על ספרי 'דברי יואל' עה"ת ומועדים

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » פרייטאג מארטש 07, 2014 12:52 am

זאל ער קומען האט געשריבן:
רמונים האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:
דעפרעסט האט געשריבן:
צדיקל האט געשריבן:פארוואס כמעט יעדע ספר וואס היינט ארויס האט א שיינע מפתח,אבער די הייליגע ספרים דברי יואל קענען זיי נישט מאכן א מפתח אין ספר?
אויך טיב ללב וואס איז נישט לאנג צוריק ארויסגעקומען, האט אויך נישט קיין מפתח אין ספר

שלש תשובות לדבר, ערשטנס, ווייל מען קויפט עס סייווי, ס'איז א גוט גייענדע אייטעם און מען קען בעטן זעקס און צוואנציג דאלער אויך ווען מען מאכט קאפי פעיסט פון חידושי תורה אויף ד' פרשיות און טיב לבב אויף פורים. צווייטנס, ווייל אין א יאר ארום וועט מען ארויסגעבן נאך א מהדורה און צולייגן מפתיחות, אזוי אז אויך די וואס האבן עס יעצט געקויפט זאלן עס דארפן נאכאמאל קויפן. דריטנס, מסתם ווילן זיי ארויסגעבן נאך א באנד אויף פרה און החודש דארט וועט זיין מפתיחות פאר ביידע, די פאריגע באנד דברי יואל על חנוכה ח"ב האט טאקע מפתיחות אויף די חנוכה ח"א.

מיר קוקט עס אויס אז מען לייגט נישט אריין צופיל כוחות אין די ספרים, א דוגמה קטנה אין דעם דברי יואל לחנוכה חלק ה' איז דא די דרשה וואס דער רבי האט געזאגט ביי די פרשת גאגא ימ"ש וואס איז געווען געדריקט אין חידושי תורה על פרקי אבות, האבן זיי פשוט נאכקאפירט אות באות אן צולייגן א ווארט. רבי שמעון ווייס אין זיין ספר תמר יפרח ברענגט צו פארשידענע אינטערסאנטע שטיקלעך וואס ער געדענקט פון יענע דרשה וואס איז נישט געדריקט געווארן אין חידושי תורה, אבער ניטאמאל דאס האבן די מו"ל זיך אנגעשטרענגט צוצולייגן.
ס'איז א שאד אז תורתו המאירה של אותו צדיק מונחת בקרן זוית און מען איז זיך נישט געהעריג מטפל דערמיט.

בפשטות איז די סיבה דערצו ווייל ס'ליגט אין די הענט פון יחידים אנשטאט ביי די סאטמאר'ע הויפן.

יעצט איז עכ"פ דא איין דברי יואל. וויפיל מינע דברי יואל'ס וואלט מיר געהאט ווען ס'ליגט ביי הויפן ?
קען זיין נאך א סיבה פאר שטאט דרוקן, ווייל דער מו"ל חוץ מזה וואס ער איז א יחיד האט ער נאך אסאך פראיעקטן ארויסצוגעבן, סיי פון אנדער ספרי רבינו ווי ויואל משה און נאכמאל דרוקן די פריערדיגע, און סיי פון אנדערע ספרים פון גזע התמרים וואס ער גיבט ארויס פון צייט צו צייט.

סי ידוע איז די יעצטיגע דברי יואלס וואס ווערן לעצטנס געדרוקט (חנוכה ב' כרכים) אדער איבערגעדרוקט (במדבר-שלח קרח-מסעי דברים-ראה) ווערט אריינגעלייגט אויך די תורות פון אלע אנדערע מקורות ווי טעיפס און טיב לבב און ווי אימער ס'איז ערשינען.
איין תורה פון א טעיפ נעמט בערך 2 שעה אויסצוהערן (פון די וואס זענען שוין באקאנט מיט די אויסשפראך פונעם בעל דברי יואל).
טייפן נעמט עס בערך 6 שעה, אויפ'ן בעסטן פאל. (אפילו פון א מסודר'דיגן קלאר'ן רעדנער ווי למשל דושינסקיא רב שליט"א נעמט אויך טייפן א מינימום פון 3 שעה צו יעדע 1 שעה רעדן).
נאכדעם הייבט זיך אן דאס איבערזעצן צו לשון קודש, וואס ווי באקאנט איז אידיש בערך דריי מאל אין לענג פון לשה"ק. יברכך איז איין ווארט און עס טייטש ער זאל דיך בענטשן, פיר ווערטער. אדער כשלעצמך, ווען דו רעכנסט נאר פאר דיר אליין… אזוי אז די איינע תורה וואס איז יעצט 5-7 בלאט - און איז געווען 18-22 אין אידיש - נאכאמאל 5-6 שעה פאר די ערשטע דרעפט.
נאכדעם קומט מגיה זיין סתם אזוי. 1 שעה א תורה מינימום.
נאכדעם הייבט זיך אן די טענה'רייען איבער ספיציפישע לשונות פונעם איבערזעצער. ענדלאז.
נאכדעם דארף מען מסדר די תורה, ס'זאל זיך קענען גרינגער לערנען. (נישט יעדער האט אזא גוטן קאפ ווי דער רבי האט געהאט). רעכן אפילו נאר 4 שעה.
נאכדעם גייט עס צו עטליכע מבינים, לומדי תורה וואס קאכן זיך אין רבי'ן ספרים צו הערן זייער מיינוג אויף דער זאך.
און ערשט נאכדעם איז פארטיג איין תורה, און מ'האלט שוין ביי איבער א פילע וואך ארבעט.
דעיס דארף געטון ווערן 100 ביז 200 מאל. צוויי ביז פיר יאר ווי גאניש.
נאכדעם קומט די ארבעט פון צאם שטעלן די תורות. וועלכע קומט קודם און וועלכע נאכדעם. וועלכע זענען ענליך, און וועלכע ווערט פארענטפערט נאר איין חלק און מ'קען עס צאם שמעלצן אין איין שנירל. דאס גייט אויך נישט פון זיך אליין. שעות אויף שעות קאפ-וויי.

מיט דעם גאנג איז ממש אן אפענער נס אז ס'קומט ארויס אזוי שנעל אזוי סאך. נסים גלויים.

אויב וואלט עס געווען אין די הענט פון די קהלות…. וואס מיינסטו? די גאנצע קהלה וואלט זיך געזעצט ארבעטן? וואלט דען נישט איינער פון די קהלה געטאן די זעלבע ארבעט? וואס א חילוק צי דער איינער איז מטעם די קהלה אדער מטעם א יחיד? און וועמען וואלט די קהלה גענומען ארבעטן אויף די תורות, נישט די זעלבע מענטשן?

און יא. ממש מזויף מתוכו. סידא איין תורה אות באות פון טיב לבב. אן אפענע ראי' אז די גאנצע ארבעט איז גארנישט מיט נישט. נישט גענוג גוט ארויסגערענגט. לאמיר פרובירן נאכאמאל… אלע דריי פיר הונדערט בלאט פון נייע תורות קומט קלאר פון גרויס נאכלעסיגקייט און א שטופ-שטויס געפיל פון פוילקייט און ווידערווילן. ממש תורה מונחת בקרן זוית און ס'נישטא ווער ס'אל זיך מטפל זיין דערמיט. ממש א מת מצוה מיט אלע הידורים.

ס'שפירט זיך דער פורים אין די לופט…

ס'טוט מיר נאר וויי אז די טיפע, שארפע און דורכדרינגליכע שאצונגען, דורכנעמענדיג אלע זייטן פון די אלע קאמענטירער און זייערע אנאליזירונגען איז געקומען גאר שנעל. (בעיסד אויף די צייט פון ווען די תגובה/שאלה בעפאר דעם איז אריינגעקומען ביז ווען זייער תגובה איז געגעבן געווארן), און מיר האט גענומען מער פון צען מינוט, און אונז זעמיר אנגעקומען צו די זעלבע מסקנא.

אבער מ'דארף זיך מחזק זיין. כ'מיניש אלעס קענען.

ליצנות אין א זייט געלייגט
עלעך דיר מסביר זיין וואס די מענטשן וואס טענה'ן קהלה מיינען.
פארשטיי א חילוק צווישן א יחיד\יחידים און צווישן די כוח פון א קהלה אויפצושטעלן א וועד אדער מכון מיט מערערע מענטשן וואס טוען די אלע זאכן אויפאמאל און אויטאמאטיש סאך שנעלער.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » פרייטאג מארטש 07, 2014 10:35 am

די חשבונות שטימען, די שאלה איז נאר ווען די דריי פיר יא האט זיך אנגעהויבן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » פרייטאג מארטש 07, 2014 10:53 am

ביי מיר שטימט נישט די חשבון, ווייל איך גלייב שווער אז מען שרייבט עס אין אידיש און נאכדעם שרייבט מען עס איבער אויף לשון קודש.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21183
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג מארטש 07, 2014 11:04 am

להגדיל, האסט שוין געלערנט אמאל די העתקות ככתבו וכלשונו מפורש יוצא מפי כהן גדול?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » פרייטאג מארטש 07, 2014 11:15 am

איך הער וואס דו זאגסט, אבער איך רעדט פון שרייבען אויף אידיש און נאך דעם איבערשרייבען אויף לשון קודש, פארשטייט זיך אז עס איז דא אסאך ארבעט פון לשון קודש צו א דבר השלם.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » פרייטאג מארטש 07, 2014 4:20 pm

1) איך האב בסך הכל זיך נאר נאכגעפרעגט, און באקומען די תשובות.
2) בד"וו פיר יאר איז בלויז אן די "ענדלאז", און אויך בעפאר די צאם שטעלן פראסעס. מיט דעם קען עס נעמען 5-7 יאר אויך.
3) איך ווייס ניש ווען די פיר יאר האבן זיך אנגעהויבן, אבער אין די לעצטע צען יאר איז שוין צוגעוואקסן 5 בענדער (כפי ידיעתי, מעגליך 4 אדער 6).
4) די יחידים האבן אויך ענליסטעד מערערע ת"ח זיי ארויסצוהעלפן. איך גלייב ניש אז "מכון"ס וואלטן גענומען מער ארבעטער (און געדארפט באצאלן מער, און פארדינט ווייניגער). די מכון'ס דארפן דעקן סאך מער, ווייל יעדער מנהל, חבר, סדרן, עסקן וכל שום וחניכא דאית להו דארף באקןמען 'געהעריג' באצאלט. משא"כ יעץ מאכט נאר א יחיד אדער ממש געציילטע יחידים דאס גאנצע.
5) סי'ניש קיין פסק הלכה, כא'נאר געוואלט עטוואס באלאנסירן די שאלה, און כא'געפילט א דראנג צו בייגן שטארק לצד השני ווייל דער מצב איז געווען זייער געבויגן לצד אחד.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » פרייטאג מארטש 07, 2014 4:31 pm

6) אזוי ווי די ארבעט איז סעקווענשל, איינס קען נאר געטון ווערן ערשט נאכדעם וואס די פריערדיגע חלק איז פארטיג, וועט נישט העלפן מערערע מענטשן, נאר אויב מ'נעמט מערערע מענטשן פאר יעדע איינס פון די גאנצע פראסעס, ד.ה. עטליכע גרופעס וואס יעדע גרופע וועט טון די גאנצע סדר פון טעיפ צו אידיש, אידיש צו לשה"ק, הגה, סדר אד"ג. אבער דאס איז נישט אויסגעהאלטן, ווייל ס'ווערט א קדירה דבי שותפי, און ס'וועט זיך דערקענען אין די תורות, ס'וועט נישט קענען זיין אייניג, און אויך וועט זיין סאך שווערער נאכדעם צאם צו שטעלן די ענליכע תורות ודו"ק.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2301
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מוצ"ש מארטש 08, 2014 8:58 pm

דער עולם האט קלאר נישט ארויס דעם ענין, איך וועל נישט אריין גיין בענין די מוציאים לאור וואס איז א פרשה בפני עצמו ואכמ"ל וד"ל
אבער איין נקודה וואס מען קען יא דא לכאורה אויסשמועסען

די מוציאים לאור זענען געבינדען צו ר' משה שווארץ מפני סיבות שונות ואחד מהם ווייל זיי ווילען אדער קענען נישט מיט איהם זעך ארום קריגען ווייל ער האט א תביעה וטענה אז ר' יוסל האט איהם איבערגעגעבען די רעכטען וכו'
און ער רעכענט פרייזען און באבעס באבעס אריין וכו'

דאס איז אלעס אויף א שפיץ גאפעל

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » מוצ"ש מארטש 08, 2014 10:37 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:דער עולם האט קלאר נישט ארויס דעם ענין, איך וועל נישט אריין גיין בענין די מוציאים לאור וואס איז א פרשה בפני עצמו ואכמ"ל וד"ל
אבער איין נקודה וואס מען קען יא דא לכאורה אויסשמועסען

די מוציאים לאור זענען געבינדען צו ר' משה שווארץ מפני סיבות שונות ואחד מהם ווייל זיי ווילען אדער קענען נישט מיט איהם זעך ארום קריגען ווייל ער האט א תביעה וטענה אז ר' יוסל האט איהם איבערגעגעבען די רעכטען וכו'
און ער רעכענט פרייזען און באבעס באבעס אריין וכו'

דאס איז אלעס אויף א שפיץ גאפעל

דיין חסרון ידיעה איז שרעקליך.. דו ביסט צוריקגעבליבן מיט יארן, הייבסט נישט אן צו וויסן וואס דא טוט זיך.
בכלל, איז דאס נעמען א פריוואטע מענטש און אויסשמירן נישט עטיש און נישט אויסגעהאלטן און קעגן די תקנות פון אייוועלט.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » זונטאג מארטש 09, 2014 4:44 am

לויט מיין ידיעה האט ר' משה שווארץ קיין שום שייכות נישט צו די נייע בענדער דברי יואל, נאר צי די חידו"ת פון איין תקופה פון איין אדער צוויי-דריי יאר.
כ'וויל נישט טשעפען, אבער ס'קוקט מיר אויס ווי דער גאנצער טרייב-קראפט פון די פאריגע תגובות, סיי די ווארשיינליך-אומשולדיגע און סיי די אפענע בייסיגע קומען פון עפעס מער ווי סתם 26 דאלער, (וואס קיינער איז מחויב צו צאלן. אלעס בתי מדרשים האבן עטליכע בענדער).
א איד מיט א ווייסע בארד האט געזאגט אין מיין שול: אויב דו זעסט ווי ראובן קומט אריין אין בעסמעדרש און לאזט אראפ א קנאקעדיגן פראסק פאר שמעון' אין פנים, האט זיך עס נישט יעץ אנגעהויבן…
און אז איך ווייס וואס ס'טרייבט, קען איך נישט ענטפערן אויף אן אופן אז ס'זאל גרינגער ווערן אויפ'ן הארץ.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג מארטש 09, 2014 10:25 am

"זאל ער קומען"
איך ווייס נישט ווער די עורכים זענען היינט צוטאג, אבער איך קען אביסל די ליין, און להוי ידוע דברי יואל איז גאר א שוואכע ארבעט קעגן וואס עס קען ווען זיין, הן לגבי סידור הענינים און לגבי די מראי מקומות, בהשקפה ראשונה וואלט איך געזאגט אז די מ"מ ווערן געמאכט דורך א בחור אדער אינגערמאן וואס זיינע ידיעות באשטייען סך הכל פון תקליטור התורני (ניטאמאל אוצר החכמה) איך האב כמה וכמה הוכחות ואכ"מ.

א באזונדערע שמועס איז אויך, צו דברי יואל מוז טאקע ווערן געשריבן ווארט ביי ווארט ווי די רבי האט עס געזאגט נאר איבערגעטייטש אין לה"ק, דאס איז פונקט גוט פאר אידן וואס האבן נאך געהערט דעם רבין אין די געזונטע יארן, והמה מועטים, ס'איז שוין דא דריי דורות וואס האבן נישט געהערט דעם רבין, ווער ס'וויל זיך דערמאנען די גוטע צייטן זאל נעמען די אידישע העתקות, און די לה"ק זאל ווערן געהעריג באארבעט נישט מען זאל איינשלאפן ביי די צענטע קשיא
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21183
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מארטש 09, 2014 10:30 am

ביני לביני איז עס שוין אויסגעלאפן אין די געשעפטן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » זונטאג מארטש 09, 2014 5:02 pm

farshlufen האט געשריבן:ביני לביני איז עס שוין אויסגעלאפן אין די געשעפטן.

דאס איז דאך די בראך, דערפאר קען מען טון מיטן עולם וואס מען וויל, ארויסגעבן שוואכע ארבעט און טשארדשן אין די וועלט אריין, מען קויפט עס סייווי. חבל חבל.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » זונטאג מארטש 09, 2014 7:08 pm

מי יודע האט געשריבן:"זאל ער קומען"
איך ווייס נישט ווער די עורכים זענען היינט צוטאג, אבער איך קען אביסל די ליין, און להוי ידוע דברי יואל איז גאר א שוואכע ארבעט קעגן וואס עס קען ווען זיין, הן לגבי סידור הענינים און לגבי די מראי מקומות, בהשקפה ראשונה וואלט איך געזאגט אז די מ"מ ווערן געמאכט דורך א בחור אדער אינגערמאן וואס זיינע ידיעות באשטייען סך הכל פון תקליטור התורני (ניטאמאל אוצר החכמה) איך האב כמה וכמה הוכחות ואכ"מ.

א באזונדערע שמועס איז אויך, צו דברי יואל מוז טאקע ווערן געשריבן ווארט ביי ווארט ווי די רבי האט עס געזאגט נאר איבערגעטייטש אין לה"ק, דאס איז פונקט גוט פאר אידן וואס האבן נאך געהערט דעם רבין אין די געזונטע יארן, והמה מועטים, ס'איז שוין דא דריי דורות וואס האבן נישט געהערט דעם רבין, ווער ס'וויל זיך דערמאנען די גוטע צייטן זאל נעמען די אידישע העתקות, און די לה"ק זאל ווערן געהעריג באארבעט נישט מען זאל איינשלאפן ביי די צענטע קשיא

לֹויט מיין אינפארמאציע (נישט הונדערט פראצענט באשטעטיגט, כא'ניש די צייט דערצו כעת) זענען זיך מטפל דערמיט די קינדער פון ר' מאיר שפיטץ. איך בין נישט אריין לעומק הענין צי ס'פעלט אויס צו טאן אזוי אדער אזי. און איך האב אויך נישט געזאגט/געשריבן/געמיינט אז די ארבעט איז זייער גוט אדער בכלל גוט. כ'האב נישט גערעדט פונעם תוכן ואיכות הכתיבה. און אויך נישט צי סיז בעסער אדער ערגער צו טרייען נאכצורייבן ממש דאס נענטסטע צום וועג ווי דער בד"י זי"ע האט עס געזאגט. אלעס וואס איך האב געוואלט אויפברענגען איז געווען, אז דא ליגט למעשה אסאך אסאך אסאך אסאך (נישט אדער יא גוטע) ארבעט, און 26 דאלער דארף עס ממש קאווערן, און קיין סאך פראפיט קען נישט בלייבן לויט די ארבעט. און סיז נישט משש פוילקייט און נאכלעסיגקייט פון די מו"ל.

מ'קען עס מאכן בעסער? געוויס יא. אין שיעור למעלה. אפילו ווען סיא גוט, קען מען אויך מאכן בעסער. און ס'קען זיין אז א הויפט סיבה פארוואס סיניש בעסער איז טאקע דעיס אז זיי ווילן ארויסקומען וואס שנעלער, כדי די זאגער זאלן נישט זאגן… (און קוק ווי ס'האט זיי געהאלפן…). ס'דערמאנט זיך די מעשה פונעם הייליגן בעל דברי חיים וואס האט זיך גערעגט יעדן ערב שבת אויף עפעס אנדערש, אבער שטענדיג גערעגט.
איינמאל האט ער געהאט א פלייסיגן הויז-בחור, און יעדע וואך האט ער זיך אנגעצייכנט אויף וואס דער ד"ח רעגט זיך און זיכער געמאכט אז ס'אל מער נישט געשען. די וועש זענען געווען אנגעגרייט, דאס העמד שיין גראד, די האנטוך טרוקן און אויף פלאץ אא"וו. ווען דער ד"ח האט געזוכט אויף וואס זיך צו רעגן און נישט געטראפן, האט ער פארשטאנען אז איינער שטייט אונטער דעם, האט ער זיך אנגעהויבן צו רעגן: איבעראל וויל מען מיר איינטיילן וואס צו טאן! אפילו זיך רעגן ביי מיר אין שטוב לאז מען מיר שוין נישט."…. (כידוע איז ערשה"ק אן עידן ריתחא און ביי כמה צדיקים האט מען זיך גערעגט).

ולפי שיטתך דארף מען בלויז אינטערדוסן דעם אוצר החכמה צו די מו"ל און ס'עט שוין ווערן אסאך אסאך בעסער. ואדרבה.

שלאפן ביי די צענטע קשיא… דרך אגב, כא'אמאל געהערט ווי דער רבי זי"ע אליין האט אמאל געזאגט אז סיז זייער א גרויס ענין צו לערנען אלשיך הק'. הגם סי באקאנט אז דער אלשיך הייבט אן יעדע פרשה מיט צוואנציג אדער מער קשיות, און נאכהער פלעכט ער דורך די גאנצע פרשה מיט איין הסבר, און געווענליך שלאפט מען שוין איין ביי די קשיות, מיט דעם אלעם רייניגט עס די נשמה. (נישט ווארט ביי ווארט, אבער דאס איז געווען דער מכוון). קען זיין אז די מו"ל גלייבן אז לערנען ד"י האט אזא סארט השפעה אפילו מ' שלאפט איין ביי די קשיות…
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » זונטאג מארטש 09, 2014 7:34 pm

ווייטער, די קרעכצערס.. פוינט איז. אז אויב ס'קאסט אסאך מאיזה סיבה שיהי' [דו בארירסט נישט די נדבנים סוגי' ..] זאל עס זיין גוט. סאו די ווארט איז יא צו רעדן ווי גוט ס'איז.
צי זיי זענען גערעכט איז א עקסטערע מעשה, איך זע נישט וואס איז נישט גוט, און א מפתח וועט זיכער נאכפאלגן אין צווייטן חלק.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » זונטאג מארטש 09, 2014 10:59 pm

כ'ווייס נישט פארוואס דער עולם דא איז אזוי אויס לקנטר, לאמיר פרובירען דן זיין לכף זכות פאר איין האלבע מינוט.
לאמיר מיר מאכען א שטיקעל חשבון, אמת גערעכט ס'איז אדורך 35 יאר זיין די הסתלקות, אבער זייט די מיטעל ס' יארן, ווען רבי מאיר שפיץ ובנו האבען זיך צוריק אריין געלייגט אין דעם פראיעקט ראשו ורובו, איז ערשינען יעדע צווייטע יאר א פריש ספר.

תשס"ה - מהדו"ת דברים-ראה
תשס"ו - חלק חמישי מועדים, חנוכה כרך ב'
תשס"ז - מהדו"ת שופטים-כי תצא
תשס"ח - נצבים-וזאת הברכה ומפתחות
תשע"א - מהדו"ת קרח-בלק
תשע"ב - נצבים-מסעי ומפתחות
תשע"ד - חלק ששי מועדים, כ"ט שבט-פורים

סך הכל אין די לעצטע 10 יאר זיבען נייע ספרים מתורתו של רבינו,
10 יאר פון שווערע ארבעט
10 יאר פון האלטן און איין זוכען נייע נדבנים וכו',

דאס איז אויסער דברי יואל על תהלים בשנת תשס"ב, פון נייע איבערגעזעצט מיט פרישע נייע תורות 'דברי יואל על פרקי אבות'. און אין די 10 יאר אויך ד' כרכים ספה"ק ייטב לב, וספר קדושת יום טוב.

ואגב, כבר מפורסם אז דער רבי ז"ל האט געוואלט מ'זאל דייקא דרוקן זיינע תורת אזוי ווי ער האט עס געזאגט, נישט שניידען. למען האמת, בשנת תשס"ד האט 'הוצאות ספרים ירושלים' ארויס געגעבען דעם "קיצור דברי יואל' אויף סדר במדבר, וואס איז געוועהן א שווערע ארבעט פאר זוך. אבער באלד איז געקומעט דער טענה פארוואס ענדיקט מען נישט דרוקען קודם די מועדים און די מהדו"ת, האט ער יענעם פראיעקט טאקע געלייגט אינדערזייט, און זיך טאקע גענומען פלייסיג צום ארבעט, אין משלים זיין, קומט מען ווייטער מיט א אנדערע טענה. ס'זעהט אויס ווי עס איז דא מענטשען וואס מ'קען קיינמאהל נישט צופרידנשטעלן.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » זונטאג מארטש 09, 2014 11:33 pm

דאס איז טאקע אמת. אלע תורה שרייבער זענען מעיד אז דער רבי האט דייקא אזוי געוואלט אויף דעם סגנון. וואס קען מען טון?

איך וואלט דעם נוע״א אויך אינגאנצן איבערגעמאכט ווען סווען תלוי אין מיין עס קענען בעסער לערנען...זעט אויס דער מחבר האט אויך א מיינונג...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מארטש 10, 2014 12:06 am

מילכיגער האט געשריבן:דאס איז טאקע אמת. אלע תורה שרייבער זענען מעיד אז דער רבי האט דייקא אזוי געוואלט אויף דעם סגנון. וואס קען מען טון?

איך וואלט דעם נוע״א אויך אינגאנצן איבערגעמאכט ווען סווען תלוי אין מיין עס קענען בעסער לערנען...זעט אויס דער מחבר האט אויך א מיינונג...

בשעת מען האט איינמאל געמאכט די "קיצור", האט הרה"ח ר' שמעון ווייס ע"ה שטארק פארפירט, געשריבן בריוו אא"וו. כ'ווינדער זיך צו מען האט נישט אפגעשטעלט צוליב אים, און אויב עס איז אין פלאן נאכאמאל צו פראבירן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך מארטש 12, 2014 9:15 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:און 26 דאלער דארף עס ממש קאווערן,

האסט פארגעסן פון די רשימת אנ"ש ביים סוף פון יעדע דברי יואל, כ'האף אז ס'קאווערט זיך....
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דינסטאג מאי 26, 2015 10:39 am

די סעריע ספרי 'דברי יואל - מועדים' איז געבליבען שטעקן ביי חנוכה, שוין פאר לאנגע יארן (אה גערעכט ד' פרשות...)

דער סעריע ספרי ליקוטי אורה (פורים, חג הפסח ב' כרכים, שיר השירים ושביעי של פסח) האט ממלא געוועהן דעם חסרון גאר מייסטערווערק, עס לאזט זיך לערנען, און עס לערנט זיך טאקע מיט א געשמאק, גוט גוט געשריבען מיט א זאפטיגע לשון השווים לכל נפש, דער פאראגרפען זייער גוט געהאקט, זייער גרינג צו האלטן [לפי ערך]. דער ד' פרשיות קענען זיי איבערמאכען לפי זייערע היינטיגע סגנון.

היי יאר (נאך דער פאריאריגע סעמפל) זענען מיר געשאנקען געווארען מיט א פרישע הערליכע כרך אויף חג השבועות, עס האט זיך ערליך אויסגעצלט יעדע פעני.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2015 10:51 am

ווייסט איינער איבער דער ספר 'ליקוטי אורה - חודש אלול וימים נוראים'?
אזוי אויך ספר 'ליקוטי אורה - לשבת קודש'?

זיי האבען געשריבען אז זיי פלאנען דאס בקרוב ארויסצוגעבן.

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1134
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דינסטאג נובעמבער 10, 2015 10:17 pm

די חנוכה תורות פון חידושי תורה כ"ז כ"ח איז אויך אריין אין דברי יואל?
ס'איז דא דארט די באקאנטע תורה וואו די רבי איז מחדש אז מ'האט געצינדען סיי אינוויינדיג און סיי אינדרויסן וועגן פרסומי ניסא, אין דברי יואל טרעף איך עס אבער נישט, ווייסט איינער צו ס'איז דא דארט?

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג מארטש 31, 2016 7:26 pm

דברי יואל - על פרשת פרה ופרשת החודש, (שבת הגדול?)

טיב לבב - פרישע תורות אויף ימי הפסח, ועוד, זעהט אויס ווי סתם ארויס געשאסען א ספר, אן קיין שום כבוד נישט פאר'ן מחבר און נישט פאר די קונים.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21183
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג אפריל 01, 2016 8:59 am

ישלהוסיף האט געשריבן:דברי יואל - על פרשת פרה ופרשת החודש.

ומפתחות אויך אויף די פריערדיגע באנד.

טייל קורצע תורות קוקן אויס ווי קאט ענד פעיסט אן זיי צופארעכטן און צופאסן ועוד ועוד וכו'.

כנראה א געאיילטע ארבייט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2120
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » פרייטאג אפריל 01, 2016 10:55 am

כדרכם

צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט