וואו איז דער מקור?....

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
עפעס א מענטש
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm

תגובהדורך עפעס א מענטש » דאנארשטאג מאי 23, 2019 8:33 pm

איך האב אמאל געהערט אז עס איז דא א סגולה קעגן שריפות אויסצוברענען די הבדלה ליכט נאך הבדלה, פון ווי שטאמט עס? האט עס א מקור?

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2484
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » פרייטאג מאי 24, 2019 12:01 pm

עפעס א מענטש האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אז עס איז דא א סגולה קעגן שריפות אויסצוברענען די הבדלה ליכט נאך הבדלה, פון ווי שטאמט עס? האט עס א מקור?

שמעתיו פעם מהגה"ח ר' נטע פריינד זצ"ל
בעת שהוא ז"ל עשהו

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13188
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך מאי 29, 2019 3:43 pm

אז דער רב/רבי צאלט ספירה נישט דער ש"ץ
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך מאי 29, 2019 4:11 pm

קומט עכט נישט דא, אבער נישט געטראפן ווי יא
אז א סנדק רופט מען נישט אויס ווער ס'איז מכובד דערמיט
איי איי,-וועלט

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3640
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך מאי 29, 2019 4:25 pm

קיקיון האט געשריבן:אז דער רב/רבי צאלט ספירה נישט דער ש"ץ

אמאל געזעהן ברענגן די טעם ווייל טאמער די ש"ץ האט אויסגעלאזט איין טאג קען ער מער נישט ציילן און כדי שלא לביישו האט מען איינגעפירט אז די רב ציילט אייביג

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13188
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך מאי 29, 2019 5:10 pm

image001.jpg
image001.jpg (40.51 KiB) געזעהן 2402 מאל

שאלה איך האב זיך געשטעלט דאווענען מעריב ביים עמוד, און אינמיטן מעריב האב איך זיך דערמאנט, אז נעכטן ביינאכט האב איך א טעות געהאט ביים ציילן, איך האב נישט ארויסגעזאגט דעם ריכטיגן נומער פון דעם טאג - וואס די הלכה איז, אז איך האב נישט יוצא געווען, און איך קען נישט ווייטער ציילן מיט א ברכה - איז די שאלה, אויב איך מעג היינט ציילן ספירה ביים עמוד.

תשובה עס זענען דא וואס האלטן, אז אלס אן עצה טובה, זאל מען בעטן איינעם פון די מתפללים, ער זאל נישט ציילן ספירה מיט א ברכה, און ער - דער בעל תפלה, וואס קען נישט ציילן מיט א ברכה - וועט אים מוציא זיין. אנדערע האלטן, אז די עצה העלפט נישט, וויבאלד ער איז שוין נישט מחוייב מיט ציילן ספירה - צוליב זיין טעות - קען ער נישט מוציא זיין א צווייטן. דערפאר איז לכתחילה מער אויסגעהאלטן, צו בעטן עמיצן, ער זאל ציילן ספירה ביים עמוד, אנשטאט אים. אבער אויב ער שעמט זיך, קען ער זיך סומך זיין אויף די מתירים, און בעטן אדער ווינקען פאר דעם וואס שטייט נעבן אים, אז ער זאל נישט ציילן מיט א ברכה, און ער וועט אים שוין מוציא זיין.



איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

נתן בן ופסי
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » זונטאג יוני 02, 2019 11:13 pm

משום כבוד הבריאות איז מען מתיר אפי' צו ארויס טראגן שבת און רשה''ר , פאר א רב איז דא וואס זענען מתיר

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13188
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג יוני 04, 2019 4:32 pm

איך האב באקומען אויף בליץ פאסט פון HAKHEL
Screenshot 2019-06-04 09.42.12.png
Screenshot 2019-06-04 09.42.12.png (392.54 KiB) געזעהן 2277 מאל

ווער איז שערי ציון השלם
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דינסטאג יוני 04, 2019 5:31 pm

נישט פון הרה"ק ר' נטע האנוב'ער?


ניס קראכער האט געשריבן:קומט עכט נישט דא, אבער נישט געטראפן ווי יא
אז א סנדק רופט מען נישט אויס ווער ס'איז מכובד דערמיט

אין דיין ביהמ"ד רופט מען נישט אויס, אין מיין ביהמ"ד יא.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13188
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג יוני 04, 2019 5:40 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:נישט פון הרה"ק ר' נטע האנוב'ער?

געזוכט אין HEBREWBOOKS און געטראפען שערי ציון אבער נישט שערי ציון השלם
א נייע מהדורה? ווער איז דער מו"ל?
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

בטיש בטישין
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

תגובהדורך בטיש בטישין » זונטאג יוני 23, 2019 11:54 am

ווי איז די מקור אז דער בכורים גייען ארבעטן אין בית המקדש השלישי שיבנה במהרה?

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » זונטאג יוני 23, 2019 12:08 pm

אן אלטע מבוכה.

דער אוה"ח הקדוש ברענגט דאס עטליכע מאל בשם חז"ל.

געוויסע אחרונים צייכענען צו א ספרי אין פר' בהעלותך.
Definition of perfect: as good as it is possible to be

בטיש בטישין
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

תגובהדורך בטיש בטישין » זונטאג יוני 23, 2019 12:38 pm

ייש''כ
ווי אין אור החיים הקדוש וועט עס דערמאנט

אוועטאר
המחפש
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 5:40 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך המחפש » מאנטאג יוני 24, 2019 6:09 pm

בטיש בטישין האט געשריבן:ייש''כ
ווי אין אור החיים הקדוש וועט עס דערמאנט


א) אור החיים הק' פ' ויחי (מ"ט כ"ח) ד"ה אשר דבר וגו'. / במדבר (ג'-מ"ה) ד"ה והיו לי הלוים
ב) עי' בבעלי התוס' ובחזקוני פ' תולדות עה"פ מכרה כיום וגו'.
ג) יש מביאין ספרי בהעלותך - פ' אספה לי - שבכל מקום שנאמר "לי" קיים לעלם ולעולמי עולמים, בכהנים הוא אומר וכו' בבכורות הוא אומר כי לי כל בכור בבני ישראל וכו'.
ד) יש מציינים שמבואר ענין זה בכתבי האריז"ל והוא בספר הגלגולים פכ"ג וז"ל קין היה הבכור בסוד אשת חיל עטרת בעלה בתחילה היה העבודה בבכורים שהם מבחינת הגבורות ולעתיד כשיתוקנו הגבורות תחזור העבודה אל הבכורות שהם הלוים.
ה) מדרש לפירושים, דרוש י"ט
ו) ספרי מהרי"א מקאמארנא זצ"ל בהרבה מקומות
מכון לכל עניני ליקוטים ומראי מקומות hamchapes@gmail.com

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » דינסטאג יולי 23, 2019 1:55 pm

ווער קען צוצייכענען ווי מרן רבינו מסאטמאר שרייבט אין ויואל משה אז ס'וועט נאך קומען א צייט ווען אלע וועלן איינזעהן דעם ריינעם אמת?

כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

תגובהדורך כעלעם'ר מגיד » דינסטאג יולי 23, 2019 6:20 pm

אילו זכינו האט געשריבן:ווער קען צוצייכענען ווי מרן רבינו מסאטמאר שרייבט אין ויואל משה אז ס'וועט נאך קומען א צייט ווען אלע וועלן איינזעהן דעם ריינעם אמת?

אין די הקדמה, מער צום סוף. איין מאל אין ד"ה 'ומבואר מכל זה', ויבוא עוד זמן שיפתחו איזה לבבות ישראל ויפקחו עיניהם ויגיעו לאזניהם הקולות המצלצלים מדרך הראשונים שבקשו אמת ואמונה כראוי דארט רעדט ער נישט פון 'אלע'. אביסל ווייטער אין ד"ה 'וכתב החת"ס', דארט רעדט שוין ער פון לעתיד לבוא, שרייבט ער עד ישקיף וירא ה' משמים וירחם עלינו להוציאינו מגלות המר והנמהר הזה ויפקחו עיני ישראל לראות האמת ולשוב אל השי"ת ולתורתו הקדושה.

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » דינסטאג יולי 23, 2019 7:49 pm

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
אילו זכינו האט געשריבן:ווער קען צוצייכענען ווי מרן רבינו מסאטמאר שרייבט אין ויואל משה אז ס'וועט נאך קומען א צייט ווען אלע וועלן איינזעהן דעם ריינעם אמת?

אין די הקדמה, מער צום סוף. איין מאל אין ד"ה 'ומבואר מכל זה', ויבוא עוד זמן שיפתחו איזה לבבות ישראל ויפקחו עיניהם ויגיעו לאזניהם הקולות המצלצלים מדרך הראשונים שבקשו אמת ואמונה כראוי דארט רעדט ער נישט פון 'אלע'. אביסל ווייטער אין ד"ה 'וכתב החת"ס', דארט רעדט שוין ער פון לעתיד לבוא, שרייבט ער עד ישקיף וירא ה' משמים וירחם עלינו להוציאינו מגלות המר והנמהר הזה ויפקחו עיני ישראל לראות האמת ולשוב אל השי"ת ולתורתו הקדושה.

ייש"כ

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 964
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » זונטאג יולי 28, 2019 6:17 am

איך ווייס נישט צו דא איז די ריכטיגער ארט פאר דעם,
אבער ווייסט איינער פשט פון דעם? איז דא א מקור אויף דעם?
צוגעלייגטע
גליון דברי אמונים תשנ''ג פרשת מטות (בחו''ל פנחס תשע''ט-8.jpg
גליון דברי אמונים תשנ''ג פרשת מטות (בחו''ל פנחס תשע''ט-8.jpg (432.69 KiB) געזעהן 1084 מאל
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

גברא רבא
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 14, 2019 8:52 pm

תגובהדורך גברא רבא » זונטאג יולי 28, 2019 7:02 am

פאר'מוח'ט האט געשריבן:איך ווייס נישט צו דא איז די ריכטיגער ארט פאר דעם,
אבער ווייסט איינער פשט פון דעם? איז דא א מקור אויף דעם?

אוודאי ! די חס האט קובע געווען א תענית אין זיין ישיבה איידער מען האט אנגעהויבן צו לערנען מס חולין.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3640
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג יולי 28, 2019 8:40 am

פאר'מוח'ט האט געשריבן:איך ווייס נישט צו דא איז די ריכטיגער ארט פאר דעם,
אבער ווייסט איינער פשט פון דעם? איז דא א מקור אויף דעם?

אין ישא ברכה אויף מסכת חולין אין די הקדמה האט ער א שמועס וועגן דעם פון ח"ס, ייטב לב ועוד

לאדז'ער
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 02, 2019 12:26 am

תגובהדורך לאדז'ער » זונטאג יולי 28, 2019 11:17 am

חולין.PNG
חולין.PNG (120.35 KiB) געזעהן 1037 מאל

בטיש בטישין
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

תגובהדורך בטיש בטישין » זונטאג יולי 28, 2019 11:31 am

לייגן שטיינער אויף א מצבה ווי איז דער מקור?

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

תגובהדורך יום זה מכובד » זונטאג יולי 28, 2019 12:18 pm

גברא רבא האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:איך ווייס נישט צו דא איז די ריכטיגער ארט פאר דעם,
אבער ווייסט איינער פשט פון דעם? איז דא א מקור אויף דעם?

אוודאי ! די חס האט קובע געווען א תענית אין זיין ישיבה איידער מען האט אנגעהויבן צו לערנען מס חולין.

איידער איך האב אנגעהויבן לערנען מסכת חולין במסגרת דף היומי האב איך געפרעגט א אדם גדול שליט"א צו איך דארף פאסטן, האט ער מיר געזאגט אז מהרי"ץ דושינסקיא זצ"ל פאר ווען ער האט אנגעהויבן לערנען חולין אין ישיבה מיט די תלמידים האט ער דורך שנעל דורך געלערנט מיט זיי גאנץ מס' תענית, וכך נהגתי במקום תענית.

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג יולי 28, 2019 12:28 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:
עפעס א מענטש האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אז עס איז דא א סגולה קעגן שריפות אויסצוברענען די הבדלה ליכט נאך הבדלה, פון ווי שטאמט עס? האט עס א מקור?

שמעתיו פעם מהגה"ח ר' נטע פריינד זצ"ל
בעת שהוא ז"ל עשהו


גם כ"ק אדמו"ר מקאשוי זצוק"ל נהג כן, ואמר שהוא סגולה נגד שריפות
שמעתי מאחד שהיה נוכח שם
. . . . . . .

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » זונטאג אוגוסט 04, 2019 6:49 pm

וואס איז די ערשטע מקור אויף נישט גיין פיר אמות אן נעגל וואסער, מקורות ווייס איך גענוג, איך וויל נאר וואוסן די פריעסטע מקור וואס מ'ווייסט.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יוד אלף און 11 געסט