ידיעות באגאזש...

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך דעצמבער 27, 2006 10:14 pm

קרעמער, כמעט אלע זאכן זענען פאר מיר נייעס.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2006 9:56 am

איך_הער האט געשריבן:קרעמער, כמעט אלע זאכן זענען פאר מיר נייעס.

פאר מיר אויך, און א יישר כח פארן אנפילן די באגאזש.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2006 9:58 am

3x0 האט געשריבן:
איך_הער האט געשריבן:קרעמער, כמעט אלע זאכן זענען פאר מיר נייעס.

פאר מיר אויך, און א יישר כח פארן אנפילן די באגאזש.


יאפ פאר מיר אויכעט, און טענק יו גייעס.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2006 12:15 pm

קרעמער ישר כח איך האב עס קיינמאל נישט געהערט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2006 1:11 pm

יישר כוח פאר ביידען, און פאר אלע וואס לייגן דא ידיעות, כ'וואלט אבער געראטן אז מ'זאל ארויסנעמן די הערות פאר די ידיעות אין אנאנדער אשכול, און מאכן לאזן די אשכול פאר ידיעות זעלבסט.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2006 2:47 pm

קרעמער; שעקויעך פאר'ן שמירן די רעדער דא אינעם ידיעות באגאזש.

דאס לעצטע, פון בן איש חי, איז מיר אויך געווען א חידוש. אינטערסאנט אז ס'ווערט נישטט מוזכר בספרי חכמי האטאנאמיע ווי ספר הברית וכדו'. דעריבער, אויב מעגליך, ביטע צייכן מיר צו דעם מ"מ, וייש"כ למפרע. איך בין באמת נייגעריק צו דיי היינטיגע פראפיסארן זאגן/זעהן דאס אויך.

דיין חי' פון רש"ש בנוגע פרת. עי' בתוספ', בכורות נ"ה ע"ב, ד"ה מטרא, ווי תוספ' זאגט אויפן פרת זעלבסט, אז מעגליך ס'לויפט ממעריב למזרח.

ומענין לענין באותו ענין, וועל איך אריינווארפן אייך א ידיעה'לע.
דער פסוק זאגט אין פר' בראשית (ב' יג-יד): ושם הנהר השני גיחון הוא הסובב את כל ארץ כוש. ושם הנהר השלישי חדקל הוא ההלך קדמת אשור וגו'. זאגט רש"י כוש ואשור עדיין לא היו, וכתב המקרא ע"ש העתיד.

איז אינטערסאנט צו באצייכענען, אז דער מקור פון די רש"י איז אין די גמרא כתובות י' ע"ב. די גמרא זאגט דארט, ומי כתב קרא לעתיד – שטייט דען אין פסוק א זאך על שם העתיד?. ענטפערט די גמרא, אין - יא, דכתיב, ושם הנהר השלישי חדקל הוא ההולך קדמת אשור, ותנא רב יוסף אשור זו סליקא. פרעגט די גמרא ומי הואי – איז דען, דאן ביי בריאת העולם, שוין געווען געבויעט אזא שטאט ווי אשור, אז דער פסוק באצייכנט דעם טייך הוא ההולך קדמת אשור?. אלא, דעתידה – דער פסוק רופט דאס אזוי ע"ש העתיד.
זאגט דארט תוספ' אז אי משום הא, איז נאכנישט קיין ראי'. ווייל די תורה האט דאך געשריבן געווארן דורך משה רבינו, און בשעת משה רבינו האט געשריבן די תורה האט דאך שוין די פלעצער געהייסן כוש ואשור, דעריבער קען שטימען דער פסוק און עס מוז נישט זיין אז ס'איז געשריבן געווארן ע"ש העתיד. (וע"ש בתוספ', אן אנדער הכרח אז דער פסוק איז געשריבן ע"ש העתיד).

===
רבותי העלפט שמירן די רעדער. פולט אן דעם באגאדזש...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2006 3:05 pm

רבותי!

איך האב אויסגעדרייט די זאך... דא האט איר דעם לשון פונעם בן איש חי, ער שרייבט פונקט קאפויער ווי איך האב עס געדענקט (בעוה"ר).

אמרו חכמי הטבע, גלגולת של האיש היא עשויה שני חתיכות כשתי קערות מחוברות זע"ז והמוח בתוכם, אבל גלגולת של האשה היא כולה חתיכה אחת מעצם אחד, והטעם מפני שהאשה יש לה חבלי יולדה ואם תהיה הגלגולת שלה שתי חתיכות אז מכח תוקף חבלי יולדה מתפרקים זמ"ז והיתה נזוקת, משא"כ האיש דאין לו חבלי יולדה לא אכפת ליה בכך (בן יהוידע שבת דף קי"ט ע"ב ד"ה שם מניחין ידיהן).

און אויף נאך אן ארט:

יש היכר מובהק בין אנשים לנשים בראש, מצד הגלגולת, כי הנקבה הגלגולת עצם אחד, והזכר שנים מורכבים זב"ז (בן יהוידע סנהדרין דף י"ט ד"ה ברם).

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2006 3:07 pm

און לכבודך ר' זרח;

דו ערווענסט די גמרא אין כתובות י' ע"ב

דארט שטייט פארוואס אן "אלמנה" הייסט מיט דעם נאמען, "על שם מנה", צוליב דעם וואס איר כתובה איז נאכדעם נאר איין מנה.

זאגן די מפרשים (דאכט זיך רש"ש), אז דאס איז ווי די ווארט אל- וואס ווערט צוגעלייגט אין אראביש צו יעדע דריטע ווארט... בבחינת על-קאידע.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2006 7:19 pm

ר' קרעמער; טראץ וואס דיין 'לכבודי' איז בלשון סארקאסטי, איז אבער דאס מאל, פון דיין לעצטע ידיעה'לע בשם הרש"ש, האב איך באמת שטארק הנאה געהאט. ס'יז מיר א זיסע ידיעה'לע...

בנוגע דעם בן איש חי, וואלט נאך אלס אינטערסאנט געווען צו וויסן, וואס די היינטיגע חכמי הטבע זאגן צו דעם.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2006 8:24 pm

מיין "לכבודך" דאסמאל איז גראדע געווען גאנץ ערנסט.

בנוגע דעם בן איש חי, איך פרוביר דאס יעצט נאכצוזוכן, איך ווער אבער צומישט פון די הויכע דאקטער שפראך...

פאלגענד איז א ציטאט פון א דקות'דיגע חילוק וואס איין פארשער האט געפונען אינעם דיקקייט פונעם ביין (אגב גררא'דיג האב איך מיטגעברענגט די אינטערסאנטע זאך וואס ער שרייבט אינעם צווייטן שטיקל, אז די רעכטע און לינקע טיילן פונעם מח זענען בעסער פארבינדן ביי פרויען ווי ביי מענער, און זיי גלייכן צו טראכטן און רעדן פון פארשידענע זאכן מיטאיינמאל):

A man’s skull is almost always thicker and stronger than a women’s. The stereotype that men are more "thick-headed" than women is not far fetched. A man’s "thick headedness", and other anatomical differences have been associated with a uniquely male attraction to high speed activities and reckless behavior that usually involve collisions with other males or automobiles. Men invented the game "chicken", not women. Men, and a number of other male species of animal seem to charge and crash into each other a great deal in their spare time.

Women on the other hand have four times as many brain cells (neurons) connecting the right and left side of their brain. This latter finding provides physical evidence that supports the observation that men rely easily and more heavily on their left brain to solve one problem one step at a time. Women have more efficient access to both sides of their brain and therefore greater use of their right brain. Women can focus on more than one problem at one time and frequently prefer to solve problems through multiple activities at a time. Nearly every parent has observed how young girls find the conversations of young boys "boring". Young boys express confusion and would rather play sports than participate actively in a conversation between 5 girls who are discussing as many as three subjects at once!


איך האלט אבער נאך אינמיטן זוכן עפעס מער רעלאוואנט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2006 8:34 pm

איך ציטיר ווערטער פון די פראפעסארן, נישט אלעס פארשטיי איך:

פרויען ביינער זענען לייכטער און דינער, און די קאפ-ביין איז קלענער און לייכטער געבויעט:
Other significant differences between male and female skeletons are that female bones are usually lighter and thinner than more robust male bones; female head bones are smaller and more lightly built;

עפעס זאגט ער אז מען קען דערקענען א חילוק אויפן גלגולת הראש:
The pelvis is considered the best area to determine the - of a skeleton and the skull is the second best area - an estimation of - can often be determined through analysis of the skull (cranium and mandible) and post-cranial skeleton.

און דא א גאנצע אריכות איבערן הבדל אינעם סקאל (גלגולת) צווישן זכר און נקבה (אינעם צווייטן פאראגראף איז משמע אז ער האט נישט געזען דעם בן איש חי...):
Skull
The adult female skull retains gracile attributes seen in the pre-pubescent skull, but the male cranium becomes markedly rougher in adulthood at the sites of muscle attachment.

Major differences between the female and male skill include the posterior of the cranium (the occipital), robustest of the brow-ridge, mastoid process, nuchal crest, temporal lines, and mandible. Although distinct, the ability to quantify measures of the skull for - determination has met with limited success and successful - identification based purely on a skull is a very subjective process based experience in identifying and assessing non-metric characteristics.

Above the orbits (eye sockets), the male cranium tends to have "blunt" superior margins and larger supraorbital (brow) ridges. The female cranium tends to have "sharp" superior margins of the orbits and no discernible supraorbital ridges.

The occipital of males tend to have a well-defined nuchal crest. In some cases, the nuchal crest and nuchal line are very rugged and sharp. In very gracile females, there is almost no nuchal crest and the nuchal line is completely absent.

The mandible of a female cranium tends to have a "pointed" chin. The area around the gonial angle is smooth and does not project. The male mandible tends to have a "square" shape and in extreme case the area around the gonial angle is "flared". The dentition (teeth) of males is frequently larger.

Finally, the area of the temporal in the female cranium is smoother and less rugged than that of the male cranium. In the female cranium the zygomatic arch normally does not extend, as a ridge, posterior of the external auditory meatus. In male crania the zygomatic arch typically extends, as a ridge, posterior to the external auditory meatus. In females the mastoid process is small and smooth. In males the mastoid process is large and rugged.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מוצ"ש דעצמבער 30, 2006 7:24 pm

קרעמער האט געשריבן:היינט וועל איך זיין דער מתחיל במצוה, און מאכן די איתערותא דלתתא מיטן ארויפלייגן א פרישע ידיעה'לע וואס איז היינט צוגעקומען צו מיין קליינעם באגאזש:

עס שטייט אין שער הכוונות (שער רוח הקודש) אז אויב א מענטש שמעקט א שלעכטן ריח, טוט דאס שאטן פאר זיין נפש! פונקט ווי בשמים וואס האבן א גוטן ריח טוען צוריקברענגן דעם פאר'חלש'טן נפש יעדן מוצאי שבת, אזוי טוט א שלעכטע ריח די פארקערטע פעולה ח"ו, און טוט אוועקשטויסן דעם מענטשן'ס נפש! (דער כף החיים - וואו איך האב דאס געזען - לייגט צו בשם אחרונים, אז דאס איז נאר געזאגט געווארן אויף א ריח רע פון א נבילה אדער אן אנדערע פארשימעלטע זאך, אבער דאס זעלבע קען נישט געזאגט ווערן ביי נאפט אדער אנדערע זאכן וואס האבן נאטורליך אן אומאיינגענעמען ריח).

איז דאס נישט א חידוש? א גערוך זאל שאטן פארן נפש?


אביסל מענין לענין, וועל איך שרייבן צוויי שטיקלעך גירסא דינקותא איבער דעם ענין פון א גערוך:
1) די סיבה פארוואס מ'שמעקט בשמים מוצאי שבת, איז צוליב דעם צער וואס דער מענטש (לכאורה די נשמה) האט אז די נשמה יתירה איז אוועקגעגאנגען. אבער איר צער און ווייטאג קען מען נישט בארואיגן מיט קיין שום נאטורליכע "חוש", אויסער מיט'ן חוש פון שמעקן, וואס דאס איז די האקעלסטע חוש און די איינציגסטע חוש צו וועלכע די נשמה קען ריספאנדען.
2) די סיבה פארוואס מ'קען אויפכאפן א קול אויף א טעיפ, אדער א סצענע אויף א בילד אדער ווידעאו, משא"כ א גערוך איז נאכנישט געלונגען פאר די גרעסטע סייענטיסטן אויפצוטרעפן א וועג אז מ'זאל דאס קענען "אפכאפן און איבערשפילן", איז צוליב די זעלבע סיבה, ווייל א גערוך איז גאר א האקעלע זאך, און די גשמיות'דיגע חלקים פונעם מענטש קענען דאס נישט דערשפירן.
אויב האב איך עפעס נישט גוט געשריבן, איז יעדער מכובד מיך צו פארריכטן. דאס איז גירסא דינקותא פון לאנגע יארן צוריק.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש דעצמבער 30, 2006 10:00 pm

יישר כח מאשקע;

לאמיר צולייגן אביסל צו דיין ערשטע גירסא דינקותא:

פארוואס שמעקט מען נישט קיין בשמים מוצאי יום טוב?

1) לויט טייל דיעות אין די ראשונים (מובא בתוס') איז דאס א צייכן אז יום טוב באקומען מיר נישט קיין נשמה יתירה. 2) אנדערע ראשונים זאגן אבער אז יום טוב איז יא דא א נשמה יתירה, נאר - ווי דער שפת אמת זאגט - "עס גייט נישט אוועק מוצאי יום טוב"!!! די נשמה יתירה פון יום טוב פארבלייבט אינעם מענטש!!!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג דעצמבער 31, 2006 2:48 am

שערקויעך קרעמער, אבער אין גדר פון "גירסא דינקותא" וועט דער ידיעה שוין ליידער נישט אריינגיין ביי מיר. דעם תקופה האב איך שוין ליידער פארשפעטיגט.
אוי, ווי נעמט מען די יונגע יארן, אזוי שנעל אוועקגעפארן, וואס מען האט זיך דעמאלטס איינגעזאפט, דאס האט מען אריינגעכאפט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג דעצמבער 31, 2006 11:23 am

א גוט מארגן, א גרינגן תענית אייך אלע.

היינט האב איך אנגעהויבן שבט מוסר פרק מ"ז, ער ווידמעט דעם גאנצן פרק פארן "מאלפע"!

בתוך הדברים שרייבט ער דארטן אז השי"ת האט געמאכט אז דער קוף זאל ענדלן אינעם מענטש מיטן אויסזען, און זאל פרובירן נאכמאכן אלעס וואס ער זעט ביים מענטש, כדי דער מענטש זאל זיך דורכדעם אפלערנען און פרובירן גיין בדרכי השי"ת, נאכדעם וואס השי"ת האט אריינגעלייגט אינעם מענטש א "קצת מזעיר" פון עצם אלקות.

ער ברענגט דאס הערליך ארויס מיט א קל וחומר: דער מאלפע וועט קיינמאל קיין מענטש נישט ווערן, טראצדעם וואס ער וועט נאכטאן אלע פעולות וואס ער זעט ביים מענטש, און דאך געט ער נישט אויף און האלט אין איין פרובירן זיך מדמה זיין צום מענטש. כל שכן דער מענטש, וואס ביים טאן מצות ומעשים טובים ווערט ער נתעלה צו קענען טאן פעולות אלקיים, ווי צב"ש מחיה מתים זיין וכדומה, איז דאך זיכער אז ער ברויך האלטן אין איין טאן וואס ער זעט ביים באשעפער. ועיין עוד שם.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג ינואר 02, 2007 10:19 pm

לעצטנס געהערט אז א געוויסער צדיק, וועמענס נאמען איך געדענק נישט אויף זיכער (אפשר דער ייטב לב זי"ע?), ווען מ'איז געקומען צו אים נעמען די הוראה, האט ער די ערשטע זאך פארהערט הל' קריאת התורה, ווייל דאס איז די איינציגסטע הלכות וואס מ'דארף וויסן "אן דע ספאט", ווען ס'איז נוגע הלכה למעשה, צו קענען ענטפערן בשעת דער עולם שטייט און ווארט צו הערן דעם ריכטיגן שריט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג ינואר 02, 2007 10:25 pm

ווען ס'האנדלט זיך פון אריינפירן א איד אין שפיטאל בעצם יום השב"ק, ווען יעדע מינוט ציילט, "טאר מען נישט" הייסן אז א גוי זאל אריינדרייוון דעם אמבולאנס, נאר דוקא א איד זאל דאס דרייוון.
פארוואס?
ווייל דעם גוי אינטרעסירט נישט דאס לעבן פונעם איד, און ער וועט זיך נישט אנשטרענגען אנצוקומען א מינוט פריער אין שפיטאל.
An article a day keeps the babies away

תהוובהו
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 2:30 pm

תגובהדורך תהוובהו » מוצ"ש ינואר 06, 2007 8:54 pm

קרעמער האט געשריבן:היינט וועל איך זיין דער מתחיל במצוה, און מאכן די איתערותא דלתתא מיטן ארויפלייגן א פרישע ידיעה'לע וואס איז היינט צוגעקומען צו מיין קליינעם באגאזש:

עס שטייט אין שער הכוונות (שער רוח הקודש) אז אויב א מענטש שמעקט א שלעכטן ריח, טוט דאס שאטן פאר זיין נפש! פונקט ווי בשמים וואס האבן א גוטן ריח טוען צוריקברענגן דעם פאר'חלש'טן נפש יעדן מוצאי שבת, אזוי טוט א שלעכטע ריח די פארקערטע פעולה ח"ו, און טוט אוועקשטויסן דעם מענטשן'ס נפש! (דער כף החיים - וואו איך האב דאס געזען - לייגט צו בשם אחרונים, אז דאס איז נאר געזאגט געווארן אויף א ריח רע פון א נבילה אדער אן אנדערע פארשימעלטע זאך, אבער דאס זעלבע קען נישט געזאגט ווערן ביי נאפט אדער אנדערע זאכן וואס האבן נאטורליך אן אומאיינגענעמען ריח).

איז דאס נישט א חידוש? א גערוך זאל שאטן פארן נפש?


איך זע נישט קיין גרויסן חילוק פון זען, הערן און שמעקן , לגבי דעם עני אז עס זאל זיין אזא חידושן.
אויב פארשטייסטו אז זען קען אפעקטירן דעם מענטש, קען מען די זעלבע פארשטיין אז שמעקן זאל אפעקטירן דעם מענטש , און מה דאך אז בגשמיות קען דאס זיין, ווייל נאך אלעם איז שמעקן אויך א פיזישער געשעעניש און ווען דער מענטש שמעקט סיי וועלכע זאך איז דאס צוליב א געוויסע חלק פון דעם זאך (מאלעקיולס) גייען אריין אינעם מענטשנ'ס נאז, און די אויפכאפער דערשמעקן דאס און דער מוח אנאליזירט דעם שמעק (און אזוי ווייסט דער מענטש און ער געדענקט פון וואס דער שמעק קומט, פון די פריערדיגע פעלער). איז דאך דאס פונקט ווי די אנדערע חושים, איז דאך שוין גרינגער צו גלייבן אז כל שכן ברוחניות קען דאס אפעקטירן דעם מענטש.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג ינואר 08, 2007 12:33 pm

מאשקע האט געשריבן:לעצטנס געהערט אז א געוויסער צדיק, וועמענס נאמען איך געדענק נישט אויף זיכער (אפשר דער ייטב לב זי"ע?), ווען מ'איז געקומען צו אים נעמען די הוראה, האט ער די ערשטע זאך פארהערט הל' קריאת התורה, ווייל דאס איז די איינציגסטע הלכות וואס מ'דארף וויסן "אן דע ספאט", ווען ס'איז נוגע הלכה למעשה, צו קענען ענטפערן בשעת דער עולם שטייט און ווארט צו הערן דעם ריכטיגן שריט.


ומענין לענין באותו ענין.
איך האב אמאל געהערט, פון רבי יינקאלע פרשעווארסקער זצ"ל, אז ביים סיגוט'ער רב (ייט"ל) זצ"ל איז אמאל פארלאפן אזא מעשה. יום הקדוש ביינאכט, נאכן דאווענען, בשעת דער ציבור חסידים האט זיך געשלענגעלט אין די שורות צו זאגן גוט יום-טוב פארן רב (ער לייגט צו, אז: זעט אויס אין סיגוט איז געווען דער מנהג יוה"ק ביינאכט צו זאגן גוט יום-טוב פארן רב אזוי ווי יעדן שבת) איז מען פלוצלינג, מיט איין בהלה, געקומען מזכיר פארן רב אז דער און דער איד איז ל"ע אויסגעטריקנט געווארן און צוזאמען געפאלן, האט דער סיגוטער רב זיך דאן אויסגעדריקט: אין עניני הצום דארף א דיין צו זיין קלאר און באלד וויסן צו ענטפערן אויף אלע פראגן, ווייל מיט איין קליינעם טעות קען דאס ח"ו קאסטן א יודיש נפש.

ער האט צוגעלייגט א מליצה דערביי, זאגנדיג: "שגגות תלמיד" - א פסק-שגגה פון א תלמיד (מיינענדיג א ת"ח, א דיין), "עולה זדון" - קען אמאל רח"ל גערופן ווערן א הורג נפש בזדון...

(איך געדענק נישט אויפן מומענט קלאר די מעשה, און אודאי נישט מיט אלע אירע פיטשיווקעס, איך האב דאס אפגעשריבן בערך לפי זכרוני).

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג ינואר 08, 2007 12:43 pm

שכוח, זארעכ, פאר'ן פארברייטערן מיין ידיעות באגאזש.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 08, 2007 2:25 pm

מיר האבן לעצטנס געלערנט די גמרא אין עירובין (ק' ע"ב) אז ווען נישט די תורה וואלט געגעבן געווארן, וואלט מען געקענט ארויסלערנען פארשידענע מדות פון פארשידענע בעלי חיים, איינס פון זיי איז "צניעות מחתול", די קעצל איז זייער באשיידן, לאזט נישט קיין שמוץ וואו מענטשן זעהן וכדומה.

איז מיר געווען אינטערסאנט צו טרעפן אין שבט מוסר (פרק מ"ז) אז ער האט גורס געווען "צניעות מגמל"!

איך האב פארשטאנען דעם גירסא אויך, עפ"י וואס רש"י שרייבט אין פ' וישלח בפסוק גמלים מניקות ובניהן, אז גמלים זענען זייער באשיידן עיין שם. עס איז אבער אינטערסאנט אז קיינער פון די מפרשים אין די גמרא (און די מגיהים אינעם שבט מוסר) צייכענען נישט אן אז עס זענען דא עטליכע גירסאות דערין.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג ינואר 08, 2007 4:45 pm

קרעמער:
איך האב נישט דעם שבט מוסר צו דער האנט, אבער מעגליך אז דו מישט אויס צוויי באזונדערע ענינים. צניעות פון א חתול איז שמכסה צואתו (רש"י) און צניעות פון גמלים איז לכאורה הל' צניעות...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 08, 2007 7:36 pm

זארעך;

איך בין צו אינג צו מישן... איך ווייס אז א חתול איז צניעות'דיג ביים ארויסגיין און א גמל ביי אנדערע זאכן, איך האב דאך דאס זעלבסט ערווענט אין מיין אויבערשטן תגובה. דער שבט מוסר שרייבט דאס אבער ווי גלייך דאס איז א טייל פונעם מאמר חז"ל "אלמלא לא ניתנה תורה היינו למידין כו' וגזל מנמלה ועריות מיונה דרך ארץ מתרנגול", און אויף דעם ארויף האב איך געשריבן אז עס קען זיין ער האט געהאט אן אנדערע גירסא אין די גמרא.

----
דער שבט מוסר (פרק נ') שרייבט: ווען משיח צדקינו וועט קומען, וועט השי"ת ארויפשרייבן אויף די שטערן פון איטליכן איד דעם הייליגן שם הוי', און דאן וועט מקוים ווערן וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך ויראו ממך.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 08, 2007 11:31 pm

מיין חברותא האט מיר היינט ביינאכט צוגעוויזן אן אינטערסאנטע זאך: די גמרא זאגט אין פסחים (ג' ע"ב) הנהו תרי תלמידי דהוו יתבי קמיה דהלל וחד מינייהו רבן יוחנן בן זכאי ואמרי לה קמיה דרבי וחד מינייהו רבי יוחנן חד אמר מפני מה בוצרין בטהרה ואין מוסקין בטהרה וחד אמר מפני מה בוצרין בטהרה ומוסקין בטומאה אמר מובטח אני בזה שמורה הוראה בישראל ולא היה ימים מועטים עד שהורה הוראה בישראל.

בפשטות לערנט מען, אז דער וואס האט גערעדט בלשון נקיה (בוצרין בטהרה ואין מוסקין בטהרה) יענער איז אויסגעוואקסן דער מורה הוראה בישראל (און אזוי שטייט קלאר אין רבינו חננאל אויפן ארט).

האט ער מיר נאכגעזאגט פון זיין מגיד שיעור (און מיר האבן דאס געטראפן שפעטער אין רש"ש בשם הר"ן בשם התוספות בע"ז) אז אדרבה, דער וואס האט מקצר געווען בלשונו און געזאגט ומוסקין בטומאה, יענער איז גאר אויסגעוואקסן דער מורה הוראה, ווייל לעולם ישנה אדם לתלמידו דרך קצרה (איך האב גראדע געהאט עטליכע דיוקים אויף דעם פשט: 1. די גמרא דערציילט די פאסירונג צווישן עטליכע אנדערע וואס ברענגן ארויס די מעלה פון א לשון נקיה, 2. דארט רעדט זיך נישט אז זיי האבן דאס געלערנט מיט א תלמיד, וואס דאן דארף מען טאקע לערנען בלשון קצרה, כדי דער תלמיד זאל בעסער קענען געדענקן, דארט האנדעלט זיך אז תלמידים האבן געפרעגט פון א רבי'ן, נו, פארוואס זאלן תלמידים ברויכן מקצר זיין ביים פרעגן א שאלה פון זייער רבי'ן?).

--
נאך א זאך האט ער מיר צוגעוויזן, זאגנדיג אז אני הדל והשפל האב דאס אים אליין געזאגט אין די פארגאנגענהייט (א זאך וואס איך האב שוין ליידער פארגעסן):

דער ר"ן ברענגט צו פון ירושלמי א מורא'דיגע אינטערסאנטע זאך (איר וועט שפרינגן!):

אויב איר זענט אין א פארשפארטע טונקעלע שטוב, און איר ווילט וויסן אויב עס איז טאג אינדרויסן אדער נאכט, "צינד אן א ליכטל"! אויב וועט עס ארויסגעבן א שיינע ליכטיגקייט, איז א סימן אז עס איז ביינאכט, און אויב געט עס ארויס א שוואכע ליכטיגקייט (נאכאמאל: מען רעדט דא אפילו אין א שטאק טונקעלע שטוב) איז א סימן אז אינדרויסן איז בייטאג.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג ינואר 08, 2007 11:33 pm

איך שפרינג טאקע, ס'איז זייער אן אינטערעסאנטע זאך.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט