בן חמש למקרא. פארוואס לערנען מיר נישט אזוי ווי עס שטייט אין די משנה?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

real estate
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2015 10:54 am

בן חמש למקרא. פארוואס לערנען מיר נישט אזוי ווי עס שטייט אין די משנה?

תגובהדורך real estate » זונטאג יולי 15, 2018 11:19 pm

אזויאין אן אנדערע אשכול( על הצדיקים ) האט מען גערעדט פון א שיטת זילבערמאן אין בני ברק ווי מען לערנט קודם מיט די קינדער גאנץ תנ"ך מיט ששה סדרי משנה בעפאר מען הייבט אן צו לערנען א ווארט גמרא. לכאורה איז דאס וואס עס שטייט אין די משנה בן חמש למקרא בן עשר וגו', אפשר איז כדי אויסצושמיסען וואס די שיטה זילבערמאן איז בכלל. אין בפרט האב איך שוין לאנג געוואלט עפענען א אשכול פארוואס מהאט אופגעהערט לערנען נ"ך ביי די קינדער א עיקר חלק פון די תורה וואס רוב עולם האט נישט קיין אנונג וואס עס טוט זיך דארט. אינטערסאנט אז מיין טאטע זאגט ווען ער איז געווען א אינגל אין סאטמאר חדר איז געווען א געהעריגע שיעור אויף נ"ך וואס מען פלעגט פארהערן סוף וואך.

1) דאס איז זיכער אז די דרך וויאזוי מען לערנט ביי אונז איז יסודתו בהררי קודש, מען האט מאיזה סיבה שהוא איינגעזעהן אז די משנה בן חמש למקרא וכו' איז נאר געווען בזמן המשנה ביז די גמרא איז ארויסגעקומען, אדער עפעס אן אנדערע זמן, וויל איך נאר וויסן וואס גייט דא פאר פונקטליך. פארוואס האט מען דאס משנה געווען, וועלכע צייט האט מען דאס משנה געווען, און אלעס ארום"

2) פארוואס איז נישטא א סדר אין די חדרים א שיעור אין נ" ך?

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » זונטאג יולי 15, 2018 11:49 pm

דאס אז מען לערנט נישט קיין נ״ך האט צוטון מיט דעם אז די משכילים האבן אסאך געלערנט נ״ך

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג יולי 16, 2018 12:06 am

לאמיר אנפאנגן צו טראכטן (הגם איך בין זיכער אז מען רעדט דערפון). די משנה איז דאך געווען בזמן המשנה, בעת ווען עס איז בכלל נישט געווען קיין גמרא, דאס הייסט אז די גאנצע מציאות פון די סדר התורה וואס מיר האבן היינט איז געווען אויף אן אנדערע פארנעם בכלל ווי היינט. ממילא איז פשוט אז מען קען זאגן אז די משנה איז נאר געזאגט געווארן בימים ההם ווען די תורה שבעל פה האט מען טיילווייז אליינס געדענקט בעל פה, משא"כ היינט וואס די תורה שבעל פה האט מען געמיזט אפשרייבן אויף אן אופן פון גמרא, מיינט דאס אז אויב מען וועט לערנען תורה שבכתב אן גמרא וועט מען זיך טועה זיין בעקרי יסודות הדת שהוא נגד הגמרא. כן נראה לומר לפום ריהטא.

באמת דארף מען מעיין זיין אין שולחן ערוך הלכות תלמוד תורה, יו"ד סימן רמ"ה, דארט ווערט דאכט זיך מיר נישט אויסגעשמועסט די אופן הלימוד אזוי ווי די משנה, דאס מיינט אז לכאורה פסק'נט מען נישט היינט ווי די משנה. פארוואס? קען זיין אזוי ווי איך האב דא געשריבן, ועוד יש לעיין בזה.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג יולי 16, 2018 12:18 am

דאס האט אבער נישט קיין שייכות מיט דיין צווייטע שאלה פארוואס מען לערנט נישט היינט קיין נ"ך. לכאורה דארף מען טאקע לערנען היינט נ"ך, עס איז נישט קיין שום סתירה מיט די מסורה, נאר וואס דען, מען דארף לערנען ביידע, גמרא מיט משניות מיט חומש מיט רש"י מיט נ"ך. אנדערש ווי עס איז געווען די צייטן פון די משנה וואס מען האט קודם נאר געלערנט מקרא בלי שום משנה כלל.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » מאנטאג יולי 16, 2018 12:22 am

געהערט א מעשה אז אמאל איז א מלמד געקומען פרעגן דער סקווערע רבי ז״ל אז אפשר וואלט געווען כדאי מען זאל לערנען מיט די קינדער פירוש המילות פון תהילים אזוי ווען זיי וואקסן אויף און זאגן אויס תהילים יעדע שבת וועלן זיי פארשטיין וואס זיי רעדן האט דער רבי געזאגט ענדערש זאלן זיי נישט פארשטיין ווי איידער לערנען נ״ך!!

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג יולי 16, 2018 12:26 am

אמאל די משכילים האבן געמאכט אן עסק פון נ"ך איז געווען דעמאלס אן ענין פון זיך צוריקהאלטן פון לערנען נ"ך. לכאורה איז דאס שוין היינט נישט נוגע אזוי שטארק. אדרבה קוקט'ס אריין אין נהרי אש ווי רבי שמעונ'לע פייערט אז די אפיקורסות נעמט זיך ווייל מען לערנט נישט די נביאות פון נ"ך וואס מען קען זיך ארויסלערנען אלע סארט דברי מוסר והשקפה וואס הקב"ה האט מוכיח געווען אידישע קינדער.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

real estate
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2015 10:54 am

תגובהדורך real estate » מאנטאג יולי 16, 2018 12:38 am

אלמוני האט געשריבן:דאס אז מען לערנט נישט קיין נ״ך האט צוטון מיט דעם אז די משכילים האבן אסאך געלערנט נ״ך

אויף דעם האט שוין רביה"ק מ'סאטמאר זי" ע געזאגט אז אמאל האבן דאס די משכילים גענוצט אבער היינט ליגט די אפיקורסות ערגעץ אנדערש. אין ווי ערווענט פלעגט מען לערנען נ"ך אין סאטמאר אין די פריערדיגע יארן

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3720
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג יולי 16, 2018 7:03 am

ביי אונזערע צייטן האט מען געלערנט נ"ך. יהושע שופטים און שמואל
בוי זיך זעלבסט

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » פרייטאג יולי 27, 2018 4:33 pm

ביי אונז אין חדר, די רבי איז געווען א נאנטער תלמיד פון רביה''ק מסאטמאר זי''ע, און מיר האבן געהאט א געהעריגע סדר אין לימוד נ''ך.
נישט יעדע זאך וואס מען טוט נישט אין חדר מיינט אז יסודתו בה''ק דאס נישט צו טון.
איך האב געקענט אן עלטערע איד א תלמיד פון בעל מנחת אלעזר וואס האט געקענט נ''ך אויסנווייניג. ער האט געהאט א נ''ך ביי זיין בעט און געלערנט יעדע נאכט.
mi a nagy ügy


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: YandexBot און 2 געסט