נוסחאות התפלה ומנהגיה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

השכיבנו 'אבינו' לשלום אדער 'ה' אלקינו'?

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מאי 26, 2008 1:07 am

וואס גייט דארט פאר איינער זאגט השכיבינו ה"א לשלום און איינער השכיבינו אבינו לשלום?

איז דאס תלו אין מנהגים?

וואס איז פשט דערפון ?

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג מאי 27, 2008 2:30 pm

יא עס איז דא חיליקים און די מנהגים
איך געדענק נישט פינקלעך ווער זאגט וואס אבער איך האב שוין געקיקט און אפאר סידורם
למשל געהעריגע תפלות יעקב
מנקאטש
חב"ד
אשכנז
חיד"א , און נאך
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

תגובהדורך ליפא » מיטוואך מאי 28, 2008 1:23 am

איך זעה א אינטרעסאנטע חילוק דארט
אז די וואס זאגן מלכותך "השם אלוקינו" ראו בניך ביי מי כמכה, די זאגן השכיבינו אבינו
און די וואס זאגן השכיבינו ה"א לשלום וועלן זאגן מלכותך ראו בניך
איך מיין אז עס איז תלוי הא בהא

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך מאי 28, 2008 9:43 pm

ליפא, דאוו לוקא.

איך זאג סיי מלכותך ראו בניך, און סיי השכיבנו אבינו, ס'איז דא אזאנס אויך.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מיטוואך מאי 28, 2008 9:47 pm

כ'געדענק א מנהג, ביי מעריב אזוי, און ביי קר"ש על המטה פארקערט.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג מאי 29, 2008 1:59 am

בקיצעל המעשה,יעדער ווייסט נאר פון וואס מען האט זיך אונטער געהערט ביים שכן ביים דאווענען, און דער שכן האט עס נעכטן געהערט פון דיר, אלא מאי, ווי האלטן מיר דא?.

אוועטאר
וואס וויסטע
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 04, 2008 6:28 pm

תגובהדורך וואס וויסטע » זונטאג יוני 22, 2008 6:09 pm

איך האב אמאל געהערט פון ר' יוסף חיים גרינוואלד ביי א שיעור אז לכוארה איז מער ריכטיג צו זאגן השכיבנו אבינו ווייל השכיבנו פאסט זיך צו זאגן פאר א טאטע (ער האט אבער צוגעלייגט אז ער פסק'נט נישט אפ) ודפח"ח
אפשר זאגסטו מיר וואס די וויסט?

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

נוסחאות התפלה ומנהגיה

תגובהדורך ביקסאד » זונטאג יוני 29, 2008 1:51 am

אין מונקאטש'ער סידור'ל שער יששכר איז ער מדייק אזוי אשר בדברו מעריב ערבים בחכמה, פותח שערים בתבונה, משנה עתים, ומחליף וכו', נישט ווי די וועלט זעצט אשר בדברו מעריב ערבים, בחכמה פותח שערים, ובתבונה משנה עתים, ומחליף וכו', יאך האב איצטער נישט נאך געזוכט אין מאמר נוסח התפלה אפשר ווערט דארט גערעדט דערפון, און ווי אויך וואלט מען אפשר אויך באדארפט נאך צו קוקן אין דעם היינטיגן בעלזא סידור זעהן ווי אזוי זיי זעצן לויט ווי זיי פארשטייען חכמת הדקדוק, אבער תשועה ברוב יועץ.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 10, 2008 10:30 am

איך מיין אז דער 'בדברו מעריב ערבים בחכמה' איז אביסל סתירה'דיג, ווייל די פעולה ציהט צו צוויי הפעלות, הגם עס איז נישט דייקא קיין פאראדאקס, ווייל א זאך קען געטאן ווערן סיי בדיבור און בחכמה, אבער דער סדר הפיוט זעהט נישט אויס אזוי.

מה הכריחו לכך?

אגב, דער מונקאטשער רב דער מנחת אלעזר איז באקאנט ביי נוסחאות ווי ער האט איינגעפירט אסאך זאכן נישט ווי עס איז געווען מקובל, צו מכח הלכה אדער מכח דקדוק, ווער עס דערמאנט זיך נאך שינוים קען מקיים זיין אל תמנע.

צוויי מונקאטשער מנהגים וואס איך געדענק יעצט בנוסח התפילה, איך ווייס אבער נישט צו דאס איז פונעם מנחת אלעזר אדער פון פריערט, נישט זאגן רבוש"ע על החלומות ביי ברכת הכהנים (אפי' נישט שבת) און נישט זאגן יראו ביים בענטשן.

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דאנארשטאג יולי 10, 2008 12:18 pm

חלילה אזוי צו זאגן אויפן מנחת אלעזר אז ער האט געטאן זאכן נישט ווי ס'איז מקובל.
ער האט געמאכט די שינויים עפ"י קבלה, און גאר אסאך מאל האט ער אויפגעוויזן אז דער נוסח איז משובש און האט געהאט ראיות ברורות אז דער נוסח איז אנדערש.

אין מיט דיין ערשטע פאינט, זעה איך נישט קיין דירעקטע סתירה, ס'איז פארט נישט גלאטיג. אבער דער פיוט איז געשמאקער.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 10, 2008 1:54 pm

אלץ-ווייסער האט געשריבן:חלילה אזוי צו זאגן אויפן מנחת אלעזר אז ער האט געטאן זאכן נישט ווי ס'איז מקובל.
ער האט געמאכט די שינויים עפ"י קבלה, און גאר אסאך מאל האט ער אויפגעוויזן אז דער נוסח איז משובש און האט געהאט ראיות ברורות אז דער נוסח איז אנדערש.

אין מיט דיין ערשטע פאינט, זעה איך נישט קיין דירעקטע סתירה, ס'איז פארט נישט גלאטיג. אבער דער פיוט איז געשמאקער.


ח"ו, איך האב געמיינט 'מקובל' ביים עולם, נישט מקובל מדור דור.

געשמאקער וועלכע וועג?

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג יולי 10, 2008 2:08 pm

אנטשולדיג.
דער נוסח איז ע"פ קבלה. און איך האב געוויסט פון דעם נוסח, נאך איידער איך האב עס געזעהן אונעם מונקאטשער סידור
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 10, 2008 2:20 pm

ר' שמחה,
אינעם כתר נהורא סידור איז אויך אזוי משמע?

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג יולי 10, 2008 2:24 pm

איך ווייס נישט. איך האב נישט דער סידור דא. 'כוועל א קוק טוהן ביינאכט און שטוב
the SCY is the limit

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » זונטאג יולי 13, 2008 3:17 am

מיללער האט געשריבן:צוויי מונקאטשער מנהגים וואס איך געדענק יעצט בנוסח התפילה, איך ווייס אבער נישט צו דאס איז פונעם מנחת אלעזר אדער פון פריערט, נישט זאגן רבוש"ע על החלומות ביי ברכת הכהנים (אפי' נישט שבת) און נישט זאגן יראו ביים בענטשן.
אזוי פירט מען זיך אויך אין זידיטשוב-ספינקא און אין קאמארנא, און די פסוקים פון יראו איז אויך נישט דא אין די סידורים משנת חסידים ר' שבתי.

http://www.munkatcherseforim.org/pdf/sh ... shulom.pdf

מיש צו עמוד 103.
לעצט פאראכטן דורך ביקסאד אום זונטאג יולי 13, 2008 12:14 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג יולי 13, 2008 9:57 am

דער מנחת אלעזר זצ"ל האט כמעט אלע נוסחאות גענומען עפ"י קבלה מספרי האריז"ל ותלמידיו און פון די פריערדיגע סידורים פון די בעלי מקובלים למשל סידור ר' שבתי מרשקוב זי"ע (נאכן קריג האבן די מונקאטשע תלמידים ארויסגעגעבן דעם סידור מיט הגהות צבי תפארת פונעם דרכי תשובה, אגב דאכט זיך מיר אז קאשויער רב ז"ל בעל ברכות שמים פלעגט אויך דאווענען אין דעם סידור), ביי די שמונה עשרה איז זייער אסאך ברכות אנדערש ווי רוב וועלט זאגט ווייל עפ"י קבלה האט יעדע ברכה א סכום ווערטער און לויט די וועלט'ס נוסח איז אסאך מאל דא מעהר, ממילא ביי אסאך ברכות זאגט מען נישט לויט דעם א ווארט צו עטליכע וואס די וועלט זאגט יא.

גראדע פאלט מיר יעצט איין (קען זיין עס שטייו שוין) א ראי' צו דעם נוסח פון ברכת שמע קולינו, וואס די וועלט נוסח איז אב הרחמן שמע קולינו ה' אלקינו וכו' אבער אין מונקאטש (און איך מיין אין נאך פלעצער) זאגט מען אזוי "שמע קולינו ה' אלקינו אב הרחמן רחם עלינו וכו'", האב איך געטראכט אז באמת רופט מען דאך דאס איבעראל אין די גמ' שו"ע ופוסקים "ברכת שמע קולינו" איז אויב די נוסח וואלט געווען אנצוהייבן מיט אב הרחמן וואלט דאך עס געדארפט הייסן ברכת אב הרחמן, אלא מאי איז א סימן אז די מקור הברכה קומט אנצוהייבן מיט שמע קולינו, אזוי איז מיר יעצט איינגעפאלן ווער עס וויל קען מיך אפווענדן אבער אזוי האב איך יעצט געטראכט

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » זונטאג יולי 13, 2008 11:11 am

דעתי עם ידידי הרב מיללער.

דער מונקאטשער רב זצוק"ל האט גענומען דעם נוסח התפלה און דאס אהער געשטעלט פונדאסניי. ער האט אנגענומען און מסדר דעם סדר התפלה אנדערשט ווי עס איז געווען מקובל ביז דאן. און אינטערסאנט איז אז ער פארלאנגט פון זיינע תלמידים אז זיי זאלן דאווענען בלויז לפי נוסח זה.

אייגנטליך, זענען באמת אלע געגאנגען אין דעם מהלך. חב"ד און זידיטשוב זענען דען אנדערשט? דער תניא האט אהער געשטעלט זיין נוסח התפלה און די זידיטשוב'ער זייער נוסח התפלה, און אזוי ווייטער ביי אלע חסידים. דעם מונקאטשער רב'ס נוסח ציט נאר מער אויפמערקזאמקייט, צוליב ווייל ער איז געווען ממש לעצטענס און אין די לעצטע הונדערט יאר פאר אים האט דאס קיינער נישט געטוהן ודו"ק.

בן הרחמן, דער נוסח פון 'שמע קולינו' איז דער אנגענומענער אשכנזי'שער נוסח, די חסידים לפלגותיהם האבן דאס נאר פארדרייט און אנגענומען ביי דעם - אזוי ווי ביי א סאך אנדערע נוסחאות אין תפילה - דעם נוסח ספרד, דער מונקאטשער האלט אז ביי דעם דארף מען צוריק גיין צו נוסח אשכנז. כ'מיין אז חב"ד בלייבט אויך ביי דעם נוסח פון שמע קולינו. (ס'שוין מיין איך אמאל געווען א שמועס אין קרעטשמע איבער דעם אז חסידים האבן ביים נוסח התפלה אנגענומען דעם נוסח ספרד אזוי ווי הודו פאר ברוך שאמר און נאך פיל אנדערע זאכן).

אינטערסאנט אנצוצייכענען ביי דעם איז, דער נוסח חב"ד (מקורו בשו"ע הרב) וואס לאזט נישט זאגן סיי דעם ושמרו פרייטיג צו נאכטס און סיי דעם ברוך ה' לעולם א גאנצע וואך, צוליבן הפסק בין ברכת השכיבינו לקדיש.

צוגלייך איז אינטערסאנט צו באצייכענען נוסח ספינקא, וועלכע האט ממש אויסגעדרייט דעם ברכת ולירושלים עירך.

און צום לעצט איז מיר אינטערסאנט צו באצייכענען דעם סאטמארער נוסח פון ותחזינה עינינו 'במהרה', אזאך וואס לעת עתה דאכט זיך האט נאך קיינער נישט געטראפן אין א פריערדיגן נוסח וואס זאל דאס אריינשטעלן. די פלא איז נאך דא פיל מער, ווייל ווי באקאנט איז אין סיגוט-סאטמאר נישט געווען אזא מיללער (נישט אונזער ניק) נוסחאות; נישט די רבי'ס האבן זיך אפגעגעבן דערמיט און אוודאי נישט די חסידים, און ווער רעדט נאך אז די רבי'ס האבן קיינמאל נישט פארלאנגט פון די חסידים אז זיי זאלן דאווענען דוקא אין דעם נוסח, און דא פלוצים ביים 'במהרה' האט דער רבי אריינגעריקט א נוסח התפילה, און...

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » זונטאג יולי 13, 2008 12:03 pm

זארעכפעפער האט געשריבן:צוגלייך איז אינטערסאנט צו באצייכענען נוסח ספינקא, וועלכע האט ממש אויסגעדרייט דעם ברכת ולירושלים עירך.
עס איז נוסח זידיטשויב, דער מקור איז פון רמב"ם און אבודרהם, דער קאמארנער אין שולחן הטהור שרייבט ויש נוסח תשכון ושני אלו אמיתיים ווייל דער נוסח איז פון זמן בית שני.
לעצט פאראכטן דורך ביקסאד אום זונטאג יולי 13, 2008 12:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » זונטאג יולי 13, 2008 12:04 pm

על דרך צחות זאגט מען דא אז דער גענויער נוסח איז: המעביר ערבים. :wink:
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יולי 13, 2008 2:48 pm

די וואך שבת ביי מוסף האט ביי מיין (אין סקרענטאנע קאנטרי שטייטציך) מנין געדאווענט פארן עמוד א מונקאטשער, ביי כתר האט ער מסיים געווען 'אומרים פעמים באהבה' אנשטאט וואס מיר הערן אין סאטמאר 'פעמים באהבה שמע אומרים', איז דאס א מונקאטשע טוויסט?

אגב, פון הרה"צ ר' חיים יהושע האלבערשטאם שליט"א חדב"ן הברך משה מסאטמאר, פלעג איך אלס הערן דעם נוסח ביי כתר 'יחד כולם אליך קדושה ישלשו' אנדערש ווי אין סאטמאר 'יחד כולם קדושה לך ישלשו', איז דאס א צאנז-באבובער נוסח?

זארעך,
זייער גוט ארויבגעברענגט דעם חילוק פון מונקאטש, פון די לעצטערע יארן איז נישט דא קיינע מנסחי נוסחאות (איך רעדט לחסידיהם, קען זיין אז פריוואט האבן רביס אנגענומען איין נוסח) אויסער דער מנחת אלעזר, בנוסף וואס די מונקאטשער תלמידים זענען למעשה מפוזר איבעראל ווי רוב פון זיי האלטן אן די נוסחאות ומנהגים אפי' ביים צווייטן און דריטן דור.
לעצט פאראכטן דורך מיללער אום זונטאג יולי 13, 2008 4:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » זונטאג יולי 13, 2008 3:17 pm

מיללער האט געשריבן:די וואך שבת ביי מוסף האט ביי מיין (אין סקרענטאנע קאנטרי שטייטציך) מנין געדאווענט פארן עמוד א מונקאטשער, ביי כתר האט ער מסיים געווען 'אומרים פעמים באהבה' אנשטאט וואס מיר הערן אין סאטמאר 'פעמים באהבה שמע אומרים', איז דאס א מוקאטשטע טוויסט?
רוב חסידישע וועלט וואס זענען נמשך פון גאליציא און זאגן נישט 'ברוך יאמרו' זאגן 'אומרים פעמים באהבה', דער ייטב לב האט א תשובה אין אבני צדק צו פארענטפערען דעם 'האומר שמע שמע'.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm

איך זאג אויך פעמים באהבה, פילייכט אלס מונקאטש (איך דאווען דעם נוסח ביי שמו"ע).

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מאנטאג יולי 14, 2008 6:10 pm

דער נוסח איז שטאמט פון אר"י הקדוש

תפלת ערבית בברכה ראשונה אשר בדברו מעריב ערבי' בחכמה. פותח שערים בתבונה כצ"ל ויאמר מעריב ערבים בחכמה ויפסיק ואח"כ יאמר פותח שערים בתבונה ויפסיק ואח"כ יאמר משנה עתים כו'


די ספרדים זאגן טאקע אזוי.

פארוואס די אנדערע זאגן נישט אזוי, איז ווייל ר' חיים וויטאל אליינס אין פרי עץ חיים זאגט אנדערש
לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מאנטאג יולי 14, 2008 6:44 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 14, 2008 6:17 pm

מיללער האט געשריבן:אגב, פון הרה"צ ר' חיים יהושע האלבערשטאם שליט"א חדב"ן הברך משה מסאטמאר, פלעג איך אלס הערן דעם נוסח ביי כתר 'יחד כולם אליך קדושה ישלשו' אנדערש ווי אין סאטמאר 'יחד כולם קדושה לך ישלשו', איז דאס א צאנז-באבובער נוסח?
.


היינט קאנפירמד אז דער נוסח איז א באבובער נוסח ומקורו בצאנז, יענער האט אבער מוסיף געווען אז דער נוסח איז 'כולם לך קדושה ישלשו' מיר איז עפעס געליגן אין קאפ 'אליך קדושה ישלשו', ווייסט איינער צו שניהם אמת, יש ויש?

הרב היכלא,
ווי איז ער מקור פונעם אריה"ק? זייער אינטערעסאנט, תודה רבה.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מאנטאג יולי 14, 2008 6:37 pm

אין שער הכוונות

http://www.hebrew.grimoar.cz/vital/saar_ha-kavanot.htm

גיב א זוך דארט.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט