די דריי ביאגראפיע ספרים וואס איר האט די מערסטע געגליכן

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

די דריי ביאגראפיע ספרים וואס איר האט די מערסטע געגליכן

תגובהדורך חוץ פון דעם » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 5:25 pm

אלטס איינער וואס האט אסאך ליב צו ליינען ספרי ביוגרפיה, האלט איך וואלט געווען א פיינע זאך צו עפענען אן אשכול, אויף דיינע דריי בעסטע ביכער וואס די האסט ליב, אין וואסט האסט אמאל געליינט, סיי די מענשט וואס איז באשריבן געוואר'ן האט דיר געכאפט, אדער דער וועג פון שרייב'ן איז עפעס מוראדי'ג, וכדו'.

כדי די אשכול זאל האב'ן די ריכטיגע רעזאלטאט'ן, איז כדי אז מען זאל שרייבן אזעלכע ספרים וואס איז די באמת געפאל'ן, אין נישט ווייל עס איז אריין געמושט אין דעם רגש.
לדוגמא: אויב ביסטו א טאהשע חסיד וועסטו זיכער שרייב'ן אז די ספר וואס ארויס געקומען אויף טאהשע רבין זי"ע האט דיר באמת געפאלען. אפילו עס איז אמת, אז פאר דיר בערזענדליך איז עס מוראדי'ג אבער פאר כללות הציבור וואס זענען נישט טאהשע חסידים וועל'ן נישט צוקלעבן צו דעם, אין די זעלבע זאך אויב ביסט א סאטמארע חסיד, וועסטו אוודאי שרייבן די ספרים אופ'ן רבי'ן זי"ע וכדו'. פאר דעם וואלט ראטזאם געווען צו שרייבן אזא ספר וואס איז אייך באמת געפאל'ן, אין נישט פאר א אינערליכע סיבה.
[אוודאי אויב ביסט אן אנדערע חסיד אין עס האט דיר געכאפט א ספר אויף סאטמאר רב זי"ע אוודאי שרייב, אבער איך האב נאר געוואלט ארויס ברענגן דער נקודה. ובתקווה, אז מען האט פארשטאנען].
מיין דריי איז אזוי:

1. במחיצתם של גדולי ישראל, פון הרב שלמה לארנץ.

2. שר התורה, אויפ'ן טשעבינער רב ז"ל.

3. ויאמר הנני, אויף הגאון ר' אברהם גנחובסקי ז"ל

[נ.ב. געטראכט אפשר צו מקען אריבער פירען דעם אשכול צו היימישע קרעטשמע, וואס דארט גייט זיין מער א דרייו. אדרבה זאג'ס אייער מיינונג].
לעצט פאראכטן דורך חוץ פון דעם אום דינסטאג אוגוסט 29, 2017 3:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 7:46 pm

אגן הסהר (הגר"א גניחובסקי)
מעשה איש
מרא דארעא דישראל (הגרי"ח זננפעלד)

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 7:58 pm

1. זכרון יעקב פון רבי יעקב ליפשיץ- דאכטזעך אין בדומה לו אין אידישע ביוגרפיה מיט אזויפיל תוכן.
2. (להבדיל) the second world war פון ווינסטאן טשוירטשיל- לעבט מיט דעם WWII לעבעדיג פון די אויגן פון דעם וואס איז געשטאנען אויפן שלאכטפעלד פנים אל פנים קעגן היטלער, צומאל אליינס. (געווינען נאבעל פרייז אף ליטראטור).
3. איך וועל זיי איבערלעבן פון חיים שלמה פריעדמאן- א מיסיע פון 6 יאר פון זיך שלאגן פארן לעבן איינמאל און נאכאמאל, גאר זאפטיג אראפגעלייגט

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:05 pm

אטלס עץ חיים פון הרב רפאל הלפרין. מאת בריאת העולם עד ימינו.
כל גדולי מישראל עם מפות מכל תנאים ואמוראים. רבנן סבוראי, ראשונים אחרונים ואחרוני אחרונים - לפי השנים ולפי מקום מושבותיהם.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3931
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 1:19 am

קול חוצב - רש"מ שוואדראן ז"ל
מאורן של ישראל - ר"ע איגר ז"ל
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

תגובהדורך חוץ פון דעם » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 6:48 am

יידישע קהילות האט געשריבן:קול חוצב - רש"מ שוואדראן ז"ל

שוין אסאך מאל געהאלט'ן די ספר אין מיינע הענט אין ספרים סטור, אין צום סוף צוריק געלייגט אין שעלף. לוינט זיך צו משקיע צו זיין?

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 8:25 am

בס"ד

דא אן א שיעור וואס זענען מחי' נפשות, סיי ספרים און סיי ארטיקלען און גליונות, אבער דא שרייב איך ספרים-ביכער וואס זענען אדורך די גאנצע לעבנסביאגראפיע אויף איין מענטש-משפחה.

איש חמודות
חורבן יארן ביאגראפיע פון משפחת יאזשעף, איך געדענק שוין נישט די נאמען
גייען פאראויס (פריעדמאן-פרידנזאן)
טאג ביכער פון השר משה מאנטיפיורי וזוגתו (וואס מיר האבן נארוואס אנגעהויבן אין א נייע סעריע)
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובהדורך קיווי סטראבערי » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 1:23 pm

וואס איך געדענק אויפ'ן מינוט:
הראשון לשושלת בריסק
מקטוביץ עד ה' אייר
שרשרת הדורות (ר' משה פרוש)
צדיק מה פעל (בורשטינער רבי זצ"ל)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 3:18 pm

קיווי סטראבערי האט געשריבן:וואס איך געדענק אויפ'ן מינוט:
הראשון לשושלת בריסק
מקטוביץ עד ה' אייר
שרשרת הדורות (ר' משה פרוש)
צדיק מה פעל (בורשטינער רבי זצ"ל)

דאכציך אז דאס גייט נישט אריין אין די קאטעגאריע איבער וואס דער אשכול איז מיוסד

חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

תגובהדורך חוץ פון דעם » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 3:40 pm

זבחי צדק האט געשריבן:אגן הסהר (הגר"א גניחובסקי)

אגן הסוהר איז בעסער ווי ויאמר הנני?

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובהדורך קיווי סטראבערי » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 3:40 pm

מיללער האט געשריבן:
קיווי סטראבערי האט געשריבן:וואס איך געדענק אויפ'ן מינוט:
הראשון לשושלת בריסק
מקטוביץ עד ה' אייר
שרשרת הדורות (ר' משה פרוש)
צדיק מה פעל (בורשטינער רבי זצ"ל)

דאכציך אז דאס גייט נישט אריין אין די קאטעגאריע איבער וואס דער אשכול איז מיוסד

נו, בלייב איך עניוועי מיט דריי

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1517
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 3:46 pm

איש חמודות (מרן ר' מיכאל בער זי"ע)
מבית אבותי ורבותי ( ר' בערל האלבערשטאם ע"ה) זייער ארגינעל
אתהלך (אהרן מרגלית)
געבליבן א איד

און נאך.. איך געדענק נישט אויף די מינוט אלע נעמען
זוכט איר דוי?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 3:47 pm

אור אלחנן על הרה"ק רבי אלחנן וואסערמאן זצ"ל הי"ד

צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 3:50 pm

שלוחא דרחמנא - רש"פ מענדלאוויץ ז"ל

חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

תגובהדורך חוץ פון דעם » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 3:54 pm

מיללער האט געשריבן:אור אלחנן על הרה"ק רבי אלחנן וואסערמאן זצ"ל הי"ד

דאס איז געוועהן אויף מיין ליסטע, אבער מען מעג נאר האב'ן דריי, ווען מען קען האבן 5 בעסטע גייט דאס אריין.
לעצט פאראכטן דורך חוץ פון דעם אום דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:25 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

תגובהדורך חוץ פון דעם » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 3:55 pm

דונש האט געשריבן:איש חמודות (מרן ר' מיכאל בער זי"ע)
מבית אבותי ורבותי ( ר' בערל האלבערשטאם ע"ה) זייער ארגינעל
אתהלך (אהרן מרגלית)
געבליבן א איד

און נאך.. איך געדענק נישט אויף די מינוט אלע נעמען

האסט געשריב'ן 4!
ווילסטו ברענגען נאך??!

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:06 pm

חוץ פון דעם האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:אגן הסהר (הגר"א גניחובסקי)

אגן הסוהר איז בעסער ווי ויאמר הנני?

א וודאי
איך האב ביידע אינדערהיים
אגן הסהר, איז ממש סמעטענע!!

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:08 pm

חדשות האט געשריבן:2. (להבדיל) the second world war פון ווינסטאן טשוירטשיל- לעבט מיט דעם WWII לעבעדיג פון די אויגן פון דעם וואס איז געשטאנען אויפן שלאכטפעלד פנים אל פנים קעגן היטלער, צומאל אליינס. (געווינען נאבעל פרייז אף ליטראטור).

דו מיינסט די זעקס חלקים?

איך וואלט געקענט צילייגן נאך צו מיין פריערדיגע ליסטע, ס'טוישט זיך מיר אין קאפ די מיינונגען, כ'קען נישט דעסיידן..

אקעי,
לאמיך לייגן נאך דריי...
א) די סאדיגורער הויף (יצחק אבן)
ב) וילכו שניהם יחדיו (דוב כהן)
ג) פונם נאצישן יאמערטאהל (הרב הירשפרונג)

אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

תגובהדורך ישמחו » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 6:06 pm

זבחי צדק האט געשריבן:
חוץ פון דעם האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:אגן הסהר (הגר"א גניחובסקי)

אגן הסוהר איז בעסער ווי ויאמר הנני?

א וודאי
איך האב ביידע אינדערהיים
אגן הסהר, איז ממש סמעטענע!!

ס'איז אייגנטליך שווער צו זאגן 'בעסער', ווייל ס'איז צוויי באזונדערע זאכן.
"ויאמר הנני" איז געשריבן מיט אסאך מער ווארימקייט איבער די גאונות אדירה אין אצילות המדות מיט וואס ר' אברהם איז געווען א חד בדרא. דער ספר איז א לעבעדיגער מוסר ספר צו זען ווי ווייט א נברא אין אונזער דור קען זיך דערהייבן מיט מדות טובות.
"אגן הסהר" איז מער געשטעלט אויף הונדערטער קורצע עפיזאדן, באגלייט מיט אומצאליגע גאניאלע 'אויפטרעפן' בהלכה וואס איז געווען מגמת נפשו פון דעם גאון וצדיק.

אולי קען מען עס מגדיר זיין אזוי: ויאמר הנני איז מער פערזענליך אויפן מענטש (טהרת המדות, אמונה, ועוד), און אגן הסהר איז מער אויף זיין כח התורה.
אבער ביידע זענען גאר געשמאק און גוט!
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!

חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

תגובהדורך חוץ פון דעם » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 6:23 pm

ישמחו האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:
חוץ פון דעם האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:אגן הסהר (הגר"א גניחובסקי)

אגן הסוהר איז בעסער ווי ויאמר הנני?

א וודאי
איך האב ביידע אינדערהיים
אגן הסהר, איז ממש סמעטענע!!

ס'איז אייגנטליך שווער צו זאגן 'בעסער', ווייל ס'איז צוויי באזונדערע זאכן.
"ויאמר הנני" איז געשריבן מיט אסאך מער ווארימקייט איבער די גאונות אדירה אין אצילות המדות מיט וואס ר' אברהם איז געווען א חד בדרא. דער ספר איז א לעבעדיגער מוסר ספר צו זען ווי ווייט א נברא אין אונזער דור קען זיך דערהייבן מיט מדות טובות.
"אגן הסהר" איז מער געשטעלט אויף הונדערטער קורצע עפיזאדן, באגלייט מיט אומצאליגע גאניאלע 'אויפטרעפן' בהלכה וואס איז געווען מגמת נפשו פון דעם גאון וצדיק.

אולי קען מען עס מגדיר זיין אזוי: ויאמר הנני איז מער פערזענליך אויפן מענטש (טהרת המדות, אמונה, ועוד), און אגן הסהר איז מער אויף זיין כח התורה.
אבער ביידע זענען גאר געשמאק און גוט!

איך בין נתפעל געוואר'ן פון די אופן הכתיבה פון ויאמר הנני, עפעס א נייע חידוש ווי אזוי מען באשרייבט איינעם! נאכגערצו אזא גאון בתורה, אין נאך מער במידות!

שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 1:49 pm

תגובהדורך שואל ומשיב » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 8:27 pm

דונש האט געשריבן:מבית אבותי ורבותי ( ר' בערל האלבערשטאם ע"ה) זייער ארגינעל

א זיס ספר, אבער מיטן אמת האט עס ליידער זייער א קנאפע שייכות.

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 8:34 pm

זבחי צדק האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:2. (להבדיל) the second world war פון ווינסטאן טשוירטשיל- לעבט מיט דעם WWII לעבעדיג פון די אויגן פון דעם וואס איז געשטאנען אויפן שלאכטפעלד פנים אל פנים קעגן היטלער, צומאל אליינס. (געווינען נאבעל פרייז אף ליטראטור).

דו מיינסט די זעקס חלקים?

יענס איז צו באריכות. די ABRIDGED EDITION איז נאר די סמעטענע.

ב.ד.וו, מען רעדט טאקע נישטא פון קיין נאוועלס, אבער אויב יא, זענען רבי מאיר לעהמאןס ביכער עפעס משהו מיוחד.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 9:24 pm

1) דער צאנזער צדיק (יהושע ראקער)

נאכן ליינען דעם בוך האב איך באקומען א פרישע באגריף אין הייליגן ד"ח, איך האב עס איבערגעליינט עטליכע מאל, און דאס איז מיין נאמבער 1 ביכל אין אלע הינזיכטן.

2) אור אלחנן

א שלימות פון א איד, א גאון, א קנאי, א פיקח, איין שטיק מסירת נפש. (דאס איז לאו דוקא אויף די קוואליטעט פונעם בוך).

3) רעזעווירט...

חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

תגובהדורך חוץ פון דעם » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 9:29 pm

צווייפעל האט געשריבן:
3) רעזעווירט...

ווארטען מיר מיט שפאנונג!

אוועטאר
פאפיגיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך פאפיגיי » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 9:35 pm

מאורן של ישראל - רעק"א.

האדמו"ר מסאטמאר - א. פוקס

די דריטע האב איך פארגעסן (כנהוג בכל דבר שיש שלשה...)
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט