על ספרי 'דברי יואל' עה"ת ומועדים

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17107
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג יולי 19, 2012 1:08 pm

איך האב נישט געקוקט אין די לעצטע באנד וואס איז ארויסגעקומען, אבער אין די לעצטערע בענדער שטייט צום סוף די נעמען פון די וואס האבן געארבעט דערויף

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » דאנארשטאג יולי 19, 2012 1:09 pm

יוראפ האט געשריבן:איך האב נישט געקוקט אין די לעצטע באנד וואס איז ארויסגעקומען, אבער אין די לעצטערע בענדער שטייט צום סוף די נעמען פון די וואס האבן געארבעט דערויף

ס'שטייט די וואס האבן ארויסגעהאלפן בחנם, נישט א געדונגענער שרייבער בשכר.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17107
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג יולי 19, 2012 1:13 pm

איין געדונגענער ווייס איך זיכער ווייל יענעם קען איך פערזענליך, די אנדערע קען איך אויך כמעט יעדעם אבער איך האב זיי נישט געפרעגט צו זיי האבן באקומען באצאלט

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » דאנארשטאג יולי 19, 2012 5:50 pm

יוראפ האט געשריבן:איין געדונגענער ווייס איך זיכער ווייל יענעם קען איך פערזענליך, די אנדערע קען איך אויך כמעט יעדעם אבער איך האב זיי נישט געפרעגט צו זיי האבן באקומען באצאלט

און וואס איז דער געדינגענער, א סאטמארער באבובער צו קלויזענבורג?
עקטשולי הו קעירס, אונז זעמיר אוועקגעפארן פון די נושא, וואו איז יש להוסיף? איז דיר עפעס פארענטפערט געווארן?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17107
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג יולי 19, 2012 5:59 pm

דער געדונגענער איז א סאטמארער
ווי אויך די אנדערע וואס איך קען

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » פרייטאג יולי 20, 2012 1:27 am

דעת זקנים האט געשריבן:
ולא מיין האט געשריבן:געהערט אמאל נישט קראנט, אז די היינטיגע שרייבער איז עפעס א קלויזנבורגער אינגערמאן, אויב ס'איז וואר, איז עס א היפשער חוצפה, נישט ווייל ס'איז עפעס שלעכט מיט א קלויזנ''ב, נאר מ'דארף וויסן ווי איין ווי אויס, און תורות פון א רבי'ן דארף שרייבן אזא איינער וואס איז דערביי, און קען זיך גוט אויס מיט'ן רבינ'ס ספרים.

געהערט אז יא סאטמאר'ע אינגעלייט, איך ווייס נאר נישט קיין נעמען.



איך קען דעם שרייבער. טאקע א סאטמארער אינגערמאן נאר איך בין אמאל צוגעגאנגען צו זיין זון און גערעדט דערוועגן. פרעגט ער מיר בתמי' פון וואו איך ווייס ס'איז דאך א סוד. פרעגטס מיר נישט פארוואס.
אז מ'רעדט פון ר' משה יעקל'ס. ער האט אויך געשריבן די צוויי הערליכע בענדער אויף חנוכה.

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2301
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » פרייטאג יולי 20, 2012 1:32 am

בלעטל האט געשריבן:
דעת זקנים האט געשריבן:
ולא מיין האט געשריבן:געהערט אמאל נישט קראנט, אז די היינטיגע שרייבער איז עפעס א קלויזנבורגער אינגערמאן, אויב ס'איז וואר, איז עס א היפשער חוצפה, נישט ווייל ס'איז עפעס שלעכט מיט א קלויזנ''ב, נאר מ'דארף וויסן ווי איין ווי אויס, און תורות פון א רבי'ן דארף שרייבן אזא איינער וואס איז דערביי, און קען זיך גוט אויס מיט'ן רבינ'ס ספרים.

געהערט אז יא סאטמאר'ע אינגעלייט, איך ווייס נאר נישט קיין נעמען.



איך קען דעם שרייבער. טאקע א סאטמארער אינגערמאן נאר איך בין אמאל צוגעגאנגען צו זיין זון און גערעדט דערוועגן. פרעגט ער מיר בתמי' פון וואו איך ווייס ס'איז דאך א סוד. פרעגטס מיר נישט פארוואס.
אז מ'רעדט פון ר' משה יעקל'ס. ער האט אויך געשריבן די צוויי הערליכע בענדער אויף חנוכה.


וואס איז די גרויסער סוד שבדבר?

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » פרייטאג יולי 20, 2012 1:45 am

לכאורה וויל ער נישט וויי טאן פריערדיגע שרייבער ואכמה"ל

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2301
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » פרייטאג יולי 20, 2012 10:09 am

בלעטל האט געשריבן:לכאורה וויל ער נישט וויי טאן פריערדיגע שרייבער ואכמה"ל


נו נו

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1134
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דינסטאג אוגוסט 07, 2012 12:15 pm

איך האב דורך געקוקט דעם נייעם באנד דברי יואל, עס איז זייער שיין, עכ''פ בחיצונית אוודאי.
וואס זאל איך זאגן עס טוט מיר באמת וויי פארוואס די שרייבערס טוען נישט גענוג דורך דעם רבין'ס תורות.
אין פרשות מטות איז דא א דרשה וואס די רבי האט געזאגט תרצ''ח, זייער א שיינער פלפול למראית העין. האב איך דורך געלערנט דעם גאנצן שטיקל.
פארשטייט זיך אז איך קען נישט דא מעתיק זיין דעם גאנצן פשעטל, ע''כ וועל איך נאר שרייבן אויפן שפיץ גאפל
ראשית כל, אין אנהייב איז ער מעתיק א שטיקל ישמח משה וואס רעדט אויף די סוגיא, גראדע איז דער שטיקל ישמח משה זייער א שווערע שטיקל, איך האב ב''ה געהאט די זכיה דאס יאר עס אדורך צו טון בעיון רב, און עס שטייט בכלל נישט אין ישמח משה וואס זיי זענען מעתיק אין דברי יואל.
און סתם אזוי ביים דורך לערנען דעם גאנצן שטיקל זעט מען אז דער שרייבער איז נישט בקי אין די סוגיא, ווייל עס איז דא אזעלכע טעותים, וואס איינער וואס האט גוט דורך געלערנט די סוגיא קען עס נישט מאכן.
און דער עצם דרוש איז נאך צ''ע רב, איך האב פשוט נישט געהאט קיין צייט צו גיין נאך קוקען די אנדערע הערות וואס איך האב געטראכט בשעת מעשה.

אבער עס איז נישט נאר אין דברי יואל, אפי' ליקוטי אורה וואס מאכן גאנץ א גוטע ארבעט, האבן זיי ארויס געגעבן א קונטרס פארגאנגענעם שבועות, זייער נישט קיין שלימותדיגע זאך, אזויפיל זאכן נישט קלאר געשריבן, קען זיין זיי האבן נישט געהאט קיין צייט
בעצם אין יו''ט שבועות מישן זייער אסך אויס, דעם מג''א ערשטע קשיא מיט די קשיא פון רמ''ע מפאנו, מברענגט אראפ דעם רמ''ע מפאנו'ס תירוץ אויפן מג''א ערשטע קשיא, ואכמ''ל.
איך ווייס נישט צו מען מעג עס זאגן הויך, 'אויב וואלטן דעם רבין'ס תורות אריין געפאלן אין ליבאוויטשער הענט, וואלטן זיי שוין געמאכט מטעמים פון דעם', ומה נעשה שלא זכינו לזה

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג אוגוסט 07, 2012 3:51 pm

דרךהמלך האט געשריבן:אבער עס איז נישט נאר אין דברי יואל, אפי' ליקוטי אורה וואס מאכן גאנץ א גוטע ארבעט, האבן זיי ארויס געגעבן א קונטרס פארגאנגענעם שבועות, זייער נישט קיין שלימותדיגע זאך

באקומען פון איינעם פון די ארויסגעבער:
ער איז גערעכט, ס'איז נאכנישט די געווען די עכטע ספר פון שבועות וואס כ'האף אי"ה ארויסצוגעבן בזה השנה, ס'איז נאר געווען כדי שלא תמנע טוב מבעליו, האבן מיר ארויסגעגעבן פון עטליכע יאר אינגאנצן נישט אויסגעארבעט, נאר ממש אביסל.
כ'האב עס געשריבן אין א הקדמה, נאר משום סיבות האב איך ארויסגענומען די גאנצע הקדמה.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2012 12:28 pm

אלץ איינער וואס לערנט שטארק ובתמידות דעם ספר דברי יואל, געהערט אסאך אסאך טעיפס, געזעהן דער אידיש געדריקטע תורות, מדמה געוועהן דעם טעיפ צום אידיש קונטרס ביז דברי יואל, כ'האב שוין גוט באטראכט די תורות אין דברי יואל דארט ווי עס שטייט "מכתי"ק", כ'האב שוין אסאך שטודירט כתב ידות און דאס מדמה געוועהן צו די געדרקיטע תורות וואס עס שטייט ביי זיי מכתי"ק, געזעהן נפק"מ אין רבי'ס אופן סגנון הכתיבה פון פארשידינע יארען, אויך האב איך געזעהן הגהה'ס וואסענען צו געלייגט געווארען דורך דעם רבי'ן נאך דעם וואס די תורה שרייבערס האבען איהם דאס געוויזען, ועוד ועוד.

כ'האב שוין געהאט אפגעשריבען א לענגערע מאמר צו קענען דא ארויף לייגען, כ'האב נישט דיי ווערטער אין מויל, עטס זאלטס דאס נישט טועם זיין, נאכען זיך אפמיטשען צו קענען אהער שטעלן האט זיך עס געגעבען א מעק אפ, ס'גייט מיר נעמען זייער שווער אנצוהייבען פון דאס ניי, אזא מאמר וואס איז מיוחד בלויז אויף די סגנון כתיבת תורת רבינו האב איך נאך קיינמאהל נישט געליינט, דעריבער האב איך געוואלט מזכה זיין את הרבים מיט דעם, לכל כלל יש יוצא מם הכלל, יגעתי ולא מצאתי - תאמין.

כ'האב נאר לעת כזאת געוואלט אנרירען א קורצע הערה וואס דרך המלך האט ארויף געברענגט, בנוגע דעם נייעם באנד 'דברי יואל', לכאורה קלער איך צו זאגען צוויי זאכען, איינס דארט אז דא כמה וכמה מראי מקומות וואס לכאורה האט דאס דער רבי געזאלט זאגען אבער ער האט עס קיינמאהל געזאגט נאר די מוציאים האבען דאס דארט אריין געלייגט, אמאהל האבען זיי מעתיק געוועהן פון א ספר אויפן אופן ווי אזוי דער רבי האט דאס געזאגט און אמאהל כלשונו וככתבו פונעם ספר, וואס דאס האט דער רבי זיכער נישט געטועהן נאך צו זאגען א ווארט באריכות ככתבו וכלשונו פון סיי וואס פאר א ספר.

והשנית באטראכט נאר פרשה וזאת הברכה פון דברי יואל מהדו"ת דער רבי האט קיינמאהל נישט געפירט טיש שבת פרשת וזאת הברכה, ווי פארשטייט זיך, אויב אזוי פון ווי קומט אזוי סאך תורת צו אט דעם פרשה? נאר די אלע תורות האבען זיי מלקט געוועהן פון שאר ספרי רבינו, ווי נאר דער רבי טייטשט עפעס אויף פרשת וזאת הברכה האבען זיי דאס מלקט געוועהן אין צו געשטעלט דא צו דעם מהדו"ת פרשת וזאת הברכה, יעצט האט מען א דבר השלום, אבער די מוציאים זענען געגאנגען א שריט ווייטער ווייל כידוע האט דער רבי מקדים געוועהן מיט קשיות אמאהל דריי אין אמאהל ביז איבער די צוואנציג, האבען די מוציאים אויך אהער געשטעלט 'קשיות' אנהייב פון די תורה אמאהל איינס אין אמאהל פינעף, וכו' ועוד להאריך בזה, אבל במה דברים אמורים אין יעצטיגע באנד דברי יואל מהדו"ת האבען זיי - לבי אומר לי - געטוהן לפעמים די זעלבע עבודת הליקוט (אולי אויף א קלענערע פארנעם).

ועוד יש להוסיף ברצות השם

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17107
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2012 12:42 pm

געזעהן א ריזיגע מודעה פון ר' אברהם דוד גליק אז ער גרייט זיך ארויסצוגעבן בקרוב די מחזורים דברי יואל אין אידיש

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21183
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2012 12:44 pm

יוראפ, א קאלארינג בוך אויך?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17107
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2012 12:47 pm

farshlufen האט געשריבן:יוראפ, א קאלארינג בוך אויך?

דאס שרייבט ער נאכנישט

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 12:10 pm

דרךהמלך האט געשריבן:איך האב דורך געקוקט דעם נייעם באנד דברי יואל, עס איז זייער שיין, עכ''פ בחיצונית אוודאי.
וואס זאל איך זאגן עס טוט מיר באמת וויי פארוואס די שרייבערס טוען נישט גענוג דורך דעם רבין'ס תורות.
אין פרשות מטות איז דא א דרשה וואס די רבי האט געזאגט תרצ''ח, זייער א שיינער פלפול למראית העין. האב איך דורך געלערנט דעם גאנצן שטיקל.
פארשטייט זיך אז איך קען נישט דא מעתיק זיין דעם גאנצן פשעטל, ע''כ וועל איך נאר שרייבן אויפן שפיץ גאפל
ראשית כל, אין אנהייב איז ער מעתיק א שטיקל ישמח משה וואס רעדט אויף די סוגיא, גראדע איז דער שטיקל ישמח משה זייער א שווערע שטיקל, איך האב ב''ה געהאט די זכיה דאס יאר עס אדורך צו טון בעיון רב, און עס שטייט בכלל נישט אין ישמח משה וואס זיי זענען מעתיק אין דברי יואל.
און סתם אזוי ביים דורך לערנען דעם גאנצן שטיקל זעט מען אז דער שרייבער איז נישט בקי אין די סוגיא, ווייל עס איז דא אזעלכע טעותים, וואס איינער וואס האט גוט דורך געלערנט די סוגיא קען עס נישט מאכן.
און דער עצם דרוש איז נאך צ''ע רב, איך האב פשוט נישט געהאט קיין צייט צו גיין נאך קוקען די אנדערע הערות וואס איך האב געטראכט בשעת מעשה.

אבער עס איז נישט נאר אין דברי יואל, אפי' ליקוטי אורה וואס מאכן גאנץ א גוטע ארבעט, האבן זיי ארויס געגעבן א קונטרס פארגאנגענעם שבועות, זייער נישט קיין שלימותדיגע זאך, אזויפיל זאכן נישט קלאר געשריבן, קען זיין זיי האבן נישט געהאט קיין צייט
בעצם אין יו''ט שבועות מישן זייער אסך אויס, דעם מג''א ערשטע קשיא מיט די קשיא פון רמ''ע מפאנו, מברענגט אראפ דעם רמ''ע מפאנו'ס תירוץ אויפן מג''א ערשטע קשיא, ואכמ''ל.
איך ווייס נישט צו מען מעג עס זאגן הויך, 'אויב וואלטן דעם רבין'ס תורות אריין געפאלן אין ליבאוויטשער הענט, וואלטן זיי שוין געמאכט מטעמים פון דעם', ומה נעשה שלא זכינו לזה


ווער געדענקט נאך דעם "תהלים תהלות יואל" - דער פירוש אויף דער תהלים האבען זיי ארויס גענומען פון לענגערע שטיקלעך פון די על התורה, געשניטען אין געהאקט אין געמאכט דערפון א פירוש אויף תהלים. וויכטיגע שטיקלעך וואס האט באלאנגט פאר דער פירוש האבען זיי נישט אריין געלייגט, ס'דא אן א שיעור שטיקלעך וואס באלאנגט נישט אין זיי האבען דאס יא אריין געלייגט. אזוי עמעראציש. אבער דאס האט מען גענוצט ביז מ'האט עס אינגאנצען איבערגעארבעט צום "תהלים דברי יואל".

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 1:21 pm

איך קריג לעצטנס וועכענטליך אויף אימעיל וועכענטליכע תורות פון רבין ז"ל דורך מערכת "ליקוטי אורה", וועלכע האבן שוין אויך ארויסגעגעבן עטליכע ספרים.

(שוין דא א באזונדערע אשכול?)
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 1:30 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:איך קריג לעצטנס וועכענטליך אויף אימעיל וועכענטליכע תורות פון רבין ז"ל דורך מערכת "ליקוטי אורה", וועלכע האבן שוין אויך ארויסגעגעבן עטליכע ספרים.

(שוין דא א באזונדערע אשכול?)


ניין נישטדא א באזונדערע אשכול, הגם ס'שוין געווארען דערמאנט דא און דארט.

דער גליון לקוטי אורה, איז אויך ארויס געקליבען פון די לאנגע דרושים פון ספרי דברי יואל,
לפעמים מאכען זיי גאר גוט דעם ארבעט, אן לפעמים אזוי שלעכט, אז עס זעהט אויס ווי איינער האט גערעדט און גערעדט אבער מ'ווייסט נישט וואס ער וויל.
אזא סארט ארבעט בפרט דער דברי יואל פעלט אויס אסאך מומחיות צו וויסען ווי אזוי ארויס צו נעמען פאר אזא סארט ליקוט.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 1:45 pm

זיי זאגן אז זיי נעמען אלעס ארויס פון די טעיפ'ס און כתבי ידות.

דו ווייסט אז עס איז ארויס פון דברי יואל?
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 3:01 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:זיי זאגן אז זיי נעמען אלעס ארויס פון די טעיפ'ס און כתבי ידות.

דו ווייסט אז עס איז ארויס פון דברי יואל?



וואס פאר א כתב יד?
ס'גרינג נאך צו קוקען, נעם א 'תורה' קוק אויס ס'ווערט דערמאנט א נאמען פון ספר אדער א מאמר חז"ל, און קוק עס נאך אין די מפתחות פון דער 'דברי יואל', עפ"י רוב וועסטו זעהן אז ס'שוין אמאהל אין דער עבר געווארען געדריקט.

כמעט אלע תורות אויף פרשת וזאת הברכה איז א פשוטע ליקוט פון אלע כרכים דברי יואל, אבער כדי וזאת הברכה זאל נישט ווערען אויס געלאזט האבען אזוי דאס אהער געשטעלט, מיך וואונדערט נאר די אלע קשיות וואס דער מו"ל האט געמאכט. ווייל דער רבי ז"ל האט קיינמאהל נישט געזאגט קיין תורה אויף פרשת וזאת הברכה, וואס מ'ליינט געווענדליך שמחת תורה .

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג אוקטובער 15, 2012 5:27 pm

די ליקוטי אורה ארבעט איבער די תורות פון דברי יואל ע"פ העתקות פון טעיפס וואס איז אמאל (בשעת'ן דרוקן דעם דברי יואל) כמעט נישט געווען.

רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 18, 2014 10:47 pm

ספר דברי יואל החדש

תגובהדורך רמונים » דאנארשטאג פאברואר 27, 2014 8:52 pm

היינט געזען די נייע דברי יואל אויף ד' פרשיות.

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » פרייטאג פאברואר 28, 2014 1:08 pm

יא א נייע דיקע באנד ערשינען דברי יואל על מועדים חלק ששי, אויף די ד' פרשיות און ימי הפורים.(אגב, אין די הקדמה שרייבן די מו"ל אז זיי פלאנירן בקרוב ארויסצוקומען מיט א נייע מהדורא פון ספה"ק ויואל משה, אויף וועלכע זיי ארבעטן שוין פופצן יאר).

ספר אוסף אמרים להגה"צ רי"מ שעכטער שליט"א אויף פורים, געשריבן געווארן דורך הרב בצלאל פרידמאן וואס האט מעתיק געווען די הארציגע דברי תורה וואס רי"מ שליט"א זאגט יעדן פורים בעת משתה היין בהתרוממות והתרגשות.

רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 18, 2014 10:47 pm

תגובהדורך רמונים » פרייטאג פאברואר 28, 2014 1:46 pm

למעשה זע איך האט דער דברי יואל נאר כט שבט און שקלים און זכור און ףורים. קומט נאך א באנד?

צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2010 12:54 pm

תגובהדורך צעיר באלפי ישראל » זונטאג מארטש 02, 2014 3:46 pm

יישר כח להמדפיסים הדברי יואל החדש. כי זה קרוב לחמישים שנה שלא זכינו לשמוע מפ"ק.

השאלה רק, על מה מחירו יקר כ"כ?


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט