וואו איז דער מקור?....

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6342
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג אוגוסט 04, 2019 7:14 pm

חלב ישראל האט געשריבן:וואס איז די ערשטע מקור אויף נישט גיין פיר אמות אן נעגל וואסער, מקורות ווייס איך גענוג, איך וויל נאר וואוסן די פריעסטע מקור וואס מ'ווייסט.

לפי ידיעתי איז עס פון הייליגן רבי ר' זושא, יתיצב על דרך לא טוב
אדרבה איינער ווייסט פון פריער זאל מעלדן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אביונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » זונטאג אוגוסט 04, 2019 7:17 pm

מי יודע האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:וואס איז די ערשטע מקור אויף נישט גיין פיר אמות אן נעגל וואסער, מקורות ווייס איך גענוג, איך וויל נאר וואוסן די פריעסטע מקור וואס מ'ווייסט.

לפי ידיעתי איז עס פון הייליגן רבי ר' זושא, יתיצב על דרך לא טוב
אדרבה איינער ווייסט פון פריער זאל מעלדן

מגן אברהם סי' ד' סק"א ההולך ד"א בלי נט"י חייב מיתה
עס שטייט נאך אין זוה"ק [כ'וויס נישט וואו די זוהר איז, אבער אין תניא און אלי' רבה ברענגען עס בשם הזהר]

סי'ז אויך באקאנט דאס ווערטל אויף יענעם ליטוואק וואס האט ציגעשריבן בגליון השו"ע, 'והוא שהרג את הנפש בהליכתו'.....

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » זונטאג אוגוסט 04, 2019 7:35 pm

אפשר קענסטו מרחיב זיין פאר די וואס איז נישט באקאנט די ווערטל, תזכו לשמיצוועס.

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » זונטאג אוגוסט 04, 2019 7:39 pm

מי יודע האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:וואס איז די ערשטע מקור אויף נישט גיין פיר אמות אן נעגל וואסער, מקורות ווייס איך גענוג, איך וויל נאר וואוסן די פריעסטע מקור וואס מ'ווייסט.

לפי ידיעתי איז עס פון הייליגן רבי ר' זושא, יתיצב על דרך לא טוב
אדרבה איינער ווייסט פון פריער זאל מעלדן

אינטערעסאנט אז דו זאגסט נאך פון ר' זושא, ווייל די ערשטע מקור וואס איך האב געהאט געטראפן איז אין יסוד ושורש העבודה, וואס די מחבר (תצ"ט-תקנ"ד) האט געלעבט אין די זעלבע צייט ווי ר' זושא (ת"ץ-תק"ס).

יישר כח אביונה פאר'ן צוצייכענען דעם מגן אברהם, איך זוך אין דעם קבלה ספר און אין יענעם קבלה ספר, אין א פשוטע הלכה ספר איז מיר נישט איינגעפאלן צו קוקן...

דער מגן אברהם ברענגט עס פונעם ב"ח אין נאמען פונעם ספר תולעת יעקב וואס איז פארענדיגט געווארן אין ה'רס"ז, דא אונטן.

גבר ישראל
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

תגובהדורך גבר ישראל » זונטאג אוגוסט 04, 2019 8:30 pm

חלב ישראל האט געשריבן:וואס איז די ערשטע מקור אויף נישט גיין פיר אמות אן נעגל וואסער, מקורות ווייס איך גענוג, איך וויל נאר וואוסן די פריעסטע מקור וואס מ'ווייסט.

נישט זוהר הקדוש?

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » זונטאג אוגוסט 04, 2019 8:32 pm

גבר ישראל האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:וואס איז די ערשטע מקור אויף נישט גיין פיר אמות אן נעגל וואסער, מקורות ווייס איך גענוג, איך וויל נאר וואוסן די פריעסטע מקור וואס מ'ווייסט.

נישט זוהר הקדוש?

וועלכע בלאט פונקטליך?

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג אוגוסט 04, 2019 10:56 pm

דער מאמר פונעם רבין רבי זושא איז אראפצולייגן די פוס פון בעט, נישט אויף צו גיין
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » זונטאג אוגוסט 04, 2019 11:23 pm

חלב ישראל האט געשריבן:
גבר ישראל האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:וואס איז די ערשטע מקור אויף נישט גיין פיר אמות אן נעגל וואסער, מקורות ווייס איך גענוג, איך וויל נאר וואוסן די פריעסטע מקור וואס מ'ווייסט.

נישט זוהר הקדוש?

וועלכע בלאט פונקטליך?

ראה ברכי יוסף ריש או"ח:
והרב בית חדש (סי' ד) הקשה על מרן אמאי לא מייתי מהזהר דההולך בבקר בלא נטילת ידים חייב מיתה כמו שכתב בספר תולעת יעקב, ע"ש. ולא קשה מידי כי בספר הזהר שלפנינו ליתנהו להני מילי. ומהר"ם די לונזנו בספר שתי ידות דף צ"ח כתב דבספר תולעת יעקב הפריז על המידה ומנין לו. ועתה אמת אגיד אשר ראתה עיני נסחה כ"י בספר הזהר מוגה מרבנן קשישאי, בהקדמה דף יו"ד ע"ב, כלשון ההוא בהדיא "על דא אתחייב מיתה לשמיא". ואחר זמן רב ראיתי בספר אור הלבנה למר זקנינו הרב החסיד מהר"א אזולאי זלה"ה בעל חסד לאברהם, והוא הגהות על הזהר, אשר שם הביא הנסחה הנז'. ומעתה צדק הרב תולעת יעקב, ותכל תלונת מהר"ם די לונזנו מעליו.

ווייטער רעדט ער ארום, אז פחות פחות מד' אמות איז נישט אזוי הארב, במקום שאין ברירה.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

תגובהדורך מיגו » זונטאג אוגוסט 04, 2019 11:26 pm

זע שע"ת סי' א אות ב' http://beta.hebrewbooks.org/tursa.aspx?a=oc_x339

עיין בה"ט ובברכי יוסף כ' דבזוהר שלפנינו ליתא. אך בזוהר כת"י דף י' איתא שכ' ועל דא אתחייב מיתה לשמים וכ' שצריך ליטול ידיו אע"פ שאינו רוצה לקום ואם אירע שהמים רחוקים ואין לו מי שיקרבם אליו נהגו קצת מבעלי נפש שהולכים פחות פחות מד״א ע"ש ולא נהירא לענ"ד ועדיף שילך במרוצה שלא להשהות ר"ר השורה על ידיו. ובשו״ת שבות יעקב ח"ג סי' א' כ' שאין נזהרים מלילך ד"א בלי נט"י וי"ל שסמכו את עצמם על זה דרבי שמעון בן אלעזר ס"ל בברכות דכולא ביתא כד"א דמיא ע"ש ופשוט שאין לסמוך ע"ז כ"א בשעת הדחק ועיין בא"ר ס"ק ד' ועיין לקמן סימן ד' מ"ש בזה:


- קאטשקע זאגט שוין

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » זונטאג אוגוסט 04, 2019 11:36 pm

אין בהמל"ר פון JTS כת"י 2203 איז דא א ליקוט פון מאמרי הזוהר אויף עניני תפילה ונפילת אפים, דארט שטייט דער מאמר פונעם זוהר (עס ענדיגט זיך "ועל דא יתחייב מיתא לשמיא").

לשמיא.jpg
לשמיא.jpg (175.13 KiB) געזעהן 942 מאל

גענומען פון דא.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » זונטאג אוגוסט 04, 2019 11:59 pm

די לשון פונעם תולעת יעקב איז כמעט ווארט ביי ווארט פונעם ליקוט מאמרי הזוהר, און ער דערמאנט נישט קיין ווארט אז ס'שטייט אין זוהר, ווייס איך נישט ווער ס'האט קאפירט פון וועם.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21826
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 8:33 am

וואס איז דיין פלא, דער הייליגער תולעת יעקב איז פון די ספרי קבלה הקדמונים וואס האבן געהאט דעם זוה"ק.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 8:36 am

דאס אז ער האט געלערנט זוהר הקדוש איז נישט קיין חידוש, ר' משה די ליאון איז שוין אוועק מיט א 200 פריער, מיין קשיא איז נאר אז אויב האט ער עס טאקע גענומען פון דארט פארוואס זאגט ער עס נישט בשם אמרו.
לעצט פאראכטן דורך חלב ישראל אום מאנטאג אוגוסט 05, 2019 8:44 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21826
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 8:41 am

ער זאגט עפעס אייגענס? כל דבריו זענען מיוסד ע"פ זוהר וע"פ קבלה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 8:46 am

פארשטייט זיך אז ס'איז מיוסד ע"פ זוהר, די שאלה איז נאר צו ער האט ממש קאפירט ווארט ביי ווארט פונעם זוהר.

תורת האריז"ל איז אויך מיוסד ע"פ זוהר, אבער ער קאפירט קיינע שטיקלעך זוהר אן צוצייכענען פון וואו ער נעמט עס.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21826
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 8:56 am

הער, דער "תולעת יעקב" דארף נישט צוגעקומען לדכוותי, זיינע ווערטער זיינען גענוג קראנט אן דעם וואס איך זע עס אין זוהר הקדוש.

בד"וו, דער עדות פון הייליגן חיד"א איז ווערט פיל פיל מער ווי אן אלטן כת"י אין שעכטער סעמינאר.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 9:08 am

איך ווייס נישט וואס דו מיינסט מיט'ן ווארט "קראנט", די שאלה איז דא צו די תולעת יעקב האט עס גענומען פונעם כת"י, צו דער שרייבער פונעם כת"י האט עס גענומען פונעם תולעת יעקב. מיר זעהט ענדערש אויס ווי דעם צווייטן צד, ערשטנס פאר די פאקט אליינס אז ס'געפינט זיך נישט אין רוב כתבי יד, און צווייטנס ווייל ס'לייגט זיך מיר נישט אויפ'ן שכל אז ר' מאיר אבן גבאי זאל גלאט אזוי פלאגירן פונעם זוה"ק, אויסער אויב ס'איז לכתחילה געשטעלט אויף אזא אופן.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21826
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 9:20 am

זייזשע מוחל, חלילה אפילו צו נוצן דעם ווארט.

ס'איז א געווענליכע זאך ביי די גאר פריערדיגע גדולי תורה, צו ברענגען א בפירוש'ער תוס' א זוה"ק צו אפילו גמ' מפורשת אן צו צייכענען דעם מקור.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

תגובהדורך יום זה מכובד » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 9:21 am

וואו איז דער מקור אז א י"ב חלה (דוקא פון א צדיק?) איז א שמירה?

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 9:27 am

farshlufen האט געשריבן:זייזשע מוחל, חלילה אפילו צו נוצן דעם ווארט.

ס'איז א געווענליכע זאך ביי די גאר פריערדיגע גדולי תורה, צו ברענגען א בפירוש'ער תוס' א זוה"ק צו אפילו גמ' מפורשת אן צו צייכענען דעם מקור.

האסטו געזעהן דעם תולעת יעקב אינעווייניג?

גבר ישראל
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

תגובהדורך גבר ישראל » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:26 pm

יום זה מכובד האט געשריבן:וואו איז דער מקור אז א י"ב חלה (דוקא פון א צדיק?) איז א שמירה?

און המקור לשמור חלק מהאפיקומן לכל השנה?
אולי זה אותו מקור
שיריים מדבר מצוה, יש מקור על זה בספר ברית כהונת עולם.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 11:48 pm

מאמר? פרק?

מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:21 pm

עס ליגט מיר אין קאפ אז עס איז דא א מאמר חז''ל (אדער אפשר גאר א לשון הרמב''ם?) אז יעקב אבינו האט זוכה געווען צו עשירות ווייל ער האט געארבעט ערליך ביי לבן

איך האב עס שוין אסאך געזוכט אבער דערווייל האב איך עס נישט געקענט טרעפן

איינער ווייסט פון וואס איך רעד?
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....

להודות
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובהדורך להודות » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 3:39 pm

מה ידידות האט געשריבן:עס ליגט מיר אין קאפ אז עס איז דא א מאמר חז''ל (אדער אפשר גאר א לשון הרמב''ם?) אז יעקב אבינו האט זוכה געווען צו עשירות ווייל ער האט געארבעט ערליך ביי לבן

רמב"ם סוף הלכות שכירות
כדרך שמוזהר בעה"ב שלא יגזול שכר עני ולא יעכבנו כך העני מוזהר שלא יגזול מלאכת בעה"ב ויבטל מעט בכאן ומעט בכאן ומוציא כל היום במרמה אלא חייב לדקדק על עצמו בזמן שהרי הקפידו על ברכה רביעית של ברכת המזון שלא יברך אותה וכן חייב לעבוד בכל כחו שהרי יעקב הצדיק אמר כי בכל כחי עבדתי את אביכן לפיכך נטל שכר זאת אף בעולם הזה שנאמר ויפרץ האיש מאד מאד

מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 3:47 pm

להודות האט געשריבן:
מה ידידות האט געשריבן:עס ליגט מיר אין קאפ אז עס איז דא א מאמר חז''ל (אדער אפשר גאר א לשון הרמב''ם?) אז יעקב אבינו האט זוכה געווען צו עשירות ווייל ער האט געארבעט ערליך ביי לבן

רמב"ם סוף הלכות שכירות
כדרך שמוזהר בעה"ב שלא יגזול שכר עני ולא יעכבנו כך העני מוזהר שלא יגזול מלאכת בעה"ב ויבטל מעט בכאן ומעט בכאן ומוציא כל היום במרמה אלא חייב לדקדק על עצמו בזמן שהרי הקפידו על ברכה רביעית של ברכת המזון שלא יברך אותה וכן חייב לעבוד בכל כחו שהרי יעקב הצדיק אמר כי בכל כחי עבדתי את אביכן לפיכך נטל שכר זאת אף בעולם הזה שנאמר ויפרץ האיש מאד מאד

ישר כח גדול
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 3 געסט