על ספרי 'דברי יואל' עה"ת ומועדים

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21113
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג דעצמבער 23, 2011 10:24 am

צולייגער האט געשריבן:א שטיקל נחמה
צוגעלייגטע
פתחי שערים - חנוכה.pdf
(364.08 KiB) דאונלאודעד 140 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » זונטאג דעצמבער 25, 2011 11:55 am

ישלהוסיף האט געשריבן:יא מפתח נישט מפתח, למעשה איז דא צוויי כרכים פיך מיטל הערליכע דברי דרוש פלפול ואגדה על חנוכה, וואטס מקען זיך באלענקען מיט יעדער פין זיי, אוי שפרינג איך אונטער פין א הערליכע ביאור.
ווען מ'הערט דאס אויף די טעיפס, דערקענט מען אויף די שטימע פונם רבי'ן ז"ל, ווי ער אליינס שפרינגט אויף פין דער רעיון וואס ער האט יעצט געזאגט.

פין משפחת התמרים אויף חנוכה, בכרך לפני עצמו:
א) דברי יואל כרך א'
ב) דברי יואל כרך ב'
ג) ברך משה
ד) שערי אורה
ה)אורות חיים


להוסיף על הרשימה של ספרי רבותיה"ק מגזע התמרים זי"ע
ו) אורות חיים - סלאטפינא
ז) שיר חנוכת - לכ"ק הגה"צ רבי חיים יהושע הלברשטאם גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » מאנטאג דעצמבער 26, 2011 12:13 am

אורות חיים - סלאפינא ווייסט איינער פארוואס די מו"ל איז געבליבן שטעקן ביי חנוכה לפי ידיעתי איז דא אסאך כתבים עטליכע תשובות אין בריוו פון אים למה נגרע מליהנות מזיו תורתו זיינע תורות זענען געבויט ע"ד דרוש נוסח סיגוט

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2290
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מאנטאג דעצמבער 26, 2011 9:54 am

סיגוט האט געשריבן:אורות חיים - סלאפינא ווייסט איינער פארוואס די מו"ל איז געבליבן שטעקן ביי חנוכה לפי ידיעתי איז דא אסאך כתבים עטליכע תשובות אין בריוו פון אים למה נגרע מליהנות מזיו תורתו זיינע תורות זענען געבויט ע"ד דרוש נוסח סיגוט


איך בין זיכער אז די וועסט איהם אריינשיקען א גרויסע טשעק'ל וועט ער מיט שמחה ממשיך זיין די ארבעט

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » מאנטאג דעצמבער 26, 2011 2:39 pm

האב איך דען

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג דעצמבער 26, 2011 3:55 pm

סיגוט האט געשריבן:אורות חיים - סלאפינא ווייסט איינער פארוואס די מו"ל איז געבליבן שטעקן ביי חנוכה לפי ידיעתי איז דא אסאך כתבים עטליכע תשובות אין בריוו פון אים למה נגרע מליהנות מזיו תורתו זיינע תורות זענען געבויט ע"ד דרוש נוסח סיגוט


מען ברויך פארשטיין אז דער ספר אורות חיים אוף חנוכה פונם סלאטפינא, איז נישט מכתב יד קדשו, נאר דאס האט געשריבען איינער פאר זיך זייעער בקיצור, דער מו"ל הרב אהרן מאיר מייזליש האט דאס גאר הערליך אויסגעשריבען אין אויסגעארבעט,
די ארגינעלע כתב יד פונם כותב איז צוטיילט איין חלק האט ער געגעבען פאר'ן קירלהאזא רב ז"ל, אין דעם אנדערע האלב האט ער געגעבען פאר'ן ברך משה.
אויס צו ארבעטן פארלאנגט גאהר אסאך ארבעט אין צייט, געלט מיין איך איז נישט אזוי שטארק דער פראבלעם.
נאר דער געדולט אין נערווען וואס מ'דארף פאר אזא שווערע פראיעקט, דערווייל איז ער עוסק אין אנדערע ספרים.

דער זעלבע גייט פאר די ספרים פונם ווייצען'ער רב, א חוץ די ספרים וואס ער אליינס האט געדריקט, איז כמעט גארנישט געווארען געדריקט, חוץ אפאר ליקוטים וכיוצ"ב.

ס'איז א גרויסע שאד, וואס זיי טועהן נישט מיר, עס איז דא א שלל פון הערליכע חידושי תורה וואס ליגט בקרן זויות,
א חוץ - מן הסתם - די פערטפולע היסטורישע ידיעות אויף גזע משפחת התמרים, חידו"ת בשם אומרם, וכדומה.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך דעצמבער 28, 2011 1:14 am

געהערט האב איך אין א דרשה פון רבי שמעון זאב מייזליש חתן מרן מהר"א
זאגט ער נאך א דרוש פון ספר דברי יואל לחנוכה, אין ער איז מוסיף, זאגענדיק:
"דעם גאנצע דרוש גנויע געגאסען, די זעלבע אריכות, שטייט אין בני יששכר, אונם דברי יואל איז דאס א אות פאר זיך".

כ'געדענק נישט יעצט אויף די מינוט פון וועלעכע דרוש ער האט גערעט,
אבער מסתמא איז דאס א טעות המעתיקים,
אז נישט ווערט שווער האט דען דער רבי נאכגעזאגט א בני יששכר אויף דער אייגענע נאמען וכיוצ"ב? זיכער אז נישט

אבל לא באתי כי אם להוסי"ף.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5398
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך דעצמבער 28, 2011 8:46 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:געהערט האב איך אין א דרשה פון רבי שמעון זאב מייזליש חתן מרן מהר"א
זאגט ער נאך א דרוש פון ספר דברי יואל לחנוכה, אין ער איז מוסיף, זאגענדיק:
"דעם גאנצע דרוש גנויע געגאסען, די זעלבע אריכות, שטייט אין בני יששכר, אונם דברי יואל איז דאס א אות פאר זיך".

כ'געדענק נישט יעצט אויף די מינוט פון וועלעכע דרוש ער האט גערעט,
אבער מסתמא איז דאס א טעות המעתיקים,
אז נישט ווערט שווער האט דען דער רבי נאכגעזאגט א בני יששכר אויף דער אייגענע נאמען וכיוצ"ב? זיכער אז נישט

אבל לא באתי כי אם להוסי"ף.

זיי אזוי גוט, און ווער געוואויר דעם אות, שרייב דאס אויף איי וועלט, און עלמער גיין נאכקוקען.
די קראך פון די טשעק. יוש!!

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך דעצמבער 28, 2011 9:24 pm

גלייב מיר, ווען מיר העטען געוויסט דעם אות וואלטן מיר דאס גערען געשריבען,
גע'הערט פון איהם אויף א סי די וואס עך האב אין באזיץ, נאר דער פראבלעם איז כ'האב עטליכע סידי'ס פון איהם,
ווייס איך נישט וועלעכע, אין גיין יעצט אויס הערען אלע, משום האי סיבה, איז לא ניחא לי.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5398
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך דעצמבער 28, 2011 9:33 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:גלייב מיר, ווען מיר העטען געוויסט דעם אות וואלטן מיר דאס גערען געשריבען,
גע'הערט פון איהם אויף א סי די וואס עך האב אין באזיץ, נאר דער פראבלעם איז כ'האב עטליכע סידי'ס פון איהם,
ווייס איך נישט וועלעכע, אין גיין יעצט אויס הערען אלע, משום האי סיבה, איז לא ניחא לי.


עצה טובה קא משמע לך, פרובירט אים צו ריפן אויפ'ן טעלעפאן, איך בין זייער נייגעריג ! יישר כח.
די קראך פון די טשעק. יוש!!

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך דעצמבער 28, 2011 11:59 pm

זאג נאר,
רבי יעקב ווייס האסטו שוין גערופען?
יעצט האלט מען שוין ביי רבי שמעון זאב מייזליש,
כ'מיין אולי מיט דער הילף פין א מפתח פין ביידע ספרים, וועסטו אנקומען שנעלער.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 11:51 am

בוידעם האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:גלייב מיר, ווען מיר העטען געוויסט דעם אות וואלטן מיר דאס גערען געשריבען,
גע'הערט פון איהם אויף א סי די וואס עך האב אין באזיץ, נאר דער פראבלעם איז כ'האב עטליכע סידי'ס פון איהם,
ווייס איך נישט וועלעכע, אין גיין יעצט אויס הערען אלע, משום האי סיבה, איז לא ניחא לי.


עצה טובה קא משמע לך, פרובירט אים צו ריפן אויפ'ן טעלעפאן, איך בין זייער נייגעריג ! יישר כח.


טעלפאון נומער פין רבי שמעון זאב מייזליש איז:
845-782-2533

קרעדיט: הרב ווינקעל אונם "קרעטשמע 411" אשכול

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » זונטאג ינואר 01, 2012 9:32 pm

ווייסט איינער וויפיל "נייע" דרושים והוספות (בדברים של ממש) איז צו געקומען אונם נייעם דברי יואל על חלק ראשון ימים נוראים?
אז עס זאל זיך לוינען צו קויפען.
איך רעט נישט פון קיין תיקון טעותי הדפוס וכיוצ"ב.

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » זונטאג ינואר 01, 2012 11:44 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:ווייסט איינער וויפיל "נייע" דרושים והוספות (בדברים של ממש) איז צו געקומען אונם נייעם דברי יואל על חלק ראשון ימים נוראים?
אז עס זאל זיך לוינען צו קויפען.
איך רעט נישט פון קיין תיקון טעותי הדפוס וכיוצ"ב.

אין בית הספר איז דא (עס ליגט נאך אלס פארנט פון די רעדזשיסטער) א קונטרס נאר פון די פרישע דרשות נישט פון די איבערגעמאכטע תורות
איין איבער געמאכטע תורה וואס איך ווייס איז ראש השנה אות ח' געהערט פון אדמו"ר מהר"א שליט"א נאכזאגן ליל ב' דראש השנה האי שעתא

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » זונטאג ינואר 01, 2012 11:50 pm

סיגוט האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:ווייסט איינער וויפיל "נייע" דרושים והוספות (בדברים של ממש) איז צו געקומען אונם נייעם דברי יואל על חלק ראשון ימים נוראים?
אז עס זאל זיך לוינען צו קויפען.
איך רעט נישט פון קיין תיקון טעותי הדפוס וכיוצ"ב.

אין בית הספר איז דא (עס ליגט נאך אלס פארנט פון די רעדזשיסטער) א קונטרס נאר פון די פרישע דרשות נישט פון די איבערגעמאכטע תורות
איין איבער געמאכטע תורה וואס איך ווייס איז ראש השנה אות ח' געהערט פון אדמו"ר מהר"א שליט"א נאכזאגן ליל ב' דראש השנה האי שעתא


וויפיל דרשות איז טאקע אין יענעם קונטרס?

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » מאנטאג ינואר 02, 2012 2:33 pm

נישט אפגעציילט

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מוצ"ש פאברואר 18, 2012 9:22 pm

ספר ליקוטי אורה - ימי הפורים
דער חלק הביאורים איז א גטע איינפאל, וואס כ'האב שטארק הנאה ,
ווען זיין וואלטן געמאכט אלע ספרי מהר"י ט"ב אויף עפעס אזא סארט סדר, וואלט דאס געצויגען א גרעסערע עולם, ווי סתם מאכען א ליקוט פון אלע תורות אויף יענעם איינצעלע יו"ט. וד"ל.

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » דאנארשטאג יולי 05, 2012 2:26 pm

געווען אדווערטייזט אבער נאכנישט געזעהן אין ספרים סטאר דברי יואל תניינא פנחס מטות מסעי

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2290
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דאנארשטאג יולי 05, 2012 8:08 pm

סיגוט האט געשריבן:געווען אדווערטייזט אבער נאכנישט געזעהן אין ספרים סטאר דברי יואל תניינא פנחס מטות מסעי


שיפמענט היינט אנגעקומען

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » דאנארשטאג יולי 05, 2012 8:13 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:
סיגוט האט געשריבן:געווען אדווערטייזט אבער נאכנישט געזעהן אין ספרים סטאר דברי יואל תניינא פנחס מטות מסעי


שיפמענט היינט אנגעקומען

שוין געזעהן אין געשעפט

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דינסטאג יולי 17, 2012 3:15 pm

איך לערען אסאך ספרי דברי יואל, איך פארשטיי ס'דא אסאך חילוקים פון איין כותב מיט א צווייטע, אבער די לעצטערע בענדער די מהדורא תניינא איז נישט נאר די אופן הסגנון פונעם שרייבער, נאר אזעלעכע זאכען און אויסדריקען וואס דער רבי ז"ל האט געזאלט זאגען, וואס מ'טרעפט נישט זייערס גלייכען אין די אנדערע כרכים.

ס'מיר יעצט שווער יעצט צו לייגען דוגמאות היות כ'האב נישט דער ספרים פאר מיר, אבער אי"ה עוד להוסיף על זה. איך וואלט נאר געוואלט פרעגן צו איינער פארשטייט וואס איך מיין? דער סטייל אין מהדו"ת איז אנדערש.

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » דינסטאג יולי 17, 2012 7:31 pm

איך ווייס נישט צו איך פארשטיי פונקטליך וואס דו מיינסט, אבער בהשקפה ראשונה - אויב מיינסטו די חלק המוסר און די ברכות ביים סוף תורה - איז די חילוק פשוט כדלהלן:
נאר קודם אפאר פאקטן, וזה החלי:
- דברי יואל בראשית ביידע חלקים און שמות ח"א איז געשריבן געווארן דורך ר' יעקב משולם גרינפעלד ע"ה.
- שמות ח"ב האט שוין אויך אביסל געשריבן ר' אלימלך שטערן (מקר"י) נ"י
- ויקרא ביידע חלקים און במדבר ח"א איז כל כולו מעשי ידיו פון ר' אלימלך הנ"ל.
- במדבר ח"ב וועלכע איז אויך כולל גאנץ דברים איז צירוק מעשי ידיו פון ר' יעקב משולם גרינפעלד.
- מועדים ח"ב (ח"ב וג' אין די שפעטערע מהדורא) דהיינו סוכות-שמח"ת האט געשריבן ר' משה שווארץ נ"י (כמדומה פון קר"י, הי' הויז בחור בשנות הל'), ס'איז דא וואס זאגן אז יענער באנד איז נאך די שענסטע און בעסטע פון אלע, נישט לאנג נישט קורץ, הקיצור א היבשער שלימות.
- משה שווארץ הנ"ל האט שוין אויך מסדר געווען אלע תורות אויף ווייטערדיגע מועדים (פורים, פסח און שבועות), בלייבט נאר איבער צו ווארטן דערויף מתי יתגלה.
- אנדערע חלקים פון מועדים לא נתברר לי לע"ע (וניתן להאיר ולהעיר ע"ז).

איז אזוי, ר' יעקב משולם האט געהאט א געוואלדיגע צחות הלשון, שיין און בא'טעמ'ט געשריבן, לעומת זה האט ער אבער געשריבן אין א געוויסן זין מער באופן שרייבער ווי אלס חסיד, דהיינו געלייגט מער דגוש אויפן דרוש ווי אויפן חלק המוסר, אויך נישט איבערגעשריבן די מוסר אויב ס'איז געווען די זעלבע ווי א יאר בעפאר (כן הי' מצווה ממרן זצ"ל), נישט אלץ געלייגט גענצליך די אויספיר און וואונטשן וכו'. (רבינו נהנה מאופן כתיבתו ובחר בו מבין שאר כותבים, הוא כתב ג"כ הספה"ק על הגאולה).

ווידער ר' מיילעך האט מער א מליצה'דיג לשון מיט א היבשע אריכות וואס אין כאן מקומו לדון בזה (וקיצור דבר"י על סדר במדבר יוכיח).

צירוק צו ח"ב במדבר ודברים (מהדורא קמא) וועלכע איז טאקע יא געשריבן געווארן דורך ר' י"מ גרינפעלד האט אבער געהאט די חסרון אז ס'איז געווען אונטער א היבשע געיעג און פרעשו"ר (פרעג מיך נישט פון וואס ווייל איך ווייס נישט), ממילא האט ער נאר אריינגעלייגט די תורות וועלכע ער האט שוין געהאט געשריבן (הי' התורה שרייבער בשנות תשכ"ו-כ"ז) און נישט ווי אלע אנדערע בענדער וועלכע זענען א כרכא דכולי בי' מיט א ליקוט פון (כמעט) אלע תורות של משך השנים, און אפי' דע ביסל - בעיקר פון פר' ואתחנן און ווייטער - איז אויך נישט די שלימות ווי זיין ארבעט אין בראשית און שמות.

יעצט ביי מהדורא תנינא - וועלכע דארף צו זיין אן השלמה ממלא צו זיי דעם חלל פון מהדורא קמא, און ווערט געשריבן און אויסגעארבעט דורך (איני יודע) - האט מען בעיקר פשוט צוגעלייגט די פעלענדע תורות פון חידו"ת שווארצע בענדער ועוד AS IS אן קיין ספעציעלע אויסגעארבעטעכץ, ממילא איז עס פשוט מער חידושי תורה סטייל מיט מער מוסר וכדו'.

ישלהוסיף, נאך אלעם איז עפעס פארענפערט?

איך זעה איך בין היבש ביסל געפארן/פארפארן, האלט איך עס אבער בשו"א נישט ביים האלטן ביי מיר (מחמת לימיטעד הארד-דרייוו ספעיס וכדו') סאו עכ"ז משלח געווען...
- - - - - - - - - - - - -
כל הנ"ל האב איך געשריבן נאך אביסל ריסערטש אין די נושא א שטיק צייט צירוק וניתן להאיר ולהעיר ע"ז או לחלוק ביותרת הכבוד.

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » מיטוואך יולי 18, 2012 11:47 pm

נאך א חילוק צווישן די אלטע און מהדו"ת אז דעמאלט איז געווען בעיקר מפי השמועה היינט גייט מען איבער די אלע טעיפס א שטייגער ווי די מו"ל חידו"ת ט"ז אויך גייט מען איבער מכתבי התלמידים ממילא איז דא א שטארקע שינוי אויף געוויסע פלעצער

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » דאנארשטאג יולי 19, 2012 11:14 am

דעת זקנים האט געשריבן:יעצט ביי מהדורא תנינא - וועלכע דארף צו זיין אן השלמה ממלא צו זיי דעם חלל פון מהדורא קמא, און ווערט געשריבן און אויסגעארבעט דורך (איני יודע) - האט מען בעיקר פשוט צוגעלייגט די פעלענדע תורות פון חידו"ת שווארצע בענדער ועוד AS IS אן קיין ספעציעלע אויסגעארבעטעכץ, ממילא איז עס פשוט מער חידושי תורה סטייל מיט מער מוסר וכדו'.

ישלה[/size]


געהערט אמאל נישט קראנט, אז די היינטיגע שרייבער איז עפעס א קלויזנבורגער אינגערמאן, אויב ס'איז וואר, איז עס א היפשער חוצפה, נישט ווייל ס'איז עפעס שלעכט מיט א קלויזנ''ב, נאר מ'דארף וויסן ווי איין ווי אויס, און תורות פון א רבי'ן דארף שרייבן אזא איינער וואס איז דערביי, און קען זיך גוט אויס מיט'ן רבינ'ס ספרים.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » דאנארשטאג יולי 19, 2012 12:59 pm

ולא מיין האט געשריבן:געהערט אמאל נישט קראנט, אז די היינטיגע שרייבער איז עפעס א קלויזנבורגער אינגערמאן, אויב ס'איז וואר, איז עס א היפשער חוצפה, נישט ווייל ס'איז עפעס שלעכט מיט א קלויזנ''ב, נאר מ'דארף וויסן ווי איין ווי אויס, און תורות פון א רבי'ן דארף שרייבן אזא איינער וואס איז דערביי, און קען זיך גוט אויס מיט'ן רבינ'ס ספרים.

געהערט אז יא סאטמאר'ע אינגעלייט, איך ווייס נאר נישט קיין נעמען.


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט