שיינע עדס וואס זענען געלאפן לעצטענס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

טראכט א מינוט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am

תגובהדורך טראכט א מינוט » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 8:30 am

Webp.net-compress-image.jpg
Webp.net-compress-image.jpg (81.19 KiB) געזעהן 1363 מאל

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9976
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 9:12 am

Oh my!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

ציפקע
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2013 7:42 pm

תגובהדורך ציפקע » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 9:55 am

אוי טאטע, דאס איז דאך אייזן גוט, די שמאטע כאלאט מיט דעם הויכן קנופ אויפן גארטל, דער אויסגענוצטער היטל, די סלינקי, איין פיס אויפן קעסטל און די זויערע מינע אויפן געזיכט ביים היינטצייטיגן פאבליק טעלעפאן נעבן זיין חבר'ס אינוויטאציע וואס האט צו געשריבען א פערזענליכע איינלאדענונג.

בעל הנס
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

תגובהדורך בעל הנס » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 10:16 am

ה"י. די עד איז זיס אבער ביטער...
ס'איז א גוט בילד וואס קוקט אויס אינספירירט פונעם "דרשו איד", אבער איז שלעכט לפענ"ד, וויבאלד דער דרשו איד באגריף איז צו דערהויבן דעם איד'ל וואס איז זיך מוסר נפש צום בלאט גמרא אין יעדע צייט, אבער דאס - כדי צו כאפן דעם אויג - מאלט אפ דעם אלטן בחור אלס א גראבער רחמנות

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 10:47 am

ער דארף פשוט איינער זאל אים אויפקלערן אז מיט א נועם כאלאט גייען זאכן אנדערש...

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

תגובהדורך סיז מסודר » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 10:47 am

בעל הנס האט געשריבן:ה"י. די עד איז זיס אבער ביטער...
ס'איז א גוט בילד וואס קוקט אויס אינספירירט פונעם "דרשו איד", אבער איז שלעכט לפענ"ד, וויבאלד דער דרשו איד באגריף איז צו דערהויבן דעם איד'ל וואס איז זיך מוסר נפש צום בלאט גמרא אין יעדע צייט, אבער דאס - כדי צו כאפן דעם אויג - מאלט אפ דעם אלטן בחור אלס א גראבער רחמנות

וואס דען דארף לזווג טוהן אויב נישט אראפלייגן דעם אמת'ן מציאות פון דעם אלטן בחור?
סך הכל האלטסטו אז סאיז נישט שיין נאך דיין מסקנה אז סאיז אינספירירט פון דרשו.
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 12:43 pm

בעל הנס האט געשריבן:אבער דאס - כדי צו כאפן דעם אויג - מאלט אפ דעם אלטן בחור אלס א גראבער רחמנות

אין אנדערע ווערטער ער האט ארויס געברענגט וואס ער האט געוואלט אן שרייבן קיין איין ווארט

א קנאק פון א עד!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אור
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 1:46 pm

די JUMP פון די סלינקי.. יושש...

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 2:18 pm

דער עד איז שטארק, אבער די נאכגעמאכטקייט איז זייער בולט.

איז דאס אן איינצלנער עד, אדער די אנהויב פון א סעריע?
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

ידעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 2:53 pm

חוץ אז עס איז א שארף בילד און מעגליך געווען די זעלבע פאטאגראפירער (דרשו נוצט גאלדבערגער) זע איך נישט קיין נאכגעמאכטקייט.

אייזערנע עד לענ"ד

און אגב, מענטשן רעדן זיך דא אפ אויף די דרשו עדס. שוין לאנג נישט געווען אזא קרייטיווע סוקסעספול קאמפיין ביים היימישן ציבור. ברענגען אייזן ארויס זייער ציל, אז יעדער איד קען ווערן א דרשות איד. און א דרשו איד לעבט מיט זיין אחריות און שעבוד צו די שיעורי תורה וכו'

גלות איד
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

וואס איז די ציל פון דרשו?

תגובהדורך גלות איד » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 5:21 pm

מיינע צוויי צענט איבער די דרשו עד.

די עיקר וואס א מענטש סיינט זיך אויף צו דרשו איז די בחינות. די געדאנק פון לערנען און חזר'ן און קענען. און זיין א תלמיד חכם און א יודע ספר.

דאס וואס עס שטעלט זיך אויס אז מ'זיצט בים דאקטאר און ביי די לאנטש ברעיק מיט א גמרא איז שוין א תוצאה פון לעבן מיט א עול אז ער מוז קענען. עס הייבט זין אן מיט א זונטאג די טאג פון א בחינה, אדער נאך א שווערע וואך, ווי ער מוז אוועגעבן א גאנצע זוטאג פאר דעם, און מיט די צייט זעהט ער זיך פלוצלונג זיצן ביי א שמחה מיט א גמרא וכו'.
איינער וואס האלט נאך נישט דארט, קוקט זיך נישט אן ווי איינער וואס קען דארט אנקומען, און עק קוקט עס אפילו אן אביסל מאדנע.

איך האב מורא אז זיי דערווייטערן אביסל די מושג וואס דרשו וויל מיט די עדס. עס קוקט אויס אביסל שרעקעדיג, אז איך גיי ווערן אזוי משוגע אויף תורה...

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1794
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 5:24 pm

גלות איד האט געשריבן:מיינע צוויי צענט איבער די דרשו עד.

די עיקר וואס א מענטש סיינט זיך אויף צו דרשו איז די בחינות. די געדאנק פון לערנען און חזר'ן און קענען. און זיין א תלמיד חכם און א יודע ספר.

דאס וואס עס שטעלט זיך אויס אז מ'זיצט בים דאקטאר און ביי די לאנטש ברעיק מיט א גמרא איז שוין א תוצאה פון לעבן מיט א עול אז ער מוז קענען. עס הייבט זין אן מיט א זונטאג די טאג פון א בחינה, אדער נאך א שווערע וואך, ווי ער מוז אוועגעבן א גאנצע זוטאג פאר דעם, און מיט די צייט זעהט ער זיך פלוצלונג זיצן ביי א שמחה מיט א גמרא וכו'.
איינער וואס האלט נאך נישט דארט, קוקט זיך נישט אן ווי איינער וואס קען דארט אנקומען, און עק קוקט עס אפילו אן אביסל מאדנע.

איך האב מורא אז זיי דערווייטערן אביסל די מושג וואס דרשו וויל מיט די עדס. עס קוקט אויס אביסל שרעקעדיג, אז איך גיי ווערן אזוי משוגע אויף תורה...

:?
זאגסט אז נאכער וועלן זיי מוזן ספאנסארן סופפארט גרופעס פאר די וואס זענען געווארן עדיקטעד צו לערנען

אוועטאר
חלומות
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 17, 2017 12:26 am

תגובהדורך חלומות » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 5:35 pm

ווער איז די בחור? איך מיין איך האב א צוגעפאסטע שידך פאר אים.
איינער מיט פרטים ביטע!!
:lol: :lol:

מיאושדיגער
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

תגובהדורך מיאושדיגער » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 5:44 pm

וואס דער עולם צו דעם עד?
קולפוס (2).jpg
קולפוס (2).jpg (468.4 KiB) געזעהן 843 מאל
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום "פראבלעם" מיט גארנישט, אבער אין אמת'ן זענען מיינע "פראבלעמען" אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט "מיואש" צו האבן א "פראבלעם" דערמיט.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9976
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 6:06 pm

זייער שיין אין מיין אפיניען.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 6:08 pm

די עד איז שיין
די נאמען פונעם קאמפעני איז א געדאנק (קולמוס+דפוס=קולפוס)
אבער סאיז נישט סזאגט זיך עפעפס נישט
מיר האט גענומען צו כאפן אז סאיז נישט קיין טעות, אויפן ערטשן מינוט הערט זיך עס ווי א טעות הקפוס, איך מיין הדפוס
(+ דפוס זאגן מיר מיט א חיריק אוטנערן פ און קולמוס מיט א ליטוווישן מלאופם, סא מווערט אינגאנצן צעמישט)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 6:14 pm

בס"ד

אזא ארבייט וואס די נייע פירמע טראגט אן צו טאן איז אומבאשרייבליכע הארעוועניע פון חדשים און יארן, און צענדליגער אלפים עובר לסוחר, און דאס רעכנט נישט אריין אלע דערמאנטע סערוויסעס וואס ווערן דא אנגעגעבן. אדרבה, צלח ורכב!
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

מיאושדיגער
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

תגובהדורך מיאושדיגער » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 6:22 pm

איינס האט געשריבן:די עד איז שיין
די נאמען פונעם קאמפעני איז א געדאנק (קולמוס+דפוס=קולפוס)
אבער סאיז נישט סזאגט זיך עפעפס נישט
מיר האט גענומען צו כאפן אז סאיז נישט קיין טעות, אויפן ערטשן מינוט הערט זיך עס ווי א טעות הקפוס, איך מיין הדפוס
(+ דפוס זאגן מיר מיט א חיריק אוטנערן פ און קולמוס מיט א ליטוווישן מלאופם, סא מווערט אינגאנצן צעמישט)

נישט ריכטיג.
קולמוס שרייבט מען קוֹלְמוּס
סאו איז עס קוֹלְפוּס
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום "פראבלעם" מיט גארנישט, אבער אין אמת'ן זענען מיינע "פראבלעמען" אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט "מיואש" צו האבן א "פראבלעם" דערמיט.

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 7:04 pm

דעי לזווג איז א וויזשניצע בחור...
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 8:26 pm

מיאושדיגער האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:די עד איז שיין
די נאמען פונעם קאמפעני איז א געדאנק (קולמוס+דפוס=קולפוס)
אבער סאיז נישט סזאגט זיך עפעפס נישט
מיר האט גענומען צו כאפן אז סאיז נישט קיין טעות, אויפן ערטשן מינוט הערט זיך עס ווי א טעות הקפוס, איך מיין הדפוס
(+ דפוס זאגן מיר מיט א חיריק אוטנערן פ און קולמוס מיט א ליטוווישן מלאופם, סא מווערט אינגאנצן צעמישט)

נישט ריכטיג.
קולמוס שרייבט מען קוֹלְמוּס
סאו איז עס קוֹלְפוּס

איך האס געשריבן "זאגן מיר" נישט שרייבן מיר
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 8:49 pm

איידערן אוועקשטעלן א הנחה אויף א נאמען אז ס׳נישט גוט, ברויך מען עס זאגן 30 מאל אין איין צו... געגאנגען:
קוֹלְפוּס, קוֹלְפוּס, קוֹלְפוּס, קוֹלְפוּס, קוֹלְפוּס, קוֹלְפוּס, קוֹלְפוּס...

נו, שוין מער צום הארצן?
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 8:51 pm

מיאושדיגער האט געשריבן:וואס דער עולם צו דעם עד?
קולפוס (2).jpg

איך גלייך נישט דעם נאמען, אבער די עד איז זייער שיין.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

ידעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 9:18 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:
מיאושדיגער האט געשריבן:וואס דער עולם צו דעם עד?
קולפוס (2).jpg

איך גלייך נישט דעם נאמען, אבער די עד איז זייער שיין.

די פראבלעם מיט די נאמען איז אז עס מוז אייביג גיין מיטן הסבר פון מן הקולמוס לבית הדפוס.אנדעם הייבט מען נישט אן צו כאפן וואס דאס איז. און די עד איז אויך נישט גוט וועגן דעם, מיר זעט עס אויס ווי א נאמען און א עד פאר א נייע קול מבשר סטייל האטליין, און א מעניו פון זייער אפטיילונגען.
נישט אזוי?

מיאושדיגער
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

תגובהדורך מיאושדיגער » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 9:23 pm

וואס עטס כאפטס נישט איז, אז מען דעבאטירט שוין דעם נאמען דא א שיינע שטיק צייט....

נו, איז עס נישט קיין גוטע נאמען?.......
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום "פראבלעם" מיט גארנישט, אבער אין אמת'ן זענען מיינע "פראבלעמען" אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט "מיואש" צו האבן א "פראבלעם" דערמיט.

מיאושדיגער
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

תגובהדורך מיאושדיגער » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 9:25 pm

א נאמען וואס קלינגט Smooth פארגעסט מען די נעקסטע רגע, די מח פראסעסט עס נישט.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום "פראבלעם" מיט גארנישט, אבער אין אמת'ן זענען מיינע "פראבלעמען" אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט "מיואש" צו האבן א "פראבלעם" דערמיט.


צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט