מייקראסאפט נייעס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג דעצמבער 12, 2014 10:22 am

מייקראסאפט האט געמאלדן אז זיי גייען אנפאנגען צו אננעמען דער 'ביטקאון' קריפטאו-קארענסי, מען וועט עס קענען נוצן צו קויפן זאכן דאונלאוד'ס וכדו', אבער נישט פאר דיירעקט קויפונגען, נאר מען וועט דארפן צולייגן די געלט צום אקאונט און שפעטער קויפן [כאטש איך כאפ נישט וואס דער חילוק איז]. מיט דעם ווערן זיי דער גרעסטער קאמפאני אין דער וועלט זיך מיטצוכאפן מיטן ביטקאון וואגן.

דאס קומט נאכדעם וואס פריער אין דעם יאר אין אן אינטערוויאו מיט בלומבערג ניוס האט מייקראסאפט'ס קא-פאנדער, און היינט טעקניקעל אדווייסער, ביל געיטס, אויסגעדריקט ענטוזיאזום איבער ביטקאון, זאגענדיג עס אז מאכט אים עקסייטעד און אז עס איז בעסער ווי דער טראדיציאנאלע קאררענסי'ס.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך דעצמבער 24, 2014 12:29 pm

מייקראסאפט האפט אריבערצוכאפן מעקבוק יוזערס צו די סורפעיס פרא 3 מיט א נייע וועבסייט ספעציעל פאר דעם צוועק.

בילד

די וועבסייט האט אינסטראקשענס וויאזוי צו טרעספערן פיילס, אינסטאלן אייטונס ווינדאוס בעיסיקס און נאך.

אוועטאר
אברהם העיברי
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

תגובהדורך אברהם העיברי » מיטוואך דעצמבער 31, 2014 11:02 pm

איין זאך שטיי עך נישט... פארוואס איז יעדער ביזי מיט עפל...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 9:48 am

נעכטן איז פארגעקומען דער ווינדאוס 10 איווענט פון מייקראסאפט וואו זיי האבן מער אויסגעשמועסט אלעס ארום און וואס קומט מיט ווינדאוס 10. אבער נישט נאר ווינדאוס 10 איז געווען דארט דער נושא. צוויי זאכן האבן זיי דארט געוויזן וואס זענען ביידע פיינע זאכן.

דער ערשטער איז עפעס וואס געוויסע טענה'ן אז עס איז נאך א גרעסערע אנאנסירונג ווי ווינדאוס 10 אליינס... דאס איז דער HoloLens העדסעט.

איר האט געמיינט אז גוגל גלעסס איז מורא'דיג? דאן וואס וועט איר זאגן אויף דעם?... דאס איז אזא העדסעט מיט גאגעלס, מען קען נארמאל ארומקוקן און זען וואס עס טוט זיך ארום, אבער נישט נאר דאס קען מען זען... נאר עס האט א וואונדערפולער ארגיומענטעד ריאלעטי טעכנאלאגיע, וואס ווייזט דיר אין דער גלעזער זאכן וואס זענען נישט עכט דארט, און עס פלאצירט עס אויפן גלאז אזוי אז עס קוקט אויס ווי עס ליגט עכט ערגעץ אין ריאלעטי.

איין דוגמא וואס מען קען טון דערמיט איז פשוט זיך אראפזעצן ערגעץ און געבן א לייג ארויס - למשל - א סקרין אויפן וואנט, מען קען מיט פינטש-טו-זאאם גרעסער מאכן און קלענער מאכן דער כמו סקרין. מען קען וואקן און האבן א קאמפיוטער אין די לופטן מיט אסאך ווינדאוס וכדו'.

נאך מער פון דעם האבן זיי א פראגראם וואס קומט דערמיט וואס הייסט האלא-סטודיאו, אין וועלכע מען קען מיט די הענט און קאממענדס אויפבויען 3D אביעקטן אין דער פראגראם און דאן פרינטן. ועוד ועוד...

עס גייט זיין צו באקומען מער סוף יאר, פרייז איז נאכנישט באוואוסט.

b.jpg
דער כלי

hololens-microsoft.jpg
סקרינס אן דע גאו

php4xjwmt.jpg
ער בויעט ווי למשל אויפן טיש
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 9:53 am

Wow זייער אינטערסאנט.
דאס הייסט אז די גלעזער וועט אויפכאפן די מאושענס פון די הענט, און עקטן לויט דעם?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 10:06 am

גערעכטער האט געשריבן:Wow זייער אינטערסאנט.
דאס הייסט אז די גלעזער וועט אויפכאפן די מאושענס פון די הענט, און עקטן לויט דעם?

יא! אויכעט וועט ער קוקן אויף די גאנצע ארום און פלאצירן די זאכן/סקרינס לויט דעם.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

מייקראסאפט סורפעיס האב

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 4:13 pm

נאך א זאך וואס זיי האבן געוויזן נעכטן איז געווען דער 'מייקראסאפט סורפעיס האב', וואס איז פשוט א קלוגע ווייטבארד. עס איז א 84 אינטש טאטש סקרין, עס איז א סטענדעלאון קאמפיוטער און מען דארף נישט פראדזשעקטן פון א צווייטע כלי, מען קען דערויף זייער גוט שרייבן און פרעזענטירן זאכן פאר א פרעזענטעישאן אדער אין א קלאס צימער. מען קען שרייבן מיט אפאר פענעס אויפאמאל און מען קען עס סטרימען דורך הענגאוטס און מען זעט אינדערזייט אלע מענטשן וואס האלטן מיט דער ווידיאו קאל.

BN-GN937_hub012_G_20150121133721.jpg
microsoft-surface-hub-650x361.jpg
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
אברהם העיברי
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

תגובהדורך אברהם העיברי » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 10:43 pm

א ישר כח פארן זוי שיין באריכטן רב ידען.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג מארטש 08, 2015 10:03 pm

מייקראסאפט אפיס 2016 פאר מעק איז שוין אין פריוויו, מען קען עס דאונלאודן פון דא (היברו איז נישט סופארטעד)

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג אפריל 30, 2015 12:22 am

אין פאזעטיווע נייעס פאר מייקראסאפט'ס פארשלאפענע מאוביל אפערעיטינג סיסטעם ווינדאוס פאון, זאגט היינט מייקראסאפט אז פון שפעטער אין יאר וועלן ענדרויד עפפס ארבעטן אויפן ווינדאוס פאון! און נישט נאר עס וועט ארבעטן נאר עס וועט זיין א סיסטעם וואס ווען איבערנעמען די ענדרויד חלקים פונקציעס און עס טוישן מיט די פון דער ווינדאוס פאון.

דאס איז נאכדעם וואס בלעקבערי האט אויכעט אזוי געטון שוין א וויילע צוריק מיט זייער בלעקבערי 10 אפערעטינג סיסטעם. וואס דא גייט פאר איז פשוט אז די צוויי גרויסע סמארטפאון OS'ס האבן פארכאפט אלע ספעיס אין דער מארקעט, און דער ווינדאוס פאון שטייט ביי א פארשעמטע 3% מארקעט שער אינעם סמארטפאון מארקעט, און דאס רעזולטירט אז עס יאווען זיך נישט קיינע עפפ דעוועלאפערס צו מאכן עפפס פאר דעם פאון מיט איר נארישע יוזער בעיס. האט מייקראסאפט געטון וואס ביבי האט געטון נעמליך דאס לאזן ענדרויד עפפס אזוי ארום זענען זיי געקאווערט מיט כמעט אלע עפפס און זיי ברענגען צו צום טיש זייערע עדווענטידזשעס (אויב עס איז דא אזעלכעס...), אזוי ארום האפן זיי זיך אביסל ארויפצוארבעטן.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג אפריל 30, 2015 12:31 am

דאס מיינט אבער אויך אז די ביסעלע וואס האבן יא דעוועלאפט עפפס פאר ווינדאוס וועלן יעצט אויך אויפהערן.
הק' איש ימיני

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג אפריל 30, 2015 12:36 am

גערעכטער האט געשריבן:דאס מיינט אבער אויך אז די ביסעלע וואס האבן יא דעוועלאפט עפפס פאר ווינדאוס וועלן יעצט אויך אויפהערן.

נאופ, איך וואלט נישט אזוי געזאגט. איינער וואס האט ביז היינט געמאכט אן עפפ פאר דריי פערצענט פון דער מארקעט וועט נישט וועגן דעם אויפהערן. ווי אויכעט וועט ער האבן מסתמא א גרעסערע מארקעט שער סאו אז עס וועט זיך שוין מער לוינען צו מאכן עפעס ספעשעל פאר דעם.

ווי אויכעט האבן זיי געזאגט אז מען וועט קענען מאכן עפפס פאר זיי מיט דער זעלבער שפראך ווי פאר עפל, אזוי אז עס וועט נישט זיין שווער פאר א דעוועלאפער צו מאכן צוזאמען פאר ביידע.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג מאי 01, 2015 11:30 am

מייקראסאפט האט דעם וואך אפגעהאלטן זייער דעוועלאפער קאנפרענס "בילד 2015", דארטן האבן זיי בין השאר געוויזן נאך אביסל מער פון זייערע פיוטשער פראדוקטען.

איין חידוש איז געווען אז דער פראדזשעקט ספארטען בראוזער, דאס איז מייקראסאפט'ס נייע בראוזער וואס גייט איבערנעמען IE, האט באקומען אן עכטע נאמען, עס הייסט "מייקראסאפט עדזש". (סתם א באנדע קיען... צו מאכן א נאמען מיט אן e אזויווי עקספלארער, און נאך טאקע מאכן דער לאגא טויטליך ענדליך צום עקספלארער לאגא. מייקראסאפט געט אווער איט קיינער וויל נישט א בראוזער ענדליך צו איי אי...).

ire-edge-logo-sbs.jpg


אויכעט איז ארויסגעקומען נאך פרטים איבער דער בראוזער. איינס איז אז עס וועט פיינעלי קענען האבן נארמאלע עקסטענטשאנס אזויווי קראום פייערפאקס און ווער נישט, זיי זאגן אויכעט אז עס וועט לויפן אויפן זעלבן מהלך די קאודינג ווי די אנדערע אזוי וועט עס זיין גרינג צו פארטן צו עדזש. נאך א חידוש איז ווי ווייט קארטאנע אסיסטענס גייט זיין אינטעגרעיטעד דערינען, ווען מען גיין אויף געוויסע סייטס וועט קארטאנא צומאל דערקענען וואס מען קוקט אויף און אפפערן הילף דערינען, למשל אויב מען וועט קוקן אויף א רעסטוראנט זייטל וועט זי ארויפברענגען די וועג וכו' וכו'.

נאך א חידוש איבער קארטאנא - נישט אינעם בראוזער - איז אז מייקראסאפט וועט לאזן טירט פארטי ווינדאוס עפפס נוצן קארטאנא אויף ווינדאוס 10. דאס הייסט וועסט קענען געבן א זאג "קארטנא, אפען הענגאוטס (נאר לדוגמא אויב גוגל וועט עס אריינלייגן אין הענגאוטס) ענד סענד עי מעסעדזש טו קנאפער פליז העלפ..." און עס וועט זיך שיקן אלעס פון דער איין שורה פון רעדן.

נאך א היבשע חידוש אינעם נייעם עדזש בראוזער איז א נייע פארגעשריטענע נייע טעב פעידזש, וואס וועט האבן פול מיט אינפארמאציע וואס מען וויל נאר. עס וועט האבן א סערטש באר ווי אויכעט טאפ סייטס, און - דא קומט א חידוש - אויב זיי וועלן האבן אן עפפ פאר איינער פון די טאפ סייטס וועט ארויפקומען דערונטער א קליינע לינק צו קליקן צו אינסטאלירן דעם עפפ:

83bae7780a96c1c3d8a45c54c6176b0c65e51967.jpg
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » פרייטאג מאי 01, 2015 12:52 pm

שקויעך פאר דיינע הערליכע באריכטן.

לגבי דעם e, זיי האבן דאס געמוזט טאן פאר לכתחילה'ס כבוד.
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג מאי 01, 2015 12:54 pm

בנימין הלוי האט געשריבן:לגבי דעם e, זיי האבן דאס געמוזט טאן פאר לכתחילה'ס כבוד.

!!!!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג מאי 01, 2015 2:55 pm

בנימין הלוי האט געשריבן:שקויעך פאר דיינע הערליכע באריכטן.

לגבי דעם e, זיי האבן דאס געמוזט טאן פאר לכתחילה'ס כבוד.

חחחח!! טענQ טענQ
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג מאי 01, 2015 4:40 pm

קנאפער ידען האט געשריבן: דאס הייסט וועסט קענען געבן א זאג "קארטנא, אפען הענגאוטס (נאר לדוגמא אויב גוגל וועט עס אריינלייגן אין הענגאוטס) ענד סענד עי מעסעדזש טו קנאפער פליז העלפ..." און עס וועט זיך שיקן אלעס פון דער איין שורה פון רעדן.
83bae7780a96c1c3d8a45c54c6176b0c65e51967.jpg


וואס קען זיין בעסער פון דעם... ניטאמאל זיך צוריקן צו קיבארד ענד העלפ איז אנדערוועי.

די שאלה איז נאר, וויאזוי וועט קנאפער העלפען, ער וועט צוריק זאגען פאר קארטונע גיי ביי די בייאוס אין נא_שכל'ס קאמפיוטער און וכו' ?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מוצ"ש מאי 02, 2015 11:59 pm

איך נוץ פראזשעקט ספארטאן אין בילד 10074 און עס נוצט די גאנצע סי פי יו געוויסע צייטען איבער הונדרעט פראצענט און איך האב א היי ענד פראסעסער

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג מאי 03, 2015 12:15 am

משנה מקום האט געשריבן:איך נוץ פראזשעקט ספארטאן אין בילד 10074 און עס נוצט די גאנצע סי פי יו געוויסע צייטען איבער הונדרעט פראצענט און איך האב א היי ענד פראסעסער

אוטש, נישט גוטע נייעס! האסט שוין קאמפלעינט אין די אינסיידער פידבעק? כ'האף אז דאס גייט נישט אזוי זיין עווענטועל.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » זונטאג מאי 03, 2015 12:31 am

קנאפער ידען האט געשריבן:
משנה מקום האט געשריבן:איך נוץ פראזשעקט ספארטאן אין בילד 10074 און עס נוצט די גאנצע סי פי יו געוויסע צייטען איבער הונדרעט פראצענט און איך האב א היי ענד פראסעסער

אוטש, נישט גוטע נייעס! האסט שוין קאמפלעינט אין די אינסיידער פידבעק? כ'האף אז דאס גייט נישט אזוי זיין עווענטועל.

ניין ווייל ביי די פידבעק עפפ איז שוין ארויפגעקומען אסאך קאמפלעינס אבער איך האב געגבען פידבעק אויף דעם וואס די מעקסימום פריקווענסי גייט נישט אראפ ווען די פראסעסער בארויגט זיך וואס דאס איז א גרויסע פראבעלם

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג יוני 01, 2015 1:39 pm

מיר האבן שוין א דעיט פאר די ריליס פון ווינדאוס 10.
בילד

פון יולי 29 וועלן קאסטומערס (נישט אלע, וועט מען באלדע זעהן דערוועגן) קענען אפגרעידן אומזינסט צו ווינדאוס 10.

ווינדאוס 7 און 8 באנוצער וועלן פון היינט באמערקן א קליינע ווינדאוס אייקאן אין די טעסקבאר, דאס איז די "ווינדאוס 10 אפגרעיד רעזערוואציע" און מיטן קליקן דערויף עפענט זיך א וויזערד וואס וועט ערמעגליכן ווינדאוס אפדעיט צו דאונלאודן ווינדאוס 10 אויף יולי 29.

אויב ס'שטערט אייך די אייקאן קענט איר דאס ארויסשטעלן דורך אנ-אינסטאלן ווינדאוס אפדעיט KB3035583. (מען דארף דאס מעניולי זוגכן ווייל די סוירטש וועט עס נישט אייביג טרעפן)

איידער איר אפגרעיד צו ווינדאוס 10 זאלט איר געדענקן אז די פאלגענדע פיעטשרס וועלן פארלוירן ווערן נאכן אפגרעיד:

    ווינדאוס מידיע סענטער
    די אריינגעבויטע DVD פלעיבעק פון מידיע פלעיער
    דעסקטאפ gadgets
    די געימס וואס קומען מיט ווינדאוס (Solitaire, Minesweeper), אין ווינדאוס 10 זענען דא נייע געימס (Microsoft Solitaire Collection and Microsoft Minesweeper)
    פלאפי דרייוו סופארט
    ווינדאוס אפדעיטס (ביז היינט האט יעדער ווערסיע פון ווינדאוס געהאט די אפציע פון נישט אפדעיטן וכו' פון ווינדאוס 10 און ווייטער וועט דאס נאר ארבעטן ביי ווינדאוס 10 פרא און ענטערפרייז)

איין מינוט, אויב איר אפגרעיד, וועלכע ווערסיע וועט איר באקומען?

איז אזוי:
ווינדאוס 7 סטארטער, האום בעיסיק און האום פרימיום וועלן באקומען ווינדאוס 10 האום

ווינדאוס 7 פרא און אולטימעיט וועלן באקומען ווינדאוס 10 פרא

ווינדאוס 8.1 און 8.1 מיט בינג באקומען ווינדאוס 10 האום

ווינדאוס 8.1 פרא באקומט ווינדאוס 10 פרא

מען וועט נישט קענען אפגרעידן גלייך פון ווינדאוס 8 (אריינגערעכנט פרא), נאר מ'וועט דארפן קודם אפגרעידן צו ווינדאוס 8.1 אפדעיט 2.

ווינדאוס 7 און 8.1 ענטערפרייז ווי אוי די RT ווערסיעס באקומען נישט די אומזינסטע ווינדאוס 10 אפגרעיד.





מומחה פי' בקי וזריז (פנ"מ מדר"ר פ' נח) | לייק ~ מפתח
לעצט פאראכטן דורך מומחה עצום אום דינסטאג יוני 02, 2015 2:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2588
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מאנטאג יוני 01, 2015 1:57 pm

איז זאל מען אפגרעידן אדער ענדעש צו ווארטן א פאר וואכן נאכן ריליס?
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג יוני 01, 2015 2:08 pm

ענדערש ווארטן




מומחה פי' בקי וזריז (פנ"מ מדר"ר פ' נח) | לייק ~ מפתח

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מאנטאג יוני 01, 2015 2:10 pm

מומחה עצום האט געשריבן:ענדערש ווארטן

אבער מ'דארף עס דאונלאודן פאר א יאר ווייל נאך א יאר וועט עס מער נישט זיין עוועליבל.
הק' איש ימיני

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג יוני 01, 2015 2:14 pm

ניין, די אפגרעיד וועט מען דארפן אקטיוויזירן און רעגיסטרירן פונקט ווי אייביג, נאר ביז א יאר וועט עס נישט קאסטן (מסתם וועט מען דארפן אריינלייגן די אימעיל אדער וואס)




מומחה פי' בקי וזריז (פנ"מ מדר"ר פ' נח) | לייק ~ מפתח


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט