עניני ניטל והמסתעף

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » מיטוואך ינואר 13, 2010 1:12 pm

די פלאץ ווי קארל האט ציגעצייכענט שטייט אז ניטל אזי טייטש 'נולד' אין לאטייניש. ד.ה. ער איז דעלמאץ געבוירן געווארען כידוע.

חוקר ודורש
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 11, 2010 1:39 am

תגובהדורך חוקר ודורש » דינסטאג ינואר 19, 2010 11:41 pm

ניטל פלעגט שטיין געשריבען מיט א ת "ניתל" בלשון בזיון דער אויפגעהאנגערנע נאר מחמת פחד האט מען עם געטוישט צו ניטל עיין און ספר מנהגי ישראל פון דניאל שפרבר

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 9:55 am

הרב החוקר והדורש,
איר זענט נאך שולדיג צורצוקומען מיט א לענגערע באשרייבונג וועגן ניטל, מוצא שפתיך תשמור

חוקר ודורש
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 11, 2010 1:39 am

תגובהדורך חוקר ודורש » זונטאג ינואר 24, 2010 1:13 am

הרב מיללער דא איז עס!!!
לעצט פאראכטן דורך חוקר ודורש אום זונטאג ינואר 24, 2010 1:16 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

חוקר ודורש
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 11, 2010 1:39 am

תגובהדורך חוקר ודורש » זונטאג ינואר 24, 2010 1:15 am

חישוב התקופות
אך להבין למה יש חילוקי מנהגים צריכין להקדים השתלשלות הלוח. כי לפני ימי יוליוס קיסר [דהיינו תחילת מאה השמינית לאלף הרביעי] הי' חשבון השנתי שס"ה ימים (שנת החמה) אבל סדר ימי חדשיהם היה נסדר להם בלא סדר שוה, דהיינו שנתנו לכל חודש ל' ימים, ולי"ב חדשים הרי ש"ס ימים והוסיפו עוד ה' ימים לסוף השנה שלא היו קבועים לחודש מיוחד. אבל לאחר איזה זמן מצאו שנעתקו ונתהפכו זמני התקופות [למשל בתחילת הי' תקופת אביב מתחיל במארטש אבל כיון שהי' בסוף השנה ה' ימים נוספים, הי' חודש מארטש מתחיל ה' ימים מאוחר מהשנה שעברה, ולאחר שתי שנים עשרה ימים מאוחר, עד שלאחר כמה שנים נתאחר כל כך שהי' חודש מארטש בימות הקיץ ותקופת אביב בתחילת השנה] על כן הסכימו חכמיהם להוסיף לסוף כל ד' שנים עוד יום אחד (דהיינו רביע יום לכל שנה), ובכל שנה ד' הוסיפו בסופו ו' ימים בלי חודש, ועי"ז יחזיר אפריל, וכן נהגו עד ימי הקיסר יוליוס שהחליט לשנות הסדר ולסדר ימי החדשים לעשות ג' שנים זה אחר זה שס"ה ימים ושיהי' חודש אחד מלא, דהיינו ל"א ימים, וחודש אחד חסר, דהיינו ל' ימים, חוץ מפעברואר שיהי' רק כ"ט ימים (ומה שלא חסרו יום אחד מיאנואר משום שחשבו שהוא סימן רע לגרוע בתחילת השנה, דהיינו בחודש הראשון), לפי חשבון זה הי' סדר חדשים באופן זה, יאנואר ל"א ימים, פעברואר בג' שנים הראשונות הי' כ"ט ימים ובשנה ד' היה ל' ימים, מארטש ל"א, אפריל ל', מאי ל"א, יוני ל', יולי ל"א, אוגוסט ל', סעפטעמבער ל"א, אקטאבער ל', נאוועמבער ל"א, דעצעמבער ל' ימים.
עד שבא הקיסר אגוסטו שהי' אוהב החכמים לכבדם ולהספיקם, גם מטעם אשר מלך זמן יותר מהמלכים שלפניו ושלאחריו (שמת בן ע"ז שנה בשנת נ"ו למלכותו), ולמען כבודו נשתנה שם חודש שהיה נקרא מתחילה באיזה שם אחר וקראוהו אוגוסט וג"כ הסכימו מפני כבודו למלאו ולעשותה ל"א ימים ואף שהוא בא אחר חודש מלא, וכנגד זה היום שהוסיפו באוגוסט גרעו עוד יום מחודש פעברואר להיות בג' שנים הראשונות כ"ח ימים ובשנה ד' כ"ט ימים, וסדר ימי החדשים הי' ביאנואר ל"א ימים, פעברואר בג' שנים הראשונות כ"ח ימים ובשנה ד' כ"ט ימים, מארטש ל"א, אפריל ל', מאי ל"א, יוני ל', יולי ל"א, אוגוסט ל"א, סעפטעמבער ל', אקטאבער ל"א, נאוועמבער ל', דעצעמבער ל"א.
(וסימן יש בזה, שכל מספר שנה רביעית מתחלקת לד' ד', ואז יתוסף יום העבור בפעברואר ובשאר השנים שאינם מתחלקות לד' ד' והיה פעברואר רק כ"ח ימים, ודרך משל, שנות ד', ח', י"ב, ט"ז, וכ', וכו', כולם מתחלקות לד' ד' ושאר השנים שנות א, ב', ג', ה', וכו', אינם מתחלקות לד' ד'.)
ולכבוד הקיסר יוליוס נשתנה שם חודש אשר הי' קרוי מקודם קווינטעל והוסב שמו יולי. וסדר החדשים זה נקרא ע"ש מיסדו הראשון, הוא לוח יוליוס. ובלוח הזה נוהגים הנוצרים היוונים האורטודוקסים [פראווא-סלאוון] (דהיינו הרוסים והיוונים) עד היום הזה.
בשנת שמ"ב לאלף הששי, הוא שנת 1582 למספרם, קם הפויפסט גרעגאר בעיר רוים, ושינה החשבון אשר יסד הקיסר יוליוס שקבע מדת שנה שס"ה ימים ורביע כנ"ל, מפני שמצא מזמן יוליוס עד זמנו עשרה ימים יתירות ועוד, שתקופת אביב הקדים עשרה ימים מזמנו כי תחת אשר יום האביב הי' חל במארטש 21 הי' חל עכשיו במארטש 11, ועל כן מצא גרעגאר על פי עצת חכמים לשנות סדר חשבון השנים הנהוג מימות יוליוס, ובאקטאבער 4 שנת 1582 צוה שמחרת שהי' לפי חשבון הראשון אקטאבער 5, לחשוב אותו לאקטאבער 15, דהיינו לדלג בחשבון הלוח עשרה ימים, ולפי חשבון זה שב האביב כנהוג להיות במארטש 21. ועל ימים הבאים גזר להיות כל שנה פחותה מעט מרביע יום ממה שהיה מלפניו, היינו לפחות ע"י זה ג' ימים מכל ד' מאות שנה.
ותקנו לקבוע באופן זה לעשות עיבור מיום אחד בכל ד' שנים כמבואר לעיל אצל חשבון הלוח של יוליוס כאשר נהגו מלפנים, אמנם בשנת המאה עצמה (היינו 1600, 1700, 1800, וכו') שלפי החשבון כל מאה מתחלקת לד' כגון מספר 1700 מתחלקת תכ"ה פעמים בד' וכן כל שנת המאה וראוי להיות מעובר, יגרעו יום העיבור לעשותה פשוטה רק אם שנת המאה מתחלקת לד' והפתרונו הוא מאה [כגון 1600 מתחלקות למאה ת' פעמים עושים אותה מעוברת וכן שנת 2000, 2400, וכו', אבל שנת 1700 כיון שמתחלקת תכ"ה פעמים לד' אין עושין מעוברת וכן שנת 1800, 1900, 2100, 2200, וכו', ועולה פעם אחת לארבע מאות שנה] והנה במאה שאנו עומדים בו היום הוי ההפרש בין שני החשבונות (יוליוס וגרעגאר) י"ג ימים, כי לבד העשרה ימים שנגרעו אז בשעת התיקון של גרעגאר בשנת שמ"ב כנ"ל נתוספו עוד ג' ימים, היינו בשנת 1700 יום אחד, ובשנת 1800 יום אחד, ובשנת 1900 יום אחד, אמנם בשנת 1600 לא נוסף ההפרש, מטעם שמספרה מתחלקת לד' ופתרונו הוא מאה (400) וכמו שעשה יוליוס עיבור כך עשה גרעגאר עיבור ולא נוסף חילוק ביניהם, וכן בשנת 2000 לא הי' הוספה מפני שמספרה מתחלקת לד' שעשה מאה (500), ובשנת 2400 לא יהי' הוספה, כמו שביארנו (ויעויין בענין זה בס' צמח דוד ובס' עתים לבינה עמ' תי"ב).
ולכן מצינו בספרים הקדומים שלפני שנת ה"א שמ"ב, שכתבו שהתקופה הוא בדעצעמבער 25, ה"ה התרומת הדשן (שחי בשנת ה"א ר"ג) והרמ"א (שנפטר בשנת ה"א של"ב) הנ"ל. [וכן הביא הב"י (או"ח סי' קי"ז) בשם האבודרהם שיום ס' אחר תקופת תשרי הוא בנובמבר 22 לומר ותן טל ומטר. אבל הספרים המאוחרים לתאריך הנ"ל, כגון הקיצור שולחן ערוך (יט, ה) כ' שהוא בדעצעמבער 4 או 5 (וכן הוא בב"י הנ"ל בהגהה בסוגריים). וכן מבואר המפרש תאריכים זה בס' ארחות חיים (ספינקא) לאו"ח (קז, ב)].
ולפי מה שביארנו נחזור לענינינו כי ברוסיא שלא קבלו חשבון הלוח של גרעגאר (דהיינו לענין יום חגם אבל לגבי תקופות השנה קיבלוהו) נמצא שהי' יום חגם בדעצעמבער 25 [כפי שיבואר במאמרים הבאים] מתחילה נעתק ונתאחר לי"ג ימים אחר הנהוג בפולין (וכן נהוג בארה"ב וברום העולם) שקיבלו חשבון הלוח של גרעגאר, וברוסיא הוי יום חגם ביאנואר 6 ובפוילן דעצעמבער 25.
ובזה יובן מ"ש בספר דרכי חיים ושלום (מנהגי הגה"צ מוהרח"א שפירא זצ"ל בעל מנחת אלעזר ממונקאטש, סי' תתכ"ה) שלא למד בליל ניטל, ולא לקח פתקאות מחסידיו, עד חצות לילה. אבל הקפיד רק בחגם של היוונים ביאנואר 6, אבל בחגם של הנוצרים - הקטולים בדעצעמבער 25 לא השגיח כלל, ולמד כשבשאר לילות. כי לפי האמור נמצא שליל התקופה חל ביאנואר 6 רק יום חגם העיקר הוא בדעצעמבער 25. ונימוקו הי' שהקפיד רק על ליל התקופה ולא על ליל חגם כמו שיבוארו הטעמים להלן.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1970
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג ינואר 25, 2010 11:38 am

1. בעלזע ניטל 5טן יאנואר, איז נאר מנהג בעלזא בארץ ישראל, און חוץ לארץ האלטן זיי אויך דעם 6סטן (אויב וועט זיך א בעלזער דינגען מיט דיר, זאל ער רופן בית הרב שליט"א, אויב וויל ער זיך מתוכח זיין מיט דיר, פרעג עם צו ותן טל ומטר האט ער אויך אנגעהויבין איין טאג פריער, ווייל עס איז איין חשבון).
2. דער מקור פון ניטל, איז וויבאלד די גוים באשולדיגין די יודען אין הרג'ענען יאשקע יש"ו, איז געווען מסוכן זיך צודרייען יענע נאכט ווען זיי פייערן זייערע יאשקע חגא, אין די גאסן, האט מען גוזר געווען דער גאנצע נאכמיטאג נישט צו לערנען, (אמאל האט מען נישט געהאט ספרים אינדערהיים) שפעטער האט מען שוין געמאכט רמזים אין תורה'ליך אויף דעם.
3. די גוים פלעגן האלט זייער יאר גענוי 365.25 טאג, עטליכע הונדערט יאר איז א גלח אויפגעמען אז דער יאר איז עטוואס קלענער, אין עס דיארגאנג איז פארוקט מיט 10 טאג, האט ער רעפארמירט די קאלענדער מיט 10 טאג, כמה מדינות האבן עס מקבל געווען און כמה נישט, לויט יענע חשבון, קומט אויס אז ניטל רוקט זיך יעדער הונדערט יאר, ממילא איז ניטל היינט פארוקט מיט 13 טאג, (יאר 2000 האט זיך עס נישט גערוקט, ווייל יעדער 400 רוקן זיי נישט).

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » דאנארשטאג דעצמבער 09, 2010 5:05 pm

1

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » זונטאג דעצמבער 12, 2010 4:30 am

מעמוד 1
המסתתר האט געשריבן:מסכים ער איז נישט געווען קיין ליטאי, אבער ווייט פון א חסיד.

אינטערעסאנט נאר אז ער איז געווען דער רב פון די חסידישע קהילה אין דווינסק - דענענבורג.
ועמך כולם צדיקים

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » זונטאג דעצמבער 12, 2010 4:41 am

ועמך כולם צדיקים

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » מאנטאג דעצמבער 13, 2010 8:08 am

אין קימו וקבלו ברענגט ער פון ערוגת הבושם אן אינטרעסאנטע זאך וז"ל:

ושמעתי בשם הגה"ק מהריח"ש אב"ד שינאווע, ומטו בה שמקובל אצלו מאב"ד דק"ק צפת תובב"א, דפסוק ע"ת לעשו"ת להוי"ה הפר"ו תורתי"ך, הוא בגימטריא מכוון, כמו ז"ו שע"ה שתקופ"ת טב"ת נופל"ת ב"ו.


המסתתר האט געשריבן: אויך איז געווען א גרויסער אויבערלענדישער גדול הגאון ר' יוסף צבי דושינסקיא זצ"ל וואס פלעגט לערנען ברבים בליל ניטל. (מ'דארף צו וויסן צו ער האט דאס געטוהן נאר אין ארץ ישראל, ווייל דעמאלט'ס קען זיין אז דאס איז ווייל ער האט געהאלטן אז אין א"י איז נישט שייך ניטל - לויט דעם רמב"ן פר' אחרי)


אין מ"י זהב ברענגט ער פון ספר ארז בלבנון עמוד שס"א וז"ל:

מובא מה שסיפר הגה"צ רבי רפאל זילבער זצ"ל אב"ד פריימאן, כי בתקופה שהגאון רבי יוסף צבי דושינסקיא זצ"ל שימש כאב"ד גאלאנטא בגליל העליון (אויבערלאנד), הגיד שיעור לתלמידים כרגיל גם בליל ניטל, פעם בליל ניטל נפל הלאמפ באמצע השיעור והגביהו אותו, ושוב נפל והגביהו ונפל פעם שלישית והגביהו, התחילו התלמידים לרמז זה לזה אולי סימן הוא שלא ללמוד בליל זה, אבל הגרי"צ עמד על מעמדו והמשיך ללמוד, אבל בחוסט כבר לא הרצה שיעורים בליל ניטל.


ברוקלין האט געשריבן:די פלאץ ווי קארל האט ציגעצייכענט שטייט אז ניטל איז טייטש 'נולד' אין לאטייניש. ד.ה. ער איז דעלמאץ געבוירן געווארען כידוע.


ובאוצר יד החיים כתב (כללים, ניטל), מה ענין ניטל שאנו קורין, עיין בסמ"ג (סי' ע"ב) ובפסקי תוס' ע"ז, שהוא לשון רוממות המורה על יום חגיגת היולדת.

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

ניטל אין באבוב, גאליציע

תגובהדורך פארשריבן » מאנטאג דעצמבער 13, 2010 7:03 pm

ר' שאול הוטטערער דערציילט:

ניטל ביינאכט - אין דעם ערשטן ניטל פון 6 פארנאכט ביז 12 ביינאכט, און אין צווייטן ניטל פון חצות ביז חצות - פלעגן טייל שפילן אין ביהמ"ד קארטן.
טייל האבן געשפילט דאמינא און טייל שאך. דער רב ז"ל האט געזאגט אז ניטל זעט מען ווער עס איז א גרויסער מתמיד א גאנץ יאר, ווייל די וואס זענען געווען פארקאכט אין לערנען, די האבן געברענט ביים שפילן.
דער רב ז"ל האט אסאך מאל ארומשפאצירט ביים שפילן. מ'האט פילמאל אפילו נישט באמערקט ווי דער רב ז"ל איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד.
דער רב ז"ל האט מיר אמאל געגעבן א קלאפ אין קאפ, איך זאל נישט פארגעסן ווי איך האלט. דערנאך איז דער רב ז"ל צוגעגאנגען צום טיש וואו בנו ר' חיים יושע'לע הי"ד האט געשפילט שאך מיט ר' עזריאל מאנדלבוים, און דער רב ז"ל האט צוגעקוקט און געגעבן עצות פאר ר' חיים יושע.
ווען ר' עזריאל האט שוין געהאלטן ביים פארלירן, האט דער רב ז"ל אים צוגעהאלפן. דער שפיל האט געדויערט עטליכע שעה. דער עולם איז געשטאנען אויף די טישן, און צוגעקוקט מיט שפאנונג.

מ'האט געשפילט ביי נאפטלאמפן. נאך חצות איז דער עולם געגאנגען שלאפן, אבער די גרויסע מתמידים האבן ווייטער געשפילט, און ווען דער נאפט האט זיך אויסגעברענט, האט מען ארויסגענומען א קנויט און עס געהאלטן אין איין האנט, און אין די אנדערע האנט די קארטן.
פארטאגס איז אריינגעקומען ר' חיים רב'ס (זון פון פריערדיגן באבובער רב ר' יודל שיף און שווער פון ר' אברהמ'לע הירשפרונג), און געזעהן ווי מיר זיצן און שפילן נאך, האט ער געכאפט א האנטוך און אונז ארויסגעיאגט פון ביהמ"ד.

אוועטאר
הער שליוואוויץ
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2010 11:41 pm

תגובהדורך הער שליוואוויץ » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 3:38 pm

טאבאקא האט געשריבן:אין מ"י זהב ברענגט ער פון ספר ארז בלבנון עמוד שס"א וז"ל:

מובא מה שסיפר הגה"צ רבי רפאל זילבער זצ"ל אב"ד פריימאן, כי בתקופה שהגאון רבי יוסף צבי דושינסקיא זצ"ל שימש כאב"ד

כבוד הרב טאבאק שליט"א,
איז דער פריימאנער רב זצ"ל געווען א תלמיד פין מהרי"ץ זצ"ל?
וועלכע תקופה?
וואס איז דאס די ספר מ"י זהב?

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 3:54 pm

נישט קיין תלמיד נאר געוואוינט אין חוסט נאך די חתונה נעבן זיין שווער בזו"ר.

מ"י זהב זענען די הערות אויף קימו וקבלו פון דעם מו"ל הרבני ר' משה יהודה גאלדבערגער ז"ל [ב"ר מרדכי וחתן ר' אברהם עביר קרייזמאן].
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
הער שליוואוויץ
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2010 11:41 pm

תגובהדורך הער שליוואוויץ » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 4:03 pm

ייש"כ

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 4:07 pm

טאבאקא האט געשריבן:ספר ארז בלבנון עמוד שס"א וז"ל:

מובא מה שסיפר הגה"צ רבי רפאל זילבער זצ"ל אב"ד פריימאן, כי בתקופה שהגאון רבי יוסף צבי דושינסקיא זצ"ל שימש כאב"ד גאלאנטא בגליל העליון (אויבערלאנד), הגיד שיעור לתלמידים כרגיל גם בליל ניטל, פעם בליל ניטל נפל הלאמפ באמצע השיעור והגביהו אותו, ושוב נפל והגביהו ונפל פעם שלישית והגביהו, התחילו התלמידים לרמז זה לזה (געשושקעט) אולי סימן הוא שלא ללמוד בליל זה, אבל הגרי"צ עמד על מעמדו והמשיך ללמוד, אבל בחוסט כבר לא הרצה שיעורים בליל ניטל. (162)

(162) וסיפר רבינו [הר"פ מ'פריימאן ] שסעודת התנאים שלו התקיימה בליל ניטל, ובין המסובים היה גם הגאון רבי חיים דוב גראס הנודע בשם "דער איזער עילוי" והיה בקי נפלא [הג"ה : דומ"ץ פעטראווא ור"מ בעיר מונקאטש, במ"ס כתיבה לחיים]. שאל אותו מהרי"ץ היכן המקור שלא ללמוד בליל ניטל, ולא ידע להשיב.
ועמך כולם צדיקים

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » דאנארשטאג דעצמבער 16, 2010 9:23 am

לויט ווי איך פארשטיי, איז די סיבה פארוואס ער האט אין חוסט נישט געלערנט. ווייל ער האט נישט געוואלט משנה זיין פונעם מנהג המקום.
און אונטערלאנד איז געווען מער חסיד'יש ווי אויבערלאנד.

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » זונטאג ינואר 02, 2011 12:13 am

די וואך דאנערשטאג איז ניטל (פאר די וואס האלטן פון 6'טן צום 7'טן).

תקופת טבת 10:30 דאנערשטג נאכט.
---
אינעם פד"פ (פון דף ה') ווערט שיין ארומגערעדט וועגן ניטל און די תקופה.
צוגעלייגטע
27_14.pdf
(177.53 KiB) דאונלאודעד 206 מאל
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך ינואר 05, 2011 2:06 pm

אלף בית האט געשריבן:
המסתתר האט געשריבן:בוזי, די ליטווישע האבן בכלל געלערנט ווי געהעריג נישט נאר אום ניטל, נאר אפי' תשעה באב, ווי דער ראגאטשאבער זצ"ל, דער חזון איש זצ"ל, און נאך.

דער ראגאטשאבער איז נישט געווען קיין ליטאי, ער איז געווען אן איידעם אין קאצק.


אוי איז מיר געקומען צו לאכן דער ראגאטשאבער גאון איז דאך געוועהן באקאנט פאר א ליבאוויטשן חסיד ער האט אגב באקומען א ברכה נאך פין דער הייליגן צמח צדק מליבאוויטש זי"ע
we make ivelt great again

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דאנארשטאג ינואר 06, 2011 5:00 pm

נאך איבער ניטל - פון דף ד'
http://www.sanzusa.com/toros/27_15.pdf
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2778
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 12:50 pm

אויב גייט מען נישט אין חדר,
אדער מ'לערנט נישט אין ישיבה,
אדער מ'זיצט נישט אין כולל,

קען מען פארגעסן אז עס איז ניטל,
דער פיפטע פאלט אויס דאנערשטאג פ' ויחי
דער זעקסטע פאלט אויס פרייטאג פ' ויחי

די שעות הניטל זאל יעדער נוהג זיין כמנהגו.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5594
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 1:59 pm

ווי זאגט איינער ער לערנט נישט צווישן די צוויייטע און די ערשטע ניטול כל היתר כ"ניטול" דמי
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » זונטאג ינואר 01, 2012 2:01 am

איטשע האט געשריבן:2. דער מקור פון ניטל, איז וויבאלד די גוים באשולדיגין די יודען אין הרג'ענען יאשקע יש"ו, איז געווען מסוכן זיך צודרייען יענע נאכט ווען זיי פייערן זייערע יאשקע חגא, אין די גאסן, האט מען גוזר געווען דער גאנצע נאכמיטאג נישט צו לערנען, (אמאל האט מען נישט געהאט ספרים אינדערהיים) שפעטער האט מען שוין געמאכט רמזים אין תורה'ליך אויף דעם.
למעשה לא הייתי מגיב על כך, אך כדי להוציא מלב הקוראים שלא ידמו חלילה שאולי אכן כל ענין המניעה מלימוד התורה אינו קפידא כלל וחשש מהקליפות וכו' וכו' כפי שמסרו צדיקי הדורות, אלא כל זה אינו אלא תורה'לך שהוסיפו אח"כ, חס מלהזכיר !!! וכי מחמת שפעם היה גזירה לכן מותר לבטל תורה לדורי דורות ???? אלא אף שאין לנו עסק בנסתרות, מכל מקום טובא גנוז בגוויה. ומש"כ שהיה עת סכנה לצאת, אכן נכון, אך אין זה הטעם שיש להבטל מלימוד התורה, ואף חששו מענינים שונים בלילה זו, וד"ל.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 15, 2008 12:28 pm

תגובהדורך מאטעס » זונטאג ינואר 01, 2012 5:34 am

[להוסיף נופך לדבריו הנכונים של כתר ישועה] דאס וואס עס איז געווען א שעת סכנה -וואס האט גורם געווען א מניעה אין לימוד התורה- בפועל ובגשמיות, האבן אונז צדיקי עליון -וואס האבן געזען יעדן ענין אין זיין שורש בעולמות העליונים- מגלה געווען אז בשורשו איז דער זמן שעת שליטת הקלי' וואס וועגן דעם דארף מען זיך אפהאלטן פון לימוד התורה און נאך ענינים וואס פאדערט א קדושה יתירה, און טאקע דערפאר איז נשתלשל געווארן דא אין עוה"ז א סכנה בפועל.
כאילו הוא נושה על הצלחת ובעל חוב על הקלחת.. (ר"י אלחריזי)

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11493
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג ינואר 01, 2012 9:47 am

איז היי יאר ניטל אויך פריטאג צי נאכטס?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 01, 2012 12:30 pm

יא, פאר די וואס האלטן דאס פון יאנואר 6 אויף 7


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Clm, שלום הלוי און 4 געסט