עניני ניטל והמסתעף

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5608
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג דעצמבער 30, 2018 2:15 pm

מונאוויטש. א ריזיגע דאנק. אין מילים
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אבן יקרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » זונטאג דעצמבער 30, 2018 6:51 pm

"בספר אהלי יעקב להרה"ק מהוסיאטין כתוב בשם הרה"ק מאפטא, שהיה מברך בתחילת השנה החדשה למניין הגויים שנה טובה לכל עם ישראל, וביאר לפי הנכתב: "ה' יספור בכתוב עמים" שבזמן שהעמים מונים את שנתם החדשה זהו זמן מסוגל לעם ישראל, כי וודאי שאז יש דין על הגויים, וכיון שכל כוחם של הגויים הוא מהיהודים אז זה זמן מסוגל לגזור גזירות טובות על עם ישראל".

ממשיך הרב, וחידד את הנאמר: "ולהפך - שגם דברים שלא הצליחו לפעול בראש השנה פועלים ביום זה, כי כשהקב"ה רואה איך הגויים מתהוללים בראש השנה שלהם, ואיך היהודים מתנהגים בראש השנה שלהם, גם גזירות שנגזרו ח"ו להפך הטוב על עם ישראל בכוחן להתהפך לטוב".


" ומספרים בשם האוהב ישראל מאפטא זי"ע שפ"א נכנס ביום אידם בתחילת השנה למנינם לביהכ"נ ובירך את העולם לשנה טובה תכתבו ותחתמו ותמהו כולם מה זה שאיש אלוקים קדוש
יאמר כן ביום אידם ויברכם בכך.
וביאר המגיד זיע"א כי בר"ה ויו"כ כשכל ישראל מתעוררים בתשובה בא השטן ואומר להקב"ה שזה כלום כי ההתעוררות הוא משום שהם מפחדים מאימת הדין ואז מחכה הקב"ה ליום אידם של הגוים ומראה לשטן את התנהגותם של הגויים וזה המתקת דין על עם ישראל וחותם אז את גז"ד ישראל לטובה. ובזה פי' המגיד הק' הפסוק ה' יספור בכתוב עמים וגו' (תהילים פז ו) שגם הקב"ה סופר ע"פ ימות החמה ולהחשיבו כר"ה כדי לחתום גז"ד ישראל לטובה"
(תורת איש, רי"ש אונגאר, ח"א עמ' רמ)

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2342
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג דעצמבער 30, 2018 11:19 pm

קניידל פארעם האט געשריבן:
וואס איז מיר שווער געבליבן איז:

1) איז זייער חשבון מיט די תקופות ריכטיג? האט עס א מקור בדברי חז"ל? לכאורה ברענגט קיינער נישט א שיטה וואס האלט אז ס'איז מיט אזויפיל קלענער פון תקופת שמואל?
די אסטראנאמישע זון-יאר איז א מציאות וואס מען קען אבזערווירן מיט די פליישיגע אויגן. הלכה למעשה איז עס אונז נישט נוגע ווייל ווי געשמועסט גייען מיר אדער מיט שיטת שמואל, וואס איז בערך 11 מינוט לענגער, אדער מיט שיטת רב אדא, וואס איז ערגעץ אינדערמיט. ביי אונז איז חז"ל די מציאות, אבער פאר זיי איז געווען א פראבלעם אז די קאלענדער איז פאַרפאָרן.

2) דאס וואס כ'האב שוין געפרעגט אויבן, אויב האט מען שוין נאך 1300 הונדערט יאר פארלוירן צען טאג, וואלט מען שוין אין ביז 1582 געדארפט פארלירן 12 טאג, און פארוואס האט מען נאר אויסגעשניטן צען טאג? אז מ'שניידט שוין, שנייד וויפיל מ'דארף.
די עיקר מטרה פונעם "פיקס" איז געווען צוריק צושטעלן זייער איסטער חגא צום זעלבן חשבון וואס איז געווארן באשטימט אין יארע 325. דאס אז די קאלענדער בכלל האט זיך אוועקגעריקט אין די ערשטע פאר הונדערט יאר איז נישט געווען עק וועלט. וועמען גייט עס אן אז יוני 1 אדער סעפטעמבער 20 איז א טאג-צוויי שפעטער אינעם סעזאן ווי 300 יאר בעפאר? אבער דאס אז די האלידעי איז געווארן פארדרייט איז שוין נישט געווען אקצעפטירבאר. דערפאר האבן זיי פארראכטן נאר די 10 פארלוירענע טעג צווישן 325 און 1582. שניידן נאך 2 טעג וואלט ווען צוריקגעדרייט די חגא אויף פארקערט.
(אגב, די קאלענדער פון די מוסלמענער לויפט נאך עד היום בלויז לפי חדשי הלבנה, און זייערע חגאות קענען טאקע געפאלן אין פארשידענע סעזאנען פונעם יאר. להבדיל אא"ה אונזער לוח וואלט אויך נישט מיטגעפארן מיט די תקופות ווען נישט מיר האבן א גזירות הכתוב שמור את חודש האביב.)


3) אויפן לוח געפאלט איסטער אויף זונטאג, אפריל 21, ווען האט זיך דאס גערוקט פון מערץ צו אפריל? איז דאס אלעמאל אויף א זונטאג?

ווי געשריבן איז די זמן פון די דאזיגע חגא פארבינדן מיט 3 תנאים: 1) זונטאג, 2) נאך די ערשטע גאנצע לבנה, 3) וואס איז געשען נאך מערץ 21. די דאזיגע תנאים קענען געפאלן צווישן מערץ 22 און אפריל 25.
(גראדע איז זייער היינטיגער חשבון אויך נישט מדיוק, ווייל עס פארמאגט נאך צוויי קליינע פראבלעמען וואס די חברה האבן קיינמאל נישט פארראכטן. א) די אסטראנאמישע תקופת-הערבסט קען אויך געפאלן אין מערץ 20. ב) די קירכע'ס פאָרמולע אויסצורעכנען א גאנצע לבנה לגבי חגיגת איסטער איז נישט 100% מתאים מיטן ווירקליכן מהלך הלבנה.)


אבן יקרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 2:30 am

המסתתר האט געשריבן:בוזי, די ליטווישע האבן בכלל געלערנט ווי געהעריג נישט נאר אום ניטל, נאר אפי' תשעה באב, ווי דער ראגאטשאבער זצ"ל, דער חזון איש זצ"ל, און נאך.

דער ראגאטשאווער איז א שטארקע חסיד געוועהן [א קאפוסטער ליובאוויטשער חסיד בכל רמ"ח ושס"ה] און אויך א רב לעדת החסידים.
אבער צו זאגן אויף די חזו"א אז ער האט געלערנט תשעה באב, איז ריכטיג נישט ריכטיג. דער חזו"א איז געוועהן א מויראדיגע קפדן אויף יעדע ס"ק, און א וודאי אויף נישט לערנען אין ת"ב, וואס איז דינא דגמרא. דער ראגאטשאווער האט זיך פשוט נישט געקענט איינהאלטן, אין ס'איז געוועהן ביי איהם א בחינה פון פיקו"נ. אבער דער חזו"א האט נישט געלערנט ת"ב. למען להעמיד דברים על אמיתותם

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 11:13 am

מונאוויטש האט געשריבן:
קניידל פארעם האט געשריבן:
וואס איז מיר שווער געבליבן איז:

יישר כח, יעצט דארף איך נאכאמאל איבער לעזן אייער תגובה, שטארקע חידושים, נאכנישט געזעהן אין ערגעץ ביי די אידישע שריפטשטעלער אז דער עיקר ציל איז געווען צו צוריק רוקן דעם איסטער חגא אויפן ארגינעלן מקום.

שוב מצאתי בוויקיפידיע כתוב בדויק כמו שכתבתם.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

תגובהדורך mini van » זונטאג ינואר 06, 2019 9:22 pm

ווען ענדיגט זיך ניטול? 12 ביינאכט אדער 6 פארטאגס?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13902
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג ינואר 06, 2019 9:28 pm

יש אומרים אז עס ווענדט זיך ווען די תקופה איז, צב"ש היי יאר איז די תקופה 10:30 אווענט, גייט ניטל בלויז ביז 12
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

מחנך ב2018
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 26, 2018 12:10 pm

תגובהדורך מחנך ב2018 » זונטאג ינואר 06, 2019 9:32 pm

mini van האט געשריבן:ווען ענדיגט זיך ניטול? 12 ביינאכט אדער 6 פארטאגס?

לויטן חתם סופר אז מיר לערנען נישט צוליב די פחד פון די גוים וועלכע הויליען איבער נאכט און ס'איז געווען א סכנה זיך צו דרייען אין גאסן אין די פארנאכטס שעות, איז דייקה אן ענין מיטן גיין שלאפן גאר פריה און אויפששטיין נאך חצות צו משלים זיין די שעות מיט תורה נאך וואס די הוליערייען ענדיגן זיך. אבער אלס רוח הטומאה איז מער אנגענומען אז ס'גייט אן ביזן עלות, וויאזוי דער רבי זי''ע האט זיך געפירט איז תלוי וועם מ'פרעגט און פארן סטראוק אדער נאכן סטראוק...

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » זונטאג ינואר 06, 2019 9:38 pm

מחנך ב2018 האט געשריבן:
mini van האט געשריבן:ווען ענדיגט זיך ניטול? 12 ביינאכט אדער 6 פארטאגס?

לויטן חתם סופר אז מיר לערנען נישט צוליב די פחד פון די גוים וועלכע הויליען איבער נאכט און ס'איז געווען א סכנה זיך צו דרייען אין גאסן אין די פארנאכטס שעות, איז דייקה אן ענין מיטן גיין שלאפן גאר פריה און אויפששטיין נאך חצות צו משלים זיין די שעות מיט תורה נאך וואס די הוליערייען ענדיגן זיך. אבער אלס רוח הטומאה איז מער אנגענומען אז ס'גייט אן ביזן עלות, וויאזוי דער רבי זי''ע האט זיך געפירט איז תלוי וועם מ'פרעגט און פארן סטראוק אדער נאכן סטראוק...

לויטן חתם סופר, וואס טוט מען אויב ס'איז נישטא וואס משלים צו זיין???
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

תגובהדורך mini van » זונטאג ינואר 06, 2019 10:14 pm

איך וויל משלים זיין א שיעור קבוע, וויליך וויסען צי איך קען נאך חצות.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4830
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג ינואר 06, 2019 10:17 pm

mini van האט געשריבן:איך וויל משלים זיין א שיעור קבוע, וויליך וויסען צי איך קען נאך חצות.

לייג דיך שלאפן און שטיי אויף די פריסטע וואס דו קענסט, דארפסט נישט חושש זיין מער אויף זאכן וואס איז נישט געשריבן אין שאלות ותשובות דברי יואל!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

תגובהדורך mini van » זונטאג ינואר 06, 2019 11:02 pm

א גרויסע שכח פאר אלע תשובות

אנפין נהירין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 2:01 pm

תגובהדורך אנפין נהירין » מאנטאג ינואר 06, 2020 12:38 pm

ווען איז דעי יאר? ווער האלט נעכטען נאכט, ווער האלט היינט?

לכאורה האט געשריבן:יש אומרים אז עס ווענדט זיך ווען די תקופה איז, צב"ש היי יאר איז די תקופה 10:30 אווענט, גייט ניטל בלויז ביז 12

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13902
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג ינואר 06, 2020 12:40 pm

בעלזא האט געהאלטן נעכטן
רוב וועלט האלט היינט
טייל פון חצות היום אנגעהויבן (באבוב, סקווירא, וויזניץ)
אנדערע פון צאת הכוכבים
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג ינואר 06, 2020 6:35 pm

און אסאך האלטן דעצעמבער דעם 25טן.
כ'מיין דער פריערדיגע וויזשניץ מאנסי רבי (ר' מאטעלע זי"ע) האט געזאגט אז די ישיבה'ס זאלן נאר האלטן ביז זעקסע.

איז טאקע שוין ערגעץ געווען א באשרייבונג פון די מחלוקת איבער דער יום הניטל נעמט זיך טאקע? איבער דאס גאנצע קוקן דעם לוח אפאר טעג?
וואלט געווען אינטערעסאנט קלאר צו ווערן אין דעם.
לעצט פאראכטן דורך וואס טוט זיך אום מאנטאג ינואר 06, 2020 7:15 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

תגובהדורך פריינד » מאנטאג ינואר 06, 2020 7:01 pm

וויפיל אזייגער איז די תקופה?

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2342
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג ינואר 06, 2020 7:06 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:און אסאך האלטן דעצעמבער דעם 25טן.
כ'מיין דער פריערדיגע וויזשניץ מאנסי רבי (ר' מאטעלע זי"ע) האט געזאגט איז עס נאר פון זעקסע.

איז טאקע שוין ערגעץ געווען א באשרייבונג פון די מחלוקת איבער דער יום הניטל נעמט זיך טאקע? איבער דאס גאנצע קוקן דעם לוח אפאר טעג?
וואלט געווען אינטערעסאנט קלאר צו ווערן אין דעם.

- די וואס האלטן ניטל דעצעמבער 25, איז ווייל דעמאלט איז ווען די לאקאלע גוים פראווען זייער חגא און זיי גייען דאן אין תיפלה.
- אויב האלט מען ניטל ווען עס געפאלט תקופת טבת, איז עס די נאכט פון יאנואר 6 צו 7. (פאר מער דעטאלן איבער די טויש פון דעצעמבער 25 צו יאנואר 7, זעה די פאריגע בלעטער פון דעם דאזיגן אשכול.)
- בעלזא האלט יאנואר 5, ווייל זיי פירן זיך ווייטער אזוי ווי דער ערשטער בעלזא רב זצ"ל האט זיך געפירט (בעפאר די לוח האט זיך גערוקט מיט נאך א טאג אין יארע 1900 למספ').

אוועטאר
אוראייניקל
שר האלף
תגובות: 1608
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג ינואר 06, 2020 7:16 pm

מונאוויטש האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:און אסאך האלטן דעצעמבער דעם 25טן.
כ'מיין דער פריערדיגע וויזשניץ מאנסי רבי (ר' מאטעלע זי"ע) האט געזאגט איז עס נאר פון זעקסע.

איז טאקע שוין ערגעץ געווען א באשרייבונג פון די מחלוקת איבער דער יום הניטל נעמט זיך טאקע? איבער דאס גאנצע קוקן דעם לוח אפאר טעג?
וואלט געווען אינטערעסאנט קלאר צו ווערן אין דעם.

- די וואס האלטן ניטל דעצעמבער 25, איז ווייל דעמאלט איז ווען די לאקאלע גוים פראווען זייער חגא און זיי גייען דאן אין תיפלה.
- אויב האלט מען ניטל ווען עס געפאלט תקופת טבת, איז עס די נאכט פון יאנואר 6 צו 7. (פאר מער דעטאלן איבער די טויש פון דעצעמבער 25 צו יאנואר 7, זעה די פאריגע בלעטער פון דעם דאזיגן אשכול.)
- בעלזא האלט יאנואר 5, ווייל זיי פירן זיך ווייטער אזוי ווי דער ערשטער בעלזא רב זצ"ל האט זיך געפירט (בעפאר די לוח האט זיך גערוקט מיט נאך א טאג אין יארע 1900 למספ').

די וואס האלטן פון 6 צו 7 איז (אולי גם מטעם הנ"ל, אבל בעיקר) ווייל אין די פויערישע מקומות (רוסלאנד אוקריינע וכו') האט מען נישט אנגענומען די גערוקטע לוח, און אויף זייער לוח פאלט דער 25'סטע ווען אויף די נייע היינטיגע לוח פאלן די 7'טע.
און לגבי בעלזא, אין בעלזא אינדערהיים האט מען זינט 1900 למספ' אויך געהאלטן די 7טע, נאר נאך וואס הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע איז ארויף געקומען קיין א"י האט ער אנגעהויבן צו האלטן, און געהייסן אויסרופן אין ישיבה צו האלטן ניטל אין דעם 6טן, אהן אנצוגעבן א טעם דערויף.
מ"מ יבדלחט"א כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט אנגעגעבן א טעם, ע"פ דעם טעם אויפ'ן נישט לערנען ניטל פון הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע ע"פ וואס שטייט פון בעשטה"ק אויפ'ן גמרא 'הנפטר מחברו אל יפטר אלא מתוך דבר הלכה' אז תמיד מוז מען זיין דבוק און "מחובר" אין השי"ת, חוץ בשעת'ן לערנען, אבער אין אזא'ן נאכט וואס די טומאה איז גובר מוז מען זין בדביקות בלי הפסק, דערפאר לערנט מען נישט. ממילא הייטיגע צייטן וואס די איינציגסטע וועג וואס מיר האבן צו דביקות איז אדרבה נאר דורכ'ן תורה, ממילא מוז מען לערנען ניטל. נאר היות וואס עס איז א מנהג ישראל נישט צו לערנען, ממילא איז מען עס מקדים מיט א טאג.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג ינואר 06, 2020 8:57 pm

בנוגע בעלזא שטייט דא אזוי

בחצר חסידות בעלזא נהגו לציין את ה'ניטל' בלילה שלפני ה-7 לינואר. אמנם בארץ ישראל בשנת תשי"ד שחו הגבאים את ליבם בפני האדמו"ר מהר"א מבעלזא זי"ע שנוהג את מנהגיו הנהוגים בלילה ניטל שלא היה לומד את שיעוריו הקבועים וכדו' בלילה שלפני ה-6 לינואר. הגבאים הזכירו לרבי שזמן הניטל שהיה נהוג בבעלזא הוא רק למחרת. אולם הרבי לא הסכים לדבריהם.
אחד מן הבחורים בחסידות הלך לברר אצל גלח ממוצא הונגרי שהיה דר בקטמון, אודות פרטי החשבונות הנזכרים, והבהיר לו שאכן חגאת הגוים היא ב-7 לינואר. אמנם כאשר ספרו זאת לאדמו"ר זי"ע, שאף הגלחים אומרים כן, אמר "אף הם אין יודעים את הזמן הראוי". בעקבות כך הנהיגו חסידי בעלזא במקומות מושבותיהם, את מנהג הניטל בלילה שלפני ה-6 בינואר.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

great
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:22 pm

תגובהדורך great » מאנטאג ינואר 06, 2020 9:50 pm

mini van האט געשריבן:ווען ענדיגט זיך ניטול? 12 ביינאכט אדער 6 פארטאגס?

ווען מען ווערט מיד גייט מען שלאפן

great
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:22 pm

תגובהדורך great » דינסטאג ינואר 07, 2020 2:02 pm

אבן יקרה האט געשריבן:
המסתתר האט געשריבן:בוזי, די ליטווישע האבן בכלל געלערנט ווי געהעריג נישט נאר אום ניטל, נאר אפי' תשעה באב, ווי דער ראגאטשאבער זצ"ל, דער חזון איש זצ"ל, און נאך.

דער ראגאטשאווער איז א שטארקע חסיד געוועהן [א קאפוסטער ליובאוויטשער חסיד בכל רמ"ח ושס"ה] און אויך א רב לעדת החסידים.
אבער צו זאגן אויף די חזו"א אז ער האט געלערנט תשעה באב, איז ריכטיג נישט ריכטיג. דער חזו"א איז געוועהן א מויראדיגע קפדן אויף יעדע ס"ק, און א וודאי אויף נישט לערנען אין ת"ב, וואס איז דינא דגמרא. דער ראגאטשאווער האט זיך פשוט נישט געקענט איינהאלטן, אין ס'איז געוועהן ביי איהם א בחינה פון פיקו"נ. אבער דער חזו"א האט נישט געלערנט ת"ב. למען להעמיד דברים על אמיתותם

וואס א שאלה וודאי האבן אלע גדולים געלערנט נאר דברים המותרים [חו צו זאגן אז זיי האבן עובר געווען ווייל אפילו א פשוטע יוד איז מען נישט כש"כ לאוקמא גירסא סייעתא דשמיא] אפילו 100 תשעה באב,ס קען מען נישט ענדיגן אלעס וואס ממעג. למשל הלכות אבילות 40 סימנים און נאך נאך

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דינסטאג ינואר 07, 2020 10:33 pm

דער חזון איש האט נישט געלערנט תשעה באב.
זיצנדיג שבעה נאך זיין מוטער אין תש״א האט ער געזאגט אז דאס נישט לערנען איז די שווערסטע עינוי.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט