ידיעות באגאזש...
די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6673
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
מילה אלטס א סכנה (רוח צפונית האט נישט געבלאזען) ממילא האט מען שוין נישט געקענט מקיים זיין פסח.
מילה און קרבן פסח איז א באקאנטע ידועה וואס כמעט יעדער ווייסט
סוכה און ד' מינים איז א חידוש וואס איז גאר ווייניג באקאנט. (איידער איך האב געזעהן דער מאמר האב איך אויך נישט געוויסט דערפון)
אגב, מיר קלינגט יעצט עפעס און קאף בשם דער בעל התניא אז מעזאל נעמען א יאנעווער אתרוג ווייל דאס האבען משה רבינו מיט די יודען געניצט און מדבר.

the SCY is the limit
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6673
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
הרב ביקסאד,
יגעתי ומצאתי..
דאס שטיקעל 'תל תלפיות' וויא ר' ישראל וועלטץ ברענגט בשם ספר אור תורה און פון שנת תרפ"ח בייגעלייגט דא.
דער ר' מנחם צבי טאקסין איז מחבר פון אור תורה על התורה
http://hebrewbooks.org/31300

scy4851 האט געשריבן:געזעהו אן אינטערעסאנטע דעת זקנים מבעלי תוס' דעם שבת.
דער לאו פון לא תלין גייט אהן נישט נאר אויב מעצאלט נישט שכירות פאר א בעל מלאכה.
מען איז עובר אויף בל תלין אויב מעצאהלט נישט דירה געלט (רענט) בעצייטענס.
אין שו"ע (חו"מ סימן של"ט ס"א) שרייבט די מחבר בזה"ל: מצוה לתת שכר שכיר בזמנו, ואם אחרו עובר בלאו, אחד שכר אדם או בהמה או כלים, אבל על שכר קרקע יש מי שאומר שאינו עובר עכ"ל ד.ה. ער ברענגט נאר די י"א אז מאיז נישט עובר
אבער די קצות דארטן זעט אויס מאכט א חילוק צווישן קרקע אין בית - אין לדעתו ביי א הויז איזמען יא עובר, אזוי ווי דע דעת זקנים שרייבט (אגב ער ברענגט עס פין א תו"כ)
- צום זאך
- שר האלפיים
- תגובות: 2827
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
- לאקאציע: רעסט עריע
scy4851 האט געשריבן:אגב, מיר קלינגט יעצט עפעס און קאף בשם דער בעל התניא אז מעזאל נעמען א יאנעווער אתרוג ווייל דאס האבען משה רבינו מיט די יודען געניצט און מדבר.
יא, אזוי איז מקובל אין ליבאוויטש בשם די אלטע רבי (בעה"ת) אז בשעת ווען הקב"ה האט באפוילן; ולקחתם לכם ביום הראשון פרי עץ הדר וכו', האט זיך א וואלקן (מענני הכבוד?) אויפגעהויבן און געפארן קיין יאנעווע (כפר חב"ד...) און געברענעט אתרוגים מהתם.
הירשל ציג האט געשריבן:ראה ב'אוצר מנהגי חב"ד' (עמ' ערה ואילך).
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=289
איינע פון די מקורות איז הרה"ג ר' יעקב לאנדא ז"ל אב"ד בני ברק וואס ער האט דאס געהערט מפ"ק פונעם מהרש"ב, כידוע איז הרב לאנדא געווען א תלמיד פונעם מהרש"ב, הרב ר' אשר מרגליות פון ווינא איז א תלמיד פון הרב לאנדא און ער האט אסאך אראפגעשריבען וואס ער האט געהערט פון אים מעשיות פונעם מהרש"ב.
לעצטענס האט איינער פון זי זוהן זיינע געגעבן עטלכיע פון די כתבים פאר 'היכל הבעש"ט' און לויט ווי איך פארשטיי ריכט ער זיך דאס ארויסצוגעבן לאור מיט די צייט בשלימות.
לעצט פאראכטן דורך מיללער אום דינסטאג מאי 26, 2009 4:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
- farshlufen
- שר עשרים אלפים
- תגובות: 22091
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6673
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
אן אינטערעסאנטע תשב"ץ געזעהן דעם שבועות.
חלק ג' סימן ר"א
באמערק אז ער שרייבט פון שבועות, 300 מענטשען און ירושלים, און דאס איז שוין זייער אסאך!
(דער תשב"ץ האט געלעבט בערך 600 יאהר צירוק און די זעלבע צייט פון ריב"ש)
חלק ג' סימן ר"א
באמערק אז ער שרייבט פון שבועות, 300 מענטשען און ירושלים, און דאס איז שוין זייער אסאך!
(דער תשב"ץ האט געלעבט בערך 600 יאהר צירוק און די זעלבע צייט פון ריב"ש)
- צוגעלייגטע
-
- ts2.jpg (44.56 KiB) געזעהן 1642 מאל
-
- ts1.jpg (8.96 KiB) געזעהן 1642 מאל
the SCY is the limit
scy4851 האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע תשב"ץ געזעהן דעם שבועות.
חלק ג' סימן ר"א
באמערק אז ער שרייבט פון שבועות, 300 מענטשען און ירושלים, און דאס איז שוין זייער אסאך!
(דער תשב"ץ האט געלעבט בערך 600 יאהר צירוק און די זעלבע צייט פון ריב"ש)
יא דער חתם סופר ברענגט עס אראפ דעם תשב"ץ - און ער שרייבט אז ער ווייסט אויך פון אזא פלאץ - נאר ער וויל נישט שרייבען וועגען פריצי עמינו
נאך די פטירה פון חתם סופר האט מען געזען אז דאס איז געווען זיין פארלערען שטוב..
יגרסהדותא האט געשריבן:ליגט מיר אין זכרון, אז און די ליקוטים אוהב ישראל שטייט, אז ווען אידישע קינדער זעען אריבער דעם ים סוף האבן זיי געמאכט נענועים מיט די ד' מינים!
איך וועל בל"נ מארגן ברענגן א פונקליכן מראה מקום.
קרעמער האט געשריבן:איך האב עס לעצטנס געזען ערגעץ, און די סיבה דערצו איז ווייל דאס איז מעורר שמחה, ווי עס שטייט ולקחתם לכם וגו' ושמחתם וגו'.
איך האב מיך דערמאנט פון וואס איך רעד, עס שטייט אין מדרש אז ווען מען האט ארויפגעברענגט דעם ארון קיין ירושלים האבן די אידן דאס באגלייט מיט פאכנדיגע לולבים אלס אויסדרוק פון שמחה:
מדרש רבה במדבר פרשה ד פסקה כ
כיון שהעלו אותו היו תשעים אלף זקנים מהלכין לפניו והכהנים טוענין בו והלוים מנגנין וכל ישראל משחקין מי שיש בידו לולב מי שיש בידו תוף וכלי שיר הה"ד (שמואל ב ו) ודוד וכל בית ישראל משחקים לפני ה' וגו' זה לולב שאדם מנענע בו (שם)
- DotCom
- שר חמש מאות
- תגובות: 682
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
- לאקאציע: אין גלות
געזעהן אין י"ג אורות בשם דער שיניאווער רב, אז די אויבערשטע חלק פון די שיך איז נישט מטמא און ס'ברויך נישט קיין נטילת ידים, דאס קומט צוניץ אסאך מאל דורכ'ן טאג ווען מבינדט זיך צו דער שיך, אפילו אינמיטן דאווענען. ( און קאלאשיצער רב האט צוגעלייגט אז ס'גייט אריין בכלל לא תצדק הרבה.)
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט