שיינע עדס וואס זענען געלאפן לעצטענס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1794
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 6:10 pm

ניס קראכער האט געשריבן:וואס דארף מען דעפינירן, אז די סטייל פון עדס טראסקענען יאר יערלעך?
קוק פון א צווייטע פרעספעקטיוו, פאר צען יאר צוריק (כ'וואלט געשריבן 5, אבער לאמיר זיין מער אויפריכטיג) וואלט זיך יעדע נארמאלע מענטש געשעמט צו זיין א חלק פון א עד
היינט, איז ער גאר א היראו

די חורבן איז נאך מער, אז נארמאלע מענטשן כאפן שוין נישט קיין פראבלעם אין זאכן

דו האסט מיר געזעהן קוואויטן איינעם וואס רעדט פון טראסקונג פונעם סטייל פון עדס, אדער אז מענטשן שעמען זיך שוין נישט צו זיין א טייל פון אן עד ווען אמאל האט מען זיך יא? איך ווייס דאס זייער גוט. כ'האב ספעציעל געקוואויט א ספעציפישע תגובה, און תוך כדי דיבור האב איך געשריבן ואכמ"ל
הצלחה

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 6:13 pm

שבת פארטי האט געשריבן:אלעס פיין און וואויל אבער דאס ס**לוזירן קליינע מיידלעך אז זיי קענען נישט ערשיינען אין אן עד איז א קראנקע צוגאנג וואס תוצאותיו מי ישרנה.


נו, לאמיר גיין לאידך גיסא:
לייגן קליינע מיידלעך אין א עד איז א קראנקע צוגאנג וואס תוצאותיו מי ישורנה..
איז טאקע קיינער נישט בארעכטיגט צו זאגן אז דאס איז א זאך וואס קען ברענגען פראבלעמען מיט די צייט?!
#קליינקעפיג

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6511
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 6:53 pm

ברכי נפשי האט געשריבן:
בעל דמיון האט געשריבן:דאס מיז שוין זיין אן עכטן בילד, ס'נישט מעגליך אזוי גוט צו סטעידזשן מיט אלע דיטעילס...

יא איך גלייב נישט אז זיי האבן גענומען צוויי קליינע מיידלעך און זיי אנגעטון ספעציעל "פאפי גאונס"

Its based on a real mitzva tantz photo
But they changed and added a few details to the photo

אוועטאר
Borough Park
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 11:10 pm

אויב עס איז א עכטע מצוה טאנץ ווייס איך נישט אבער איך האב אפאר קשיות אויף עס
1 אויב עס איז א עכטע מצוה טאנץ פארוואס גייט נישט די בדחן מיט א שטריימל זיי אלע זענען 1שטע קאזינס
2 און אויב עס איז יא עכט ווער עס קען זיי ווייסט אז עס פעלט אפאר חברה וואס וואלטן זיכער דארט געזיצן
DCD7AC7D-1FA6-4979-A664-66326E27F16F.jpeg
DCD7AC7D-1FA6-4979-A664-66326E27F16F.jpeg (263.27 KiB) געזעהן 1492 מאל
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 11:49 pm

לכאורה איזעס טאקע א ספעציעלע פאוז קאמפאזירט (ווען ס׳חתונה איז שוין געווען פארטיג)
לעצט פאראכטן דורך Graphic24 אום מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 11:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2013 5:14 pm

תגובהדורך ארטסקרול » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 11:49 pm

הלשון האט געשריבן:ס'האט נישט מיט מיין צופרידנהייט. איך בין ליידער נישט אזוי פרוש ומובדל מעוה"ז אז ס'זאל מיר שטערן.

ס'איז א ווייטאגליכע מציאות, אז ווי א יאר נענטער צו ביאת גואלינו, ווערן ליידער אונזערע אדווערטייזמענט-אויסגאבעס מער און מער אנגעפילט מיט ערליכע צניעות'דיגע נשים ובתולות למחצה לשליש ולרביע - פארשטייט זיך על טהרת הקודש, אפגעהאקט, בלורי, נאר קליינע מיידעלעך מיט זאקעלעך, נאר אין בעקגראונד וכו'

אויב איז נישט גענוג די סארט בילדער ביי אדווערטייזמענטס פון מלבושי וצרכי נשים ובדומה להם, פעלט עס וויכטיג אויס ביי א עד פון א תורה ארגאניזאציע, וואס קומט פראמאוטן זיך צו דערהייבן עטוואס נענטער לעבודת הבורא ית"ש און קוקן אויף די אמת'ע ציל אין לעבן

להגדיל טוירע תש19

נ.ב. אויב שטערט עס איינעם, איז ער גאר דער קראנקער וואס ברויך הצלה


אין די סעריע פון פירצות בחומת הדת און פון נובעלע כשר'ע עדס, האלט איך אז דער דרשו עד איז דעדרימענטל אין די ראמען פון צניעות. ווי האט א מענטש א חוצפה צו נעמען א חתונה עד און אריינלייגן 2 קליינע מיידלעך, און מכשר'ט דאס נאך מיטן עס מאכן בלורי. וואו קומט א 2 יעריגע מיידל ביי די מענער, האט איר שוין געהערט אמאל אזאנס? ממאכט שוין ענדליך א כשרע תורה עד, און באאם מפארהרג'ט עס מיט דעם. שעים אן יו!!!

הלשון איז גערעכט.

אוועטאר
Greenwald Graphics
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 30, 2017 2:32 am
לאקאציע: אין מיין אופיס

תגובהדורך Greenwald Graphics » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:09 am

א זיס געבענשט יאר...
צוגעלייגטע
סימני ראש השנה.jpg
סימני ראש השנה.jpg (701.97 KiB) געזעהן 1388 מאל
-
גרינוואלד גראפיקס » עדס ♦ דעזיינס ♦ בראנדינג ♦ ארטיסטיק 3D ♦ פאסטערס & פעינטינגס
.Greenwald Graphics Creativity Makes The Difference
greenwaldgraphics@gmail.com :Contact us


קליק דא צו זעהן סעמפלס און גאלעריע!!!
[/u]



-

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 10:28 am

Borough Park האט געשריבן:אויב עס איז א עכטע מצוה טאנץ ווייס איך נישט אבער איך האב אפאר קשיות אויף עס
1 אויב עס איז א עכטע מצוה טאנץ פארוואס גייט נישט די בדחן מיט א שטריימל זיי אלע זענען 1שטע קאזינס
2 און אויב עס איז יא עכט ווער עס קען זיי ווייסט אז עס פעלט אפאר חברה וואס וואלטן זיכער דארט געזיצן
DCD7AC7D-1FA6-4979-A664-66326E27F16F.jpeg


און איינע פון זיי איז א בחור און ספעציעל אנגעטוהן די הוט פאר די בילד.

די בילד איז געכאפט געווארן נאכמיטאג, און מען האט עס ספעציעל אויסגעשטעלט אזוי.

יישר כח באשעפער
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:01 pm

תגובהדורך יישר כח באשעפער » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 10:42 am

גאר הנאה געהאט פון די עד פון דרשו די וואך נישט קיין חילוק צו עס איז א עכטע חתונה צו נישט קוקט עס אויס זייער עכט

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 10:45 am

Greenwald Graphics האט געשריבן:א זיס געבענשט יאר...

א שיינע עד!
אבער New hits? ס'שוין א פאריעריגע מעשה...
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

איש פשוט אני
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 12, 2017 9:59 pm

תגובהדורך איש פשוט אני » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 12:54 pm

ארטסקרול האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:ס'האט נישט מיט מיין צופרידנהייט. איך בין ליידער נישט אזוי פרוש ומובדל מעוה"ז אז ס'זאל מיר שטערן.

ס'איז א ווייטאגליכע מציאות, אז ווי א יאר נענטער צו ביאת גואלינו, ווערן ליידער אונזערע אדווערטייזמענט-אויסגאבעס מער און מער אנגעפילט מיט ערליכע צניעות'דיגע נשים ובתולות למחצה לשליש ולרביע - פארשטייט זיך על טהרת הקודש, אפגעהאקט, בלורי, נאר קליינע מיידעלעך מיט זאקעלעך, נאר אין בעקגראונד וכו'

אויב איז נישט גענוג די סארט בילדער ביי אדווערטייזמענטס פון מלבושי וצרכי נשים ובדומה להם, פעלט עס וויכטיג אויס ביי א עד פון א תורה ארגאניזאציע, וואס קומט פראמאוטן זיך צו דערהייבן עטוואס נענטער לעבודת הבורא ית"ש און קוקן אויף די אמת'ע ציל אין לעבן

להגדיל טוירע תש19

נ.ב. אויב שטערט עס איינעם, איז ער גאר דער קראנקער וואס ברויך הצלה


אין די סעריע פון פירצות בחומת הדת און פון נובעלע כשר'ע עדס, האלט איך אז דער דרשו עד איז דעדרימענטל אין די ראמען פון צניעות. ווי האט א מענטש א חוצפה צו נעמען א חתונה עד און אריינלייגן 2 קליינע מיידלעך, און מכשר'ט דאס נאך מיטן עס מאכן בלורי. וואו קומט א 2 יעריגע מיידל ביי די מענער, האט איר שוין געהערט אמאל אזאנס? ממאכט שוין ענדליך א כשרע תורה עד, און באאם מפארהרג'ט עס מיט דעם. שעים אן יו!!!

הלשון איז גערעכט.

איך בין זיכער אז די הויכע חברה פון דרשו זענען געזיצן ביי דארט מידיע אין קאנפרענץ צומער און קלאר געשטעלט זייער מיינונג אז די צוויי קליינע מיידלעך מוזן געזעהן ווערן אויפן עד. סטאפ מיט די משוגעת'ן

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 1:46 pm

איש פשוט אני האט געשריבן:איך בין זיכער אז די הויכע חברה פון דרשו זענען געזיצן ביי דארט מידיע אין קאנפרענץ צומער...

קיינער האט דאס נישט געזאגט. אבער די פראבלעם בכלליות ובפרטיות איז בכלל נישט תלוי אין דעם


איש פשוט אני האט געשריבן:סטאפ מיט די משוגעת'ן

אז דו פאדערסט עפעס פון מיר - ביטע שיין זאג ווער איר זענט. עט ליעסט שרייב דיין עידזש...
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:14 pm

ליינענדיג דעם אשכול דא בנוגע די דרשו עד, טראכט איך צו מיר אז
די פסוק זאגט ״לא אלמן ישראל״ פארוואס פונקט צו אן אלמן ?
פשט איז אז
אן אלמן האט נישט וועם צו בלעימען,
אויף דעם זאגט די פסוק אן הבטחה אז כלל ישראל וועט אייביג טרעפיק וועם צו בלעימען.
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
Greenwald Graphics
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 30, 2017 2:32 am
לאקאציע: אין מיין אופיס

תגובהדורך Greenwald Graphics » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:50 pm

בעל דמיון האט געשריבן:
Greenwald Graphics האט געשריבן:א זיס געבענשט יאר...

א שיינע עד!
אבער New hits? ס'שוין א פאריעריגע מעשה...


א דאנק!

די איידיע פונעם אייטעם איז טאקע א פאריעריגע,
אבער דאס דעזיין אויפן אייטעם אליין, איז ניי און פריש פון דאס יאר,
נישט צו פארגלייכן צו די אלטע.
-
גרינוואלד גראפיקס » עדס ♦ דעזיינס ♦ בראנדינג ♦ ארטיסטיק 3D ♦ פאסטערס & פעינטינגס
.Greenwald Graphics Creativity Makes The Difference
greenwaldgraphics@gmail.com :Contact us


קליק דא צו זעהן סעמפלס און גאלעריע!!!
[/u]



-

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:08 pm

יש בו האט געשריבן:ליינענדיג דעם אשכול דא בנוגע די דרשו עד, טראכט איך צו מיר אז
די פסוק זאגט ״לא אלמן ישראל״ פארוואס פונקט צו אן אלמן ?
פשט איז אז
אן אלמן האט נישט וועם צו בלעימען,
אויף דעם זאגט די פסוק אן הבטחה אז כלל ישראל וועט אייביג טרעפיק וועם צו בלעימען.


ודפחח

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:14 pm

Greenwald Graphics האט געשריבן:
בעל דמיון האט געשריבן:
Greenwald Graphics האט געשריבן:א זיס געבענשט יאר...

א שיינע עד!
אבער New hits? ס'שוין א פאריעריגע מעשה...


א דאנק!

די איידיע פונעם אייטעם איז טאקע א פאריעריגע,
אבער דאס דעזיין אויפן אייטעם אליין, איז ניי און פריש פון דאס יאר,
נישט צו פארגלייכן צו די אלטע.

שוין, זאל זיין. כ'גיימעך נישט ארום טענה'ן אהין און צוריק אבער איך האב שוין פאריאר פארקויפט זייער ענדליך... (נישט געמאכט אליינס)
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:39 pm

צעהלים - נייטרא - וויזניץ - באבוב - פאפא - סקווירא - קלויזענבורג - סאטמאר - בעלזא - ראחמיטריווקא - תולדות אברהם יצחק - וכו' וכו'

אין וועלכע חסידישע ביהמ"ד וואלט די "תורה'דיגע דרשו מודעה" געבליבן הענגן אומצענזורירט?

בל"נ מיין לעצטע תגובה איבער דעם עד
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:53 pm

הלשון זאגסט ריכטיג אבער סהאלט סאך סאך ווייטער
נישט צוויי קליינע בלורי מיילדעך
די וואך איז געווען אין אער טאונס וויקלי צוויי עדס וואס וואלט דיר ארויס גענומען פון די כלים
1) צוויי פרויען ״צניעותדיג״ אנגעטון , מזעהט נאר פון די קאפ און אראפ און די הענט זענען געקאווערט ביז נאך נאך קניען (אלעס אויסגעהאלטן הלכהדיג)
2) א עד מיט 5 6 מיידלעך, איך וואלט געזאגט 10 12 יעריגע, מיט א לייט אווערליי אז מזאל נישט קענען האבן טענות

איך האלט אז דא איז דא א מארקעטער וואס האט א מישן צו אריינריקן די פרויען אין עדס
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 5:52 pm

הרב איינס איך ווייס נישט וואס דער בילד איז אבער מיין פילטער לאסט עס נישט אדורך
כל הכבוד פאר מיין פילטער.

אוראייניקל
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 7:58 pm

איינס האט געשריבן:לדעתי נישט קיין פראבלעם מיט די עדס (הלכה׳דיג) אבער ווען דו פארקויפסט פארן עולם אז די האלסט זיך צו אונזער גייד ליינס און דו האסט איינער וואס קוקסט איבער אז סזאל זיין אזוי, פליז...

אויב וויל איך אזעלכע עדס וועל איך קויפן די אויסגאבעס וואס זאגן קלאר אז זיי לייגן דאס אריין, אבער וואס שטופסטו דאס אריין אין אונזערע אויסגאבעס

אבער דאס איז נאך נישט א סיבה די זאלסט עס ווייטער אריינשטיפן דא אין אונזער וועלטל!

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 8:13 pm

אוראייניקל האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:לדעתי נישט קיין פראבלעם מיט די עדס (הלכה׳דיג) אבער ווען דו פארקויפסט פארן עולם אז די האלסט זיך צו אונזער גייד ליינס און דו האסט איינער וואס קוקסט איבער אז סזאל זיין אזוי, פליז...

אויב וויל איך אזעלכע עדס וועל איך קויפן די אויסגאבעס וואס זאגן קלאר אז זיי לייגן דאס אריין, אבער וואס שטופסטו דאס אריין אין אונזערע אויסגאבעס

אבער דאס איז נאך נישט א סיבה די זאלסט עס ווייטער אריינשטיפן דא אין אונזער וועלטל!

א) דא איז אנדערש ווי א אין א אויסגאבע ואין צריך להאריך בזה (+ווי איך האב געשריבן הלכהדיג איז דאס זיכער נישט קיין פראבלעם)
ב) נישטא קיין צווייטע וועג צו דאס אנווייזן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 8:21 pm

יהלום האט געשריבן:הרב איינס איך ווייס נישט וואס דער בילד איז אבער מיין פילטער לאסט עס נישט אדורך
כל הכבוד פאר מיין פילטער.

גם הפילטער שלי נטפרי חוסם את זה
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 9:14 pm

שמו האט געשריבן:
יהלום האט געשריבן:הרב איינס איך ווייס נישט וואס דער בילד איז אבער מיין פילטער לאסט עס נישט אדורך
כל הכבוד פאר מיין פילטער.

גם הפילטער שלי נטפרי חוסם את זה

ביידע עדס?!
ווי אזוי קען זיין אזא זאך?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 9:59 pm

שוין די אייוועלט פילטער לאזט דאס אויך נישט דורך...

עני וועי לעניננו איך כשלעצמי האב ווייניג א פראבלעם דערמיט אבער דאך גייט מיר די בלוט ארויף פון די חויזעק וואס ער דרייט ארום מיט זיינע ליינערס

א חודש צוריק שטעלן זיי ארייין א כלה פון טאפ טו באדעם, און שא שא שא קיינעם נישט אויסזאגן מהאט ארויף געלייגט די לאגא אויפן פנים פון די כלה אזוי מזאל נישט אזוי באמערקן.
חכם וועם פאפסטו אויס דא!
יעצט מיט צוויי נייע טריקס

ועל כולם אז אפציעל האט ער א רב וואס קוקט איבער זיין אויסגאבע,
איז אדער קוקט דאס קיינער איבער, אדער האלט יענער רב אז סאיז נישט קיין פראבלעם, נו אויב סאיז נישט קיין פראבלעם איז אויף וואס ווארט מען? נעקסטע וואך אי״ה רעבעצין שרי מייעראוויטש וועט זיין אויפן קאווער אויף א עד פון א פרויען צוזאמקום, א וואך נאכדעם וועט מיסיס פלמוני זיך שטעלן פאר א ביוטיפול פיקטשער מיט די נייע קאלעקשן פון די ווינטער סעזאן קליידער. (און מיין תגובה וועט פארמעקט ווערן..)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 10:13 pm

עיין בספה"ק יושר דברי אמת, וז"ל: "וכאשר אמרתי משל ע"י ממי שמסתכל על בגדי אשה היפים מי שהוא דבוק בתאות נשים ח"ו אינו נותן לבו על ענין בגדי הרקמה והזהב רק תיכף לבו נופל על חמדת האשה שלובשת זה, ומי שאינו כן ולבו טהור מחמדה זו מסתכל כפשוטו על הבגד נמצא שניהם מסתכלים בדבר א' וכ"א מסתכל דבר אחר." (קונטרס א' י"ב)

איך ווייס נישט צו די אדווערטייזמענט איז ירידת הדורות צו נישט, אבער דאס אז ס'קען איינעם בייפאלן צו מאכן א נושא דערפון אין לך ירידת הדורות גדולה מזו, א איד פון פריערדיגן דור וואלט עס ניטאמאל באמערקט.


צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 5 געסט