מי חבר: 'ליקוטים יקרים' נדפס בחק לישראל

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

מי חבר: 'ליקוטים יקרים' נדפס בחק לישראל

תגובהדורך שעפטיל » זונטאג נובעמבער 22, 2009 12:18 am

משבת לשבת, צו ווען עס מאכט זיך מיר א מינוט וואס איך זוך צו שטילן מיין דארשט נאך אביסל אגדה, קוק איך זייער פיל אריין אין די 'ליקוטים יקרים' וואס איז געדרוקט אין די אלטע דרוק פון חק לישראל.
אפאר יאר צוריק האב איך זיך אפילו איינגעהאנדלט א ספר וואס איינער האט ארויסגעגעבן לזיכוי הרבים, אלע שטיקלעך 'ליקוטים יקרים' זייער שיין מסודר, אין פארעם פון א באזונדער ספר אויף די סדרות.

במילא, טוט מיך שטענדיג וואונדערן אלץ ווער האט דאס געמאכט? ווער האט דאס צוזאם געשטעלט? קומט דאס צוזאמען מיטן חק שוין מקדמת דנא (וואס אזוי איז משמע פון די הקדמה צו דעם ארויסגעגעבענעם ספר)? אדער האט דאס א דרוקער - אדער גאר א גרויסער תלמיד חכם און יודע ספר - שפעטער צוגעלייגט?

דאס איז טאקע 'ליקוטים', אבער רוב מאל ברענגט ער זאכן אן קיין שום מקור, ממש הערליכע זאכן נאכצוזאגן ביים טיש. (ר'עולם איז מכובד צו קוקן דעם שטיקל די וואך 'בענין הסולם', מורא'דיגע שיינע הסבר, אן קיין מקור) איז מיין פראגע, האט ער דער מחבר דאס אליין מחדש געווען? אדער האט ער פשוט נישט געברענגט דעם מקור? (א שווערע הנחה, אבער דער ספר הייסט דאך פארט 'ליקוטים יקרים')

דעם שבת האב איך געטראכט אז אפשר וועלן די חשובע מיטגלידער פון דעם 'על הצדיקים' פארום מיך קענען ארויסהעלפן, מיט די קשיא וואס עגבערט מיר שוין לאנג.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט