בלאט 28 פון 36

געשריבן: זונטאג יוני 29, 2014 11:32 am
דורך נאר נייעס
קענסט נאך אלץ קויפן די זייגער גלייב איך

געשריבן: זונטאג יוני 29, 2014 5:02 pm
דורך לכתחילה אריבער
ענדלללליך!!!!

ווער ווערט נישט נערוועז, ווען מען האט אן א "עירפאון\העדפאון" אין איינער פרעגט עפעס, אדער מען וויל אויפהייבן די פאון, און מען דארף אויסטאן די עירפאון? די אויער איז פארשטפאט מיט די עירפאון\העדפאון".

א נייע קאנפאני האט ארויסגעשטעלט א העדפאון, וואס זיי רופן "העדבאון"! עס שיקט די קול אריין אין די אויער דורך די "ביין" ענדליך צו די "דזשובאון" בלוטוט העדסעט "שיקט ארויס" די קול.

דאס האט די מעלה אז די אויער-קאנאל בלייבט אפען צו הערן וואס טוט זיך ארום און ארום, אז ווען דו גייסט אויפן גאס שפאצירן שפעט ביינאכט מיט די העדפאונ'ס אנגעטאן, און ביים קראסען הערסטו נישט די קאר קומען ביז ער געט א פייף! אויך איז עס לויט די קאמפאני "געזונטער" פאר די הערקראפט.

איי אמאל אמאל ווילסטו דאך יא "פארשטאפן" די אויער פון אלעס ארום? נישט קיין פראבלעם! די "העדבאון" קומט מיט א "טדיציאנאלע" אירפאון אויך צוגעשטעפעט צו דעם. אבער עס איז נאר "אריינגעפלאגט" אז דו מיסט עס נישט ארום שלעפן ווע א וויידל, אויב ווילסטו פדאגסטו עס איין.

עס האט א 10 שעה בעטערי, ארבייט מיט בלוטוט צו כלים - קען זיין קאנעקטעד צו צוויי כלים אין די זעלבע צייט- , א קנעפל "אויפצוהייבן" און "אראפצולייגן" טעלעפאון קאלס - און פארשטייט זיך א "רעדן" אויפכאפער -, עדזשאסטעבל הענטליך פאר יעדע סארט אויער, לייגט זיך צוזאם ווי ברילען, וואסער רעזיסטענט, וועגט ווייניגער ווי דריי אונסעס.

(דריקט די בילד צו קענען ליינען די ווערטער.)

געשריבן: זונטאג יוני 29, 2014 10:27 pm
דורך נשמה
@ דידזשיטל זייגער וואס קאסט צעהן טויזענט דאלער.
פארוואס דארף עס קאסטן צעהן טויזענט דאלער?
היינטיגע צייטן?
צעהן טויזענט דאלער?

געשריבן: מאנטאג יוני 30, 2014 1:49 am
דורך אַבּערוואַס
ס'א מעכאנישע, נישט קיין דיג'יטאלע.

געשריבן: מאנטאג יוני 30, 2014 1:58 am
דורך זאל ער קומען
נשמה האט געשריבן:@ דידזשיטל זייגער וואס קאסט צעהן טויזענט דאלער.
פארוואס דארף עס קאסטן צעהן טויזענט דאלער?
היינטיגע צייטן?
צעהן טויזענט דאלער?


וואס איז היינט צען טויזענט דאלער?

געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2014 9:12 pm
דורך לכתחילה אריבער
7 יאר זינט די אייפאון, און 70 פראצענט אמעריקאנע האבן היינט א "סמארטפאון"!

אט איז די טשארט, ווי די פראצענטן וואקסען דורכאויס די יארן, און וועלכע צייט יעדע פון די סמארטפאוינס זענען "אריינגעקומען", און וויפיל פון די מאקעט זיי האבן געהאט דורכאויס די גאנצע צייט.

געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2014 9:18 pm
דורך בילדער
סאטאטיסטיקס אויפן עבר איז איין זאך, אבער ווי אזוי ווייסט ער דעם עתיד נאך פארן וויסען ווי אזוי די קומענדיגע אייפאון/ענדראוד גייט אויסזעהן? אפשר גייט גאר אויפקומען א פרישע אפערעיטיג סיסטעם (עמעזאן...)?

געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2014 9:35 pm
דורך לכתחילה אריבער
בילדער האט געשריבן:סאטאטיסטיקס אויפן עבר איז איין זאך, אבער ווי אזוי ווייסט ער דעם עתיד נאך פארן וויסען ווי אזוי די קומענדיגע אייפאון/ענדראוד גייט אויסזעהן? אפשר גייט גאר אויפקומען א פרישע אפערעיטיג סיסטעם (עמעזאן...)?

ווי זעהסטו עתיד?

געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2014 9:51 pm
דורך משנה מקום
בילדער האט געשריבן:סאטאטיסטיקס אויפן עבר איז איין זאך, אבער ווי אזוי ווייסט ער דעם עתיד נאך פארן וויסען ווי אזוי די קומענדיגע אייפאון/ענדראוד גייט אויסזעהן? אפשר גייט גאר אויפקומען א פרישע אפערעיטיג סיסטעם (עמעזאן...)?

אבער אויב ווילסטו דווקא וויסען די עתיד דארף מען נישט זיין קיין גרויסע חכם פאר די נעקסטע פאר יאר איז ענדרויד די זאך נישטא ביזדערווייל
ווער און וואס זאל איבערשטייגען

געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2014 9:59 pm
דורך בילדער
דא האסטו ביז יארא 2021

געשריבן: דינסטאג יולי 08, 2014 10:22 pm
דורך לכתחילה אריבער
דאס איז דאך נאר א שאץ, לויט ווי עס איז געגאנגען ביז היינט. נאר די אריינגעפילטע איז פאקט.

געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2014 12:38 am
דורך לכתחילה אריבער
איינער האט אויסגערעכענט אז בעיקר כאפט מען מאסקיטא ביסן אין די אינדערפרי שעות, און אין די דריטע וועלט לענדער איז עס א ערענסטע סכנה, ווייל די מאסקיטן טראגען ארום ערענסטע קרענק.

וויבאלד רוב מענטשען ליינען יענע שעות די צייטונג, האט ער ערפינדען א טינט צו דריקען די צייטונג, וואס האט אין זיך א קעמיקאל, וואס פארטרייבט די מאסקיטן!!

פיינע איינפאל! ענדליך וועט מען קענען ליינען א צייטונג רואיג אין קאנטרי אונטערן בוים!

געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2014 7:38 am
דורך לכאורה
ער גייט אין קאמף נישט בלויז מיט די מאסקיטן, נאר מיט אלע מאמעס און באבעס וואס זאגן אונז שוין דורות לאנג אז די עיקר בייסונגען קומען פאר אין די פארנאכט שטונדן, בערך ביי די צייט פון ליכט צינדן...

געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2014 10:46 am
דורך למעלה משבעים
פון מציאות אין קאנטרי האב איך אויך געזען אז ביים שקיעה קומען זיי ארויס.

געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2014 11:57 am
דורך יוראפ
נישט געוויסט אז אנדערע האלטן אויך אז די קאנטרי איז א דריטע וועלט לאנד
האמיר שוין 1) לכתחלה'ס צייטונג מאכער, 2) לכתחילה, 3) לכאורה, 4) למעלה משבעים, 5) גם אני בחלומי

געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2014 2:14 pm
דורך לכתחילה אריבער
שוין איר זענט אלע גערעכט!!!

So in Sri Lanka, Leo Burnett and Mawbima targeted the time of day when mosquitoes strike most often: in the early mornings and evenings. That’s also the same time people generally read the newspaper. Put two and two together and you have the makings of a solution: Infuse the newspaper’s ink with citronella essence, a natural insect repellent. The citronella-scented newspaper wards off pesky mosquitoes while people get their news.

געשריבן: זונטאג יולי 27, 2014 11:21 pm
דורך לכתחילה אריבער
פאר די סומע פון 100 טולער, קריגט איר אין אינדיע א "ארטש" איר לייגט עס אריין אין די שוך, און עס טוט זיך קאנעקטען מיט בלויע-ציין צו די טעלעפאון, און לויט ווי איר האט אנגעשטעלט אין "מאפעס", וועט עס "ציטערן" אמאל די רעכטע און אמאל די לינקע שיך, לויט ווי איר ברויכט זיך איינדרייען!!!

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:31 pm
דורך thefact
שכח לכתחילה פאר די אלע נייעס באריכטן

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:41 pm
דורך ארטסקרול
משנה מקום האט געשריבן:
בילדער האט געשריבן:סאטאטיסטיקס אויפן עבר איז איין זאך, אבער ווי אזוי ווייסט ער דעם עתיד נאך פארן וויסען ווי אזוי די קומענדיגע אייפאון/ענדראוד גייט אויסזעהן? אפשר גייט גאר אויפקומען א פרישע אפערעיטיג סיסטעם (עמעזאן...)?

אבער אויב ווילסטו דווקא וויסען די עתיד דארף מען נישט זיין קיין גרויסע חכם פאר די נעקסטע פאר יאר איז ענדרויד די זאך נישטא ביזדערווייל
ווער און וואס זאל איבערשטייגען

דאס קומט יא צו זאגן פון חכמה? לכאורה פשוט ווייל דו owns א ענדרויט. וואס איז געווען איז דיבעטעבעל אבער וואס גייט זיין איז איראניש זיך צו טענהנען, דו האסט דען א מושג וואס זאכן גייען געשען אדער זיך טוישן? טעכנעלאיגע לויפט ווי א פייער אויף דערנער. שנעלער ווי די שנעלסטע צוק.

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:44 pm
דורך ארטסקרול
לכתחילה אריבער האט געשריבן:דאס איז דאך נאר א שאץ, לויט ווי עס איז געגאנגען ביז היינט. נאר די אריינגעפילטע איז פאקט.

צ״ל די אריינגעפילטע איז אויך א אפשאצונג, עס איז זייער שווער די זאכן טעכניש אפצושאצן, פאר יעדע טשארט אזוי האסטו צען טשארטס מיט סטאטיסטיקס אויף פארקערט.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 7:36 pm
דורך לכתחילה אריבער
איטען זוקערמאן, דער ערפינדער פון די "פאפ אפ" עדס אויפן אינטערנעט, האט אין אן ארטיקל .................. זיך אנטשולדיגט פארן מאסן!! "אונזערע כוונות זענען געווען גוט, עס האט זיך נישט אויסגעארבייט, אנטשולדיגט, זייטס אונז מוחל!!

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 7:37 pm
דורך שנאפס
איך בין אים נישט מוחל, סארי!

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 7:59 pm
דורך אַבּערוואַס
לכתחילה אריבער האט געשריבן:איטען זוקערמאן, דער ערפינדער פון די "פאפ אפ" עדס אויפן אינטערנעט, האט אין אן ארטיקל .................. זיך אנטשולדיגט פארן מאסן!! "אונזערע כוונות זענען געווען גוט, עס האט זיך נישט אויסגעארבייט, אנטשולדיגט, זייטס אונז מוחל!!

צוריק גייט א קאזע!!

סארא חוצפה דאס! ער זאל מוחל זיין בויען א גוטן פרייע פאפ-אפ בלאקער, דערנאך זיך טיילן מיט'ן עולם די פארדינסטן וואס ער שארט נאך היינט דערפין, אין יעמאלט... וועט מען זען ווייטער!!

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 8:04 pm
דורך מילכיגער
וואס איז שלעכט מיט AD BLOCK PLUS?

512 גיגא-בייטס אין א קליינטשיגער עס.די. קארטל!!!

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 12:52 pm
דורך קנאפער ידען
ווער געדענקט נאך ווען פאר א האלבע יאר צוריק האב איך געמאלדן דער מעכטיגער ברעיק-טרו פון סענדיסק מיט א 128 גיגא-בייטס עס.די. קארטל?...

נע... יענץ איז שוין אומרעלעוואנט... אלטע נייעס....

סענדיסק האט געמאלדן אז זיי קומען ארויס מיט א SD קארטל וואס וועט זיין פיר מאל יענע סייז!!! פינעף-הונדערט-און-צוועלעף וואס איז א האלבע טערא-בייט וועט זיך אריינשטיפן אין דער קליינער קארטל וואס פארנעמט אונטער צוויי אינטש.

דער נייער ליין פון עס.די. קארטלעך הייסט 'עקסטריעם פרא'. עס וועט זיין צו באקומען אין די סייזעס פון 512 256 און 128 גיגא-בייט, און וועט פארמאגן א שרייבן ספיד פון 95 מבפס. עקספערטן זאגן אז דער ליין קען זיך נאך הייבן ביז צוויי טערא-בייט אין דער נאנטער צוקונפט. עס איז בעיקר געצילט פאר פראפעשענעלס ווי למשל פאטאגראפירער וואס כאפן 4K רעזעלושען ווידיאו וואס נעמט אויף ימים מיט פלאץ [בערך 30 שעה 4K ווידיאו פילט אן אזא קארטל].

פאר איר לויפט קויפן קוקט קודם אויף דער פרייז טעג... עס קומט מיט א פרייז..., דער [MSRP [Manufacturer's Suggested Retail Price איז $800 פאר דער 512 גיגא-בייט, אבער מען קען עס שוין פרי-ארדערן ביי ריטעילערס פאר היבש ביליגער, ביי אדעראמע איז עס דא פאר $729. די קלענערע זענען $359 פאר דער 256 גיגא-בייטס און $189 פאר דער 128 גיגא-בייטס.