מייקראסאפט נייעס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג אפריל 03, 2014 6:59 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:כ'ווייס נישט צו עס קומט דא, אדער אין "עפל נייעס" אדער אין "אייפעד נייעס" (נישטא אזא אשכול).

מייקראסאפט האט היינט ארויסגעגעבן "אפיס" (OFFICE) פאר אייפעד.

אין א אינטערעסאנטע ענעקדאוט, האט די נייע פירער פון עפל "טים קוק" געטוויט א אפציעלע "וועלקאם" פאר די נייע מייקראסאפט עפפ. א זאך וואס דזשאבס וואלט לכאורה קיינמאל נישט געטאן, זייענדיג באקאנט מיט זיין עמטליך אראפרייסן מייקראסאפט ביי יעדע געלעגענהייט, כאטש וואס אויף אפיס בעצם, האט ער יא געהאט גוטע ווערטער.

12,000,000 מאל זענען די "ווארט", "עקסעל", "פאוערפאוינט" עפפס געווארן געדאונלאוידעד בענעזאם אין ערשטן וואך אליין!!

#סמעשינג סוקסעס (עקספערטן)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דאנארשטאג אפריל 03, 2014 7:01 pm

די שאלה צי אין די לאנג ראן איז עס א ריזיגע בראך

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג אפריל 03, 2014 7:06 pm

משנה מקום האט געשריבן:די שאלה צי אין די לאנג ראן איז עס א ריזיגע בראך

פאר?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דאנארשטאג אפריל 03, 2014 7:09 pm

מייקארסאפט

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג אפריל 03, 2014 7:12 pm

משנה מקום האט געשריבן:מייקארסאפט

דהיינו? זיי זיך אביסעל מסביר.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » דאנארשטאג אפריל 03, 2014 7:13 pm

עס איז דא א ווינדאויס פאון אשכול?

ווינדאוס פאון קומט ארויס מיט אן אפדעיט , נעכטען אין סאונ-פראנסיסקא האבן זיי אפישעלי געמאלדן די אפדעיט.

זיי גייען צולייגען אפאר גוטע פיטשערס, צווישען אנדערע, א וואויס קאנטראל זיי רופן עס קארטאנע, עס איז די זעלבע איידיע ווי עפלס 'סירי', און ווי גוגלס 'גוגל יעצט'... ווי די קענסט רעדן צום פאון און ער הערט דיר אויס און טוט וואס די פרעגסט אים, ער גיבט דערעקשענס, אויפסעטען רימיינדערס, עפענען עפפס...

אויך לייגען זיי צו צו די אפישעל קיבארד די אפשען פין סווייפ, אזויווי ענדרויד האט שוין לאנג, אייפאן האט עס נאך נישט ביזדערווייל... איינע פון די זאכן וואס זייט איך האב אן אייפאון מיס איך די מערסטע...

ביי דעי וועי עס געפעלט מיר ווי ביי די סי-נעט ריוויא ווען יענער האלט ביי די סווייפ קיבארד אפציע און ער פאנגט אן סווייפען און עס ארבעט נישט געהעריג, גיבט ער זיך אזא דריי ארויס אז ער קען עס נישט דא מאכן "אבער עכט ארבעט עס גרעיט״...

אויך גייט עס קומען מיט אינטערנעט עקספלארער 11, וואס האט אסאך נייע אימפראוומענטס, פרייוועט בראויזינג און נאך.

די נאטיפעקעשען סענטער אדער עקשען סענטער, גייט זיין זייער יוזפול, מען וועט האבן עקסעס צי קאממען סעטטינגס, שטיייצעך נאטיפעקעשענס אויכעט.

די אפדעיט וועט זיין עוועילעבל אין די קומענדיגע חדשים.
לעצט פאראכטן דורך מייקראסאפט אום דאנארשטאג אפריל 03, 2014 8:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג אפריל 03, 2014 7:35 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:#סמעשינג סוקסעס (עקספערטן)

פארוועם?
איך פארשטיי די סוקסעס איז פאר עפל

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דאנארשטאג אפריל 03, 2014 7:47 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
משנה מקום האט געשריבן:מייקארסאפט

דהיינו? זיי זיך אביסעל מסביר.

מען דארף האבען רוח הקודש צי וויסען און אזא פאל וואס איז די ריכטיגע שריט
אויפען שפיץ גאפעל
פין איין זייט איז דא אסאך מענטשען וואס בלייבען אויף ווינדאוס נאר וועגען אופיס נאכדערצו ווען א מענטש קויפט א טעבלעט קען זיין די סיבה ער זאל קויפען ווינדאוס איז וועגען אפיס
פין די אנדערע זייט קען זיין זיי האבען שוין עניוועיס פארלוירען איז כאטש אנהאלטען די עולם דארך עס זאל זיך לוינען צי קויפען אפיס 365 סובסקריבשענס ווייל די עולם וועט האבען אופיס איבעראל

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דאנארשטאג אפריל 03, 2014 7:51 pm

אין אנדערע נייעס א גוט מארגען זיי האבען זיך דערמאנט צי טון דאס וואס איך און יעדער שרייט פין אנפאנג און ווען זיי טוען דאס גלייך וואלט ווינדאוס 8 געווען די בעסטע אפערעטינג סיסטעם וואס איז נאר אמאל געווען
http://www.cnet.com/products/windows-8- ... CAD1acfa04

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג אפריל 03, 2014 10:46 pm

משנה מקום האט געשריבן:מען דארף האבען רוח הקודש צי וויסען און אזא פאל וואס איז די ריכטיגע שריט
אויפען שפיץ גאפעל
פין איין זייט איז דא אסאך מענטשען וואס בלייבען אויף ווינדאוס נאר וועגען אופיס נאכדערצו ווען א מענטש קויפט א טעבלעט קען זיין די סיבה ער זאל קויפען ווינדאוס איז וועגען אפיס
פין די אנדערע זייט קען זיין זיי האבען שוין עניוועיס פארלוירען איז כאטש אנהאלטען די עולם דארך עס זאל זיך לוינען צי קויפען אפיס 365 סובסקריבשענס ווייל די עולם וועט האבען אופיס איבעראל

איי עגרי.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג אפריל 03, 2014 10:53 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:#סמעשינג סוקסעס (עקספערטן)

פארוועם?
איך פארשטיי די סוקסעס איז פאר עפל

נע, די ווארט איז נישט די געלט, אדער דאס אז דער עולם האט אייפעדס אין גרויסן, דאס איז שוין לאנד א פאקט אין לעבן. נאר באמת איז דא א געוויסע צוגעבינדענקייט וואס דער עולם האט צו מייקראסאפט, וואס האט נישט קיין געהעריגע פשט, חוץ אז מען וועט זאגן אז זייער פרודוקט איז זייער גוט. עפל למשל איז א געוויסע "קולט באוועגונג" עס איז "קול"(COOL) צו זיין א עפל פען. והא ראיה אז אפי' סעמסאנג האט געוויסע מעלות איבער עפל, און עפל האלט זיך ביי זייערע משוגעתן ווי נישט טושען די בעטערי, קיינע SD קארד וכדו', לויפט מען נאך אלס נאך גוגל.

אבער פארוואס איז מייקראסאפט אזוי שטארק? טענה'ט גוגל די גאנצע צייט אז באמת האט דער עולם נישט אזוי ליעב מייקראסאפט, נאר ביז היינט איז נישט געווען קיין צווייטער, והא ראיה אז די טעבלעט גייט זיי נישט, בלא בלא בלא.

אבער אז עס קומט אז מייקראסאפט גיט ארויס א פרודוקט, און אלע פאנאטישע בלינדע עפל חסידים לויפן טאנצען הקפות ביים נייעם רבין, קומט צוריק ארויף די פאקט, אז פארפאלן מייקראסאפט איז נאך אלס מייקראסאפט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » דאנארשטאג אפריל 03, 2014 11:11 pm

חילי, איך קען נישט מער ווי אגריען, מייקראסאפט איז נאך אלס מייקראסאפט.

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מוצ"ש אפריל 05, 2014 11:31 pm

http://technet.microsoft.com/en-us/security/cc308589
אין דעי ליסט איז דא א נאמען Kristoffer Wilhelm von Hassel
דאס איז א פינעף יעריג קינד וואס האט בטעות געטראפען א סעקיורטי לאך אין איינע פין מייקראסאפט לאגין סערוועסיס
"We're always listening to our customers and thank them for bringing issues to our attention," Microsoft said in a statement
ער האט באקומען מתנות פין מייקראסאפט חוץ דאס וואס ער איז געווארען אריינגעשריבען אין Security Researcher Acknowledgments

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דינסטאג אפריל 08, 2014 9:56 am

מייקראסאפט האט היינט ריליסט אפדעיט 1 פאר ווינדאוס 8.1 ווער עס איז אויף ווינדאוס 8.1 מוז נעמען דעי אופדעיט אז נישט וועט מען מער נישט באקומען אפדעיטס
עס עפעקט נישט דער וואס איז אויף ווינדאוס 8

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » דינסטאג אפריל 08, 2014 10:34 am

משנה מקום האט געשריבן:מייקראסאפט האט היינט ריליסט אפדעיט 1 פאר ווינדאוס 8.1 ווער עס איז אויף ווינדאוס 8.1 מוז נעמען דעי אופדעיט אז נישט וועט מען מער נישט באקומען אפדעיטס
עס עפעקט נישט דער וואס איז אויף ווינדאוס 8


וויאזוי נעם איך עס? סא פאר ווען איך האב געטשעקט אויבדעיטס האב איך געזעהן נאר א אפדעיט פאר ווינדאוס דעפענדער

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9832
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג אפריל 08, 2014 10:58 am

נאך א גרויסע שריט פון 'מייקראסאפט' אינעם היינטיגן 'פעטש דינסטאג' [דאס איז דער צווייטער דינסטאג פון יעדע למספרם חודש, וואס דאס איז דער טאג אין וועלכע מייקראסאפט גיבט ארויס זייער מעידזשאר פיק-איטס פעטשעס און אפדעיטס פארן ווינדאוס אפערעטינג סיסטעם און זייערע אנדערע סאפטווער] איז דער ענדגילטיגער סעקיורעטי און סטעבילעטי פעטשעס פאר 'ווינדאוס XP' און 'אפיס 2003'.

אויכעט איז בכלל דא אפאר קריטיקעל אפדעיטס, איינס פון זיי צו אפהיטן פון דער RTF וויירוס [וואס מיר האבן דא באריכטעט].
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » דינסטאג אפריל 08, 2014 8:00 pm

.
צוגעלייגטע
IMG-20140408-WA0001.jpg

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג אפריל 13, 2014 3:20 pm

אזוי ווי די רעגירונג איז דאך זייער געשיקט און אפ-טו-דעיט, נוצט די איי-אר-עס פארשטייט זיך אויף זייערע קומפיוטער די בעסטע אפערעטינג סיסטעמען נעמליך .............. די - מער נישט סעפאורטעט - XP!!

ווערט באריכטעט אז ביז סוף יאר וועלן שוין אלע איי-אר-עס קומפיוטערס זיין אפדעטעט צו ........ ווינדאוס 7!!!

עניוועי ביזדערווייל צאלט די איי-אר-עס מיליאנען אין א פרייוואטע קאנטראקט מיט מייקראסאפט, צו האלטן ווייטער פרייוואטע סעפאורט פאר די איי-אר-עס קומפיוטערס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » פרייטאג אפריל 25, 2014 5:55 pm

מייקראסאפט האט היינט גענדיגט די דיעל אפציקויפען די דיווייסעס און סערוויסעס חלקים פין נאקיע פאר $7.2 billion

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג מאי 01, 2014 5:23 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:מייקראסאפט האט געמאלדן אז זיי גייען אפיציעל אויפהערן סופארטן און צולייגן סעקיוריטי פארן XP אום אפריל 2014
ווי אויך גייען זיי אויפהערן צושטעלן MSE פאר ווינדאוס XP
http://windows.microsoft.com/eos

אין ליכט פון די IE אלערט, האט מייקראסאפט געמאכט א אויסנאם און געמאכט א "פעטש" פאר XP.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
אברהם העיברי
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

תגובהדורך אברהם העיברי » דינסטאג מאי 13, 2014 12:20 pm

Office iPad app downloads have hit 27M in 5 weeks.

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מאנטאג נובעמבער 10, 2014 9:22 pm

אין א שריט אויף פראנאויס (קרעדיט ?) האט מייקראסאפט אראפגענומען דאס פרייז פון די אפיס פראדוקטען פאר'ן אייפעד און ענדרויד טעבלעטס און וועט זיין צו באקומען בחינם אין די מארקעטער.

די פולע ווערסיע וואס פארמאגט קליינע מינדערוויכטיגע פונקציעס וועט יא קאסטען געלט
משנכנס אדר מרבים בשמחה

אוועטאר
אברהם העיברי
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

תגובהדורך אברהם העיברי » מיטוואך דעצמבער 10, 2014 8:32 pm

יאפין האט געשריבן:אין א שריט אויף פראנאויס (קרעדיט ?)

קרעדיט קומט פאר עפל.
זיי שטעלן צו בחנם א ווארד פראסעסינג עפפ גערופן Pages.
מייקראסאפט האט לכן געמוזט מעטשן די פרייז.

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מיטוואך דעצמבער 10, 2014 11:03 pm

(קרעדיט האבעך גערעדט פון די ווארט "פראנאויס", עפעס א נייע ווארט וואס איינער האט דעמאלטס גענוצט....)

איך טראכט אז קרעדיט קומט זיך פאר גוגעל, ווייל זיי שטעלען צו די גוגעל דרייוו וואס ארבעט זייער געשמאק אויף אלע פלאטפארמען וואס דאס מיינט אז איינער ניצט גוגעל דרייוו אויף עפעל אדער ענדרויד וועט ער וויטער נוצען גוגעל דרייוו אויפען קאמפיוטער.
גוגעל ארבעט זייער שווער צו פארויס שטופען גוגעל דרייוו, אזש זיי לייגען צו נייע פיטשערס און פארעכטען פראבלעמען כסדר. און נאכדערצו שטופען זיי זייער שטארק די גוגעל עפפס פאר ביזנעס, און זיי שלעפען אוועק די פריוואטע מענטשען - וואס פארדעם האט מייקראסאפט געמאכט בחינם די עפפס אויף טעבלעטס כדי צוריק כאפען די מארקעט. און עס איז א גוטע ענטפער פון מייקראסאפט, עס ארבעט די זעלבע וואו די געהעריגע קאמפיוטער ווערסיע פון אפיס.
משנכנס אדר מרבים בשמחה

אוועטאר
אברהם העיברי
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

תגובהדורך אברהם העיברי » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 9:41 pm

גוגל דרייוו איז נאך זייער זייער ווייט פון קאמפיטן מיט ווארד, (עפל פעידשעס איז נאר איינמאל ווייט..) אבער כ׳פארשטיי דיין פונקט.


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט