איי פאון אדער ענדרויד

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

תגובהדורך קארן » זונטאג דעצמבער 30, 2012 7:51 pm

אךשמח האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:ווייל עפל האלט זייערע פרייזן הויך מיינט עס אז זיי האבן די בעסטע סמארט פאונס?
ענדרויד פאונס איז א קאמפאטישאן פון עפל וועגן דעם פארקויפן זיי זיך פאר ביליגער,
אז איך וועל עפענען א מילך קאמפאני, און כוועל נוצן די זעלבע אינגרידיענטס וואס
גאולדן פלאו נוצט אבער אנשטאט צו פארקויפן א באטל מילך פאר 2 דאללאר וועל
איך עס פארקויפן פאר 10 דאללאר, וועט מיין קאמפאני הייסן די בעסטע? איי איך
נוץ די זעלבע אינגרידיענטס ווי יענעם, אבער אז סהאט מיט די פרייז דאס מאכט די
חילוק?
נישט אלעס וואס איז טייער איז גוט און נישט אלעס וואס איז ביליג איז שלעכט, עפל איז
טאקע א טייערע קאמפאני און מאכט גאר גוטע סמארט פאונס, איז געקומען ענדרויד און
זיך געגעבן א רוק אריין און די מארקעט, סהאט גענומען אפאר יאר ביז עולם גולם האט זיך
געכאפט אז ממוז נישט נעמען א עפל פאון און צאלן אלף הששי אריין, די ענדרויד פאונס
זענען פונקט אזוי גוט און אין א געוויסע זין נאך בעסער ווי עפל, איי זיי קאסטן ביליגער?
ווייל זיי זענען קאמפעטישאן קענען זיי נישט מאכן קיין הויכע פרייזן.

ס'איז נישט אזוי פשוט, אין סייקאלעדזשי פון מענטשען איז דא אזא זאך, אז עפעס וואס איז טייער איז גוט.

עפל'ס מארקעטינג ארבעט געוואלדיג, אבער געדענק, נישט תמיד מוז זיין אז דער ברענד נעים איז בעסער ווי די זעלבע זאך ביי א צווייטע קאמפאני.

איך קען זיך נישט העלפן מיטן פאקט אז בערך א יאר האב איך גענוצט דעם אייפאון און דער געלעקסי עס טרי צומאלט אים מיט ממש אלעס.

אדרבה, טרעף מיר איין זאך מיט וואס דער אייפאון איז בעסער ווי דעם ענדרויד.



אז סקאסט מער ווי א ענדרויד לכאורה פאר דעם אליינס איז עס גוט..... :roll:

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » זונטאג דעצמבער 30, 2012 8:41 pm

עס איז גוט געווען די פיקטשער הא? איין בילד רעדט מער פון טויזענט... גראדע איך האב עס נישט געמאכט, עס זעט אויס אז איך בין נישט די איינציגסטע וואס האלט אזוי...

שמעק טאביק.. פאר דיר האב איך אויסגעקליבען דעם רעכטען טעלעפאן 2015, דאס וועט לכאורה דינען דיין צוועק, עס האט גענוג א ברייטע סקרין צו בראזען און קוקן ווידיאוס... איי וויאזוי העט מען מאכן א פאון קאול?.. המממ איך זע אז דער מענטש געבט זיך אן עצה...

לגבי עפל גרעסער מאכן דעם סקרין, קען זיין זיי וועלן עס גרעסער מאכן, אבער מיט שיקול הדעת, מיט חכמה און געניטשאפט, נישט סתם געבן א צי אויס דעם סקרין, נאר עס וועט זיין געשמאק פארן פאלם...
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » זונטאג דעצמבער 30, 2012 8:53 pm

קעניגזאן האט געשריבן:
אךשמח האט געשריבן:בשעתו האב איך געקלערט פון פרובירן דעם אייפאון חמש, אבער דער האט ארויסגעשניטן דעם גאר גוטן גוגל מעפס, האב איך זיך דערפון אפגעלאזט.

אדרבה, לאמיר הערן פארוואס און מיט וואס דער אייפאון פינף איז בעסער ווי דעם געלעקסי שלש, ווייל איך קלער יעצט פון אריבערגיין צו א צווייטן קעריער.

אז מען רעדט שוין. איך קלער פון עי טי ענד טי, אדער נעט טען פריפעיד.

איך האב א ידיד וואס וועט מיר לייגן אויף זיין עי טי ענד טי פלען אנלימיטעד דאטא, וואס דאס דארף איך בעיקר, אבער ווינציג מינוטן, אדער נעט טען וואס דארט איז אלעס אנלימיטעד פאר דעם זעלבן סכום.

אהובי וידידי מר אך, דו פרעגטס מען זאל דיך זאגן איין זאך מיט וואס די אייפאון איז בעסער?
בעפאר מיר וועלן דיך ענטפערן, זאלסטו מיר זאגן איין זאך מיט וואס די געלעקסי איז בעסער..
לגבי די גוגל מעפס, דו קענסט שוין צוריק גיין צו אייפאן, ווייל אייפאן האט שוין צוריק געלייגט דעם גוגל מעפס.

לגבי די קעריער וואלט איך דיר געראטן נישט צו גיין מיט עי טי ען טי, עי טי ען טי איז בעיקר גוט אין מאנהעטען, אויב וואונסטו אין וומ"ס אדער אין אפסטעיט וועסטו נישט אזוי הנאה האבן פון די סערוויס. אויב ווילסטו גיין מיט פריפעיד, מיין איך אז נעט טען איז נישט אזוי גוט, אויב ווילסטו פריעפעד גייט צו פעיטש פלאס, וואס האט די מעכטיגע ווירייזאן סערוויס, מיט גוטע פרייזן.

איך ברויך עס בעיקר פאר דאטא באנוץ.

איך האב געהערט אז נעט טען און עי טי טי זענען נישט שלעכט און אז אויף די בערג איז עס בעסער ווי ספרינט.

יעצט האב איך ספרינט וואס האט נאכנישט קיין על טי אי.

און וויבאלד איך גיי לכאורה טוישן קעריער קענסטו מיר נאך צוריקשלעפן צום אייפאון וואס איך האב געהאט איידער דעם געלעקסי טרי, אבער לכאורה וועט עס זיין גאר שווער מיר איבערצורעדן.

וואס געלעקסי איז בעסער?

פלעש.

מעמארי קארד סלאט.

מען קען טוישן באטעריס.

די באטערי האלט זיך פונקט אזוי לאנג.

מען קען זיך בעסער ארומשפילן מיט די סעטינגס.

סעמסאנג לאזט מיר אליינס אויסקלויבן די רעזאלושען און גרויס פון די בילדער און ווידעאוס.

גרעסערע סקרין.

סווייפ קיבאורדס.

דארפסט נאך?

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » זונטאג דעצמבער 30, 2012 8:57 pm

מר. אך, איך האב נישט קיין כח איבערצוזאגן אלעס וואס איך האב שוין געזאגט, אויב ווילסטו דייקא וויסן וואס איך האלט, קוק איבער די לעצטע 3 אדער 4 בלעטער פון די אשכול, וועסטו זען ווי מען האט שוין אלעס ארום גערעדט, און אויסגעשמיעסט.

הצלחה רבה.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » זונטאג דעצמבער 30, 2012 9:43 pm

אמת. איך האב אסאך וואס משלים צו זיין. אבער נישט דאס האסטו מיר אקארשט געפרעגט?:

'אהובי וידידי מר אך, דו פרעגטס מען זאל דיך זאגן איין זאך מיט וואס די אייפאון איז בעסער?
בעפאר מיר וועלן דיך ענטפערן, זאלסטו מיר זאגן איין זאך מיט וואס די געלעקסי איז בעסער..'

קוועטשער
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 3:34 pm

תגובהדורך קוועטשער » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 12:56 am

i have net10 and i live upstate its pretty good
thing is that if you use a lot of data net10 will slow you down
כולל אינגערמאן

אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1716
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע: אין שֵמות

תגובהדורך גליון » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 2:20 am

קוועטשער האסט מיר אויס געכאפט ממש דאס געוואלט זאגן
נאך אזאך זייער קאסטומער סערוויס איז ה״י

אבער איך האב בעסערע עקספיריענס מיט נעט10 ווי פעדזש פלאס למשל אין דערהיים (אנדערגראוינד שטייטסעך) איז נעט10 געהעריג משא״כ ווערייזן (פעדזש פלאס)
און וועגן דעטע האבעך געהערט אבער נאכניש געזעהן געשריבן אז זיי געבן די ערשטע 4 גב 4g און דערנאך ???
אבער עס ווערט שטייטער
גוטע נאכט
(נ.ב. מען דארף אויך מאכן א apn update)
Impossible is just an opinion

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1757
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 11:07 am

קעניגזאן האט געשריבן:טייטש דו קענסט האבן דעם סעמסאנג פאר $200 דאלער ביליגער ווי דעם אייפאן, דאס איז די מארקעט, נישט וויפיל זיי פארקויפן עס.


איך זעה דא אויף עמעזאן די אייפאן פאר עטוואס העכער $300??
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 11:10 am

ריק פערי האט געשריבן:
קעניגזאן האט געשריבן:טייטש דו קענסט האבן דעם סעמסאנג פאר $200 דאלער ביליגער ווי דעם אייפאן, דאס איז די מארקעט, נישט וויפיל זיי פארקויפן עס.


איך זעה דא אויף עמעזאן די אייפאן פאר עטוואס העכער $300??

דאס איז ווייל דו האסט געסערטשט פאר 8GB
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 11:17 am

און? וואס איז פשט אז די 8GB איז אזוי ביליג? עס איז סתם א אפגעריסענע ביליגע פאון
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 11:49 am

גראדע האט נאך די מאדעל פאון גאר גוטע סטאקס, די מאדעל פאון איז 3 ווערסיעס אלט און נאכאלס איז עס אין די $300 רענדזש,
טרעף מיר דעם סעמסאנג מיט 3 מאדעלס צוריק, וועסט קענען קויפן א זאק פלוימען פאר די געלט..

איך האב דאס שוין ערווענט אז עפל׳ס גענוצטע פראדוקט איז טייערער ווי סעמסאנגס נייע פראדוקט..
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1757
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 11:49 am

קעניגזאן האט געשריבן:
ריק פערי האט געשריבן:
קעניגזאן האט געשריבן:טייטש דו קענסט האבן דעם סעמסאנג פאר $200 דאלער ביליגער ווי דעם אייפאן, דאס איז די מארקעט, נישט וויפיל זיי פארקויפן עס.


איך זעה דא אויף עמעזאן די אייפאן פאר עטוואס העכער $300??

דאס איז ווייל דו האסט געסערטשט פאר 8GB


פיין פיין.. זייער גוט געשריבן משני פנים, פן אחד, איך האב געסערטשט פאר אייפאון 4 און נישט 5, און וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז א אלטע פאון פאלט די פרייז ווייל עס איז שוין דא נייערע והוא דבר פשוט למאוד, אלזא ווען דו האסט געסערטשט פארן געלעקסי דריי און דו האסט עס געטראפן ביליגער ווי דער אייפאון איז נישט די סיבה ווייל עפעס איז שלעכט דערמיט, נאר די נאטור פון ענדראוד איז אז 5 חדשים איז שוין נישט ניי, און יעצט מאך א סערטש פאר די HTC די.ען.עי. און קוק וויפיל עס קאסט (ארום $800), און די זעלבע מאך א סערטש פארן נאוט 2 וויפיל עס קאסט (ארום $800).

פן שני, גיב א קוק וויפיל עס קאסט 8 גיגאבייט עס די קארטל אויף עמעזאן, וויפיל $10 $15?? אלזא פארוואס בעהט עפפל פאר נאך 8 גיגאבייט $100?? אלא מאי מכאן ראי' אז עפפל טשארטשט איבער 'פאר פלעין' ווייל די טעלעפאון בלייבט די זעלבע, די חיליק איז נאר אין נאך עטליכע גיגאבייט סטארעזש, $100??? הה"ד 'עפפל'.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 12:09 pm

נו עפל זיכט דאך צו מאכן געלט, פארוואס די פרייז טאנצט אזוי ווען דו דאבעלסט די GB, איז ווייל צו האבן דעם גוטן פאון מיט מער GB קאסט עס מער געלט. מעגסט דיך דינגען אז עס איז איבערגעטריבן, אבער האסט א ברירה עס נישט צו קויפן, אפשר זאל די 16GB זיין ביליגער ווייל עס האט די זעלבע בעטערי?.. אז דער גוטער פאון ערמעגליכט דיר מער GB איז עס מער ווערד.

און יעצט מאך א סערטש אויף די אייפאן 5 און די געלעקסי 3s וועסטו זען אז דער אייפאן איז מיט א $200 דאלער טייערער, קוק צוריק א צוויי בלעטער העסטו זען ווי מיר האבן אראפ געברענגט בילדער דערויף.

עס שמעקט מיר גראדע די מליצה אז די נאטור פון ענדרויט איז אז די פרייז פאלט.. די נאטור פון פאלם סענטרא איז אויך אז זיין פרייז פאלט, און די נאטור פון בלעקבערי איז אז די פרייז פאלט, און די נאטור פון יעדע אימיטעשען אז די פרייז איז נידריג, און דערנאך פארשטייט זיך פאלט עס, די נאטור פון רעטעך איז אז די פרייז פאלט מיום הולדה...
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1757
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 12:33 pm

קוקט אויס אז דו זעהסט נאר וואס דו ווילסט... ליין איבער מיין תגובה און זיי מוחל סערטש די פרייז פונען די.ען.עי. און פונעם נאוט צוויי.

ניין! די נאטור פון ענדראוד איז נישט אז די פרייז פאלט, נאכאמאל ליין איבער, די נאטור פון ענדראוד איז אז א פאון איז ניי פאר מאקסימום 5 חדשים, די נאטור פון ביזנעס/פראדוקטן/דימענד איז אז אלטע פראדוקטן פאלט די פרייז, און דערפאר האב איז געברענגט די לינק פונעם אייפאן 4 וואס איז אויך געפאלן וועגן עס איז שוין אלט, די געלעקסי דריי איז שוין נישט ניי, אלזא אויב די ווילסט קאמפערן פרייזן פון ענדראוד צום אייפאון זיי מוחל און קאמפער ניי צו ניי און אלט צו אלט.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 2:05 pm

שוין אז דו פארשטייסט נישט וואס איך רעד, זענען מיר ביידע אויף איין טרעק...

קודם כל, דו האסט יא געשריבן אז 'די נאטור פון ענדרויט איז אז די פרייז פאלט', קען זיין אז דו האסט געוואלט עפס אנדערש שרייבן, אדער עפס אנדערש געמיינט, אבער דאס איז וואס דו האסט געזאגט.

יעצט די נאטור פון א גוטע זאך אז עס פארקויפט זיך טייער. יעצט אויב זאל סעמסאנג פארקויפן זייערע פאונס פאר די פרייז פון עפל, וועלן זיי פארלירן האלב פון די קאסטעמערס. פאשטייט זיך די אנדערע האלב וועלן בלייבן, ווייל זיי גלייכן א גרעסערע סקרין, א רעמאבעבל בעטערי, און א סים קארד א.א.וו, אבער די אנדערע האלב ווי א שטודיע האט געוויזן, זענען ביי סעמסאנג בלויז צוליב זייערע נידריגע פרייזען. און מיר האבן שוין גערעדט פון דעם כמה פעמים. עפל האלט זייערע פרייזן הויעך, צי ווייסטו אז א נייע אייפעד קאסט ביי זיי $1000.00 דאלער? א נייע איימעק עיר לעפטאפ קאסט $1500.00?

יעצט אז עפל'ס פראדאקטס איז העכער פון סעמסאנג, און ווען ביידע'נס פרייזן וועלן אראפגיין פארשטייסטו אליין, אז עפל וועט נאך אלס זיין העכער דעם פרייז.

איך האב צוגעגליכען א נייע אייפאן צו א נייע סעמסאנג, און קוק א צוויי בלעטער צוריק וועסטו זען די פרייזן דארט, ביידע זענען נייע. וואס איך האב יא געזאגט איז, אז זייער אסאך מאל זענען די גענוצט עפל פראדאקטס טייערער ווי א נייע סעמסאנג, דאס ווייזט ווי שטארק די עפל בער איז. און די גרעסטע ראי' איז די לינק וואס דו האסט געברענגט, דאס ווייזט אז אפי' די אייפאון 4 וואס האט נאר 8GB, פארקויפט זיך נאך אין די $300 רענדזש.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1757
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 2:17 pm

נאכנישט געליינט איך האב נאר אנגעהויבן צו ליינען און דאס איז וואס איך האב געשריבן "די נאטור פון ענדראוד איז אז נאך 5 חדשים איז שוין נישט ניי".

און יעצט וועלמער גיין ליינען.
צוגעלייגטע
Screenshot_2012-12-31-14-11-20.png
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1757
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 2:26 pm

און יעצט זייט וויסן אז איך האלט נישט ביים איבערקייען מיט אפי' נאך איין תגובה דאס וואס איך האב שוין געשריבן כמה פעמים.

א) די געלעקסי עס טרי איז 'נישט' ניי, יא עס איז טאקע נאר פינעף חדשים אלט אבער טענקס טו ענדראד קאמפעטישן אז היינט שוין דא נייערע (וואס דאס מיינט אטאמאטיש אז די פרייז פארן 'אלטן' פאלט, פונקט ווי ביי די אייפאון 4).

ב) אייפאון 5 ווס. דראוד די. ען. עי. אדער נאוט 2, די ביידע ענדראד'ס פארקויפט זיך מארקעט פרייז ארום $700-800 דאללער.

ג) בד"וו, דו האלטס און איין איבערשרייבן אז איך זאל קוקן די בילדער וואס די האסט געברענגט, להוי ידוע אז די קוואוט ווי איך קוואוט דיר, איז טאקע פון יענע תגובה נאר אן די בילדער, און יענע בילדער זענען טאקע פון די 'נייע' אייפאון קעגן די נישט נייע געלעקסי דריי.

ד) די געלעקסי צוויי פארקויפט זיך טאקע מארקעט פרייז ארום $300, די געלעקסי צוויי איז שוין 'דורות' צוריק אינעם ריזיגן ענדראד מארקעט.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

קוועטשער
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 08, 2011 3:34 pm

תגובהדורך קוועטשער » מאנטאג דעצמבער 31, 2012 10:06 pm

גליון האט געשריבן:קוועטשער האסט מיר אויס געכאפט ממש דאס געוואלט זאגן
נאך אזאך זייער קאסטומער סערוויס איז ה״י

אבער איך האב בעסערע עקספיריענס מיט נעט10 ווי פעדזש פלאס למשל אין דערהיים (אנדערגראוינד שטייטסעך) איז נעט10 געהעריג משא״כ ווערייזן (פעדזש פלאס)
און וועגן דעטע האבעך געהערט אבער נאכניש געזעהן געשריבן אז זיי געבן די ערשטע 4 גב 4g און דערנאך ???
אבער עס ווערט שטייטער
גוטע נאכט
(נ.ב. מען דארף אויך מאכן א apn update)

and by page plus you dont have unlimited data
im not sureif net10 has 4g
but with the iphone at net10 you have to out smart it to reset the apn settings
viewtopic.php?f=59&t=18319
כולל אינגערמאן

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מוצ"ש ינואר 05, 2013 7:19 pm


אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » מוצ"ש ינואר 05, 2013 10:51 pm

קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

אוועטאר
פייווישעל
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 22, 2010 3:04 pm
לאקאציע: איפה פייוויש

תגובהדורך פייווישעל » זונטאג ינואר 06, 2013 12:13 am

סארי קעניגזוהן פארן אויסברוך
איז דא א וועג אז גוגל זאל ארויס געבן א גוטע פאון אפילו?, יעדע זאך וואס גוגל האט איז א פראבלעם וואס מקען נישט אנגיין מיט, אין ווען עפעל האט עפעס א פראבלעם איז עס ממש א קליינעקייט, די ברענגסט דא א ארטיקעל פין אפריל פין פאריאר. זייט דעמאלס איז שוין רוב פראבלעמען וואס די מיסיס האט געהאט פאראכטן געווארן אין זי שרייבט נישט וועלעכע פאון זי האט געהאט סאוי הער אויף גיין מיטן קאפ אין וואנט
לעצט פאראכטן דורך פייווישעל אום זונטאג ינואר 06, 2013 12:16 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איפה פייוויש?

דא בין איך

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » זונטאג ינואר 06, 2013 12:14 am

This woman has an Android of 2 centuries ago?

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » זונטאג ינואר 06, 2013 12:39 am

פייווישעל האט געשריבן:סארי קעניגזוהן פארן אויסברוך
איז דא א וועג אז גוגל זאל ארויס געבן א גוטע פאון אפילו?, יעדע זאך וואס גוגל האט איז א פראבלעם וואס מקען נישט אנגיין מיט, אין ווען עפעל האט עפעס א פראבלעם איז עס ממש א קליינעקייט, די ברענגסט דא א ארטיקעל פין אפריל פין פאריאר. זייט דעמאלס איז שוין רוב פראבלעמען וואס די מיסיס האט געהאט פאראכטן געווארן אין זי שרייבט נישט וועלעכע פאון זי האט געהאט סאוי הער אויף גיין מיטן קאפ אין וואנט

די עיקר סיבה פארן ברענגן די לינק, איז נישט געווען צו דעבאטירן וועלכע פאון יענער האט געהאט, ווי אלט עס איז געווען, און אויב יענער איז געווען גערעכט, די מטרה פונעם לינק איז געווען אז עס איז אבסורד נאך צו ברענגן א לינק וואס איינער שרייבט פארוואס ער האט געטוישט פאונס, ווייל כמעט יעדער וואס האלט זיין פאון אין די האנט וועט ער דיר געבן דריי און פערציג סיבות פארוואס ער גלייכט זיין פאון. סא איך קען דיר לינקען א דאזען לינקס וואו מענטשן איזדעוועקען זיך אויפן סעמסאנג און אזוי פארקערט.

עין ערך גוגל דאט קאם.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1757
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » זונטאג ינואר 06, 2013 2:21 am

קעניגזאהן אונז האבן נאך דערווייל נישט דעבאטירט די אפערעטינג סיסטעם איטסעלף, נאר די הארדווער חלקים, דהיינו אונז האבן נאכנישט דעבאטירט איי. או.עס. ווס. ענדראוד, נאר עפפל כנגד סעמסאנג, און ווי געשריבן אפי' מיט הארדווער האט זיך די ענדראוד מארקעט נישט וואס צו שעהמען פון סיי וועם.

אבער ווען עס קומט צו די סאופטווער, הא! דארט פאקט ענדראוד איין איי. או. עס., די וואס זאגן אז נישט - ווי למשל דו - איז די סיבה ווייל דו האסט נאכנישט פראבירט, טעמו וראו, די ווייסט נישט וואס עס מיינט יוזער פרענדלי, עפפל איז יוזער פרענדלי?? פראביר ענדראוד און דו וועסט וואס די אפטייטש פון יוזער פרענדלי מיינט.

און דאס איז די חיליק פון די צוויי לינקס, די ערשטע רעדט פון א גוטע היי-ענד פאון, און ער שרייבט בעיקר מיט וואס ענדראוד סאופטווער איז בעסער פון איי.או.עס. סאופטווער, דער צווייטער רעדט זיך אפ אז זיין ענדראוד פריזט וכדו', נו, זי האט געקויפט פאר ביליג און בחינם עסט מען כינים, (איך וועל די שיקן אין אישי א לינק אי"ה צו א שעה לאנגע ווידעאו ווי איינער קאמפערט ענדראוד 'סאופטווער' צו איי.או.עס. 'סאופטווער', יעדע דעטאל).
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » זונטאג ינואר 06, 2013 2:23 am

Send it to me as well please.
Thanks!


צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט