קורצע נייעס'לעך איבער עפפס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » זונטאג יוני 15, 2014 1:15 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:ויש אומרים אז זיי זעען אז עס איז א בעסערע סטראטעגיע צו מאכן דער עפפ בחינם, און שארן געלט פון אין-עפפ קויפונגען.


וואסערע אין-עפפ קויפונגען איז דא ביי זיי?

---

א זייטיגע קשיא, וויאזוי גייט די פרייזען פון עדדס אויף אן עפפ? עס גייט פער קליק? פער יאזערס? וויפעל געלט קען מען מאכן פון דעם? וואסערע קאמפעניס טוהן דאס?

איך האלט א מענטש וועט ענדערש דאונלאודן און ניצן אן עפפ וואס האט עדדס ווי איידער צאלן אפי׳ א דאללער פאר עס.

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » זונטאג יוני 15, 2014 1:17 pm

לאו דוקא. אויב איז עס א גוטער נוצליכער עפפ וואס איך האלט אז דער דעוועלאפער פארדינט עס און די עדס גייען אויף די נערוון, וועל איך ליבערש געבן דעם דאלער אדער צוויי בחפץ לב און עס וועט זיין זה נהנה וזה נהנה.
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » זונטאג יוני 15, 2014 1:22 pm

מייקראסאפט האט געשריבן:וואסערע אין-עפפ קויפונגען איז דא ביי זיי?


Themes פארן קיעבוארד, און נאך קליינטשיגע פיטשערס.
משנכנס אדר מרבים בשמחה

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג יוני 23, 2014 1:34 pm

א פרישע עפפ וואס איז לעצטענס געווען אין די העדליינס איז "YO", אזוי הייסט עס YO, וואס טוט עס? אה דאס איז זייער א נוצבארע עפפ וואס וועט מאכן דיין טאג מער פראדאקטיוו און גיבט דיר מער צייט אין טאג וואס ביז היינט איז עס פארוואסערט געווארן, די עפפ ברענגט די קאמיוניקאציע צום נעקסטן שטאפל.
שטייסט אויף צופרי און דו ווילסט זאגן א גוט מארגן פאר דיין חבר?
ווילסט סתם גריסן א גוטן טאג?
סיי וועלכע מעסעדזש דו ווילסט זאגן פאר איינעם?
געענדיגט מיט די צייטן פון דארפן אפטייפן א גאנצע מעסעדזש, פון היינט און ווייטער ניצט די YO עפפ, די עפפ טוט איין איינציגע זאך מיט איין קוועטש שיקט עס די ווארט YO, פשוט YO, נישט א גוט מארגן נישט העלאו, נישט וואס טוט זיך, נישט וואו ביזטו, פשוט YO.

מנהלים מ'קען פארמאכן די גריסן אשכול, די טעגליכע אשכולות, און בכלל כמעט אלע פארברענגן אשכולות און עפענען א נייע אשכול "נו", פון היינט און ווייטער סיי וואס איינער האט צו זאגן קען אהין אריינקומען און שרייבן "נו" און אזוי קען מען ציען גרינגערהייט די גאנצע שמועס.

דא האט איר א שטיקל אנאליז דערויף.

https://copy.com/OwHPFO73vvTvn7ll
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג יוני 23, 2014 2:48 pm

YO...

און מען האט עס שוין געהעקט :P

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג יוני 23, 2014 3:31 pm

דער ערפינדער פונעם עפפ האט אויפגעטריבן איבער א מיליאן דאלאר פון אינוועסטארס, גיי פארשטיי...!
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג יוני 23, 2014 3:35 pm

א חברה ישראלים... זיי האבן גענומען די העקער - א סטודענט פון Georgia Tech university - עס צו פארעכטן.

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2021
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » מאנטאג יוני 23, 2014 3:38 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:
מנהלים מ'קען פארמאכן די גריסן אשכול, די טעגליכע אשכולות, און בכלל כמעט אלע פארברענגן אשכולות און עפענען א נייע אשכול "נו", פון היינט און ווייטער סיי וואס איינער האט צו זאגן קען אהין אריינקומען און שרייבן "נו" און אזוי קען מען ציען גרינגערהייט די גאנצע שמועס.



https://copy.com/OwHPFO73vvTvn7ll

א גיטע בייפאל, אין די אשכול זאל שוין זיין א קאמבענעשען פון די אלע "ווערטער" אשכולות.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » דינסטאג יוני 24, 2014 8:38 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:א פרישע עפפ וואס איז לעצטענס געווען אין די העדליינס איז "YO", אזוי הייסט עס YO, וואס טוט עס? אה דאס איז זייער א נוצבארע עפפ וואס וועט מאכן דיין טאג מער פראדאקטיוו און גיבט דיר מער צייט אין טאג וואס ביז היינט איז עס פארוואסערט געווארן, די עפפ ברענגט די קאמיוניקאציע צום נעקסטן שטאפל.
שטייסט אויף צופרי און דו ווילסט זאגן א גוט מארגן פאר דיין חבר?
ווילסט סתם גריסן א גוטן טאג?
סיי וועלכע מעסעדזש דו ווילסט זאגן פאר איינעם?
געענדיגט מיט די צייטן פון דארפן אפטייפן א גאנצע מעסעדזש, פון היינט און ווייטער ניצט די YO עפפ, די עפפ טוט איין איינציגע זאך מיט איין קוועטש שיקט עס די ווארט YO, פשוט YO, נישט א גוט מארגן נישט העלאו, נישט וואס טוט זיך, נישט וואו ביזטו, פשוט YO.

מנהלים מ'קען פארמאכן די גריסן אשכול, די טעגליכע אשכולות, און בכלל כמעט אלע פארברענגן אשכולות און עפענען א נייע אשכול "נו", פון היינט און ווייטער סיי וואס איינער האט צו זאגן קען אהין אריינקומען און שרייבן "נו" און אזוי קען מען ציען גרינגערהייט די גאנצע שמועס.

דא האט איר א שטיקל אנאליז דערויף.

https://copy.com/OwHPFO73vvTvn7ll

כאכא דעי אנאליז איז גוט...

וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 25, 2011 12:24 pm

תגובהדורך וועלט » מיטוואך יולי 09, 2014 5:56 pm

די עפפ יאו איז אין די נייעס אין די איצטיגע טעג בשעת עס פליען ראקעטן פון עזה קיין מד״י. אין צוזאמהאנג מיט די עפפ צבע אדום שטעלט די עפפ צו א יאו יעדעס מאל וואס עס פליעט א ראקעט.

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:44 am

מער און מער עלטערע קינדער באקומען היינט סמארטפאוןס פון די עלטערן, אזוי אז מען זאל קענען צוקומען צו זיי ווען אימער, אבער די פראבלעם איז אז ...זיי הייבען נישט אויף די פאון ווען די מאמע קאלט, זיי ענטפערן נישט קיין טעקסט... וואס טוהט מען צו אזא פראבלעם?

א מאמע פון טעקסעס האט דעוועלאפד אן עפפ Ignore No More. פון היינט אין ווייטער וועט די מאמע האבן קאנטראל אויף די קינדס סמארטפאון, זי וועט קענען אויסלעשן די קינדס פאון פון דערווייטענס, אזוי אז די קינד וועט מער נישט קענען איגנארירן די עלטערן.

ביזדערווייל איז שוין ארויסגעקומען אן ענדרויד עפפ און זי ארבעט יעצט אויף אייפאון אויך.

מען מיז אינסטאלן די עפפ אויף ביידע פאונס, ווען מען לאקט די פאון קען די קינד גארנישט טוהן נאר קאלן די מאמעס נאמבער, און אויך קאלן עמערדזשענסי נאמבערס. ווען דאס קינד קאלט די מאמע קען די מאמע געבן א קאוד וואס דאס וועט אויפלאקן די פאון.

ביי די ריוויאס אויף די עפפ שרייבט איינער ״My son hates it, and I love it." אויך שרייבט איינער אז דאס קען זיין גוט צו לייגן די קינדער שלאפן און צייט, עס איז שוין צען אזייגער ״אין בעט אריין״.

אין אן אינטערוויא האט מען געפרעגט איר זין וואס ער זאגט צו זיין מאמעס איידיע, זאגט ער “I thought it was a good idea, but for other people, not me”

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 5:28 pm

;l;p-

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 6:18 pm

ייש"כ מייקראסאפט פארן עס באשרייבן, (נאך א סיבה פארוואס נישט צו קויפן א סמארט פאון פארן אשת חבר, זי זאל נישט קענען דערמיט קאנטראלן דעם מאן'ס פאון..)

----
איין רגע, כ'זע די עפפ איז שוין נישט עוועילעבל אינעם פלעי סטאר? פארוואס?
אויך איז שוין דא א עפפ דערקעגן.. Block No More
A prevention for the app "IgnoreNoMore" Your mom won't be able to lock your phone no more with this App

אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2013 5:14 pm

תגובהדורך ארטסקרול » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:28 pm

א נייע ענדרויט עפפ וואס מען קען אנשטעלן א זייגער און עס זאל דאן שיקן די טעקסט מעסידזש. זייער א אינטערסאנטע עפפ.
לעצט פאראכטן דורך ארטסקרול אום דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2013 5:14 pm

תגובהדורך ארטסקרול » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:35 pm

די פאפולערע הלוח קאלענדער האט היינט אפדעיטעט זייער עפפ פאר עפל מיט צו האלטן לייוו די אנטוויקלונגען ביים כותל.
צוגעלייגטע
photo.PNG
photo.PNG (53.69 KiB) געזעהן 4653 מאל

אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2013 5:14 pm

תגובהדורך ארטסקרול » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 8:16 pm

גוגל האט יעצט רעליסט זייער עפפ פאר די אייפאן וואו מען קען רעקארדן בילדער פון 360 דעגרי פונקט ווי דער פאפולערע Street view. עס איז דא אפילו א אפציע עס צו אפלאדען צו גוגל נאך אפכאפן די פענאראמע אזוי עס זאל זיין עוועילעבל פאר יעדעם.
צוגעלייגטע
image.jpg

אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2013 5:14 pm

תגובהדורך ארטסקרול » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 8:12 pm

א אינטערסאנטע עפפ פאר iOS ערלויבט דיר צו מאכן א מנין, און צען מענטשן אדער מער קענען אריינטשעקען און אזוי ווערט די מנין. דו קענסט קריעטען א מנין און דו באשטימסט די צייט און פלאץ פונעם מנין. והנה עשרה. דא
צוגעלייגטע
image.jpg

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 9:03 pm

דא פאר ענדרויד אויך.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 10:32 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:דא פאר ענדרויד אויך.


אן דעם מגן? חחח
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

SaveMePro

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 9:02 am

עס איז אפשר נישט אזוי שטארק נוגע ביי אונז אידן וואו די קינדער האבן ב"ה נישט קיינע טעלעפאנען וכדו', אבער אן אינטערסאנטע עפפ האט א 12 יעריג אינגל פון טעקסעס דעוואלאפט.

דער עפפ מיטן נאמען SaveMePro פארוואלנדעלט דער פאוער קנעפל פון סיי וועלכע ענדרויד פאון צו א פאניק-קנעפל וואס אויב ער ווערט געדריקט פינעף מאל באקומען די פון פריער אנגעשטעלטע מענטשן א פריער אנגעשטעלטע מעסעדזש. אין דער באצאלטער ווערסיע פון דער עפפ - וואס קאסט 99 סענט - וועט דער באקומער אויכעט באקומען א מאפע אנגעצייכענט מיט די GPS אינפארמאציע פון דער פאון.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 2:42 pm

פארוואס איז עס נישט נוגע נאר פאר קינדער?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

תגובהדורך קליינקעפיק » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 2:55 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:דא פאר ענדרויד אויך.

אוואו?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 2:58 pm

ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 3:12 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:פארוואס איז עס נישט נוגע נאר פאר קינדער?

עס איז נוגע 'בעיקר' פאר קינדער, אבער טאקע אויכעט פאר עלטערע. מאך א טאטאל וויסאך מאל דו ביסט שוין געווען אין א פאניק מצב אלץ ערוואקסענער אנקעגן וויסאך אלץ קינד...

דער דעוועלאפער זאגט אז עס קען אויכעט צוניץ קומען זיך אפצו'פטר'ן פון פגעים, דורך'ן אנשטעלן אז עס זאל שיקן א מעסעדזש פאר איינער זאל אריינרופן אז ער דארף וויכטיג גיין ערגעץ.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 3:20 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:פארוואס איז עס נישט נוגע נאר פאר קינדער?

עס איז נוגע 'בעיקר' פאר קינדער, אבער טאקע אויכעט פאר עלטערע. מאך א טאטאל וויסאך מאל דו ביסט שוין געווען אין א פאניק מצב אלץ ערוואקסענער אנקעגן וויסאך אלץ קינד...

דער דעוועלאפער זאגט אז עס קען אויכעט צוניץ קומען זיך אפצו'פטר'ן פון פגעים, דורך'ן אנשטעלן אז עס זאל שיקן א מעסעדזש פאר איינער זאל אריינרופן אז ער דארף וויכטיג גיין ערגעץ.

חחחח!

אגב עס דערמאנט מיר פון די "פאניק" לעקטער וואס יעדע טעקסי האט, פארדעם האבעך געטראכט עס איז גוט פאר ערוואקסענע אויך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט