סוף זמן תפילה - חצות

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2629
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 2:00 pm

רוח נכאה האט געשריבן: און ער האט זיך ארויסגעכאפט אז עס איז דא געוויסע ראשונים וואס האלטן מען קען דאווענען א גאנצע טאג שחרית.

זייער אינטערעסאנט, שערקויעך פארן ברענגען.

איישישאק
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

תגובהדורך איישישאק » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 4:33 pm

אכן, א ווייטאג צו זען ווי מנעטשן פארברענגן די צייט און זענען פושע אין א פשוטע הלכה אין שו"ע אז מען מוז דאווענען פאר זמן תפילה. די רביס וואס מאכען אלע זייער אנהענגערס פאר נישט בני גרים (איינער פארשטייט דער זאץ? א גר קען זיך נישט אנהענגען אין א רבי? זאג דיין זיידעס ווייל דו ביסט נישט קיין בן גרים, אבער די רביס העלפען דיר גארנישט אין דעם), עכ"פ אסאך פון זיי, האבען זייער נישט געגליכענט אז די חסידים לערנען זיך אפ פון זיי. זיי האבען געהאט זייער חשבונות וואס פאסט נישט פאר פראסטע מענטשען. אבער יעצט וואס מען ברענגט יא פון זייער הנהגות, איז פלוצלונג הרב ישראל יעקב פישר א מ"ד?! ער האט דאך געדאווענט יעדען טאג כוותיקין, און שבת אויך (ביז נאך הויכע שמו"ע שחרית). איז ער שוין אויך נישט קיין מ"ד.

איך מיין נישט איינעם אוועק מאכען. יא, עס איז דא דעפרעסטע מענטשן, וכדברי ראב"ד העה"ח זצ"ל. און עס איז דא מענטשן וואס אנדערש וועלען זיי פארלירען די ביסל שייכות מיט רוחניות וואס זיי האבען. און עס איז דא מנהגים וואס איך פארשטיי נישט און מיין זיידעס האבען נישט געטון, אבער הנח להם. נאר ביטע מסביר זיין די הלכה דערפון, וויאזוי עס קען זיין א בנש"ק וואס טוט אסאך פרומע זאכען מער ווי אנדערע, האט פלוצלונג דא פארגעסן דערפון, ובפרט אז עס זעט נישט אויס אז ער האט גרויסע זאכען אינזין פאר דעם?

אז מ'וויל א מקור, זאל מען איבערחזר'ן די מעשה מיט הרב איסר זלמן מלצר און דער בעלזער רב זצ"ל, ווי יעדער האט געזאגט א פשט לויט די אנדערענ'ס טראכטסגאנג.

עס איז דא נאך וואס צו רעדן, אבער איך בין א פרישער דא, און איך ווייס נישט צו דער עולם וויל הערן מיין רייד.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 7:07 pm

איישישאק האט געשריבן:אכן, א ווייטאג צו זען ווי מנעטשן פארברענגן די צייט און זענען פושע אין א פשוטע הלכה אין שו"ע אז מען מוז דאווענען פאר זמן תפילה. די רביס וואס מאכען אלע זייער אנהענגערס פאר נישט בני גרים (איינער פארשטייט דער זאץ? א גר קען זיך נישט אנהענגען אין א רבי? זאג דיין זיידעס ווייל דו ביסט נישט קיין בן גרים, אבער די רביס העלפען דיר גארנישט אין דעם), עכ"פ אסאך פון זיי, האבען זייער נישט געגליכענט אז די חסידים לערנען זיך אפ פון זיי. זיי האבען געהאט זייער חשבונות וואס פאסט נישט פאר פראסטע מענטשען. אבער יעצט וואס מען ברענגט יא פון זייער הנהגות, איז פלוצלונג הרב ישראל יעקב פישר א מ"ד?! ער האט דאך געדאווענט יעדען טאג כוותיקין, און שבת אויך (ביז נאך הויכע שמו"ע שחרית). איז ער שוין אויך נישט קיין מ"ד.

איך מיין נישט איינעם אוועק מאכען. יא, עס איז דא דעפרעסטע מענטשן, וכדברי ראב"ד העה"ח זצ"ל. און עס איז דא מענטשן וואס אנדערש וועלען זיי פארלירען די ביסל שייכות מיט רוחניות וואס זיי האבען. און עס איז דא מנהגים וואס איך פארשטיי נישט און מיין זיידעס האבען נישט געטון, אבער הנח להם. נאר ביטע מסביר זיין די הלכה דערפון, וויאזוי עס קען זיין א בנש"ק וואס טוט אסאך פרומע זאכען מער ווי אנדערע, האט פלוצלונג דא פארגעסן דערפון, ובפרט אז עס זעט נישט אויס אז ער האט גרויסע זאכען אינזין פאר דעם?

אז מ'וויל א מקור, זאל מען איבערחזר'ן די מעשה מיט הרב איסר זלמן מלצר און דער בעלזער רב זצ"ל, ווי יעדער האט געזאגט א פשט לויט די אנדערענ'ס טראכטסגאנג.

עס איז דא נאך וואס צו רעדן, אבער איך בין א פרישער דא, און איך ווייס נישט צו דער עולם וויל הערן מיין רייד.

זאגסט געוואלדיג יהא בואך לברכה
קוק נישט צי מאנכע ווילן יא הערן צי נישט, דו שריי דעם אמת, ס'וועט אלץ זיין אידן מבקשי ה' וואס וועלן שעפן חיות פון אייערע דיבורים, כאטש וואס זיי וועלן אפשר זיין שטיל און כאטש וואס ס'גאנץ מעגליך אז אנדערע וועלן אראפרייסן, דו ווער נישט דערשראקן, ה' עמך גבור החיל!

איישישאק
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

תגובהדורך איישישאק » מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:00 pm

רבי תנחומא אומר אזלת לקרתא הלך בנימוסיה (שמו"ר פרשת כי תשא)
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5087
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:26 pm

שאראש-פאטאק האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:בדרך אגב וואלט איך געוואלט פרעגן.

פון ווי קומט דאס אז שבועות, ראש השנה, הושענא רבה, שמחת תורה, ענדיגט מען אין די וועלט אריין.

לכאורה איז עס קעגן די הלכה, יום טוב טאר מען נישט פאסטן, אין נאך חצות אויב מע האט נאך נישט געגעסן הייסט דאס געפאסט לכל הדעות.

נעכטן האב איך געזען אז רבינו יואל האט דאס איינגעפירט כדאי מען זאל זיך נישט דרייען אין די גאסן אין אזאנעכע הייליגע טעג, זאגענדיג אז סע איז נישט סתם נאך א שבת.

עני קאנפערמעישן אויף דעם, צו א מקור?

בפשטות איז אזוי די רבי האט געדאווענט איעדע טאג אפילו שבת שפעט
סתם א שבת האט די רבי אריינגעקומען ביי ברוך שאמר אין רוב עולם האט געדאווענט אין אנדערע בתי מדרשים ימים טובים האט די עולם מיט געהאלטען מיט די רבי אין רוב בתי מדרשים האבן זיך גימיטשעט מיט מנין למשל ראש השנה תיכף נאך שחרית איז די רבי אריינגעקומען צום ליינען אין מען האט געהאלטען נאך א שעה פאזע אין נאכען זאגען אלע יוצרות וואס מען קען נאר אז עס זאל דארען ווי לענגיר

נישט געווארן איינגעפירט דורך'ן בעל דברי יואל, שוין אסאך אסאך עלטער, די ייטב לב האט געזאגט די טעם מיין איך וועגן זיך דרייען אין די גאסן,
איז עס נישט דא א תשובה אין אבני צדק וועגן דאווענען שבת נאך סוף זמן תפילה,? עפעס אזוי ליגט מיר אין זכרון פון יארן צירוק.
דערמאנט מיר אביסעל פון דא
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » זונטאג אוגוסט 25, 2019 1:10 am

רוח נכאה האט געשריבן:אין האט זיך ארויסגעכאפט אס עס איז דא געוויסא ראשונים וואס האלטן מען קען דאווענען א גאנצע טאג שחרית.

איינער קען אפשר אנווייזן א ראשון וואס האלט אזוי?

שאראש-פאטאק
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:25 pm

תגובהדורך שאראש-פאטאק » זונטאג אוגוסט 25, 2019 2:03 am

shalsheles האט געשריבן:
רוח נכאה האט געשריבן:אין האט זיך ארויסגעכאפט אס עס איז דא געוויסא ראשונים וואס האלטן מען קען דאווענען א גאנצע טאג שחרית.

איינער קען אפשר אנווייזן א ראשון וואס האלט אזוי?

עיין בתשובות ארץ צבי שמביא כמה ראשונים שסוברים כן גדענק איך נישט וועלעכי תשובה ס'איז עיין במפתח ותמצא

געוואלטיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

תגובהדורך געוואלטיג » זונטאג אוגוסט 25, 2019 4:25 am

שאראש-פאטאק האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:
רוח נכאה האט געשריבן:אין האט זיך ארויסגעכאפט אס עס איז דא געוויסא ראשונים וואס האלטן מען קען דאווענען א גאנצע טאג שחרית.

איינער קען אפשר אנווייזן א ראשון וואס האלט אזוי?

עיין בתשובות ארץ צבי שמביא כמה ראשונים שסוברים כן גדענק איך נישט וועלעכי תשובה ס'איז עיין במפתח ותמצא

דער רמב"ם פסקנט אזוי דעריבער האבן צדיקים זיך פארלאזט במקום אונס
און עס הייסט נישט א ברכה לבטלה אויב סדא אפילו איין שיטה

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21969
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אוגוסט 25, 2019 8:08 am

מרן טאהשער רבי זצ"ל האט שטרענג פארלאנגט פון די חסידים צו דאווענען באצייטענס, מיט אים האבן מיטגעדאווענט בלויז ניין בחורים, און ער האט נישט אלעמאל געדאווענט ביי די שקיעה, פיל מאל פריער, ער האט געקענט גרייט ווערן פארמיטאג אויך, און צומאל אנגעטאן תפילין הערשט נאך די שקיעה, פלעגט הייסן אינזין האבן די ערשטע שמו"ע אלס מנחה די צווייטע אלס השלמה פון שחרית.

עכ"פ ווער עס האט זיך געדרייט ארום האט געוואוסט אז ער מאנט און פאדערט פונקטליכקייט סיי אין סדר היום אין סיי אין זמנים.

וואס פארשטייען מיר דען אין די אידן וואס זענען געווען כל כלו לשמים.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

איישישאק
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

תגובהדורך איישישאק » זונטאג אוגוסט 25, 2019 10:10 am

געוואלטיג האט געשריבן:
און עס הייסט נישט א ברכה לבטלה אויב סדא אפילו איין שיטה

מקור?
דער ארץ צבי האב איך דא געטראפען.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 12:40 pm

אין אור תורה שבט תשע"ב סימן מו וז"ל, והרא"ה והרשב"ץ בפסקיהם בפרק תפלת השחר דמדרבנן תפלת השחר עד הערב היינו עד צאת הכוכבים, יעו"ש.

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 1:16 pm

בספר ראשון לציון למרן האוה"ח הקודש זי"ע במס' ברכות ט, ב. וזל"ק, ולענין הלכה נראה דפשטא דמלתא דכוליה יומא קרי קריאת שמע בברכותיה כדמשמע מתלמודא דקאמר לקמן מאי לא הפסיד לא הפסיד ברכות, אלא דלא קרא קריאת שמע בעונתה דאמור רבנן בפירוש ביה, והגם דגאון פירש בהדיא מכאן ואילך שעה רביעית, הא איכא בה"ג (סימן א פ"א) דלא פירש הכי ואמר מכאן ואילך סתם, דמשמע כוליה יומא. גם מדברי הרי"ף (ד, ב) דקאמר סתם מכאן ואילך לא הפסיד, ולא מפליג בין שעה רביעית שמע מינה דכוליה יומא וכפסק הרמב"ם ק"ש פ"א הי"ג ז"ל וסמ"ג ז"ל, (עשין סימן יח) וכן עיקר. וכל זה לענין ברכות, אבל לענין ק"ש עצמה חייב כל היום מצותה מדאורייתא. ואם נסתפק אם קרא חייב לקרותה דבר תורה כל דאיכא שהות ביום עכלה"'ק

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 1:23 pm

ובמקור חיים להגאון חוות יאיר או"ח סימן נ"ח סק"ו, וז"ל, ומ"מ בנאנס כגון קוברי מת קורין כל היום בברכותיה, עכ"ל. ופלא גדול שמחולק עם השו"כ ונשאי כלים ואינו מזעיר בכלל שחולק עליהם.

איישישאק
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

תגובהדורך איישישאק » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 2:18 pm

ברכות ק"שלחוד ומצות תפלה לחוד. די ערשטע איז טאקע א מקור, פון דער תשב"ץ וכו׳.

אבער קיין מקור האט מען נישט געברענגט אז איין שיטה, אפילו וואס איז נישט להלכה, איז גענוג אז עס זאל נישט זיין קיין ברכה לבטלה. עס ליגט מיר אין קאפ אז דער בית יוסף ברענגט א ר"י אבוהב אז דער עולה דארף נישט מיטליינען די קריאת התורה מיט׳ן בעל קורא, און פונדעסטוועגן פסקנ׳ט ער אין שו"ע אז עס איז א ברכה לבטלה טאמער מ׳זאגט נישט מיט.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21969
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 2:31 pm

רוח נכאה האט געשריבן:ובמקור חיים להגאון חוות יאיר או"ח סימן נ"ח סק"ו, וז"ל, ומ"מ בנאנס כגון קוברי מת קורין כל היום בברכותיה, עכ"ל. ופלא גדול שמחולק עם השו"כ ונשאי כלים ואינו מזעיר בכלל שחולק עליהם.

ס'איז נישט קיין פלא, ער האט דאס מחבר געווען נאך איידער דער טו"ז ומג"א זענען געדרוקט געווארן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט