אינטערנעט עקספלארער 7

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג נובעמבער 06, 2007 1:34 am

ימים עברו ירחים חלפו, די זעקסטע גירסא פון אינטערנעט עקספלארער איז היסטאריע, IE7 איז שוין לאנג אין באנוץ און האט פארנומען איר פלאץ אינעם אויבן-אן פון די בראוזער וועלט. טייל רעדן זיך אפ, טייל זענען נאך אין א עקפערימענטאלע מאוד, טייל זאגן גארנישט, און דאס ערגסטע: טייל קלאגן און ליארמען דערויף; דארונטער דער לעצטער קאטעגאריע פאלט אויך דער קליינער שוועמל.

ווי כאילו איינער צאלט אים, דריי מאל א טאג אינמיטן פולסטן שוואונג ווען עט-ליעסט 6-9 טעבס זענען אפן און מען קאפירט פון דא און קלעפט אריין דארט, מען שניידט שטיקער פון דעם טעב און מען לייגט צו אינעם צווייטן כי הנה כיוצר ביד החמור... און דאס אומאנגענעמסטע פאסירט נעמליך אלעס פריערט אוועק אין קול ואין עונה, קראתי ולא ענני, ואין מידו מציל, מעג זיין הונדערט דעגרי אינדרויסן אבער ער פריערט ווי די ריזיגע פריזער ביי מילמארט אין קווינס. גאר ווינציג מאל זאל מיר געלונגען צו נוצן דעם עקסלוסיווע אפציע וואס ביל האט מיר צוגעשטעלט (וואס? דו האסט אויך?..) אז ביים פארמאכן די פראגראס IE7 וועט ער דיך אזוי איידעלערהייט פרעגן: ווילסט זעהן די אלע טעבס נעקסטיים אין IE ? ס'רוב איז דאס אויך געווען האלב פארפרוירן און ער האט קוים געהערט וואס כ'אב אים אריינגעריגן אין אויער יא!!! יא! זיכער!! אבער מיט אן אנטשלאסנקייט האט ער זיך געגעבן א שטרעק אויס, צאמגעפאלן, און אויסגעהויכט זיין קורץ שמוציג לעבן אויף אזא גרויזאמען פארנעם.

ויהי היום און דער דריטער ברודער האט ארויסגענומען דעם האר וואס ער האט באקומען בירושה פון זיין פאטער, ער בויגט זי איין און ס'ווערט באשאפן א ווייסער פערד הארט נעבן אים, ער שפרינגט ארויף און יאגט נאך דעם רויבער וואס האט פארכאפט דעם צווייטן ברודער ביז ער קומט אן צו א טייך, ער באמערקט אז מער קען מען נישט אריבערגיין ווען פלוצלונג קומט אים אנטקעגן...... .. אוי סארי כ'אב מיך דערמאנט פון די שלשה אחים ...ויהי היוםם.... לאמיר נישט יעצט פארקריכן.

אזויפיל האט מיר ביל צוליב געטון און געמאכט אן 'ערראר רעפארט טרענספער' פון דעם שטונק וואס ער האט אנגעמאכט דא, איך רעד שוין נישט פון דעם גניבה שטיק וואס ער קומט מיר אהער און באנוצט זיך מיט מיין אינטערנעט קאנעקציע רעגלמעסיג זיך צו טרענפערן זיינע ריפארטס.. סארי מר. געיטס, אויב ביסטו דיך משתתף אין די ISP הוצאות קענסטו נוצן מיין קאננעקציע אז נישט זיי מוחל און זיך דיר ברוינערע פערד

א חבר מיינער האט מיך רעפפערירט צו אפערע בראוזער, באטאנענדיג איז כמעט אלע אפציעס פון די זיבעטע אומגעלונגענע גירסא איז פארהאנדן אויך דארט און א געוויסע זין מער אפילו. דהיינו עס האט אזא אפציע ביים עפענען א נייע טעב ווי 'ספיד דייעל' דאס הייסט קענסט האבן א סעלעקציע פון פעווארירטע וועבסייט וואס דו ווילסט האבן גלייך ביים עפענען דעם בראוזער און מיט א קליק ביסטו דארטן. אבער דאס האט ער נישט אז ביים פארמאכן זאל ער פרעגן 'ווילסט עפענען די אלע טעבס נעקסטיים אין אפערע ?' לאמיר האפן מיר זאלן עס נישט דארפן נוצן. נאך איין אומאיינגענעמליכקייט ווארן ביים טייפן אידיש דארף מען דריקן 'בעק' כדי צוריקצוגיין פאראויס און 'פארווארד' כדי צו גיין פארויס, אזויווי ביי מייקראסופט ווארד, עני סאלוציע?


איך אפעליר צום עולם און צו אלע וואס IE7 מאכט זיי געפערליכע פראבלעמען צו אויסטרייען אפערע, עס איז גענצליך פריי און האט א גרינגע אינטערפעיס, מער ענליך צו מאזילא פייערפאקס (וואס מאכט אויך פראבלעמען) עס נעמט בלויז עטליכע שעה זיך איינצוגעוויינען דערמיט.

זיי האבן נאך עפעס אפאר סארטן בראזער פאר סעלפאון כאב נישט אויספיעט צו עקספערימענטירן געהעריג, WWW.OPERA.COM
און דא איז גלייך דער בראוזער http://www.opera.com/download/
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דינסטאג נובעמבער 06, 2007 10:47 am

זייער בראוזער פארן טעלעפאון איז געוואלדיג, מי שלא ראה סעלפאון בראוזער זו לא ראה סעלפאון בראוזער מימיו
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג נובעמבער 06, 2007 11:31 am

שוועמל, כ'האב שטארק הנאה געהאט פון דיין תגובה/ארטיקל,

כ'האב הערשט פאר צוויי-דריי וואכן צוריק דאונלאדירט צו מיר די IE7, ביז דאן האביך געהאט אינטערנעט דעם זעקסטער, איך בין נאכנישט אזוי באהאווענט מיט די אלע פראבלעמען וואס די זאגסט, כ'האב נאכנישט געהאט קיין צייט צו אנדעקן די אלע זאכן, אבער עס קוקט אויס אז נישט יעדער האט די פראבלעם, ווארום, נישט יעדער האט אפען 9 טעבס אויף איינמאל, און איך גלייב אז דאס איז בעיקר די סיבה פארן פרירען,

ענדיוועי, איך וועל דערווייל נישט טוישן, מ'ברויך מיר זיך קודם צוגעוויינען און זעהן דיזע פראבלעמען.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11520
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג נובעמבער 06, 2007 11:45 am

איי אי סעווען מאכט מיר נאך א פראבלעם ווען מען וויל עפענען א שארטקאט וואס ליגט אויפ א נעטווארק דרייוו קומט ארויף א סעקיוריטי ווארענונג און אויב א צווייטער האט אפפען די זעלבע פייל און א צווייטע קאמפיוטער דאן קען מען נישט עפענען די פייל
עס רעד זיך פון א ACCESS MDB און פון א EXE
איך האב געטרייעט צו לויערען די סעקיוריטי שטאפעל אויף א געווויסע פלאץ און סעטינגס ביי אינטערנעט עקספלארער און עס האט טאקע געהאלפן אבער ווען איך עפען אינטערנעט עקספלארער לאזט ער מיר נישט ווייטער גיין נאך יעדע טריט ווארענט ער מיר ווייטער אז מיין סעקיוריטי לעוול איז צו לאו
גרויסע טעקנישענס האבן מיר געבייצה'ט צו אנאינסטאלן IE7 אבער שטייצעך אז דער בעל האקאמפיוטער וועט אלעמאל אננעמען ביל געיטס'ס אפדעיטס בלינדערהייט און איך קען יעדן טאג צוריק גיין און עס אנאינסטאלן

אויב איינער קען מיך ארויסהעלפן מיט דעם וועל איך אים שטארק מכיר טובה זיין

אוועטאר
טאגליכט
טראוועל אגענט
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

תגובהדורך טאגליכט » דינסטאג נובעמבער 06, 2007 1:44 pm

פינקט גוט אריינגעקלאפט, היינטער האב איך צורוק אינסטולירט דעם זיבענער, איך האב שוין געהאט איינמאל דעם זיבענער נאך אינעם באטא ווערסיע, אבער אזוי ווי מיין ספעציעלע בוקונג פראגראם האט נישט געארבייט מיט אים צונאזאם, האבן מיר אים ארויסגעשטויסן, למעשה היינט האט זיך מיין אטאמאטישער אפדעיט פון מיין בוקונג ענזשין צופיפן מיט א נייעם ווערסיע וואס ארבייט צונאזאם מיטן זיבענער, האבן מיר צורוקגעטוישט, דערווייל איז ער וואויל און ארבייט גוט. העל מיר ווארטן

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20456
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג נובעמבער 06, 2007 4:25 pm

איז אזוי, יאך האב גענוצט בעפאר AVANT ברוזער, און כאב זיך אזוי גוט צוגעוואוינט דערצו. אז סיז ממש א מחי', דו קענסט אנשטעלן צו מארגן זאל עס דיר אלעס עפענען צו נישט. אסאך אסאך מעלות טובות.

לעצטענס יוז איך IE7 כ'מוטשע זיך זעהר מיט טעב עפענען, כ'וויל אז אלעמאל זאל זיך נאר עפענען א פרישע טעב, כ'זעה נישט קיין סעטינג דערצו. עפענט זיך אלעמאל פרישע ווינדאוס, און סמאכט מיך געפערליך נערוועז. כ'מיין אז כ'וועל צוריקבייטן צו AVANT

פרירן מאכט זיך נישט אזוי אפט ברוך השם.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג נובעמבער 06, 2007 5:13 pm

איך נוץ דרייפאכיגע סעלושען

1. AVENT - די בראוזער מיט אלע מעלות
http://www.avantbrowser.com/

2. IE7  - קאפעטיבל מיט 'אלע' וועבסייטס און האט אויך די מעלה אז 'מ'קען' עפענען אין א עקסטערע ווינדא אז מוויל
http://www.microsoft.com/windows/downlo ... itnow.mspx

3. SAFARI פאר ווינדאוס - לאוד מוראדיג שנעל א וועב סייט (איך גלייב שנעלער פון פייערפאקס - באפאלטס מיך נישט)
http://www.apple.com/safari/
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20456
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג נובעמבער 06, 2007 5:52 pm

גראדע האבעך א שטיק צייט גענוצט דעם סאפארי, אבער ער אידאך אזוי ארים.

אוועטאר
שמייכל
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 07, 2007 2:01 am
לאקאציע: אויף די לעפצן

תגובהדורך שמייכל » דינסטאג נובעמבער 06, 2007 6:23 pm

סאכדעס,
די אלע טעב סעטטינגס אין IE7 געפונען זיך ביי:
internet options >
אונטן וועסטו זעהן א באטטאן> tabs
איך גלייב אז דארט קען מען אנשטען וויאזו מען וויל צי ס'זאל זיך עפענען א טעב צי א ווינדאו וכו'.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג נובעמבער 06, 2007 9:03 pm

שוועמל, דיינע פראבלעמען האבן מיר געמאכט לאכן. איי עם סארי, דאוו לוקא די פראבלעמען, נאר די תגובה און וועג ווי אזוי דו לייגסטעס אראפ.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מיטוואך נובעמבער 07, 2007 9:31 am

סאכדעס האט געשריבן:גראדע האבעך א שטיק צייט גענוצט דעם סאפארי, אבער ער אידאך אזוי ארים.


אמת ער איז זייער ארים אבער פארט לאוד ער מוראדיג שנעל א וועב סייט און פאר א שווערע סייט איז ער ממש א ישועה
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג אוקטובער 13, 2013 1:35 pm

~ דער עולם וועט שטארק געבעטן נישט צו נוצן אינטערנעט עקספלארער ~


נישט קיין חילוק וועלכע ווערסיע איר האט, זאלט איר דערווייל נישט נוצן אינטערנעט עקספלארער צו בראוזן אנליין - נאר נוצט גוגל קראום אדער פייערפאקס


אויב מוזט איר עס נוצן - דאן זאלט איר אבאכט געבן וואו איר גייט און וואס איר טוט, וויבאלד עס זענען יעצט פארהאן אסאך לעכער און זערא-טאג exploits


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט