אזוי געדענק איך)

ראספשע במייל האט געשריבן:בימי השומר אמונים עדיין לא הי' שואער'ס במקוה....

קען זיין איך פארמיש מיט תולדות אהרן.

איך האב עס געהערט פון הרה"צ ר' דניאל פריש זצ"ל ביי א שבת'דיגע סעודה

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך ינואר 23, 2019 1:21 pm

דאכט זיך מיר צו האבן געזעהן א תשובה אין שבט הלוי בנוגע גיין אין 'שאוער' פארן דאווענען, דרוקט ער זיך אויס מיט אזא שטיקל פקפוק אויף די עצם זאך פון גיין ברבים... אבער בקהלות המסתעפים מחבורת השומרי אמונים זצוק"ל איז דא א מורא'דיגע דגוש אויף דעם, (רבי דניאל פריש איז דאך געווען מזקני החסידים תלמידי חבורת השומרי אמונים/תולדות אהרן).

yakovb
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 2:47 pm

תגובהדורך yakovb » מיטוואך ינואר 23, 2019 1:41 pm

Graphic24 האט געשריבן:קען עמיצער מבאר זיין הלכות תשעה קבין וואס ניצט בשעת הדחק במקום מקוה...?

viewtopic.php?f=5&t=25082&hilit=%D7%AA%D7%A9%D7%A2%D7%94+%D7%A7%D7%91%D7%99%D7%9F


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט